צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שמעקעדיג האט געשריבן:נאכאמאל, ווער רעדט פון אויפגעבן פון זיך?
הרב געלט וויל זיין ווייב זאל זיך אביסל שענער מאכן פאר אים. לייגן אנדערע קאליר מעיקאפ. פון וועלכע אויפגעבן רעדט מען דא? עם איי מיסינג סאמטינג?


הרב געלט זאגט זיין שלום בית איז פיין, זיין בעדרום לייף איז פיין, ער האט נישט ליב די מעיקאפ וואס זי האט ליב.
ער זאגט נישט זי זאל נאר טוישן אינדערהיים אדער פון מאל צו מאל.

עס קען זיין זי האט ליב א נעטורעל אויסזעהן און מער פון דעם פילט זי פורים׳דיג.
עס קען זיין זי פילט נישט איידל מיט מער פון דעם.

אין אונזערע קרייזן איז לייגן מער מעיקאפ א ביג דיל, פונקט ווי טוישן סיי וועלכע אנדערע לבוש.
וואס איז אזוי קאמפלעצירט צו פארשטיין?
.I got voices in my head.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך moneyminded »

בת קול האט געשריבן:טוישן makeup היייסט טוישן לבוש
איינער וואס וויל דאס איז אים נישט גענוג פון מאל צי מאל, און איז אויסדריקלעך נישט אקעי צו פארלאנגען, ווייל פארלאנגען איז קיינמאל נישט אקעי.

דיינע ביישפילן זענען פון געבן vs אויפגעבן פון זיך. וואשן וועש, דישעס, ברענגען פרנסה זענען פשוטע פליכטן פון אן ערוואקסענע. עס האט בכלל נישט מיט marriage, און דאס איז נישט א ביישפיל פון אויפגעבן. ווען מען טיילט איין די אויסגאבן פון א הויז ווירטשאפט איז דאס פשוטע coparenting.
אונזער marriages זענען נישט קיין נארמאלע love marriages וואו מען האט זיך קודם ליב און אוטאמאטיש וויל מען אלעס אוועק געבן פון זיך.
און אין די אלגעמיינע וועלט אויב די ווירדן שטימען נישט, פארט מען זיך קיינמאל צאם. אויב עס געשענט צומאל יא, פארלאנגט מען נישט יענער זאל זיך טוישן, מען האט ליב די פארטנער פונקט ווי זיי זענען.

פארשטייסט נישט וואס מיינט אויפגעבן פון זיך, נישט האבן א זיך, ווייל מען געבט אלעמאל אויף פאר יענעם.
א marriage קען נישט ווערן בעסער אויב מען האט בכלל נישט קיין זיך.

דיינע סעקסיסט קאממענטס נעם איך פון דיר, אז א פרוי דארף נאכגעבן פארן מאן.
(דיין gender stereotype אז פרויען זיך זיך אלץ מער צו באפיצן רעדט פאר זיך אליינס.)
איך הער קיינעם נישט דא רעדן פון מענער וואס דארפן נאכגעבן פון זיך.

למעשה אויף דעם וועבזייטל רעדט מען דא צו מענער און מען קען נישט יענעם טוישן, איז טויש עפעס פון זיך.
דייין גאנצע ענטפער איז וויאזוי די פרוי זאל זיך טוישן.

טוישן יענעם קומט נישט פון ליבשאפט, און מען קען האבן ליבשאפט אן טוישן יענעם. אמתע אהבה איז נישט תלוי בדבר.

גלייכע רעכטן מיינט, נישט פארלאנגען אויב דו ווילסט נישט מען זאל פון דיר פארלאנגען. נישט צווינגען מיט שיינע תורות אויב דו ווילסט נישט מען זאל דיר צווינגען. נישט טוישן יענעם, אויב דו ווילסט נישט מען זאל דיר טוישן, לאזן פרויען האבן א sense of self, און אן איידענטיטי פאר זיך, וואס די מענער ביי אונז זענען אזוי געוואוינט צו, אז זיי פארשטייען ניטאמאל וואס די concept פון נישט זיין א מענטש פאר זיך מיינט.

און סתם פאר די רעקארד, Natural makeup איז אין סטייל יעצט, גיי קוק וואס קים קארדעשיאן טראגט די לעצטע יאר צייט.
Less is more. קען זיין אז זיין ווייב איז גאר די פעשיניסטע.
ווי מער די שרייבסט אין די נושא, מאכט מיר מער טראכטן אז די ביזט נישט קיין פרוי

די רעדסט הוידעל בוידעל

יעדע אינגערמאן וואס איך קען אלס חבר האט זיין ווייב שוין אים געבעטן זאכן זיך שיין צומאכן אדער עפעס איר צוגעפעלן אין איר אויגן ווי למשל
סטייל גלעזער זענען די פרויען על פי רוב די מיינונג זאגער
שיך דעזיין
רעקל
בעקיטשע דעזיין
קויפן עטוואס שמעקעדיגע דיאדרענט
וכהנה וכהנה

דריי א קאפ א צווייטען

סאיז העכסט נארמאל אז איין שותף זיכט צופרידען שטעלן דעם צווייטען,

קיינער דא רעדט נישט פון טוישען אדער צווינגען אדער אויפפאלענדע זאכן

שרייען סעקסיסט אדער שפילן וויקטים איז סתם קראנקע מענטעל אישוס

אין א נארמאלע געזונטע שלום בית שטעלט זיך איינער עטוואס צו ,צו מאכן העפי זיין פארטנער

איך קען זייער אסאך פרומע אינגעלייט אדער דיינים אדער כלי קודש וואס למשל האבן זיך אויסגעטין די שווארצע גלעזער וועגן די ווייב האט געוואלט און אנגעטין לענזעס

עניוועי די שרייען וויקטים קומט פון סיריעס מענטעל אילנעס הנקרא ליבעראלען

פאר א סיבה הייסן היינט דיינים פאר שפיצעל פרויען צו קויפן שייטלעך פאר די בעדרום

זענען זיי סעקסיסטס ?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אפשר זיי איר (איהם?) דן לכף זכות אז ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט זי געזאגט די זעלבע זאך? פון וואו ווייסטו אז ווען א פרוי זאל זיך אויפשטעלן און זיך באקלאגן אז איר מאן וויל נישט אנטון די בעקישע דיזיין וואס זי וויל וואלט זי נישט געענטפערט "האק נישט אין טשייניק, ער טיילט דיך נישט איין וועלכע דיזיין קלייד אנצוטוהן (אפילו ווען דו פרעגסט איהם ענטפערט ער מיט א האלבע מויל...) טייל דו איהם אויך נישט איין וועלכע דיזיין בעקישע ער זאל אנטוהן"?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך אונטער חכם »

דער מציאות איז, אז ביי אונזער ציבור, זענען דא סאך מער פרויען וואס טיילן איין פאר די מענער וויאזוי זיך אנצוטון, ווי מענער וואס טיילן איין פאר פרויען, איך ווייס נישט צו ממש אויף די דעזיין פון די בעקיטשע, אבער זייער אסאך פרויען זענען ביזי אז דער מאן זאל אויסזעהן "נארמאל" פון זייער שטאנדפונקט.
אבער לענ''ד קומט עס ווייניגער פון א ווילן צו קאנטראלירן, און עס איז מער אזא ראמאנטישע שפּיל, סיי די פרויס קעיר נעמען, און סיי דעם מאנ'ס עקשנ'ען זיך.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

א דאנק שמעקעדיג פארן אריינקומען אזוי קלאר, און אויך א דאנק בת קול פאר ארויסברענגען די אנדערע זייט. איך האלט בת קול איז גערעכט מיט די טענות אין אלגעמיין ווייל עס איז דא די פראבלעמען, אבער נישט אין די דירעקציע פון שמעקעדיג, ווייל ער האט געזאגט גוטע נקודות לדעתי.

איבער דאס וואס מאנימיינדעד זאגט אז מענער טוישן זיך פאר זייערע ווייבער, ווען א מאן "זאגט" ער טוט עס פאר זיין פרוי, מוז עס בכלל נישט זיין אמת. ווען דו וואלסט דיך געדרייט צווישן פרויען וואלסטו געהערט וויפיל זאכן זיי "מוזן" טון פאר די מענער... עס איז פשוט א גרינגע וועג ארויס פון די שטארקע סאציאלע פרעשור וואס איז פארהאן אין די קאמיונעטי.
באניצער אוואטאר
געלט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 8:26 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך געלט »

‏‎קודם אז איך זה נאך אין די זעלבע מצב עפענטס אוף גיט עס האפענונג.
שמעקעדיג@ איך מיין אז דו פארשטייסט וואס איך האב געזאגט.
‏‎איך האלט אז דאס איז נישט פראבלעם פין נאטור, אויב עפעס איז דאס א קרענק און אויב דאס איז א קרענק איז דא א רפואה, מען דארף נאר וויסען וואספארא מעדעצין.

‏‎ס'איז אזויווי די זאלסט זאגען אויף א יונגערמאן אז ער האט נישט קיין נסיונות אויפן גאס, אויב זאגט דיר איינער אז ער האט נישט נישט נסיונות, וואלטסטו געזאגט אז ער האט דעי נאטור? אדער ער איז א קראנקע זכר?

‏‎די סעים ביי פרויען! א פרוי האט ליב זיך צו צושטעלן אין זיך אנטוהן שיין, לאו דוקא יענעם צו אנציען, נאר דאס די טבע פון א נקיבה.
סא אויב אזוי דארף מען זען פארוואס ס'דא פרויען וואס זיי ווילען נישט.

איך קלער (מיז נישט זיין אמת) אז דאס קומט פון אינפארמעישן וואס זיי באקומען פין סקול אדער פין סתם א דרשה און דאס ליגט זיי אין קאפ אין פארדרייט זיי אז אויב זיי נעמען קער פין זיך זענען זיי שוין נישט צניעות'דיג.

סא וועגען דעים קלער איך וואו איך קען טרעפען א אייניען א ערליכע איד וואס זאל עס קענען גיט ארוסברענגען פאר איר אין אפטיילען די צוויי זאכן און שלום על ישראל
Let me know if I’m wrong

שמעקעדיג@ דו זאגסט אויך אז דאס איז מער א מוח אישו וואס האלסטו וואס זאל איך טון?
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

הרב [tag]געלט[/tag]
קודם שכח פאר'ן ארויפברענגען די נושא,
דו ביסט נישט דער איינציגסטע וואס סטראגעלט מיט דעם, הונדערטער פון אונזערע יונגעלייט מוטשען זיך מיט די נושא.

איך וויל צולייגן אפאר נקודות פון מיין שטאנדפונקט.

ס'איז ידוע פונעם גר"א אז סאיז דא א יצה"ר מבפנים ומבחוץ, ס'איז דא אן אינערליכע געברויך וואס די מאן וויל אז די ווייב זאל ווייזן אינטערעסע אין איהם, און אים וועלן אנרייצן, א מאן האט ליב צו פילן וויכטיג און די גרעסטע הנאה איז ווען ער פילט ווי זיין פרוי וויל אים, און נישט סתם זי וויל אים, זי וויל אים.... יא.

ממילא ווען די פרוי באפוצט זיך פאר אים, פילט ער ווי זי האט באמת אן אינטערעסע אין אים, (זי האט נישט מורא צו ווייזן איהר נאטורליכע געפילן, און זי שפילט נישט ווי זי דארף עם נישט האבן).

פארשטייט זיך אז אנצוקומען צו דעם דארף די מאן טוהן זיין דזשאב צו מאכען די ווייב זאל גיין פאר אים, וואס איז נישט קיין גרינגע מעשה ווייל ווייבער זענען אין די נושא אסאך מער עכט, זיי גייען נישט פאר קיין טייטע קורצע ראמאנטישע סחורה, זיי האבען ליב קאנעקשאן, זיי האבן ליב ווען די מאן ווייזט ארויס זיין וואנליריביליטי, די מאן ווייזט באמת אז ער קעהרט פאר איהר, זי פילט באמת אז זי איז די מאנ'ס איינציגסטע, און די מאן איז אלל אין מיט איר, אויב זי פילט דאס, געווענטליך וועט זי פרובירן אלעס צו טוהן צו כאפן די מאן ווייל די מאן האט איהר געכאפט.

ס'איז אבער דא די יצה"ר מבחוץ, מ'גייט אויף די גאס, מ'קוקט, און בפרט אין די היימישע שטעט ווי מ'וואוינט אזוי צוזאמען, איז געווארען די שגעון אז מ'טוט זיך אן אין א גרינע דינסטאג אזוי ווי מ'זאל ווען גיין צו א חתונה, מ'גייט שאפינג, און מ'קויפט זיך שיינע קארס, און אנשטאט אויפבויען א אינערליכע הויז מיט אפענע געפילן און קאנעקשאן איינעם צום צווייטן, בויעט מען אויף אזוי דרויסענדיגע ראמאנטישע אימעדזש, אזא אחיזת עינים, מ'רייצט זיך אהן דורך ווייזן פאר יענעם ווי ראמאנטיש אונז זענען, און דער נארמאלער יונגערמאן וואקט אדורך און זעהט דעם הייסן קאפעל וואקט אדורך און ס'גייט אריין און עם דעם "ארס של נחש", ער מיינט אז דארט ליגט די גליק, און מ'הייבט אהן צו גליסטן און זאגן פאר די ווייב איך וויל אהער איך וויל אהין...

ס'איז א שווערע מעשה,

בפרט אויב איינער איז פארט פון א קראוד און ס'איז דא סטענדערדס ווי א שטארקע רייסער די פרוי דארף זיין, און די פרוי האלט נישט ביים זיין איהר מאנ'ס רייסער.

און אויב די פרוי איז פניומית'דיג און א עכטע מענטש גייט עס קייינמאל נישט ארבעטן, ס'איז דא פרויען וואס האבען נישט געגעסן פון די עץ הדעת, זיי דארפן די עכטע זאך, ס'אינטערעסירט זיי נישט קיין רייצענדיגע ראומענס, זיי דארפן עכטע קאנעקשאן.

אסאך מענטשן טענה'ען אז ס'איז זיי גרינגער געווארן מופענדיג צו די סובערבס און וואוינענדיג מער פאר זיך, דארטן קומט מען צוריק צו די הויז, צו די אייגענקייט, צו די אינערליכע חלק פון די סטראגל.

בת קול קומט פון א נייע שטאנדפונקט, די פרישע יונגען האבן די משוגעת פון פעמיניזם, כאילו א פרוי דארף נישט קיין מאן, און זיי נעמען זיך ארום מיט אזא מאסק כאילו זיי זענען נישט קיין פרויען און זיי גייען קעגן זייער פרויענישע נאטור, און שמירן זיך נישט, א טייל פון זיי זענען מחליט שפעטער אז אפשר זענען זיי מענער און טוישן דזשענדער..

מיין לימיטעד שכל זאגט מיר אז די מאוומענט איז א מאוומענט פון מענטשן וואס זענען דיסקאננעקטעד מיט זייער אמת'ע הרגשות און זיי געבן ארויס א פאלשע איידענטיטי, און זיי ווערן אזוי דיסקאננעקטעד מיט זיך און זיי ווילן אנטלויפן פון זיך אזוי ווייט אז זיי ווילן טוישן זייער דזשענדער.

איך האף אז איך האב דיר עפעס צוגעלייגט אין די נושא.

חוץ מזה איז דא אסאך מחלות הנפש וואס דרייען זיך ארום ביי אונז, אונז האמיר אסאך מעניאקס און נארסעסיסטישע טאטעס און מאמעס, קינדער פון מלחמה איבערלעבער, און זייערע טעכטער זענען אסאך מאל גאר פארמאכט פון זייערע אייגענע געפילן, זיי זענען פארנומען יענטענען מיט די שוועסטערס און שוועגערין און שכנים, און זיי דעוועלאפן בכלל נישט זייער אייגענע פערסאנעליטי און אוודאי נישט זייערע אינערליכע געפילן, ס'איז זייער א ווייטאגליכע נושא, סיי ביי די פרומערע משפחות און סיי די ביי די מער מאדערנע משפחות, די אמת'ע פערסאנאליטי פון די פרויען קומען גאר ווייניג ארויס, ס'קומט ארויס אדער בתורת רעבעצין אדער בתורת מאדערן לעידי, אבער א נארמאלע פרוי זאל דעוועלאפן אמת'ע טיפע הרגשות איז ליידער זייער ווייניג, ממילא איז אסאך מאל גאר שווער אנצוקומען בכלל צו אונזערע פרויענ'ס הארץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אספקלריה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

נישט מסכים מיט די לעצטע 3 פאראגראפן, אבער זאגסט גוט.
.I got voices in my head.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

אדרבה,
עלאבערעט וואס די ביסט נישט מסכים.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אז פעמעניזמם איז א movement פון מענטשן וואס זענען disconnected פון זיך.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

געלט האט געשריבן:

אינז זעמער מער ווייניגער אויף איין פעיטש (מעגליך מען קען דאס ריפן שלום ביית)
די private לעבען קען איך אויך זאגן אז בה עס גייט אויף א גיט וועג
נאר ביי איין זאך פין זיך אןטון זענען מיר אויף מעסער שטעך
אינז קימער ביידע פין א ווליאמסבורגע סאטמער קאווערט שייטעל פעיס מעקאף וכו׳! איי וואט קאל איט סעמי בעל באטיש
פאר עפעס א סיבה מיין ווייב האט נישט צויפיל געפיל צום גאנצען זאך פין זיך אןטון אין אויז זעין גוט נישט אז פארקערט יא אבער זי וואלט גע מעגט צו לייגען מער געפיל
למשל לעצטענס האט זי אן געהויבן צי לייגען ווייניגער מעיקאף אין בלאש מיטן תיריץ אז מען זעיט אויס בעסער אזוי (גיי פארשטיי )
אייביג גייט זי מיט דארק קאליר אין ווען איך זאג איר אז זאל אויך קויפן אנדערע קאלערס זאגט זי אז זי האט נישט קיין פראבלעים אבער זי האט נישט געטראפען וואס זאל איר שטיין גיט ׳ א יעדער טרעפ נאר נישט זי ???
גראדע איר עלטערע שוועסטערס אין מאמע פאר שטייען יא גאנץ גוט אין האבן טאקע פין מאל צו מאל טענות אויף מיין וויב אז זי געטזיך נישט געניג אף ,

שוין פאר 10 יאר פראביר איך מיט שיינעם אז עס מיר זייער וויכדיג זי זאל זיך מער א הערהשטעלן פרנסה איז בה דא סא זי קען שפענדען, אבער פאר סאם ריזען איז שוין געווארען א שטיקל פייט זי וויל נאר קיין ווי מער סימפל אין עס מיר כסדר
איך בעט איר בכל נישט זי זאל טוישען לבוש נאר דאס אנטון זאל נישט זיין קיין עול אין טין א גאנצע טובה איך וויל זי זאל אריין לייגען מער קאף אין אזאך וואס נאר זי קען מיר צו שטעלן
אנשאלדיגט פאר מיין ספעלינג אין לשון אבער איך קען בכל נישט שרייבען איך זיך שוין אזוי לאנג הילף אן קיין ריזאלטס פריביר איך דא

Is Anyone with me?
I would appreciate to hear comments from you
and also if you know of someone Specialize in this (of course im ready to pay)



אוי, ר' געלט.


ווי נעמט מען די פעדער און האנט, נאכן ליינען די קאמענטארן און דאן געליינט דיין שאלה.




האמת אגיד, די דארפסט נישט קיין דאקטאר אדער א שליש, די אוצר ליגט ביי דיר אונטערן אויוון. די זאגסט אז דיין אשת חיל איז אן אויסגעצייכנטע ווייבל און אלע ענינים, חוץ דעם איין ענין פון לבוש. אבער איך שפיר דא נעמסט דאס אלעס 'פאר גרענטעד', די האלסט אז אלעס וואס זי טוט, אזוי קומט עס און דאס איז דאס.


איך זעה אז פאר יארן מוטשעסטו די בני בית צי מאכן א קליינע שינוי אבער עס גייט נישט. אפשר איז כדי צו מאכן א טויש און צוגאנג.


איז קודם כל, קיבלתי ממורי Jordan B Peterson, אז די וועג וויאזוי צו טרעינין א שותף/חבר איז נאר אויב מען 'כאפט' דעם שותף טוהן א גוטע זאך וואס מען האט ליב, ווייסט מען ארויס ווי צופרידן און פריילעך מען איז פאר דעם, און מען קאמפלימענטירט די זאך. דאן מטבע האדם וועט די מענטש וועלן טוהן די זאך נאכאמאל, וכן להלן.


מיר זעהט אויס אז עס פעלט אסאך 'האנעסט' קאמפלימענט וואס עס קומט זיך איר, וואס זי באקומט נישט. חוץ פון קאמפלימענטן זעהט עס אויס ווי זי האט גענומען די לבוש זאך אלס א בארג צי שטארבן אויף, קען זיין עס איז א מעסעדזש צי דיר אז זי וויל אביסל אטונומיה, זי וויל עפעס א 'זיך'. און אויב דעס איז די מציאות, איז אפשר כדי פאר דיך צי נעמען אפאר טריט אויף צוריק און איר אויפבויען באזירט אויף אירע אייגנשאפטן און טאלאנטן.


נאך מער, ווען משפחה מיטגלידער דרייען איר א קאפ וועגן לבוש, נעם איר זייט, און לאז וויסן פאר זיי אז דיין אשת חיל ווייסט וואס איז ריכטיג פאר איר, איז גענוג קליג און גייט מאכן די באשליסן אליין.


עס קען נעמען אסאך געדולד, אבער די מער די וועסט אריינלייגן און בויען דיין שותפות, וועסט די מער ארויסנעמען. זי דארף אנפאנגען פילען אז די פארשטייסט איר באמת, א מתנה איז נישט אפאר אפאר אלפים, און היידא א צירונג, לייג אריין אסאך מחשבה, ווייז איר ווי וויכטיג זי/אירע 'אפיניאן' איז. ווען זי פרעגט וואס מען זאל טוהן לגבי א וויכטיגע נושא, זאג איר איך וואלט געוואלט הערן דיין 'אפיניאן', און אויב איר דעה איז גארעכט זאג איר איך האב עכט געקלערט צי טוהן אנדערש אבער וועגן די ביסט אזוי וויכטיג פאר מיר און לעבן וויל איך טוהן אזוי ווי די זאגסט. די נושא פון הערן/אויסהערן האפנטלעך וועט גיין ביידע וועגן און אין רוב פעלער וועט מען ביידע זיך אויסהערן איינעם די צווייטע, און אננעמען באשלוסן וואס בענעפיטן די שותפות.


סה''כ עס איז צייט צו מאכן א חשבון הנפש פון דיין רילעשענשיפ. אויב איז אזוי גיט, דארפסטו טוהן צוויי זאכן, איינס, שטענדיק ארויסברענגען /קאמפלימענטירן ווי גיט זי איז/טוהט, והשנית, זיכען צי בויען די 'רילעשענשיפ', און מער ארויסברענגען איר פערזענלעכקייט.


כנלע''ד


ויה''ר שיאירו עיני שותי הקאווע
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

כ'ווייס נישט ווער דיין 'שמעתי ממורי' איז, אבער דאס האט מיין ראש ישיבה מיר געזאגט פאר מיין חתונה.

קריטיק איז וויכטיג, אבער ס'קען ווארטן. ביז ווען? ביז ס'וועט אמאל עפעס אויסקומען גאר גוט, דעמאלטס שיס אריין די קאמפלימענטן ווי גוט דאס איז. אזוי וועט זיך שוין אלעס טוישן אויטאמאטיש.

טרעף די גוטע נקודות אין איר, ווי אויך די חלק הטוב אין יעדע זאך פון איר, געב איר צו שפירן די טעם פון קאמפלימענטן, און זיי וועט נאכלויפן זיי צו כאפן.

ב"ה אז מיט אביסל שכל הישר האט מען אויפגעטון וועלטן מיט דעם מהלך.
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

מפיל קינד האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווער דיין 'שמעתי ממורי' איז,


Jordan B Peterson איז אן קאנאדישע אינטעלעקטואל.

זעה איוף יו טוב, די נקודות וואס כ'האב אויסגעשמועסט.

https://m.youtube.com/watch?v=17fRzsbcME0
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

בת קול האט געשריבן:אז פעמעניזמם איז א movement פון מענטשן וואס זענען disconnected פון זיך.

פעמיניוזים איז א גרויסע שם הכולל וואס מקען מאכען דערפון פארשידענס.

איך רעד פון דיע נקודה פון פעמיניוזים אז סאיז דא געוויסע פרויען וואס שפילען מענער און זיי קאננעקטין נישט צו זייער פרויערישע חלק, איך רעד נישט דא חס וחלילה פון אווקנעמען רעכטען פון פרויען,

און אנדערע ווערטער ווען א מאן שפירט אז זיין פרוי איז נישט פרויעריש, און ער האט חתונה געהאט מיט א פרוי און ער וויל זי זאל זיין א פרוי, זאל זי נישט מאכען קיין נדרים שבינו לבינה, ווייל סעפעקט די מערידזש, אויב וויל זי נישט זיין א פרוי אדער פרויעריש, זאל זי זיך אפגעטען און גיין וואונען קיין בושוויק צו און סאן פראנציסקא, דארט קען זי באקומען א מאן וואס וועט וואטשען די קינדער און זי וועט ארבעטען, וכ״ו

אדרבה איך וויל פארשטיין די געדאנקען גאנג פון די עקסטרעמע פעמיניסטס,
צו האלטסטו אז פרויען און מענער איז נאר א גופניות׳דיגע זאך סאיז נישט קיין עמאשינעל זאך?
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

דו מישט צאם א קוגל. נישט זיין פעמעניסטיש און זיין א לעסביען זענען צוויי באזונדערע זאכן.
קיין איינס ווייזט נישט אויף זיין disconnected פון זיך. פארקערט. עס ווייסט אויף א ריזיגן לעוועל פון סעלף awareness.
.I got voices in my head.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

און לאמיר פארשטיין
טוישען דזשענדער ווייזט אוכט אויף א גרויסען לעוועל און סעלף עווערנעס?
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך האלט אז יא.
.I got voices in my head.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

ס'איז נישט דא קיין איין לייסענסד דאקטאר אדער פסיכאלאג וואס זאגט אז טוישן זשענדער איז א עכטע זאך, מיינענדיג אז מענטשן זענען געבוירן אין א ראנג באדי. נאר וואס יא, ס'דא זייער אסאך וואס סופפארטען עס. איך האב גערעדט מיט א היפנעטייזער וואס האט געזען טויזענטער קליענטען וואס ווילן טוישען זשענדער די לעצטע 20 יאר און האט געמאכט שווערע געלטער פון זיי און טענה'ט ס'איז פאלש, אבער דאס איז אמת אז ס'איז דא מענער וואס האבן מער א פרויענ'ישע נאטור וואס רופט זיך א פעמעניסט ענערזשי וכן להיפוך אבער באמת אז ס'איז ראנג באדי איז חלומות.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
געלט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 8:26 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך געלט »

מפיל קינד האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווער דיין 'שמעתי ממורי' איז, אבער דאס האט מיין ראש ישיבה מיר געזאגט פאר מיין חתונה.

קריטיק איז וויכטיג, אבער ס'קען ווארטן. ביז ווען? ביז ס'וועט אמאל עפעס אויסקומען גאר גוט, דעמאלטס שיס אריין די קאמפלימענטן ווי גוט דאס איז. אזוי וועט זיך שוין אלעס טוישן אויטאמאטיש.

טרעף די גוטע נקודות אין איר, ווי אויך די חלק הטוב אין יעדע זאך פון איר, געב איר צו שפירן די טעם פון קאמפלימענטן, און זיי וועט נאכלויפן זיי צו כאפן.

ב"ה אז מיט אביסל שכל הישר האט מען אויפגעטון וועלטן מיט דעם מהלך.

איך פארשטיי די פוינט פין געבען קאמפלעמענטס און געפיל, אזוי באקומט זי געפיל צו דיר, אבער ביי מיר איז עס שוין געווארן א קאלטע קריג אין די נושא, סא זי האט שוין גענומען א זייט, סא ווי אזוי דיעלט מיט די past ?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

זייער פשוט.
You put the past behind.

פון יעצט הייב אן געבן קאמפלימענטס לרחצה, אנהייב וועלן ענק ביידע טאקע שפירן אומבאקוועם דערמיט און זי גייט עס פשטות נישט אננעמען, אבער מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן....
און אז דו געבסט שוין קאמפלימענטס, פארגעס נישט פון דיינע קינדער אויך....
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אליבא דאמת האט געשריבן:די מחלה פון פייניגען פרויען וועגן צניעות ווערט ערגער און ערגער. ווי כאילו זיי זענען נאך נישט אסאאאאך מער צניעות'דיג ווי אונזערע מאמעס און באבעס זענען געוועהן דרייסיג יאר צוריק.

אין מאנסי איז געוועהן אן אסיפה, הערטס אויס אפאר מינוט פון די שטותים, דמיונות און שקרים וואס מ'פארקויפט פאר די תמימות'דיגע פרויען. א שאנדע!!!

http://m.soundcloud.com/joel-freilich/t ... rium-plaza
מקורות:
רש"י ד"ה הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את: יפת תואר יאנטש"י בלע"ז ויפת מראה נעב"י בלע"ז.

איך האלט אז די מערכת דארף אראפ נעמען די רעקרדירונג פון די רע-ביצען, זי רעדט כפירה.[emoji3]
געדאנקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך געדאנקן »

קען זיין סאיז שוין געווען דא
https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/
פארשפארט