רעוויזיאניסטן, בונדיסטן, ציוניסטן.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: דער גרויסער פאעט (און טייל זאגן, אפיקורס.) חיים נחמן ביאליק האט געלערנט צוזאמען, און אפשר גאר בחברותא מיט דעם גרויסן ראש הישיבה ר' ברוך בער לייבאוויטש זצ"ל. אין נבהרדוק...!

איבערן קשר פון ביאליק מיט גדולי ישראל ווערט דערציילט אז ביאליק האט געשיקט זאגן פארן ראגאטשאווער אז ווען ער זאל זיך אריין לייגן אין וויסנשאפט וואלט מען פון זיין מח געקענט מאכן צוויי איינשטיינס, האט דאר ראגאטשאווער רעאגירט אז ווען מען צושטויסט א דורכשניטליכן מענטשןס מח קען מען פון איעדן ברעקל פראדוצירן א ביאליק......
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: אין רוסלאנד זענען קיין קאטאליקן (כמעט) נישט פארהאן. די נאציאנאלע רעליגיע ביי די גויים די רוסן איז די פראוואסלאוונע רעליגיע. אויף ענגליש הייסט עס ..."גריכיש ארטאדאקסיש"...!

איין קליינע באמערקונג, די רוסישע קירכע רופט זיך ״רוסישע ארטאדאקס״, און שטייט אין שפיץ פונעם פאטריארך פון מאסקווע און אלע רוסן. גריכיש ארטאדאקס איז די נאמען פון די גריכישע קירכע וואס שטייט אין שפיץ פון ניין פאטריארכן אין שפיץ פונעם פאטריארך פון קאנסטאנטינאפאל. ביידע זענען א טייל פון די מזרח ארטאדאקסישע קירכעס (Eastern Orthodox churches) וועלכע האבן זיך אפגעריסן פונעם אלוועלטליכן (קאטוילישע אין גריכיש) ארטאדאקסישע קירכע, וואס שטייט אין שפיץ פונעם פויפסט פון רוים, אינעם גרויסן טיילונג פון 1054. (מיט א צוויי יאר צוריק האט די רוסישע קירכע זיך אויך אפיציעל אפגעטיילט פון די מזרח ארטאדקסישע קירכע... עיין ערך Moscow–Constantinople schism.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט