צי קענמען ברייט און אפן דעבאטירן סיי וועלכע סוגיא אין ק"ש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

צי קענמען ברייט און אפן דעבאטירן סיי וועלכע סוגיא אין ק"ש

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז מיר נולד געווארן א ספק אויב די טאן געבערס (אפיציעלע און אומ-אפיציעלע) דא אין קאווע שטיבל לאזן צו אז סיי וועלכע טעמע (סוגיא) וועלכע ווערט ארויפגעברענגט צו דעבאטירט ווערן קען טאקע אויסגעשמועסט ווערן פון אלע זייטן פריי און אומבאגרעניצט. אדער באנוצט מען זיך מיט דעם ..."שטעקן" פון ..."תקנות"...כדי צו באגרעניצן די מעגליכקייטן פון די מגיבים אפצוענטפערן זייער פראטאגאניסט. אדער ארויסצוברענגען א געוויסע שטארקע נקודה. ווייל ס'לויפט מעגליך אקעגן די סענסיביליטעטן אדער די אגענדא פון געוויסע יחידים אדער גרופס.

וואס האט מיך געמאכט טראכטן איבער די שאלה איז, אז בשעת מ'האט דעבאטירט א געוויסן ענין, האביך ארויסגעהויבן א געוויסע (שטארקע) נקודה פון א צווייטן, ענליכן ענין. און כ'האב באמערקט (אזוי ווי כ'האב דערווארט) אז ס'האט אנגערירט די סענסיביליטעטן פון דעם גאר חשוב'ן יחיד שליט"א. און ער איז באלד געקומען (איידעלערהייט, פארשטייצעך) און גענוצט דעם ..."תקנות"... שטעקן...!

ס'איז געווען נאך א מעמבער, וואס איך מיין אז יענער איז שוין בעלמא דקשוט. בגן עדן תהא מנוחתו. וועלכער האט געקענט פארברענגען טעג און בלעטער און גאנצע גיגא-בייטס צו דעבאטירן אויב א געוויסער פאקט איז יא געשעהן אדער נישט. און אויב איינער האט געהאט די ..."חוצפה"... צו זאגן א ווארט איבער אן ענליכן ענין אדער טעמע האט ער געשריגן אז מ'פיהרט אראפ דעם אשכול פון די רעלסן. כלשונו..."מ'פארדרייט דעם אשכול"...!

גוט. ער איז דאך געווען פון ליטווישן חדר. כאטש זיינע עלטערן זענען געווען אונגאריש-אפשטאמיגע אידן. אזוי ווי א טייל פון מיינע שכנים וועם איך האב געקענט. וואס אין די כ' און ל' יארן האבן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען אין ליטווישע ישיבות...! זענען זיי אויסגעוואקסן ליטוואקעס. פון בודאפעסט און פון דעברעצין. ווייל זייער הילוך המחשבה איז געווארן א ליטווישער...!

אשר על כן ווילל איך אנפרעגן ביי די חשוב'ע ליינער, שרייבער און מגיבים אויף קאווע שטיבל. וועלכע זענען זיכער שטערקערע דעבאטירער און מתווכחים פון מיר. אויב מ'מעג בשעת א דעבאטע ארויסברענגען א צווייטע, ענליכע נקודה. אדער ס'הייסט...."פארדרייט דעם אשכול"... און איך דערווארט אז א יעדער זאלל ארויסזאגן זיין מיינונונג בקיצור או באריכות. כיד ה' הטובה עליו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: לויט ווי איך זעה איז דער אשכול כ'עיסה שנחתומה מעיד עליה...נאר. כ'קען פארשטיין. היינט נאכט איז דאך זאת חנוכה. און דער עולם איז פארנומען צו זינגען זמירות ביי די חנוכה ליכט. און גיין צו די רביס' טישן. און אויך בדחנ'ען אויף חתונות...! אבער יעצט איז דער עולם שוין צוריקגעקומען פון אט די אלע מסיבות. איז לאמיר דערווארטן צו הערן פארשידענע מיינונגען איבער די שאלה וואס איך האב געפרעגט... ויהי נועם...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך געדענק נישט מען זאל ניצען דער תקנות שטעקען, אבער די זאלסט אז דער ליטוואק איז געוועהן א מנהל? קען עס זיכער זיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

בערל ס'הייבט זיך אן ביי א פיצא ס'גייט צו א סענדוויטש וכו'
דו ווילסט נאר ארויסברענגען א נקודה און יענער וויל אויך ביז ס'ווערט א "קאנעקט דע דאטס"
נעם א ביישפיל פון קאך_לעפל'ס אשכול יענער האט נאר געפרעגט וואס איז מיט התגרות באומות, און יענער האט נאר געענפערט, ביז ס'איז געווארן א שיעור כללי אין ויואל משה
יעצט, ווען דער פותח איז נישט מקפיד, כגון דא, ווי ס'איז עכט נישט דא ווי צו פירן די שמועס ווייטער, נו פארוואזשע נישט, זאל דער עולם שמועסן און פארברענגען.
אבער אויב איז דאס אן אשכול געווידמעט אויף א געוויסע טעמע, למשל העניך'ס אשכול וועגן אפהיטן קאראנע רעגולאציעס ביים היימישן עולם, וויל ער נישט פארפירן זיין אשכול. ער וויל צוקומען צו עפעס.
ער ענטפאנגט אלע פראגעס בסבר פנים, אבער נישט דארט, גייט ארויס און קיטשען שלאגטס ענק אויס און לאזט מיר שלאפן...

איך האב זייער גוט פארשטאנען העניך'ן ווען ער האט מיר געענפערט אז איך זאל עפענען אן אייגענער אשכול פאר מיין פראגעס
פארשפארט