די עירוב שערורי' אין ברוקלין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך זר זהב »

ר' יחזקאל ראטה איז ממש א יחיד ווס. א רבים וואס זאגן פונקט דאס פארקערטע לגבי וואס דער סאטמארע רב האט געהאלטן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך זר זהב »

געפילטע פיש, די קשיא איז מער געצילט אויף די חסידים נישט אויף ר' פישל'ן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך אורח »

just for the record
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך אורח »

אך שמח, איך ווייס נישט וואס די האסט געהערט אין נאמען פון ר' ישראל דוד, אבער אויב די ווילסט יא וויסען וואס ער האלט קוק אין זיין ספר נשמת שבת ח"ד סי' שצ"ט, דאכט זיך מיר אז דאס האט ער שוין געשריבען נאך פאר ער האט געזאגט אז מקען זיך פארלאזען אויף הרב יענקל זיידע וואס קען די עסקנים וואס קוקען די עירוב וכו' (פריער האט א צווייטער געשריבען אז ער אליין גיט א השגחה, איך האף אז ער פארלאזט זיך נישט בלויז אויף די וואס קוקען איבער די עירוב)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: "יעדער מענטש וועלכער פאררופט זיך אלץ א רב אדער אדמו"ר זאל באקומען די צוגאבע "הרב" אדער "אדמו"ר" פאר זיין נאמען." - http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=5
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

איך שטיי און שטוין!

עטץ זענטס טאקע אזוי נאריש??

רבי פישעלע זאל מאריך ימים זיין איז דען ביכולת צו זיין א בעל מכשיר פאר א עירוב אין אזא גרויסע שטאט ווי וויליאמסבורג???

איך קום ווייטער צו די מסקנא אז די זעלבע חברה כת לצים טאקע די "יחידים בקצה המחנה" וואס האבן געמאכט ללעג ולקלס דעם אדווארי רב זצ"ל לעת זקנתו האבן נעבעך געטוהן דאס זעלביגע ביי רבי פישעלע.

פרעג איך ענק: קען מען פארטרויען אזאלעכע יונגען??!!
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

אךשמח האט געשריבן:ר' יעקב זיידא שליט"א האט מיר אמאל געזאגט אז אין דער אלטער היים איז נישט געווען אזא מהודר'דיגע עירוב ווי היינט אין וויליאמסבורג.

בשם ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האב איך געהערט אז ער האט געענטפערט פאר אידן וואס האבן אים אנגעפרעגט אויב מען מעג טראגן אז ר' יעקב זיידא איז א איד א ת"ח וואס ווייסט ווער עס זענען די וואס קוקן איבער דעם עירוב יעדע וואך, און מען קען זיך אויף אים פארלאזן.

היינט קען זיין וועט ער אנדערש זאגן, אבער ער האט בשעתו מפרסם געווען אז דאס וואס זיין נאמען פיגורירט אויף דעם איסור העירוב איז געווען אן ארויסגעצווינגענער און ער האט זיי קלאר געהייסן ארויסנעמען פארשידענע ווערטער וואס זיי האבן יא אריינגעלייגט.

במחילת כבודך.

אויב איז טאקע אמת אז ר' יעקב זיידא גיט א הכשר וויל איך אים/ענק נאר זאגן אפאר קורצע נקודות:

ר' יעקב זיידא זאל מגולגל ווערן 5 מאל וועט ער זיך נישט קענען פארמעסטן און נישט צוקומען צום שפיץ פינגער פון די גדולים און רבנים פון שטעט פון פארן קריג!!...

און בכלל וואס ווייסט ער וויאזוי די עירובין האט אויסגעקוקט פארן קריג.. איך ווייס נישט צו ער ווייסט וויאזוי די וומ"ס עירוב זעהט אויס...

אדרבה: זאג אונז ר' יעקב! איז געווען א שטאט אינדערהיים ווי רוב רבנים און תושבי העיר האבן נישט געוואלט מזכה זיין אינעם פת???? און 'יחידים בקצה המחנה' האבן אריין זיך אריין געפיפען פאר תאוות הנצחון?? הא ר' זיידא????

איז געווען א שטאט ווי אזא דיין ווי דיר זאל ארויס קומען (אפילו נאר אונטערן טיש, נאכן באפעל פון דיין רבין מהר"י מויזניץ נישט צו טראגן) קעגן א הוראה מפורשת פון רוב גדולי ורבני העיר און נגד תקנת המקום און קעגן די פסק פון צדיקים וקדושים מייסדי העיר????

היש לך חוצפה גדולה מזו??? הא ר' זיידא???

פארקויפטס נישט קיין באבקעס פון דער אלטער היים... אונז ווייס מיר וואס עס טוט זיך דאהי אין וויליאמסבורג!!!

(נאכאמאל! דאס איז נאר לשיטתכם אז ער גיבט א הכשר!)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך ידען »

איש חסיד האט געשריבן:איך שטיי און שטוין!

עטץ זענטס טאקע אזוי נאריש??

רבי פישעלע זאל מאריך ימים זיין איז דען ביכולת צו זיין א בעל מכשיר פאר א עירוב אין אזא גרויסע שטאט ווי וויליאמסבורג???

גערעכט.

ר׳ פישעלע איז א נידעריגער און א קליינטשיגער, און קען טאקע נישט געבן א הכשר אויף אזא גרויסע שטאט וויליאמסבורג...

ווי גרויס דארף מען טאקע זיין צו קענען געבן א הכשר אויף אזא גרויסע שטאט?

אז מע איז גרויס אין די ברייט איז אויך גוט?...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך קרעקער »

נירבאטער רב קען אויכט נישט נאכקוקען ''אלע'' שטיקלעך פלייש און מיל מארט און התאחדת רבנים קען אויכט נישט אפילי באזוכען אלע פלעצר ווי זיי געבען א השגחה אין איין חודש/ ר' הלל ווייבערגער און גאלאנטע רב זענען נאך '''נישט''' געווען פערזענדליך אין אלע פלעצער ווי זיי געבען א הכשר
נאר וואס דען?
זיי האבען משגיחים אין א סיסטעם איינגעשטעלט
ר' פישעלע אין אודווארי מוזען בכלל נישט האבען אפילי געזען די עירוב צי געבען א הכשר דערויף זיי האבען משגיחים אין א סיסטעם
ר' פישעלע אוז מסתם גרעסער ת"ח ווי דער קלויזענבערגער רב במחכ"ת אין קען זוך רואיג מחולק זיין מיט עם
אין אפילי ר' פישעלע אוז א יחיד ממש (נישט יחידים בקצה המחנה) קעגען אלע רבנים אין שטאט פין היינט אין פין מיליאן יאר ציריק, איז דער עירוב א כשרע עיריב!!!!/ ווילסט נישט טראג נישט (וכן אני נוהג) אבער די עירוב בלייבט כשר
ווילסט מוחה זיין גיי אין פראנט פין קלויזענבערגער שיל אין קוויטשע נישט שטעל דיך אין פראנט פין א ווייבעל וואס טראגט אין א עק גאס אין וויליאמסבערג אין באפרידיג דיינע תאוות/ רעיפ מיינט נישט דוקא בועל זיין
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך יידל »

איש חסיד האט געשריבן:וויאזוי קען זיין במציאות אז אדווארי רב זאל קענען געבן א הכשר??...
ער האט נישט געקענט גיין קיין 5 טריט אהן זיך אנלאנען אויף 5 מענטשען!
כש"כ וכש"כ נישט געבן קיין הכשר אויף הונדערטער גאסן ארום וומ"ס...
קאם אן! זיי רעאליסטיש....

זעט אויס אז מיר רעדן נישט פון דער זעלבער מענטש. מיר רעדן פון הג"ר שלום קרויז זצ"ל, אב"ד אודווארי. 9 יאר צוריק איז ער געווען גוט אין די כלים. און בכלל, געבן א הכשר מיינט נישט ארום קלעטערן די גאנער עירוב, אזוי ווי קרעקער האט שוין שיין ארויסגעברענגט דא.
איש חסיד האט געשריבן:פלאפלען ארויף, פלאפלען אראפ, איך ווייס נישט וואס אין משמרת איז געשטאנען, בעיני ראיתי! מיך זאלסטו נישט פארקויפן קיין מעשיות... אפפאל איז א טיטול אויף זיי..

איך בין נישט קאנווינסד. ווייסטו וואס? לאמיך זען צו דו קענסט נאכזאגן אפילו פיר נעמען וואס זענען דעמאלטס געשטאנען אויפן צעטל, און אזוי וועל איך וויסן אז דו זאגסט טאקע נישט נאך משמרת חומותינו.
איש חסיד האט געשריבן: הער אויף מיט דיין געפייגערטע שטיק... און דריי דיך נישט ארויס מיט קיין קינדערישע מעשיות!!

דו מיט אלע קלויזנבורגער מענטשען שרייען אז זיי קענען נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט נאך מענטשן וואס זענען מחלל שבת!
האב איך דיר געגעבן צו פארשטיין און צולייגט אויף קליין געלט, אז דיין קורץ קעפיגער שכל זאל עס אויך פארשטיין אפילו דו ווילסט נישט....

פונקט ווי דו פארשטייסט אז ווען דיין שכן אין ביהמ"ד איז געגאנגען צום אנדערען רבין האסטו אים געטוהן ערגערע זאכן ווי שרייען שבת, "אהן קיין שום היתר און פסק פון א רב"!! זאלסטו אויך פארשטיין אז יענער שרייט שבת "מיט א היתר ופסק הלכה פון א רב"!!

איך פארשטיי כ'בין געגאנגן צו טיף אבער פארפאלן בע"כ וועסטו עס מוזן פארשטיין...

א. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך האב א פראבלעם מיטן שרייען. אנטשולדיגטס מיר, אבער איך מיין אז מרוב כעס זענען אייער אויגן פארגלייזט געווארן, און איר האט נישט רעכט געקענט אפלייענען ווער האט געשריבן וואס.
און אויב ווילסטו ניצן אזעלכע קינדישע סופערלאטיוון ווי "געפייגערטע שטיק", און זיין פארנומען מיט מיך אטאקירן אנשטאט רעדן צום זאך קענסטו האבן דאס גאנץ אשכול במתנה גמורה, און דאס אנפירקלען וויפיל דו ווילסט. אז דו ווילסט מען זאל דיר ענטפערן, פארמינער אביסל דיין באניץ פון צודרייטע לשונות און אויפגעבלאזענע פערזענליכע אטאקעס.
איש חסיד האט געשריבן: מ'"לויפט" נישט נאך קיין פרויען...
ס"ה שרייט מען שבת אויף קערעדזשעס!!!

און די קערידזשעס פארן פון זיך אליין? לעצטע מאל כ'האב געקוקט, ווערן די קעריזשעס געשטופט דורך פרויען.
איש חסיד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הרב מאיר מאייעס דומ"ץ בעלזא
הרב יעקב זיידא דומ"ץ וויזניץ ב"ב
הרב הערשקאוויטש מו"ץ בקלויזענבורג (זון פון הג"ר פישעלע)
הרב יצחק גאלדבערגער מו"ץ בפאפא ובבית הוראה דקארלסבורג
הרב קרויז, אב"ד אודווארי

איך גיי נישט אריין צו ס'איז אמת צו נישט...

אבער ירא הקהל וישפוט! דאס איז די האלב אדער גאר רוב דיינים פון וומ"ס פון וואס מ'רעדט דא וואס פסקנע'ן להיתר....

ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן ווערן דיינע אויגן פארגלייזט, ווארשיינליך פון כעס. אורח האט געפרעגט וועגן די בעלי מכשירים, נישט וועגן די וואס געבן א היתר. אז דו ווייסט נישט די חילוק שיק מיר אין אישי, איך וועל דיר שיין מסביר'ן.

זר זהב האט געשריבן:איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש. וויאזוי קען א דיין/רב (ר' פישעל ה"וו) פון א קהילה פסק'נן ממש פארקערט אווי דער אייגענער מייסד הקהילה האט גע'פסק'ט ???

אין דברי יציב פסק'ט דער קלויזענבורגער רב בפירוש אומצוויידייטיג אז מ'קען נישט מאכן אן עירוב אין ברוקלין! ---- איך זעה אז ר' פישעל קען טאקע זאגן פארקערט, אבער וואספארא סענס מאכט דאס ? ס'איז אזוי ווי למשל ר' יח"מ פריעדמאן זאל היינט זאגן פאר סאטמאר חסידים אז מ'מעג גיין צום כותל...

דאס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז יא עפעס טיפערס אין דעם עירוב.... עפעס א סארט שנאה מקלקלת.

ווייסט פארוואס? ווייל ביי נארמאלע מענטשן איז נאך דער אמת שולט בכיפה. הג"ר פישעלע האט דורכגעלערנט די סוגיא און איז צוגעקומען צו א מסקנה להתיר. זייט ווען טאר ער נישט זאגן זיין פסק ווייל זיין רבי האט גע'פסק'נט אנדערש? אנשטאט פארשטיין די געוואלדיגע ערליכקייט און אמת'קייט פון ר' פישעלע אז ער זאגט זיין דעת ווי אן אמת'ער פוסק, פרעגסטו פארוואס ער שפילט נישט מיט די תורה פאליטיק?
מענין לענין, הערט א סיפור. ווען הג"ר שמחה בונם וואלדינבערג, מו"ץ בעדה החרדית, איז ארויסגעקומען שארף קעגן די סקול דיסטריקט אין קרית יואל, האט דער זעלבער פארשוין וועלכער פירט די מערכה אנטקעגן די עירוב, זיכער געמאכט אז הרב וואלדינבערג זאל פליען פון די עדה. וכך הווה. האט זיין פאטער הג"ר אליעזר וואלדינבערג געזאגט, קוקטס, איך בין שוין 40 יאר אין די רבנות הראשית, און קיינער האט מיך נאך קיינמאל נישט איינגעטיילט וויאזוי צו פסק'ן (אז מ'קוקט טאקע אין ציץ אליעזר זעט מען גענוג תשובות וועלכע זענען קעגן די ציוניסטישע שטעלונג.) מיין זון לאידך גיסא, דערוואגט נאר צו זאגן זיין מיינונג, און מען ווארפט אים ארויס ווי א הינט דערפאר.
מיין נקודה איז אז הג"ר יח"מ פריעדמאן גייט קיינמאל נישט מתיר זיין עפעס וואס סאטמאר רב האג גע'אסר'ט, נישט ווייל ער גייט קיינמאל נישט צוקומען צו א פארקערטע מסקנה ווי ס"ר, נאר ווייל ער איז איינגעשטעלט אין א פלאץ ווי פאליטיק קומט פאר תורה. משא"כ הג"ר פישעלע. דו"ק ותבין.
אורח האט געשריבן:

פון וואו שטאמט די ליסטע? האבן זיי אמאל געגעבן א הכשר בכתב?

די ערשטע דריי יא. די לעצטע צוויי האב איך געהערט פון זיי בע"פ.
אךשמח האט געשריבן:ר' יעקב זיידא שליט"א האט מיר אמאל געזאגט אז אין דער אלטער היים איז נישט געווען אזא מהודר'דיגע עירוב ווי היינט אין וויליאמסבורג.

ער האט עס מסתמא נאכגעזאגט פון הג"ר פישעלע (פון וועם איך האב עס געהערט).
אךשמח האט געשריבן:בשם ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האב איך געהערט אז ער האט געענטפערט פאר אידן וואס האבן אים אנגעפרעגט אויב מען מעג טראגן אז ר' יעקב זיידא איז א איד א ת"ח וואס ווייסט ווער עס זענען די וואס קוקן איבער דעם עירוב יעדע וואך, און מען קען זיך אויף אים פארלאזן.

היינט קען זיין וועט ער אנדערש זאגן, אבער ער האט בשעתו מפרסם געווען אז דאס וואס זיין נאמען פיגורירט אויף דעם איסור העירוב איז געווען אן ארויסגעצווינגענער און ער האט זיי קלאר געהייסן ארויסנעמען פארשידענע ווערטער וואס זיי האבן יא אריינגעלייגט.

הג"ר ישראל דוד איז נישט דער איינציגסטער. בשם הג"ר שמעיה גרינבוים (וואס איז אויך פון די אונטערגעשריבענע) האב איך געהערט די זעלבע.
זר זהב האט געשריבן:גערעכט, אבער דאס אז דער בעל דברי ויואל משה איז געווען משוחד דאס קענסטו נישט זאגן, ער האט בשעתו דן געווען צי מ'זאל מאכן צי נישט און ווי באקאנט איז פארגעקומען א זיצונג מיט ר' יונתן שטייף און פאפא רב (וועלכער האט לכתחילה נוטה געווען אויף יא צו מאכן אן עירוב) און די רעזולטאטן איז געווען אז מ'אט נישט אן עירוב געמאכט.

און דאס אז א סאטמארע דיין לערנט אפ אז זיין רבינ'ס מהלך איז געווען אויף נישט צו מאכן קיין עירוב קענט איר שוין ווייטער נישט זאגן אז ער איז משוחד לכאן או לכאן. אבער דאס אז א דיין וועט גיין אנטקעגן די פסק פון די מייסד הקהילה - און דאס אין א קהילה וואס האט אן אלטע מערכה מיט די קהילה וואס איז קעגן דעם עירוב - ווילט זיך זייער שטארק אריינכאפן א געדאנק אז סיז עפעס מער אינוואלווד דא...

פונקט פאקערט. ווען א דיין איז אויף א פעיראל, דערוואגן זאל ער זיך זיך ארויסצושטעלן קעגן די קהילה'ס ליניע (עיין ערך הג"ר יחזקאל ראטה בפרשת סקול דיסטריקט). ס'איז א פלא, אז אלע סאטמארע דיינים פסק'ן לאיסור, בעת פון די נישט סאטמארע איז דא מצדדין לאיסור און מצדדין להיתר. ווי קען זיין אז קיין איין איינציגער פון די וואס זענען אויף סאטמאר'ס פעיראל איז נישט איינגעפאלן להתיר? דער איינציגסטער סאטמארער וועלכע האט מתיר געווען איז געווען הג"ר אברהם לייטנער זצ"ל, וועלכע האט קלאר געזאגט כמה פעמים אז דער פראבלעם איז זיכוי הפת. און הג"ר אברהם איז טאקע נישט געווען אויפן פעיראל. אגב, ער האט אויך געזאגט אז מען מוז מזכה זיין ווייל אויב נישט איז מען מכשיל אידן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

אין דא זעהט מען אויך דאס רשעות פין די שבת שרייער'ס, זיי ווייסען אז זיכוי הפת איז פין די גרעסטע פראבלעמען פינעם עירוב, אין דאך ווילען זיי נישט זוכה זיין אינעם פת חאטש זיי ווייסען אז ס'וועלען סייווי זיין אזאלכע וואס טראגען, ס'גייט זיי נישט אן אז יענער ווערט נכשל אין חילול שבת, אבי להגדיל הפארטיי, דאס איז די פינטעל פין די מערכה נישט חילול שבת,

אין צי איש חסיד נאכאמאל, ווען די מערכה וואלט ווען אנגעפירט געווארען דורעך ערליכע אידען מיט יראת שמים וואלט געווען איין זאך, אבער אז ס'ווערט אנגעפירט דורעך ר' זלמן לייב טייטעלבוים, אין משה פרידמאן וכת דילהון, ווינדערט עס פארוואס פונקט יעצט האבען זיי זיך דערמאנט אז ס'דא א באשעפער אין א תורה, אלא מאי (דא דרייט מען מיטען גראבען פינגער) מיז דאך זיין אז ס'איז ריין פאליטיק, זיכער איז דא א פאר נאאיווע נאכשלעפער וואס מיינען עס נעבעך ערענסט, אבער די יסוד פין די מערכה איז אין פאליטיק, אין דאס איזעס, ממילא וואלט געווען א קלוגע זאך אז די זאלסט נישט פארלירען קיין שלאף דערוועגען,
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך זר זהב »

איך ווארט נאך פאר ענטפער/פשט וויאזוי א גאנצע קהילה נעמט אן א פסק פון זייער דיין וואס גייט לגמרי אגעינסט די פסק פון זייער ארגינעלן מנהיג און פוסק. מיך אינטערעסירט נישט ווי הייליג ר' פישעלע איז, זאל ער זיין א מלאך א שרף אדער משיח אליין! די איידיע אז א גאנצע קהילה זאל אזוי אין הארמאניע אננעמען פארקערט פון זייער רבי'ן שרייט ארויס עפעס טיעפערס......

יעצט זאג מיר נישט אז ר' פישעלע איז ערליך און אז ער מעג בלא בלא בלא, נישט דאס איז מיין פוינט דא.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

ידען האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:איך שטיי און שטוין!

עטץ זענטס טאקע אזוי נאריש??

רבי פישעלע זאל מאריך ימים זיין איז דען ביכולת צו זיין א בעל מכשיר פאר א עירוב אין אזא גרויסע שטאט ווי וויליאמסבורג???

גערעכט.

ר׳ פישעלע איז א נידעריגער און א קליינטשיגער, און קען טאקע נישט געבן א הכשר אויף אזא גרויסע שטאט וויליאמסבורג...

ווי גרויס דארף מען טאקע זיין צו קענען געבן א הכשר אויף אזא גרויסע שטאט?

אז מע איז גרויס אין די ברייט איז אויך גוט?...

מאך דיך נישט נאריש!

דו ווייסט פונקליך פון וואס איך רעדט.

רבי פישעלע איז אן אלטער איד וואס רירט זיך קוים, און א הכשר אויף א עירוב פון א ריזיגער שטאט איז נישט מעגליך אז ער קען געבן.

זייער סימפעל!
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

זר זהב האט געשריבן:איך ווארט נאך פאר ענטפער/פשט וויאזוי א גאנצע קהילה נעמט אן א פסק פון זייער דיין וואס גייט לגמרי אגעינסט די פסק פון זייער ארגינעלן מנהיג און פוסק. מיך אינטערעסירט נישט ווי הייליג ר' פישעלע איז, זאל ער זיין א מלאך א שרף אדער משיח אליין! די איידיע אז א גאנצע קהילה זאל אזוי אין הארמאניע אננעמען פארקערט פון זייער רבי'ן שרייט ארויס עפעס טיעפערס......

יעצט זאג מיר נישט אז ר' פישעלע איז ערליך און אז ער מעג בלא בלא בלא, נישט דאס איז מיין פוינט דא.

דאס לגמרי נישט ציטוהן מיט די אישו, לאמיר זאגען אז קלוזענבורג איז אפגעפרעגט, איז אשר על כן ? יעצט ווערט סאטמאר אויס אפגעפרעגט, ס'דא גענוג זאכען וואס סאטמאר קהילה טוט אנדרעש ווי ס'געווען די רצון פינעם בעל דברי יואל, זיי זענען א באנדע היפאקריטען וואס האבען ליב צי האבען מאכט, אין ניצען דעם בעל דברי יואל ווען זיי דארפען אים, זייט תשכ"ח טוען זיי וואס זיי ווילען, אין זאלען זיי נישט קומען יעצט שרייען די רבי זי"ע, שקרנים אין כזבנים
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך זר זהב »

זיי ווערן נישט אפגעפרעגט, איך זאג נאר אז דאס איז מיין -און נישט נאר מיינ'ס- פראוו אז זיי טוען עס ווייל זיי ווילן אפטוען סאטמאר און וועגן דעם פייט סאטמאר צוריק, גאט איט ??

אגב וואס טוען די סאטמארע אנדערש פונעם בעל דברי יואל ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

זר זהב האט געשריבן:זיי ווערן נישט אפגעפרעגט, איך זאג נאר אז דאס איז מיין -און נישט נאר מיינ'ס- פראוו אז זיי טוען עס ווייל זיי ווילן אפטוען סאטמאר און וועגן דעם פייט סאטמאר צוריק, גאט איט ??

זייער פיין, יעצט האסטע חאטשיג מודה געווען אז ס'נישט קיין מערכה לשם שמים,
ס'איז פשוט א קינדערישע פייט צווישען צוויי פארטייען,

אין למעשה קען סאטמאר נישט געווינען אין די עירוב גייט ווייטער אן,
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

יידל האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:וויאזוי קען זיין במציאות אז אדווארי רב זאל קענען געבן א הכשר??...
ער האט נישט געקענט גיין קיין 5 טריט אהן זיך אנלאנען אויף 5 מענטשען!
כש"כ וכש"כ נישט געבן קיין הכשר אויף הונדערטער גאסן ארום וומ"ס...
קאם אן! זיי רעאליסטיש....

זעט אויס אז מיר רעדן נישט פון דער זעלבער מענטש. מיר רעדן פון הג"ר שלום קרויז זצ"ל, אב"ד אודווארי. 9 יאר צוריק איז ער געווען גוט אין די כלים. און בכלל, געבן א הכשר מיינט נישט ארום קלעטערן די גאנער עירוב, אזוי ווי קרעקער האט שוין שיין ארויסגעברענגט דא.
איש חסיד האט געשריבן:פלאפלען ארויף, פלאפלען אראפ, איך ווייס נישט וואס אין משמרת איז געשטאנען, בעיני ראיתי! מיך זאלסטו נישט פארקויפן קיין מעשיות... אפפאל איז א טיטול אויף זיי..

איך בין נישט קאנווינסד. ווייסטו וואס? לאמיך זען צו דו קענסט נאכזאגן אפילו פיר נעמען וואס זענען דעמאלטס געשטאנען אויפן צעטל, און אזוי וועל איך וויסן אז דו זאגסט טאקע נישט נאך משמרת חומותינו.
איש חסיד האט געשריבן: הער אויף מיט דיין געפייגערטע שטיק... און דריי דיך נישט ארויס מיט קיין קינדערישע מעשיות!!

דו מיט אלע קלויזנבורגער מענטשען שרייען אז זיי קענען נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט נאך מענטשן וואס זענען מחלל שבת!
האב איך דיר געגעבן צו פארשטיין און צולייגט אויף קליין געלט, אז דיין קורץ קעפיגער שכל זאל עס אויך פארשטיין אפילו דו ווילסט נישט....

פונקט ווי דו פארשטייסט אז ווען דיין שכן אין ביהמ"ד איז געגאנגען צום אנדערען רבין האסטו אים געטוהן ערגערע זאכן ווי שרייען שבת, "אהן קיין שום היתר און פסק פון א רב"!! זאלסטו אויך פארשטיין אז יענער שרייט שבת "מיט א היתר ופסק הלכה פון א רב"!!

איך פארשטיי כ'בין געגאנגן צו טיף אבער פארפאלן בע"כ וועסטו עס מוזן פארשטיין...

א. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך האב א פראבלעם מיטן שרייען. אנטשולדיגטס מיר, אבער איך מיין אז מרוב כעס זענען אייער אויגן פארגלייזט געווארן, און איר האט נישט רעכט געקענט אפלייענען ווער האט געשריבן וואס.
און אויב ווילסטו ניצן אזעלכע קינדישע סופערלאטיוון ווי "געפייגערטע שטיק", און זיין פארנומען מיט מיך אטאקירן אנשטאט רעדן צום זאך קענסטו האבן דאס גאנץ אשכול במתנה גמורה, און דאס אנפירקלען וויפיל דו ווילסט. אז דו ווילסט מען זאל דיר ענטפערן, פארמינער אביסל דיין באניץ פון צודרייטע לשונות און אויפגעבלאזענע פערזענליכע אטאקעס.
איש חסיד האט געשריבן: מ'"לויפט" נישט נאך קיין פרויען...
ס"ה שרייט מען שבת אויף קערעדזשעס!!!

און די קערידזשעס פארן פון זיך אליין? לעצטע מאל כ'האב געקוקט, ווערן די קעריזשעס געשטופט דורך פרויען.
איש חסיד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הרב מאיר מאייעס דומ"ץ בעלזא
הרב יעקב זיידא דומ"ץ וויזניץ ב"ב
הרב הערשקאוויטש מו"ץ בקלויזענבורג (זון פון הג"ר פישעלע)
הרב יצחק גאלדבערגער מו"ץ בפאפא ובבית הוראה דקארלסבורג
הרב קרויז, אב"ד אודווארי

איך גיי נישט אריין צו ס'איז אמת צו נישט...

אבער ירא הקהל וישפוט! דאס איז די האלב אדער גאר רוב דיינים פון וומ"ס פון וואס מ'רעדט דא וואס פסקנע'ן להיתר....

ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן ווערן דיינע אויגן פארגלייזט, ווארשיינליך פון כעס. אורח האט געפרעגט וועגן די בעלי מכשירים, נישט וועגן די וואס געבן א היתר. אז דו ווייסט נישט די חילוק שיק מיר אין אישי, איך וועל דיר שיין מסביר'ן.

זר זהב האט געשריבן:איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש. וויאזוי קען א דיין/רב (ר' פישעל ה"וו) פון א קהילה פסק'נן ממש פארקערט אווי דער אייגענער מייסד הקהילה האט גע'פסק'ט ???

אין דברי יציב פסק'ט דער קלויזענבורגער רב בפירוש אומצוויידייטיג אז מ'קען נישט מאכן אן עירוב אין ברוקלין! ---- איך זעה אז ר' פישעל קען טאקע זאגן פארקערט, אבער וואספארא סענס מאכט דאס ? ס'איז אזוי ווי למשל ר' יח"מ פריעדמאן זאל היינט זאגן פאר סאטמאר חסידים אז מ'מעג גיין צום כותל...

דאס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז יא עפעס טיפערס אין דעם עירוב.... עפעס א סארט שנאה מקלקלת.

ווייסט פארוואס? ווייל ביי נארמאלע מענטשן איז נאך דער אמת שולט בכיפה. הג"ר פישעלע האט דורכגעלערנט די סוגיא און איז צוגעקומען צו א מסקנה להתיר. זייט ווען טאר ער נישט זאגן זיין פסק ווייל זיין רבי האט גע'פסק'נט אנדערש? אנשטאט פארשטיין די געוואלדיגע ערליכקייט און אמת'קייט פון ר' פישעלע אז ער זאגט זיין דעת ווי אן אמת'ער פוסק, פרעגסטו פארוואס ער שפילט נישט מיט די תורה פאליטיק?
מענין לענין, הערט א סיפור. ווען הג"ר שמחה בונם וואלדינבערג, מו"ץ בעדה החרדית, איז ארויסגעקומען שארף קעגן די סקול דיסטריקט אין קרית יואל, האט דער זעלבער פארשוין וועלכער פירט די מערכה אנטקעגן די עירוב, זיכער געמאכט אז הרב וואלדינבערג זאל פליען פון די עדה. וכך הווה. האט זיין פאטער הג"ר אליעזר וואלדינבערג געזאגט, קוקטס, איך בין שוין 40 יאר אין די רבנות הראשית, און קיינער האט מיך נאך קיינמאל נישט איינגעטיילט וויאזוי צו פסק'ן (אז מ'קוקט טאקע אין ציץ אליעזר זעט מען גענוג תשובות וועלכע זענען קעגן די ציוניסטישע שטעלונג.) מיין זון לאידך גיסא, דערוואגט נאר צו זאגן זיין מיינונג, און מען ווארפט אים ארויס ווי א הינט דערפאר.
מיין נקודה איז אז הג"ר יח"מ פריעדמאן גייט קיינמאל נישט מתיר זיין עפעס וואס סאטמאר רב האג גע'אסר'ט, נישט ווייל ער גייט קיינמאל נישט צוקומען צו א פארקערטע מסקנה ווי ס"ר, נאר ווייל ער איז איינגעשטעלט אין א פלאץ ווי פאליטיק קומט פאר תורה. משא"כ הג"ר פישעלע. דו"ק ותבין.
אורח האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הרב מאיר מאייעס דומ"ץ בעלזא
הרב יעקב זיידא דומ"ץ וויזניץ ב"ב
הרב הערשקאוויטש מו"ץ בקלויזענבורג (זון פון הג"ר פישעלע)
הרב יצחק גאלדבערגער מו"ץ בפאפא ובבית הוראה דקארלסבורג
הרב קרויז, אב"ד אודווארי

פון וואו שטאמט די ליסטע? האבן זיי אמאל געגעבן א הכשר בכתב?

די ערשטע דריי יא. די לעצטע צוויי האב איך געהערט פון זיי בע"פ.
אךשמח האט געשריבן:ר' יעקב זיידא שליט"א האט מיר אמאל געזאגט אז אין דער אלטער היים איז נישט געווען אזא מהודר'דיגע עירוב ווי היינט אין וויליאמסבורג.

ער האט עס מסתמא נאכגעזאגט פון הג"ר פישעלע (פון וועם איך האב עס געהערט).
אךשמח האט געשריבן:בשם ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האב איך געהערט אז ער האט געענטפערט פאר אידן וואס האבן אים אנגעפרעגט אויב מען מעג טראגן אז ר' יעקב זיידא איז א איד א ת"ח וואס ווייסט ווער עס זענען די וואס קוקן איבער דעם עירוב יעדע וואך, און מען קען זיך אויף אים פארלאזן.

היינט קען זיין וועט ער אנדערש זאגן, אבער ער האט בשעתו מפרסם געווען אז דאס וואס זיין נאמען פיגורירט אויף דעם איסור העירוב איז געווען אן ארויסגעצווינגענער און ער האט זיי קלאר געהייסן ארויסנעמען פארשידענע ווערטער וואס זיי האבן יא אריינגעלייגט.

הג"ר ישראל דוד איז נישט דער איינציגסטער. בשם הג"ר שמעיה גרינבוים (וואס איז אויך פון די אונטערגעשריבענע) האב איך געהערט די זעלבע.
זר זהב האט געשריבן:גערעכט, אבער דאס אז דער בעל דברי ויואל משה איז געווען משוחד דאס קענסטו נישט זאגן, ער האט בשעתו דן געווען צי מ'זאל מאכן צי נישט און ווי באקאנט איז פארגעקומען א זיצונג מיט ר' יונתן שטייף און פאפא רב (וועלכער האט לכתחילה נוטה געווען אויף יא צו מאכן אן עירוב) און די רעזולטאטן איז געווען אז מ'אט נישט אן עירוב געמאכט.

און דאס אז א סאטמארע דיין לערנט אפ אז זיין רבינ'ס מהלך איז געווען אויף נישט צו מאכן קיין עירוב קענט איר שוין ווייטער נישט זאגן אז ער איז משוחד לכאן או לכאן. אבער דאס אז א דיין וועט גיין אנטקעגן די פסק פון די מייסד הקהילה - און דאס אין א קהילה וואס האט אן אלטע מערכה מיט די קהילה וואס איז קעגן דעם עירוב - ווילט זיך זייער שטארק אריינכאפן א געדאנק אז סיז עפעס מער אינוואלווד דא...

פונקט פאקערט. ווען א דיין איז אויף א פעיראל, דערוואגן זאל ער זיך זיך ארויסצושטעלן קעגן די קהילה'ס ליניע (עיין ערך הג"ר יחזקאל ראטה בפרשת סקול דיסטריקט). ס'איז א פלא, אז אלע סאטמארע דיינים פסק'ן לאיסור, בעת פון די נישט סאטמארע איז דא מצדדין לאיסור און מצדדין להיתר. ווי קען זיין אז קיין איין איינציגער פון די וואס זענען אויף סאטמאר'ס פעיראל איז נישט איינגעפאלן להתיר? דער איינציגסטער סאטמארער וועלכע האט מתיר געווען איז געווען הג"ר אברהם לייטנער זצ"ל, וועלכע האט קלאר געזאגט כמה פעמים אז דער פראבלעם איז זיכוי הפת. און הג"ר אברהם איז טאקע נישט געווען אויפן פעיראל. אגב, ער האט אויך געזאגט אז מען מוז מזכה זיין ווייל אויב נישט איז מען מכשיל אידן.

פון דיין לאנגע מגילה זעה איך איין זאך:

"דו חלומ'סט הויעך"!!
-
איך ווייס נישט צו דו האסט געקענט אדווארי רב בכלל! אבער איך אלס מתפלל ביי אים אין ביהמ"ד האב איך פונקליך געזעהן וואס דארט טוט זיך.
אויב זאגסטו אז אין די עדה האט מען געצווינגען האב איך פאר דיר גרויס נייעס:
אדווארי רב האט מען סתם אריינגענארט.... נישט די שקצים די סאטמארער! "נאר זיינע אייגענע זוהן און אייניקעל!!!"
ער איז דעמאלטס געווען גוט גוט שוואך און איז געווען אנגעוויזן אויף יענעמס הילף, און איז געווען גאר ווייט פון געבן א הכשר פאר א וומ"ס עירוב.

דאס איז שוין אויסער דעם אז פאר די עירוב האט זיך געגרינדעט האט ער צוגעזאגט פאר מענטשען אז ער גייט קיינמאל קיין הכשר נישט געבן (וכך הוה..).

-
בנוגע די ועד העירוב ליסטע, גראדע געדענק איך יא אפאר נעמען, אבער איך וואלט עס ענדערש געוואלט אפירזוכן און ארויף לייגן דא ברבים, ענק דארפן דאך עס זיכער האבן... נו אדרבה שטעלטס דאס אהער!

-
ווען איך שרייב פון ענקער היפאקראטיע וואס שרייען אויף די שבת -שרייערס, מיין איך נישט דיר פארזענליך, איך רעדט פון די קרייזן קל"ב וכדו' וואס במציאות הערן זיי נישט אויף שעלטן און אויב זיי קענען שלאגן זיי אויכעט פארן הארבן "חטא" פון שרייען שבת ע"פ פסק הרבנים.

-

יעצט העמיר צוקומען צום רבי פישעלע דידן...!!

איך האב הנאה ווי מ'מאלט דא אראפ אז ר' פישעלע איז נישט מער ווי א בעל מסירת נפש.... פשוט ער ברעכט זיך נישט פאר קיין טעראר... אפילו זיין רבי האט געפסקענט אנדערש דאך וועט ער זיך נישט לאזן פארפירן פון "אייגענע אינטערעסע"!!

קודם וולט געווען אינטערענסאנט צו כאפן א בליק פון זיין בעקראונד:

ר' פישל איז א שונא מובהק פאר סאטמאר כידוע, און איך זאג סאטמאר מיין איך טאקע רביה"ק מסאטמאר זי"ע, ער האט נאך אייגענע חשבונות נאך פונדערהיים פון די מחלוקה אין שטאט קראלי... (נע! ער האט נישט קיין אייגענע אינטערעסע...). אזוי ווייט אז די איינציגסטע מסורה וואס ער האט מיטגעברענגט פון דער אלטער היים איז די מחלוקה אנקעגן סאטמאר... איך רעדט שוין נישט אז ער טרעט נישט איבער דעם שוועל פונעם סאטמארען ביהמ"ד, נאר אפילו אדורך וואקן די גאס פון טריפה'נעם סאטמארער שול איז אסור... (אבער דער עירוב איז מותר...).
רבי הערשעלע ספינקא'ער זי"ע (א זוהן פון רבי אביש'על קראלי'ער זי"ע) האט ער אויך פיינט געהאט פאר זיין חטא פון זיך איבערבעטן מיט סאטמאר און נישט אויסגעהאלטן זיין ידידות צו אדמור"י בית סאטמאר!!

נו יעצט קומט אהער און שטעלט איך אין א גראדע רייע:

זאגטס הויעך! "וואס איז דער דעת תורה?? און וואס איז זיין אייגענע אינטערעסע???"

בלויז צו גיין קעגן זיין בלוט שונא סאטמאר וועט ער זיך צוזאם שטעלן מיט די חברה לצים און מכשיל זיין את הרבים מדי שבת בשבתו!

ער וועט נישט אננעמען א פסק פון א אייגענעם רבין וואס שרייבט אין דברי יציב לאיסור אלעס "נאר" פאר זיין ""אייגענע אינטערעסע"" צו אונטערברענגן די סאטמארער מאנאפאלי!!!!

נו? ער מיינט עס נאך אלטס אמת'דיג....?
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פינטאו »

יאנקל האט געשריבן:איך וואלט געקענט באשטיין אז די סאטמארער מתנגדי העירוב זאלן מיר ענטפערן אויף די פאלגנדע פראגעס:

1) דער סאטמארער רבי ז"ל האט געגעבן פאר'ן ראצפערטער רבי'ן ז"ל עטליכע הונדערט דאלאר צו מאכן אן עירוב. צי וואלט ער אויך געגעבן א נדבה פאר הערצל צו בויען א מדינה אפילו ער איז געווען דערקעגן?

2) געוויסע ענטפערן אז דער סאטמארער רבי האט געוואוסט אז דער ראצפערטער רבי איז א רחמנות, און ער וועט סיי-ווי נישט מצליח זיין. דער פאקט אז ער האט יא מצליח געווען, און האט פאקטיש ארומגענומען וויליאמסבורג מיט אן עירוב פאר א קורצער צייט, ווייזט אז דער סאטמארער רבי האט זיך שטארק טועה געווען מיט'ן אפשאצן דעם ראצפערטער?

3) ביי די פארשידענע צוזאמקונפטן קעגן דעם עירוב האט שוין עטליכע מאל אויפגעטרעטן הרב ווייס פון מאנשעסטער, וועלכער דערציילט ווי דער סאטמארער רבי האט אים קלאר געזאגט אז ער האט מורא אז וויליאמסבורג איז א רשה"ר דאורייתא. וויאזוי שטימט דאס מיט דעם פאקט אז דער סאטמארער רבי אליין האט זיך געמאכט אן עירוב אויף בעדפארד עוועניו, און אז סאטמאר האט אלעמאל ערלויבט (און דער "ביד"צ" ערלויבט עד היום) עירובין ביי די פראדזשעקט סוכות?

4) וויאזוי האט האדמו"ר זלמן לייב ט"ב געקענט מאכן אן עירוב ווען ער האט געוויילט שבת אין בארא פארק עטליכע יאר צוריק אין דער צייט וואס איינוואוינער פון דער גאס האבן מוחה געווען אויף דעם זיכוי פת?

5) וויאזוי האבן זיך די דייני ה"ביד"צ" געוואגט ארויסצוגעבן א צעטל מיט א פרעכער שקר אז דער עירוב אויף ראדני סטריט האט נאר געדינט די גוים ווען יעדער איינציגער איד וועלכער האט נאר אמאל אריינגעטרעטן אין סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט קען מעיד זיין אז יעדער האט זיך באנוצט מיט'ן עירוב?

6) אויב איז עס א רשה"ר דאורייתא, וויאזוי מעגן פרויען טראגן דזשולערי?

7) אויב איז עס א רשה"ר דאורייתא, היתכן מען מאכט ברית מילה אין ביהמ"ד שבת?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך זר זהב »

צי די עירוב פארטיי האט דעווינען איז דעבעטעבל. איך בין געווען אין ווילי דעם שבת איך האב נישט געזען קיין איין טראגער! אויב דאס הייסט א געווינס, מסכים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פינטאו »

מען טראגט, אבער גאר שוואך. גערעכט צי נישט, דאס שרייען האלט אפ א גרויסן עולם פון טראגן.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

יאנקל האט געשריבן:איך וואלט געקענט באשטיין אז די סאטמארער מתנגדי העירוב זאלן מיר ענטפערן אויף די פאלגנדע פראגעס:

1) דער סאטמארער רבי ז"ל האט געגעבן פאר'ן ראצפערטער רבי'ן ז"ל עטליכע הונדערט דאלאר צו מאכן אן עירוב. צי וואלט ער אויך געגעבן א נדבה פאר הערצל צו בויען א מדינה אפילו ער איז געווען דערקעגן?

2) געוויסע ענטפערן אז דער סאטמארער רבי האט געוואוסט אז דער ראצפערטער רבי איז א רחמנות, און ער וועט סיי-ווי נישט מצליח זיין. דער פאקט אז ער האט יא מצליח געווען, און האט פאקטיש ארומגענומען וויליאמסבורג מיט אן עירוב פאר א קורצער צייט, ווייזט אז דער סאטמארער רבי האט זיך שטארק טועה געווען מיט'ן אפשאצן דעם ראצפערטער?

3) ביי די פארשידענע צוזאמקונפטן קעגן דעם עירוב האט שוין עטליכע מאל אויפגעטרעטן הרב ווייס פון מאנשעסטער, וועלכער דערציילט ווי דער סאטמארער רבי האט אים קלאר געזאגט אז ער האט מורא אז וויליאמסבורג איז א רשה"ר דאורייתא. וויאזוי שטימט דאס מיט דעם פאקט אז דער סאטמארער רבי אליין האט זיך געמאכט אן עירוב אויף בעדפארד עוועניו, און אז סאטמאר האט אלעמאל ערלויבט (און דער "ביד"צ" ערלויבט עד היום) עירובין ביי די פראדזשעקט סוכות?

4) וויאזוי האט האדמו"ר זלמן לייב ט"ב געקענט מאכן אן עירוב ווען ער האט געוויילט שבת אין בארא פארק עטליכע יאר צוריק אין דער צייט וואס איינוואוינער פון דער גאס האבן מוחה געווען אויף דעם זיכוי פת?

5) וויאזוי האבן זיך די דייני ה"ביד"צ" געוואגט ארויסצוגעבן א צעטל מיט א פרעכער שקר אז דער עירוב אויף ראדני סטריט האט נאר געדינט די גוים ווען יעדער איינציגער איד וועלכער האט נאר אמאל אריינגעטרעטן אין סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט קען מעיד זיין אז יעדער האט זיך באנוצט מיט'ן עירוב?

פונעם ראצפערטער האסטו דאך גוט געענפערט (ווער ס'האט אים געקענט פארשטייט עס בעסער. שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך!)

לכאורה וואס הרב ווייס מיינט צו זאגן אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט חושש געווען אויף א ספק פון רשות הרבים דאורייתא, און אדרבה צייג מיר אויף בעדפארד ווי מ'האט געמאכט א עירוב?!

רביה"ק האט געגעבן רשות ביי א פראדזשעקס נאר אויף א שבת חול המועד, און געשיקט נאך יו"ט ר' יחזקאל שמש זאל עס אראפ רייסן!

ביי די שבת אין ב"פ האט מען דען געהערט אז איינער זאל שרייען שבת און זאגן אז ער איז נישט מוחה אינעם פת?? איך מיין נאר אויפן אינטערנעט האט מען מוחה געווען... וד"ל. איינער האט כאטש געשריבן בכתב?? דאהי האבן שוין טויזנטער געשריגען אז מיר נעמען ווילן נישט האבן קיין חלק אינעם פת!

אמת אז ביי די עירוב ראדני האבן טאקע אויך מענטשען געטראגן, אבער לכתחלה די טעם פארוואס מ'האט עס געמאכט איז געווען פאר די גוים! און היות ענק האבן געשריבן דעמאלטס אז הגאון ריח"מ שליט"א איז אויך מסכים צום עירוב וועגן ער מאכט אויף ראדני סט. האט ער עס געהייסן מבטל זיין!
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך פינטאו »

איש חסיד האט געשריבן:אמת אז ביי די עירוב ראדני האבן טאקע אויך מענטשען געטראגן, אבער לכתחלה די טעם פארוואס מ'האט עס געמאכט איז געווען פאר די גוים! און היות ענק האבן געשריבן דעמאלטס אז הגאון ריח"מ שליט"א איז אויך מסכים צום עירוב וועגן ער מאכט אויף ראדני סט. האט ער עס געהייסן מבטל זיין!

יארן לאנג האבן זיך טויזענטער אידן זיך באנוצט דערמיט, פארוואס האט מען קיינמאל נישט מוחה געווען דערויף?
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך ברוין »

איך וואלט ווען אריין גערעדט דא, אבער די ארסענאל פון ! ... און ??? איז ליידיג.

הרב 'איש חסיד' איר קענט פראבירן צו ענטפערן אויף וואס מ'פרעגט אן אטאקירן און ניצן סימבאלן? און ווען איר שרייבט עפעס ברענגט ביטע א מקור צו דעם. יישר כח
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

ברוין האט געשריבן:איך וואלט ווען אריין גערעדט דא, אבער די ארסענאל פון ! ... און ??? איז ליידיג.

הרב 'איש חסיד' איר קענט פראבירן צו ענטפערן אויף וואס מ'פרעגט אן אטאקירן און ניצן סימבאלן? און ווען איר שרייבט עפעס ברענגט ביטע א מקור צו דעם. יישר כח

רעדט מיין קינד רעדט!

לאז ארויס זייטיגע זאכען, גיי צו די פוינט!

וואס באדערט דיך? 'סאטמאר'??

איי פיל יאר פעין...
פארשפארט