מפיל קינד האט געשריבן:די זיסטע חלק איז די ששששש פון קיווע צו שולם אינמיטן די נאכט, אויש, דבורי איז שוין אויף...
דערמאנט מיך פון די "שוין... האסט שוין אריינגעטרעטן"....
לבי ובשרי האט געשריבן:WOW.
פוקנט געטראפן א ווידעא ווי מען אינטערוויונירט מורנו ר' שלום, קיווע און מרת ווייס.
אן אינטערוויאו פאר וועלכע עס לוינט זיך צו מקדיש זיין א שעה צייט. מלא חכמת החיים בכלליות ובפרטיות.
אינצווישן פרעגט דער שואל: זאגט מיר אלע דריי פון ענק דעם אמת, האט דער פילם געברענגט אויף ענק עפעס א רושם לגבי אידישקייט? האבן ענק באקומען אן אנדערע בליק אויף אידן? אין ענקער פערזענליכן לעבן האט זיך עפעס אידישקייט ענינים געטוישט?
אינטערעסאנט וואס טראץ דאס איז היפש א פערזענליכע שאלה געבט דער שואל נישט נאך, ער פרעגט און פרעגט ביז'ן זיבטן ריפ אריין און ער גייט אריין אין זייער פערזענליכן התנהגות איבער שמירת שבת ביי זיי אינדערהיים, ביי זייערע עלטערן אא"וו.
אויסער דעם דערציילן זיי שטוינענדע מעשיות און גרוסן וואס זיי האבן צוריקגעהערט פון אידן אינעם אידישן קאמיונטי איבער דער וועלט, צווישן זיי, אז א פרוי וואס איז געווען בייז אויף אידישקייט, זיך געשעמט דערמיט און דאס איבעראל באהאלטן איז געווארן אינגאנצן איבערגעקערט צו א אידיש שטאלצע פרוי און איר גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט א דאנק דעם שטיסל פילם. וכו' וכו' נאך אסאך זייער שיינע נקודות און חומר למחשבה. נאך 5 מינוט קומט דער שואל צוריק צום שאלה און ער פרעגט ווידערמאל צו זייער פערספעקטיוו אויף אידישקייט איז געטוישט געווארן...
און דערנאך ווי אזוי ר' שלום האט בכלל די מעגליכקייט זיך אריינצולייגן אין אזא קערעקטור און שפילט דאס אזוי קונצליך אראפ אין יעדן תנועה, ווען ער איז באמת אזוי ווייט דערפון, ועוד הרבה.
אינמיטן רעדט ר' שלום איבער גיוס בני הישיבות, צי ס'איז יא וויכטיג אז חרדים זאל דינען אין מיליטער אדער נישט. קיווע ליגט צו אז א גרויס חלק איז זיך טועה מיט'ן נאמען און מען רופט עס 'שיטסל' אנשטאט 'שטיסל'... "פארשטייסט דעם חילוק, איא?" פרעגט קיווע… אויך זאגט ער איז דא וואס רופן דאס שניצל.
קיווע זאגט אויך אז זיין בארד און פיאות האט ער באמת געלאזט וואקסן.
זייער ענגליש איז היפש צעקראצט, אבער פארט איז יעדע ווארט אזוי צום זאך.
אברך משי האט געשריבן:איך וויל צוגעבן מיינע צוויי גרייצער, הגם שאין דרכי להאריך בכך...
דאס מאל האבן זיי געטוישט די סטאנדארט אויך. ווייזט אויס אז דער יוצר הסידרה האט זיך אביסל געטוישט במשך די יארן, נישט קיין עוולה.
ביז אהער איז עס געווען א סעריע אן קיינע באזונדערע דראמא, א אלטע אפגעריסענע משפחה, און דערעוילעם מאכט זיך באקוועם מיט די געשטאלטן אין די מעשה, מ'פילט עטעטשט צום אלטן ר' שולם שטיסל, צו קיווע, צו ליבי, מ'לעבט מיט זייערע טאג טעגליכע קיצלענישן און שטעכערייען, יעדער האט אנדערע רצונות און שאיפות, קיווע וויל ליבי, נחום וויל נישט, און מ'באגלייט אלעס פון די נאנט (סהאט א געוויסע חן ביי זייער אסאך מענטשן, ווי א אלטע אויסגעטרעטענע שיך וואס איז שוין ווייך און אויסגעבויגן לויט די פיס) מ'שפירט כאילו מ'לעבט מיט א ריעאליטעט-מעגליכע מעשה. אבער אין די יעצטיגע עונה, ליבי איז שוין געשטארבן (א דבר-רחוק-כשלעצמו, און מסתמא ווייל זיי האבן איר נישט געקענט האבן צו שפילן אויף די גאנצע סעריע אזויווי סהאט פאסירט מט אלישבע פון עונה א' וואס האט געדארפט אוועקפארן) אין די קארגע פאר מינוט איז געבוירן געווארן און אויך געשטארבן א נייע שוואגער פון שלום, זיין ווייב איז א נגידה וואס וועט פאנדן די נייע חדר, יאסעלע ווייס טרעפט זיך פונקט מיט א אנדערע מיידל, פופצן מינוט שפעטער טרעפט ער איר בדרך נס נאכן מתפלל זיין... זאכן געשעען צו אגרעסיוו און שנעל נאך איידער מ'קען פארדייען די פריערדיגע. איך מיין אז אין אלע פריערדיגע פרקים האבן נישט פאסירט אזוי פיל זאכענעס אויף איין מאל.

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:ווייל די אלטע דור איז שוין אויסגעשטארבן.... די יונגער דור ליידער רעדן נאר די שפראך וואס די ציונים ימח...בן תורה האט געשריבן:ישעיה איז ווארשיינליך גערעכט אז ליבי לעבט שוין נישט און טאקע דערפאר וויל ער נישט פארקויפן די פעינטינגס ווייל דאס זענען זיינע זכרונות פון איר, און ער קען עס נישט איבערמאלן ווייל זי לעבט שוין נישט.
אויב לעבט זי ווען נאך, וואלט ער עס געקענט איבערמאלן.
איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
לבי ובשרי האט געשריבן:WOW.
פוקנט געטראפן א ווידעא ווי מען אינטערוויונירט מורנו ר' שלום, קיווע און מרת ווייס.
אן אינטערוויאו פאר וועלכע עס לוינט זיך צו מקדיש זיין א שעה צייט. מלא חכמת החיים בכלליות ובפרטיות.
אינצווישן פרעגט דער שואל: זאגט מיר אלע דריי פון ענק דעם אמת, האט דער פילם געברענגט אויף ענק עפעס א רושם לגבי אידישקייט? האבן ענק באקומען אן אנדערע בליק אויף אידן? אין ענקער פערזענליכן לעבן האט זיך עפעס אידישקייט ענינים געטוישט?
אינטערעסאנט וואס טראץ דאס איז היפש א פערזענליכע שאלה געבט דער שואל נישט נאך, ער פרעגט און פרעגט ביז'ן זיבטן ריפ אריין און ער גייט אריין אין זייער פערזענליכן התנהגות איבער שמירת שבת ביי זיי אינדערהיים, ביי זייערע עלטערן אא"וו.
אויסער דעם דערציילן זיי שטוינענדע מעשיות און גרוסן וואס זיי האבן צוריקגעהערט פון אידן אינעם אידישן קאמיונטי איבער דער וועלט, צווישן זיי, אז א פרוי וואס איז געווען בייז אויף אידישקייט, זיך געשעמט דערמיט און דאס איבעראל באהאלטן איז געווארן אינגאנצן איבערגעקערט צו א אידיש שטאלצע פרוי און איר גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט א דאנק דעם שטיסל פילם. וכו' וכו' נאך אסאך זייער שיינע נקודות און חומר למחשבה. נאך 5 מינוט קומט דער שואל צוריק צום שאלה און ער פרעגט ווידערמאל צו זייער פערספעקטיוו אויף אידישקייט איז געטוישט געווארן...
און דערנאך ווי אזוי ר' שלום האט בכלל די מעגליכקייט זיך אריינצולייגן אין אזא קערעקטור און שפילט דאס אזוי קונצליך אראפ אין יעדן תנועה, ווען ער איז באמת אזוי ווייט דערפון, ועוד הרבה.
אינמיטן רעדט ר' שלום איבער גיוס בני הישיבות, צי ס'איז יא וויכטיג אז חרדים זאל דינען אין מיליטער אדער נישט. קיווע ליגט צו אז א גרויס חלק איז זיך טועה מיט'ן נאמען און מען רופט עס 'שיטסל' אנשטאט 'שטיסל'... "פארשטייסט דעם חילוק, איא?" פרעגט קיווע… אויך זאגט ער איז דא וואס רופן דאס שניצל.
קיווע זאגט אויך אז זיין בארד און פיאות האט ער באמת געלאזט וואקסן.
זייער ענגליש איז היפש צעקראצט, אבער פארט איז יעדע ווארט אזוי צום זאך.
אברך משי האט געשריבן:איך וויל צוגעבן מיינע צוויי גרייצער, הגם שאין דרכי להאריך בכך...
דאס מאל האבן זיי געטוישט די סטאנדארט אויך. ווייזט אויס אז דער יוצר הסידרה האט זיך אביסל געטוישט במשך די יארן, נישט קיין עוולה.
ביז אהער איז עס געווען א סעריע אן קיינע באזונדערע דראמא, א אלטע אפגעריסענע משפחה, און דערעוילעם מאכט זיך באקוועם מיט די געשטאלטן אין די מעשה, מ'פילט עטעטשט צום אלטן ר' שולם שטיסל, צו קיווע, צו ליבי, מ'לעבט מיט זייערע טאג טעגליכע קיצלענישן און שטעכערייען, יעדער האט אנדערע רצונות און שאיפות, קיווע וויל ליבי, נחום וויל נישט, און מ'באגלייט אלעס פון די נאנט (סהאט א געוויסע חן ביי זייער אסאך מענטשן, ווי א אלטע אויסגעטרעטענע שיך וואס איז שוין ווייך און אויסגעבויגן לויט די פיס) מ'שפירט כאילו מ'לעבט מיט א ריעאליטעט-מעגליכע מעשה. אבער אין די יעצטיגע עונה, ליבי איז שוין געשטארבן (א דבר-רחוק-כשלעצמו, און מסתמא ווייל זיי האבן איר נישט געקענט האבן צו שפילן אויף די גאנצע סעריע אזויווי סהאט פאסירט מט אלישבע פון עונה א' וואס האט געדארפט אוועקפארן) אין די קארגע פאר מינוט איז געבוירן געווארן און אויך געשטארבן א נייע שוואגער פון שלום, זיין ווייב איז א נגידה וואס וועט פאנדן די נייע חדר, יאסעלע ווייס טרעפט זיך פונקט מיט א אנדערע מיידל, פופצן מינוט שפעטער טרעפט ער איר בדרך נס נאכן מתפלל זיין... זאכן געשעען צו אגרעסיוו און שנעל נאך איידער מ'קען פארדייען די פריערדיגע. איך מיין אז אין אלע פריערדיגע פרקים האבן נישט פאסירט אזוי פיל זאכענעס אויף איין מאל.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין מאדנע זאך וואס איך האב באמערקט, אין קאנטראסט צו די ראמאנס מיט אלישבע וואו מ׳האט ממש געקענט טאפן די באטערפלייס און כימיה איז די ראמאנס מיט ליבי אלץ געווען זייער טרוקן און פארווע, ס׳האט נישט אויסגעזעהן ווי ס׳דא עפעס א טיפע קאנעקשן צווישן די צוויי, און איך האב נישט געקענט זעהן פארוואס זיי זאלן וועלן האבן עפעס עקסטער איינגעשטויסן איינער מיט׳ן אנדערן, אבער אין די לעצטע עפיזאד האט מען יא געזעהן וואו ס׳דא עפעס צווישן זיי.
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:בן תורה האט געשריבן:ישעיה איז ווארשיינליך גערעכט אז ליבי לעבט שוין נישט און טאקע דערפאר וויל ער נישט פארקויפן די פעינטינגס ווייל דאס זענען זיינע זכרונות פון איר, און ער קען עס נישט איבערמאלן ווייל זי לעבט שוין נישט.
אויב לעבט זי ווען נאך, וואלט ער עס געקענט איבערמאלן.
איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.
סאיז אמת אז סאיז נישט דא [דערווייל] קיין גאנצע שמועסן אויף אידיש אבער בכלליות ווארפן זיי אריין סאך מער אידיש ווי אין די פריערדיגע עונות, א שטייגער ווי ליפא און גיטי ווייס האבן קיינמאל נישט אריין געווארפן קיין אידיש אבער יעצט יא
מנחם ציון האט געשריבן:
די ליבע שפיל מיט אלישבע הייבט זיך אן עפעס אויסנאם קריעטיוו
זי קומט דורכגעווייקטערהייט בארגן אן אייוועלע, די פאזיציעס פון זיי ביידע דעמאלטס זענען עפעס אזוי שלאבעריש, זי מיט'ן צושלאכעטען שייטל, ער מיט אן הירזשענדער פאטער אינעם אונטערגרונד, אבער דאך האבן זיי געקליקט,דאס מיינט אמת'ע אהבה.
איך האב שטארק געלאכט פון דער וועג ווי זיי ברענגען עס ארויס. קיווע קראצט ארויס א תירוץ איר צו אויפהאלטן ווייל ער ברויך אויספרובירן אויב ס'ארבייט זיי קוקן זיך אן און די ליבע הייבט אן גליען דאס אייועלע פון אונטן גליעט מיט אה....
קוקט עס איבער ס'זיס.....
יואליש האט געשריבן:א נייע געזעלשפאטליכע עלעמענט explored איז די אשכנזי / ספרדי באציאונגן, ענדליך צו די באציאונגן מיט חב"ד אין פריערדיגע סעזאן. ווי אויך אויף די סאציאל פראנט איז ניי שירה לוי'ס צענלעריגן אנגסט א ווערטפולע הוספה. ס'איז זייער גיט געשפילט, אזש פון די ערשטע מינוט וואס מ'זעהט איר שפירט מען איר anxiety אין די קישקעס.
אישתישבי האט געשריבן:יעצט כאפ איך אז דער וויכוח צו מען זאגט אוחילה מיט א דגוש אויף דער אלף צו דער ח', האט מיט דעם ווייל זי איז ספרדי.
נאר א שאד אז זיי האבן נישט א אמת'ע משל.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך שטעל מיך פאר אז זי דארף צו זיין א חרדישע ספרדייה, אפשר גאר א משכנתזייה.
נאך אן הערה׳לע: נאכ׳ן כאפן אז ליבי איז שוין טויט איז כדאי איבערצוקוקן די גאנצע פרק פון אנפאנג, הייסע טרערן גאראנטירט.