אין א פרימארגן שפאציר איך מיר ארויס פון הויז מיט די נאסע פאות, און טריפענדיגע בארד. די טלית ותפילן אריינגעזעצט אין מיינע ארעמעס, די קושן ליגט מיר אויפ'ן פארצוף, און די פיס קניען, בייגן זיך נאך, פאר מידיקייט. איך פייגער צו כאפן א קליינטשיג פעיפל אויפ'ן סטירינג וויל..פאר מיינע אויגן פלאטערן נאך פארביי, געבלימטע קישענעס, מיט געשטרייפטע פידזשאמעס. אוי ..די נעכט...זענען דאך אזוי געשמאק...
כ'קען קוים ווארטן אויף די שטילע זעקס טויזנט יאר..מ'עט זיך איינמאל פאר אלעמאל אויסרוהען און אויספאפן ווי ס'באדארף צו זיין..
כ'אנלאק דעם אויטא, אבער ווי נאר איך גענעין צום קאר, ווער איך שרעקליך שאקירט, און די כעס און אויפברויז ווערט הייסער ווי די קרעמאטאריומ'ס אין אוישוויץ...לא פחות ולא יותר..א טשערעדע פויגל, יא יא ..טאקע די אלטע שיתרים, די גרייז גראהע בני יונה, מיט די ווארפענדיגע העלזער, וואס מאכן די נענועים ווען זיי הינקענען,
און גרעבעכצן מיט משונה'דיגע איבל'דיגע נויזעס פון די בני מעים, די פארשטינקענע סראָחעס האבן אנגעקניידלט מיין קאר מיט שליימיגע ווייס-קאלירטע סחורה, פון קאפ ביז פיס.. זיי האבן עס מיאוס אנגעמאכט, און נישט איבערגעלאזט קיין מילימעטער ריין ..אפ' צווישן די ווייפערס האבן זיי אראפגעשווענדערט א סאה דיאייריע,
"דו חאָזער איינער! נישט גענוג איך גיב דיך צו פרעסן טאג טעגליך פון מיינע הארטע צושימלטע שלש סעודות בילקעס. מוזטו מיר אויך אניאַפעצן די קאר דערמיט...און זיכער האסטו עס געטאהן אן קיין טראפ מיטלייד אדער חרטה...אדורכגעפלויגן, אראפגעקנאקט, און מיט א פלאטער מיט דיין פארשאלטענעם פליגל, זיך תעמיש אפגעווישט..
זאלסט וויסן . כ'בין דיר נישט מוחל...קענסט פארגעסן פון צו באקומען אפ' א האניג קיכעלע פון מיר. אפגערעדט פון אייער קיכל..שיין וועל איך אויסזעהן . וועסט מיר משפיע זיין אייער קיכל אפפאל, אריין אינעם דאך פענסטערל פון ס'אויטאמאביל.
דערנאך האב איך געשוויצט ווי א טוילעט קלינער, אנגעצינדן די ווייפערס, און די האלב פארטריקנטע פדר פון דיין זפק, האט זיך גענימען שפריצן אין אלע ריכטונגען נישט פארציכטנדיג מיין אייגענע צורה אויך..
ארויסגעברענגט כלים, שמאטעס, ווינדעקס, סטיוואל, מ'האט געריבן און געריסן, אבער ס'אידאך אזוי הארט געווען . אז ס'איז שוין פיהל גרינגער געווען אפצורייבן די דענדראפס פון א שארמאראשער איד. אזא חאזעריי האסטו מיר אנגעדאָסט, אז ווען מען באמערקט מיר נאר פונדערווייטן, בין איך למשל ולשנינה ביי אלעמענס
מיילער:
"אה. אטא דא פארט דער באמאכטער-קאר" כא כא כא..!
וואס הייסט באמאכט?
וואס דו זעהסט נישט? די פייגל האבן אים בא'מצה באָלי'ט!
כי כי כי ...טאקע מיאוס באזייצעווט! זאל ער עס אפלעקן שוין איינמאל פאר אלעמאל..?!
עה...דאס העט שוין נישט פאסירן...קוקט אויס אז ביי זיין הספד וועט איינע פון די שבחים זיין..
אוי...אוי..אזא איידעלער געווען...אזוי אויפגעפאסט אויף צער בעלי חיים....זיין גאנץ לעבן ארומגעפארן מיט א פייגל-באפעקידזשטע קאר...! ווי נעמט מען נאך אזעלכע אידן היינט??