דארפסט באקומען א טעראפיסט זאל אים לערנען סאשעל סקילס.
שטופ נישט אפ, דער פריער דער בעסער.
קענסט באקומען פין פי טרי פאר בחינם (כינים).
איך זיך חברים פאר מיין קינד
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
גר ותושב האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:אויב דער פראבלעם איז סאושעל סקילס , איז נישט גענוג די צייטווייליגע באנדאזשן , עס קען אסאך שטערן שפעטער אין לעבן.
איך געדענק מיך אויך אייביג אפרעדן אז איך האב נישט קיין חברים, און היינט ווייס איך אז מיין פראבלעם איז סאושעל סקילס, און עס שטערט מיך נאך ביז היינט.
איך ווייס נאר נישט וויפיל עס איז דא צו טוהן דערוועגן.
Sent from my XT1526 using Tapatalk
מיט קינדער פון די עלטערע כתה קומט ער זיך גראדע זייער גוט אויס איז די פראבלעים איז לכאורה נישט סאושעל סקילס אבער איך וועל האלטן א אויג אויף דאס אויך.
עס ווענד זיך ווי אזוי די באציאונגען מיט די עלטערע קינדער זענען ,
אמאל איז עס א סימן אז עס פעלט געוויסע סקילס ווען איינער שפילט נאר מיט די עלטערע אדער יונגערע קינדער פון עם ,
אמאל קען זיין אז זיי פירען זיך אויף צו עם אן קיין challenges ווייל ער איז יונגער פון זיין און איז נישט קיין competition פאר זיי אבער און זיין אייגענע כיתה ווי יעדער דארף די זעלבע איינערקענונג פון די רבי' , פון די קינדער צווישן זיך קען אמאל זיין שווערער
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
מיין עצה איז געב עים אריין שטארקע קאנפידענס און ווי שטארק געלונגען און קליג ער איז . ווי אויך איינער וואס האט נישט קיין חברים מאכט עס נישט דער מענטש ס' איידענטיפייעט עים נישט מען קען זיי א גאר געלונגענע מענטש אן חברים אויך . איין מאל ער האט סעלף עסטיעם און ער האלט אמת'דיג פון זיך וועט ער שוין נישט דארפן זיכן חברים די חברים וועלן קימען צו לויפן צו עים
כנלע"ד
כנלע"ד
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
די פאלגנדע מחשבות זענען מיר ארויפגעקומען ליינענדיג די שאלה. למעשה ווערט שוין דא אויסגעשמועסט טייל פון די נקודות, ומשנה לא זזה.
דאכט זיך אז דא רעדט זיך פון צוויי פראבלעמען, נישט איינס. זיין אומפאפולער איז איין זאך, נישט האבן חברים איז א צווייטע. גענוג אומסימפאטישע און אפילו פארפיינטעטע מענטשן האבן זיך זייערע חברים, און גענוג באליבטע און אפי' פאפולערע האבן נישט קיינעם וועמען זיי קענען רופן חבר. לאמיר גיין אביסל simplified און שרייבן אז ווען איינער איז אומפאפולער דארף ער ארבעטן אויפן סור מרע, און קונה זיין חברים איז בקום ועשה טוב.
ערשט סור מרע. מעגליך אז ס'איז בכלל נישט זיין פראבלעם, נאר עפעס א פאפולערע בולי האט זיך פארלייגט אויף אים, דארפסטו דאס מברר זיין. אויב נישט, איז מסתבר אז זיינע social skills זענען שוואך, פארהאן אופנים דאס אויסצורייבן. (קען זיין בעסער דורך זיין מאמע, באבע, זיידע, פעטער, עלטערע געשוויסטער, אדער אנדערע באקאנטע). דו שרייבסט אז מיט קינדער פון עלטערע קלאסן קומט ער זיך אויס, דאס איז לאו דוקא א ראי' אז ער האט נישט קיין פראבלעם אין דעם געביט, נאר עס שטערט נישט אזוי ווען א אינגערער פארשטייט נישט וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן. אדרבה, דאס האט מיר אנגעצינדן א רויט לעמפל אז די רעדע איז גאנץ מעגליך פון א קינד מיט א גוט קעפל וואס טרעפט נישט קיין שפראך מיט זיין גיל, אדער ווי מ'רופט עס א nerd. ס'זענען דא ביכער וואס לערנען אויס social skills פאר קינדער מיט אויטיזם און אספערגער'ס (וואס זיי זענען די ultimate nerds). קען זיין גוט.
יעצט איבער עשה טוב. טיילן נאש איז נישט די עצה. דאכט זיך אין kids speak איז דא א זיסע מעשה'לע פון א קינד וואס האט פראבירט אויסצוטיילן נאש פאר יעדן, כדי צו ווערן באליבט, און זיין מלמד האט אים אויסגעלערנט די ריכטיגע וועג. אבער לאמיר דיר דערציילן פון מיין ערפארונג. איך בין געווען א גרויסע nerd און באזייטיגט פון די קלאס, בצר לי האב איך געשיקט משלוח מנות פאר דריי קינדער פון מיין כיתה, אריינגעלייגט אומגעווענליכע מתנות, באגלייט מיט מגילות פון שבחים און גראמען, גאנצעטע פיוטים. כ'האב גארנישט געהאט דערפון חוץ פון עגמ"נ און בושות. זע אויך וואס [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] ברענגט אז דרויסנדיגע השפעות זענען געווענליך גורם דאס פארקערטע.
לאמיר עס אביסל מער צולייגן. חברים קענען בערך'דיג צוטיילט ווערן אין דריי: נשמה'דיגע מקושרים, זייערע עצם מהותים האט געפונען חן איינער אינעם צווייטן'ס אויגן, ואין טעם ברצון. אזעלכע וואס פארשטייען זיך גוט (עכ"פ אין געוויסע נושאים), זיי האבן געמיינזאמע אינטערעסן און passions, יענער מאכט אים טראכטן, אדער אנדערע מעלות וואס מאכט אים געפעלן אין זיינע אויגן. צום לעצט זענען די וואס מ'קען ענדערש רופן ידידים, וועמען מ'האלט אינעם contact list נישט צוליב זיינע מעלות נאר צוליב די נוצן וואס מ'האט פון אים. מ'קען פון אים באקומען אן הלואה'לע, ער קען העלפן שארן די שניי, אדער ער קען דיר שאפן א דרייווער אין ליזענסק.
א חבר צוליב נאש אדער צוליב שלא לענין'דיגע שבחים איז די קינדערישע ווערסיע פון די לעצטע. חיצוניות שבחיצוניות.
אבער יעצט אז ער האט שוין געגעבן די נאש, זאל ער עס כאטש אויסנוצן אלס א לייטער צו עפעס לייטישער. למעשה איז יעצט א שטיקל window of opportunity ווען ס'הערשט א שטיקל קרובי דעתא צווישן זיי, קען ער עס אויסנוצן פארן Ben Franklin effect. דהיינו, ער קען גיין בעטן פון די קינדער עפעס א שטיקל טובה, (נישט קיין גרויסע זאך, און נישט ווי א אויסנוצער, באגלייט מיט א "מיר זענען דאך חברים" ווינק). און ווען זיי פירן עס אויס זאל ער זיך שיין באדאנקן. א מענטש פילט נאנטשאפט צו דעם וועמען ער האט א טובה געטון (דער רעיון איז אויך באקאנט פון - להבדיל - ר' ישראל סאלאנטער).
דאס איז אלעס דערווייל, אבער אויף זיך געהעריג אויסבויען חברים דארף ער שפילן אויף זיינע שטארקייטן. ער דארף זיך אוועקזעצן, מאכן א ליסטע פון זיינע אייגנארטיגע מעלות, טאלאנטן, hobbies, ידיעות און שאיפות. און א צווייטע ליסטע פון די קינדער פון זיין קלאס, פאר וועמען פון זיי ער וואלט געקענט זיין אינטערעסאנט און מיט וואס. the rest is tactics.
דערנאך, ווען ער איז שוין אביסל נאנט מיט איינעם, הערשט דאן האט פשט צו געבן נאש. עס טייטשט מער נישט "אויב דו וועסט זיין מיין חבר גייסטו באקומען נאש", נאר "ווייל דו ביסט שוין (אדער האלטסט אינמיטן ווערן) מיין חבר געב איך דיר", לאות הוקרת אהבה.
אויך איז כדאי ער זאל זיך אויסלערנען זאכן וואס וועלן הייבן זיינע סטאקס באופן כללי, און העכערן זיינע שאנסן צו זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע. לדוגמא, גוטע מעשיות (און גוטע storytelling), הומאר, beer bets, party games, לאגיק פראגעס און רעטענישן, שאך און אנדערע אזעלכע שפילן.
מעגליך אז ס'איז פשוט נישט בנמצא אין זיין קלאס איינער וואס איז פאסיג פאר אים (בפרט אין א קליינע כיתה). סתם אזוי איז גוט, אויסצוברייטערן זיין וועלטל, ער זאל טרעפן א חבר אינדרויסן פון חדר. (א שכן, אדער איינער פון די זעלבע ביהמ"ד, מתמידים, אדער קאנטרי). מפי השמועה למדנו אז קויפן א שגץ בייק איז א גוטע סגולה דערצו...
הצלחה רבה, וה' ינחך ע"ד אמת.

ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
- פלאצקער גאון
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:40 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
צום אלעם ערשטן דיין ווייב איז זיכער גערעכט אז נישט קיין חילוק צו דער מהלך איז ריכטיג צו נישט דארפסטו לאזן דיין קינד זיך לערנען אויף די אייגענע מיסטעיקס בלע"ז, פארשטייט זיך אז דיין קינד דארף וויסן וואס דו האלטסט און פארוואס דו האלטסט אזוי און טאמער פארלאזט ער זיך אויף דיר קען זיין ער וועט טאקע טוישן מהלך אן דעם וואס ער זאל דארפן אריבער גיין א דורכפאל, אבער ח"ו אים צווינגען צו צושטערן זיינע פלענער.גר ותושב האט געשריבן:ווי אזוי באקימען קינדער חברים?
"טאטי איך האב נישט קיין איין friend"
"טאטי איך האב נישט מיט וועים צו שפילען אין חדר"
"טאטי אלע קינדער טשעפענען מיך א גאנצען טאג"
דאס זענען מיין קינד'ס ווערטער ממש א יעדע צווייטע טאג, און דאס נעמט נישט קיין עק, איך האב שוין כמה פעמים גערעדט צו זיין מלמד אין ער האט געטוהן אן אוסטערלישע ארבייט אז די רדיפות האבן זיך שוין ב"ה כמעט גענדיגט, אבער חברים (זאגט ער) האט ער נישט.
איך פרוביר עים כסדר צו מחזק זיין און מדריך זיין ער זאל זיך אויף פירן שיין צו אנדערע און כמים פנים.......
אז ער וועט זיין גוט וועלן זיך קינדער וועלן חבר'ן מיט עים......
אבער עדיין לא נושענו ביז דערווייל זעי איך נאך נישט קיין עק צו זיין צר ועלי ליבי דוי.
ועל של עכשיו באתי, היינט קומט ער אהיים פון חדר אז א קינד פון א עלטערע קלאס האט עים געגעיבען א עצה צו האבן חברים, די עצה איז אז ער זאל געיבן פאר אפאר קינדער א בעג מיט נאש (הלואי שריים פון משלוח מנות) און שרייבן דארט א צעטל מיט שבחים אויף זיי און אזוי וועט מקיום ווערן די וקנה לך חבר ער וועט זיך איינקויפן חברים (מיט נאש).
אומר ועושה איך קום אהיים פון די ארבייט היינט זעי איך צעטלעך מיט נאש גרייט איך קוק אריין אין די צעטלעך זעי איך ווי איינס פון די "מעלות" וואס ער שרייבט אויף איינע פון זיינע "צוקומפטיגע חברים" איז אז ער מאכט "לעבעדיג אין קלאס".
עד כאן המעשה.
למעשה האב איך דא א ויכוח מיט מיין בני בית איך האלט אז מען קויפט נישט קיין חברים נישט מיט נאש און נישט מיט געלט נאר מיט הארוואניע. ועוד די צעטל איז מיר נישט געפאלן וואס דארט שטייט איך האט דאס געוואלט כאטש מינעמום איבערמאכן אביסל. אבער די בני בית האלט אז איך זאל עים לאזן אליינס מאכן זיינע החלטות ער וועט זיך לערנען פון זיינע טעותים אליינס איך זאל עים לאזן טוהן וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג.
הלכה למעשה
זאל איך עים לאזן "קויפן" חברים?
זאל איך עים לאזן נעמען דאס צעטל?
ווי אזוי טאקע קען איך עים ארויס העלפען אז ער זאל זיך טאקע איינקויפן ריכטיגע חברים?
יעצט צום שאלה אויב אפקויפן א חבר מיט נאשערייען איז ריכטיג???
באמת ווענד זיך עס אינעם יארגאנג,
א יונג קינד פון בערך 5/8 יאר איז געווענדליך די נאש אזוי ווי א שליסל צום אנדערן קינד'ס אינערליכן לעבן דערפאר איז עס זייער א גוטן מהלך (פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון א קינד וואס האט נישט מצליח געווען צו מאכן חבירים אויף אן אנדערע אופן).
אן עלטערע קינד איז שוין אביסל מער קאמפלעצירט.
וויבאלד די נאש ווערט שוין יא אנגעקוקט (אינעם קינד'ס אויג) ווי א פראסטן מקח וממכר וואס ברענגט זייער אראפ די סעלף עסטים בלע"ז פונעם קינד און ווי אויך די רעספעקט בלע"ז פונעם חבר וואס ער פראבירט אפצוקויפן.
אבער פונעם אנדערן זייט ווייסמיר דאך אז "או חברותה או מתיתה" וואס מיינט אז די ערגסטע סינעריאו בלע"ז וואס איז שייך איז בלייבן אן א חברותה דהיינו אז קען זיין אז סוועט אים אביסל שאטן אבער בעסער פון נישט האבן א חבר.
בלייבט נאר איבער די שאלה אויב די מהלך פון געבן נאש ארבעט בכלל??????
גייט ער דען האבן נאכדעם חבירים????
איינמאל דו קומסט צי צו א מסקנה מאך זיכער אז דיין קינד ווייסט פונקטליך וואס דו האלטסט און נאכדעם בלייבט עס איבער פארן קינד אפצומאכן וואס ער גייט טוהן.
Sent from my SM-G988U using Tapatalk
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
ווי אלט איז דיין זוהן? א קינד אינטער 12 מיז נישט האבן א בעסטע חבר.
סתם שמועסן יעדען טאג מיט אן אנדערע יונגעל ביי מיטאג איז אויך גוט.
אמתע חברים מאכט מען געווענטליך אלץ טינעיזשער.
עס קען זיין שווער ווען אנדערע קינדער אין קלאס זענען קליקי, אבער חברים קען מען נישט קויפן, און די יארן וועלן באלד זיין פארביי.
אפשר שרייב אים איין אין א מוזיק קלאס אדער אנדערע אקטיוויטעטן ווי ער קען זיך יעצט שפירן גוט.

.I got voices in my head.