סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך מנחם ציון »

די אלטע מערכה איבער סידור קידושין בעיר קרית יואל והגלילות האט פון פריש אויפגעפלאקערט, נאך וואס צד מהרי"י האבן פארברייטערט זייער עקזיסטירענדע שמחה זאל "עטרת מייזעלס" צו קענען אקאמאדירן חתונות אויף א מער צוגענגליכע פרייז.
די זאל פלעגט ביז איצט ארייננעמען נאר קלענערע שמחות. אין די יעצטיגע קאראנע תקופה, מיט אן אונטערבעט פון פריער, באקאנט אלס די "כח היחיד באוועגונג", האבן זיי אנגעהויבן אננעמען באשטעלונגען צו פראווען חתונות. דאס האט געברענט אז האדמו"ר מהרי"י וועט אנהייבן קומען מסדר קידושין זיין ביי זיינע חסידים.
דאס איז א שארפע ריכטונג אין די מערכה. נעמליך, ביז איצט איז די מערכה געווען פאקוסירט אויף די בני יואל סעקטע, -וועלכע זענען באקאנט מיט זייער רעוואלטירנדע נאטור-, און זייער זאל "עטרת מאיר צבי", ווי זיי פלעגן אפהאלטן די פסול'ע קידושין'ס, דורגעפירט מיינסטענס דורך זייער רבנים וועלכע טראגן א מער רעבעלן פנים.
יעצט מיט די סידור קידושין'ס פון אדמו"ר מהרי"י, -וועלכע ווערט באטראכט מער קאנווענציאנאל-, וועט די מערכה ווערן הייסער פון איין זייט, זאגאר, צד מהר"א פילט אז די קארטן צובלאזן זיך. פון די אנדערע זייט, ווערט די מערכה געפירט דורך די מער באזעסענע "זאליס", מיט מער מענטשן פלייש, אזוי ארום אז דאס מאכט די מערכה אלס א פארלוירענע פאר צד מהר"א.

ימים ידברו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ימים האבן שוין גע'דבר'ט.
שוין געווען דארט אסאך חתונות און קיין פיפס.

סארי איט דידנט פיד יור ניד פאר דראמא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דעת האט געשריבן:די ימים האבן שוין גע'דבר'ט.

:lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

דעת האט געשריבן:די ימים האבן שוין גע'דבר'ט.
שוין געווען דארט אסאך חתונות און קיין פיפס.

סארי איט דידנט פיד יור ניד פאר דראמא.
ווער איז געווען מסדר קידושין ביי יענע חתונות
זיי האבן פאריגע וואך געשריבן אז עס גייט זיין די ערשטע חתונה, סא צו סאך חתונות איז נאך נישט געווען
מ׳ מעג דארט מכבד זיין מהר"א מיט סידור קידושין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

דעת האט געשריבן:די ימים האבן שוין גע'דבר'ט.
שוין געווען דארט אסאך חתונות און קיין פיפס.

סארי איט דידנט פיד יור ניד פאר דראמא.

איך האב געהערט אז ס'איז גארנישט אזוי שטיל דארט. ליינט דעם מעסעדזש, באקומען פון א ידיד.
מיינט נישט גארנישט אבער אויב ס'איז אמת איז דאס גארנישט אזוי שטיל

C/P

אלס מתפלל ביי אונז אין ביהמ"ד ישמח משה האסטו געוואלט וויסן פארוואס דער עולם איז אזוי אויפגעברויזט געווען דעם שבת אין שול איבער די נישט פארגעקומענע שבת שבע ברכות פון א חשוב'ער וועכנטליכער מתפלל ביי אונז אין ביהמ"ד, איך בעט דיר אבער איין זאך, לאמיר עס לאזן צווישן אונז מתפללים און נישט ארומטראגן אין די גאנצע שטאט.

פאריגע וואך דינסטאג האט חתונה געמאכט דער וועכענטליכער מתפלל הר"ר ___ הי"ו זיין טאכטער מיט ר' ___ הי"ו פון מאנסי, און די חתונה איז פארגעקומען אין די נייע 'עטרת מייזעלס' חתונה זאל דא אין שטאט, וואס דאס האט גורם געווען אריינצושלעפן דעם רב הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א און אויך די צוויי סאטמארע קהילות אין א פרישע פייער וואס גייט זיך נישט אזוי שנעל אפשטעלן.

אזוי ווי דו האלסט מיט, האבן חסידי מהרי"י געמאכט א נייע חתנה זאל עטרת מייזעלס וואס האט זיך אנגעהויבן אומאפיציעל יעצט ביי די חדשים פון קאראנע, אין די לעצטע תקופה האט זייער קהילה ובפרט הגניד יוסל לאנדא ב"ר בנציון (פון די טשעסטער דעוועלאפערס) וואס איז זייער אקטיוו און אלעס פון די קהילה אריינגעלייגט אסאך געלט עס אהערצושטעלן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א נארמאלע חתונה זאל, זייער ביליג, דאכט זיך אינגאנצן טויזענט דאלער מער ווי כינור דוד, (אגב, זיי האבן געמאכט א ארגאנעזאציע "בעידן חדוותא" מיט א גמ"ח וואס בארגט 20 אלפים פער מחותן, ומי יתן והי' אז אלע קהילות דא זאלן עס האבן).

פאר קהלת מהרי"י איז דאס געווען א היסטארישע דורכברוך ווייל זיי זענען קיינמאל נישט געווען צופרידן מיט חתונה מאכן אין פאראדייס וויבאלד די זאל האט א תקנה אז נאר האדמו"ר מהר"א מעג דארט מסדר קידושין זיין אדער זיין שליח הגה"צ ר' געציל שליט"א דער דיין, ווי נאר די נייע זאל איז געווארן א מציאות האבן זיך שוין דארט איינגעשריבן העכער 50 (!) חתונות.

יעצט קענסט דיר אליין פארשטעלן אז דאס האט ארויסגענומען אונזער אלעמען-באקאנטן ראש הקהל ר' דוד עקשטיין פון די כלים, ער איז געלאפן אנהעצן האדמו"ר מהר"א אז די גאנצע מרא דאתרא בלייבט נאר אויפן פאפיר און א טיטל אין דער בלאט, מילא ביז יעצט איז עס נאר געווען די בני יואל מיט וועם מ'האט געהאט צו טוהן, אבער יעצט אז קהלת מהרי"י לאכן פון די גאנצע זאך איז די מעשה אויף צרות.

יעצט נאך א שטיקל אינפארמאציע, דוד עקשטיין האט זייער א שלעכטע נאמען אויפן גאס, ער הייסט דער שלעכטער און דער רשע, ער וויל יעצט אויף דער עלטער פאררעכטן פאר יעדן פרייז דעם אימעדזש פון זיין נאמען, וואס ער טוט איז אז ער פרובירט אין יעדע שטינק אריינשלעפן אונזער חבר מחשובי מתפללי בית מדרשינו הרבני הנגיד ר' יואלי עפשטיין הי"ו, א חבר הקהלה, וויבאלד ער ווערט פאררעכנט ביים ציבור (און אפילו ביי חסידי מהרי"י) אלעס א מענטש וואס איז נישט קיין שלעכטער און איינזייטיגער מיט וועם מען קען זיך דורכקומען (לדוגמא, ער האט צאמגעברענגט ביידע קהלות פאר די ביליגע חתונה פלענער), ווי דוד האט אים כיטרע איינגעטינקען אין די בני ברק'ע פאליטיק פון וואס ער דערזעהט זיך נישט ארויס, עס האט אים שוין געברענגט אסאך בושות, איך פארשטיי באמת נישט וואס ער פארדינט דערפון, אולי טוט ער עס ווייל ער כאפט נאכנישט אז דוד נעמט אים אויף א רייד, אלעס כדי מען זאל נישט קענען טייטלען מיט די פינגער נאר אויף אים, מ'דארף טאקע זעהן אז איינער וואס האט אן השפעה זאל רעדן מיט אים און מסביר זיין וואס דוד עקשטיין טוט מיט אים.

יעצט א שטיקל כראנאלאגישע באריכט פון די סידור קידושין פאריגע וואך דינסטאג וואס כ'האב פרובירט נאכצוגיין די מערסטע קראנט כפי שידי מגעת. דער מחותן הרב שעהר איז א שטארקע חסיד און תומך פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג, און ער האט אים מכבד געווען מיט סידור קידושין, די טאג פון די חתונה איז דוד עקשטיין אויפגעשטאנען אז עס איז צייט צו אנהייבן א מערכה מיט די נייע זאל און זיי לאזן וויסן ווער איז דער ריכטיגער בעל הבית דא אין שטאט, ער מיט זיינע שלוחים (ווי קאמיש עס הערט זיך איז איינער פון זיי א נאנטער קרוב פארן מחותן) האבן אנגעהויבן מיטן לייגן טעראר אז יעדער מעג זיין מסדר קידושין ביי דעם חתונה "חוץ מהרי"י!", זיי האבן איבערגעדרייט יעדע שטיינדל ווער עס קען האבן א השפעה אז דער מחותן זאל זיך ברעכן, דוד עקשטיין האט גערופן העסקן ר' שמואל שלמה קויפמאן הי"ו אז ער זאל אים העלפן און רעדן מיטן מחותן ער זאל נישט נעמען מהרי"י פאר סידור קידושין, ר' שלמה האט אים געפרעגט "כ'האב נישט געוואוסט אז דו שטייסט אונטער די גאנצע סידור קידושין מערכה, כ'האב געמיינט אז עס האט נאר מיט אפאר יונגען און האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די קהילה" ווי דוד פלעגט אלס פארקויפן ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף די שטיק, און ווי דוד האט עס געהערט האט ער אראפגעהאקט די טעלעפאן אויף אים, ווי אויך האט ער פרובירט צו רופן פון די הויכע פערזענליכקייטן און שישקעס פון מהרי"י אין וומסב"ג און בארא פארק.

די מחותן פון זיין זייט האט געלאזט וויסן אז גארנישט גייט אים ברעכן, ער האט שוין מכבד געווען זיין רבי און ער וועט נישט נעמען קיין צווייטן אנשטאט, אזוי איז א גאנצן טאג געפלויגן טעלעפאן רופן, זיי האבן פראבירט מיט כל מיני סטראשונגען און טעראר, כאילו דא רעדט מען פון בני ברק...

דא איז אריינגעקומען נאך א פאקטאר אינעם בילד, די באוואוסטע תהילים שיעור פון מהר"א אין ישיבה א הספד אויפן ראב"ד זצ"ל וואס ער האט געזאגט אויף אים אז "הלכה כמותו בכל מקום", נאכדעם האט ער געשפירט אז דא האט ער געגעבן אפיציעל זיין הסכמה אז מהרי"י מעג זיין אין קרית יואל מסדר קידושין, ווייל דער ראב"ד האט אונטערגעשריבן עטליכע יאר צריק אז ער האט נישט די כוח פון מרא דאתרא דא אין שטאט און ער קען נישט פסל'ן קיין קידושין, האט מען א טאג נאכדעם אראפגעשפילט אז נישט ממש מיט אלעם, דאס האט זיכער אויך אריינגעשפילט דא אז דוד עקשטיין האט געקענט גרינגער אנהייצן מהר"א און אנהייבן א פרישע מערכה מיט די נייע חתונה זאל עס אפשטעלן פאר יעדן פרייז.

ויהי ממחרת, די מעשה באקומט פליגלען, ביי אונז אינגעלייט דא אין קרית יואל בפרט תושבי השכונה האט די גאנצע פייט אויסגערופן גרויס וואונדער, על מה ולמה יצא הקצף, דער אלטער דוד עקשטיין לעבט נאך אין זיין דינייעל אז כאילו קרית יואל איז א קליין שטעטעלע וואס ער איז בעל הבית, מען האט אנגעהויבן האבן טענות פארוואס מען מאכט ווידער בושות, גענוג וואס מען האלט יעצט אינמיטן בני ברק און יעצט פריש?, בפרט דא אין געגנט ווי יעדער לעבט אזוי שיין באחדות וואס קומט ער אריינצורעדן, איז דוד בייגעפאלן אז ער האט א פלאן, ער גייט דא אריין שלעפן אין דעם סאמעטוכע יואלי עפשטיין מיטן רב השכונה ר' שמעון זאב חדב"ן, און זיי גייען אויך שפילן דא א ראלע, אזוי ארום וועט מען נישט טייטלען נאר אויף אים, און יעדער וועט עס אויסטייטשן אז עס איז פשוט די כבוד פונעם רבי'ן.

ער האט געמאכט א קאנפערענץ קאל מיט אלישע האראוויץ, יואלי עפשטיין, מיטן איינזאמער שעהר, זיין פערזענליכער באצאלטער שליח אויף די נושא, און מען האט באשלאסן אז די שבת שבע ברכות קען נישט זיין אין די זאל פון ביהמ"ד ישמח משה ווי עס האט אריגינעל געדארפט זיין, און מיט דעם גייט מען שיסן צוויי פייגלעך בהעלם אחד, ווייל יואלי עפשטיין גייט מאכן די פאון קאל, די גאס גייט רעדן נאר פון יואלי עפשטיין און נישט פון דוד, און סיי דער רב ר' שמען זאב גייט דא אויך ווערן צוגעפיקסט כדבעי.

איי פארוואס אין די וועלט גייט מען דא פייניגן ר' שמעון זאב, דער רב האט זיך דאך אלעמאל געהאלטן אינדרויסן פון אלע שמוץ און פאליטיק, ביי אונז אין ביהמ"ד האט יעדער פלאץ, דער רב מאכט יעדן אן אויסנאם פון די געגענט פילן גוט, אבער דוד עקשטיין האט דא א חשבון זיך אפצורעכענען מיט אים איבער בני ברק, דער רב ר' שמעון זאב האלט אז די גאנצע מעשה האט נישט געברענגט צופיל כבוד פאר די קהלה, און ער האלט קלאר אז מען האט זיך אליין גענומען די בושות מיט די אייגענע הענט, בקיצור לשיטותו גייט דארט קאפ אין וואנט, און דאס קען דוד נישט אראפשלינגען, בפרט נאכדעם וואס ער האט אים געבעטן צו פארן אויף א שבת קיין בני ברק און דערווייל האלט ער בשום אופן נישט דערביי, האט ער דא געוואלט אז דער רב זאל זיך טאקע פילן שטארק אומבאקוועם פון די גאנצע מעשה.

למעשה האט יואלי עפשטיין טאקע גערופן די מחותן אז ער קען נישט מאכן די שבת שבע ברכות אין שול, און דערביי אויסגעפאלגט אלעס וואס דוד האט אים געהייסן, אבער דער רב ר' שמעון זאב האט זיך געפילט זייער געטראפן פון די רשעות אין וואס דוד עקשטיין האט אים אריינגעדרייט, און אפיציעל קען ער זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם ראש הקהל, אלזא האט ער אנגערופן דעם מחותן און האט אויסגעצאלט די גאנצע שבת שבע ברכות! און ער האט אים אויך אויסגעבארגט די טישן פון ביהמ"ד און אריבערגעשיקט די קעיטערער פונעם זאל צו דארט ווי עס איז למעשה פארגעקומען... איך ציטער פון דוד'ס נקמה און איך בין אים נישט מקנא וואס דאס קען אים נאך קאסטן.

יעצט א סך הכל ווער האט דא פארדינט און ווער האט דערלייגט:

דוד עקשטיין איז זיכער ארויס א פארדינער (אין זיינע אויגן) אזוי פיין מסדר געווען יואלי עפשטיין און ר' שמעון זאב.
קהילת מהרי"י זענען אויך ארויסגעקומען פארדינער אז זיי קומען אריין מיט א פעסטקייט אז זיי ווייזן אז קרית יואל איז צוטיילט אויף 2 קהילות, א נארמאלע שטאט ווי אלע אנדערע.
דער מחותן איז זיכער ארויס א געווינער נאכדעם וואס מען האט אים אויסגעצאלט די שבת שבע ברכות.
דער רב איז גראדע אויך ארויס א פארדינער נאך וואס די גאס קוקט אים אן פאר א פיינער מענטש וואס איז אריינגעפאלן, און ער האט אליין באצאלט אנטשעדיגנוגס געלטער אז דער מחותן זאל זיך נישט באליידיגן.

דער גרעסטער פארלירער איז נעבעך אדמו"ר מהר"א, די גאנצע גאס לאכט אז מ'פירט אים אריין אין אזעלכע מערכת וואס פאסט פאר די נ' יארן זייער ווייט פון 2020, און יואלי עפשטיין וואס יעדע נארמאלער מענטש וואס האט זיך נאך געוואונדערט וואס ער האט זיך געמישט אין בני ברק זעהט יעצט ווען עס קומט צו דוד'ס שמוציגע שטיק, קען ער אים מאכן טון מה שלבו חפץ.

וואס זייער פלאן אויף ווייטער איז ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז דוד עקשטיין מיטן וועד העליון זענען אזעלכע וואס קענען נישט גיין א טריט אויף צוריק, ווארשיינליך גייען זיי נאך ברענגען פאר זייער קהלה אסאך כבוד מיט זייערע מערכות.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:מ'מעג דארט מכבד זיין מהר"א מיט סידור קידושין?

די שאלה איז צו אתי עשה פון נעמען מהר"א פאר מסדר קידושין ומבטל לא תעשה פון טריפה פלייש...
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מנחם ציון האט געשריבן:איך האב געהערט אז ס'איז גארנישט אזוי שטיל דארט. ליינט דעם מעסעדזש, באקומען פון א ידיד.
מיינט נישט גארנישט אבער אויב ס'איז אמת איז דאס גארנישט אזוי שטיל

C/P

געשריבן זייער איינזייטיג, קען מען הערן די צווייטע צד?
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מנחם ציון האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:מ'מעג דארט מכבד זיין מהר"א מיט סידור קידושין?

די שאלה איז צו אתי עשה פון נעמען מהר"א פאר מסדר קידושין ומבטל לא תעשה פון טריפה פלייש...

פארשטיי נישט וואס איר האט גענטפערט.
אפשר קען איינער ענטפערן נארמאל?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

איך האב געענפערט זייער נארמאל
און אנדערע ווערטער, וועלכע אהרוני, אדער איינער וואס וויל מהר"א פאר מסדר קידושין, וועט וועלן חתונה מאכן דארט אז דיין שאלה זאל בכלל קלעבן?
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

עס איז א ביליגע שיינע האל, טאקע נישט אזוי ביליג ווי כנור דוד אבער שענער.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

זאג, דו ביזט א חסיד פון ווילנא אדער א חסר פון ווילנא?
וועלכע אהרוני וועט וועלן חתונה מאכן אין א זאל ווי מ'סערווירט טריפה פלייש, און די גאנצע זאל איז נאר אויפגעשטעלט, אנגעבליך, צו מצער זיין דעם רבי'ן?
קענסט פרעגן אויב מהר"א וועט מסדר קידושין זיין ביים כותל אויך
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

פארשטיי נישט פארוואס די דארפסט גיין פערזענליך.
היינט איז שוין יעדער בודק צומת הגידין, קיינער זאגט נישט אז עס איז טריפה פלייש.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעון וואלף האט געשריבן:נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.

צאמנעמען? ווער זאל זיך צוזאמנעמען? כאילו דו ווארפסט דא א באמבע חידוש, מען קען גארנישט טון ווי לאנג מרן שליט"א האלט נישט ביים אויפגיבן ופשוט היא.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ער דערלייגט דאך גארנישט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

עמעזאן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.

צאמנעמען? ווער זאל זיך צוזאמנעמען? כאילו דו ווארפסט דא א באמבע חידוש, מען קען גארנישט טון ווי לאנג מרן שליט"א האלט נישט ביים אויפגיבן ופשוט היא.

מיינסט צו זאגן ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

עמעזאן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.

צאמנעמען? ווער זאל זיך צוזאמנעמען? כאילו דו ווארפסט דא א באמבע חידוש, מען קען גארנישט טון ווי לאנג מרן שליט"א האלט נישט ביים אויפגיבן ופשוט היא.
מיינסט צו זאגן ביז ווען מרן שליט"א לרפו"ש וועט לאזן מהר"א אדער א צווייטן רבי׳ן פירן טיש אין ראדני?

ליצנות און א זייט, לדעתי דארף מען אויף דעים נישט פירן קיין מערכה און די יודעי דבר ווייסן אז מהר"א וואלט שוין מוותר געווען נאר א צווייטער אויטריטעיט דארט לאזט נישט ואכמ"ל

די פלעינע פאקטן זענן אזוי, ביים טיילונג וואס איז טאקע געווען ע"כ פון מהר"א איז די קהלה אין וומסב"ג געגאנגען פאר מהרז"ל לרפו"ש און די שטאדט קר" פאר מהר"א, וומבס"ג איז א שטאדט מיט אלע קהלות און מהר"א האט דארט געפענט א נייע מוסד אזוי ווי רז"ל אין ב"פ ווי יעדער האט מוסדות, קרית יואל איז אייביג געווען א שטאדט ווי אינדערהיים מיט א מרא דאתרא געשטעלט דורכ׳ן ב"מ זצ"ל, אוודאי זענן געווען בני יואל וכדומה וואס האבן זיך מתחצף געווען און געפענט מוסדות בתי מדרשים און נאך אבער ביים ב"מ וחסידיו איז עס געווען אסור, במילא די רז"ל וחסידיו וואס (זאגן אז) דער ב"מ איז געווען בעה"ב דארף דאס זיין א חתיכה דאיסורא, אבער זיי האבן אויפגעשטעלט מוסדות און קיינער האט זיי נישט געשטערט (אסאך ווייניגער ווי פארקערט אין וומסב"ג).
קרית יואל איז די איינציגסטע שטאדט אין די וועלט וואס באלאנגט פאר א חסידות און יעדער קען קומען דארט פראווען רביסטעווע, פירן טיש וכו׳ כאטש אין ערגיץ איז. דאס נישטדא, נישט טאש און אוודאי נישט סקווער וכדומה
די איינציגע זאך וואס זיי האלטן אז מ׳ מוז אנהאלטן ווי א שטאדט אינדערהיים איז וואס מ׳ האט אייביג געוויסט אז מ׳ טאר נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא (אין לאנדאן איז אזוי ביי די מעמבערס פון התאחק"ח)
איך האב געהערט פון כמה חסידי מהרז"ל וואס האבן חתונה געמאכט און געטון כהלכה אן קיין פראבלעם, ווי זאגט מיר איינער ווען איך האב א שאלה אין קידושין פרעג איך נישט מיין רבי׳ן נאר א ת"ח שיודע בטיב גיטין וקדושין

לסיכום, די מערכה וואס מ׳ פירט דערקעגן איז נאריש און אן קיין ענד, אבער די טענה פון צד מהר"א איז 100% גערעכט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גאנצל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.

צאמנעמען? ווער זאל זיך צוזאמנעמען? כאילו דו ווארפסט דא א באמבע חידוש, מען קען גארנישט טון ווי לאנג מרן שליט"א האלט נישט ביים אויפגיבן ופשוט היא.

מיינסט צו זאגן ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

גאנצל האט געשריבן:
ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

%100
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:די ימים האבן שוין גע'דבר'ט.
שוין געווען דארט אסאך חתונות און קיין פיפס.

סארי איט דידנט פיד יור ניד פאר דראמא.
ווער איז געווען מסדר קידושין ביי יענע חתונות
זיי האבן פאריגע וואך געשריבן אז עס גייט זיין די ערשטע חתונה, סא צו סאך חתונות איז נאך נישט געווען
מ׳ מעג דארט מכבד זיין מהר"א מיט סידור קידושין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פאר א נויט רעב געציל.
עס זענען שוין געווען דארטן זייער אסאך חתונות זייט קאראנע. עס קען זיין אז עס הייסט נישט געהעריגע חתונות יו נאו... קליינע עולם... אבער פארט, א חתונה מיט א קידושין.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

גאנצל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.

צאמנעמען? ווער זאל זיך צוזאמנעמען? כאילו דו ווארפסט דא א באמבע חידוש, מען קען גארנישט טון ווי לאנג מרן שליט"א האלט נישט ביים אויפגיבן ופשוט היא.

מיינסט צו זאגן ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

פון וועלכע תורה רעדסטי? אין די אידישע תורה שטייט נישט אזא זאך (אפילו לשיטתם פון די וואס זאגן אז דא איז בכלל דא א מר"א דאתרא).
זה דרכם פון די בעלי מחלוקת. מ'שטעלט אוועק פאקטן וואס זענען נישט געשטויגן און דערנאך ניצט מען די פאקטן צו פארטושן די מוחות פון די מאסן וואס ווייסן שוין נישט וויאזוי צו טראכטן גראד.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

די אלע שו"ת ספרים פון די פריערדיגע דורות וואס רעדן פון די איסור/תקנה אז סידור קידושין באלאנגט פאר׳ן רב איז ביי אונז א תורה שלימה, און איך גלייב אז ביי צד מהרז"ל אויך. די מחלוקת דא איז נאר צו מהר"א איז רב אדער נישט.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

די מחלוקה איז צו קר"י איז בכלל א שטאט וואס האט א מרא דאתרא, און פארוואס איז מהר"א מרא דאתרא פארוואס נישט ר' געציל? קיינער האט אים נישט ערוועלט אלס רב, און קיינער האט נישט ערוועלט דעם ברך משה אלס דער וואס זאל שטעלן א מרא דאתרא. א רב יא אבער א מרא דאתרא נישט.

ואת"ל אז קר"י איז א שטאט, ביז ווי גייט די גלילות, ביז'ן דזשי דאבעליו? וואסערע בעלות האט ער אויף א שטח אינדרויסן פון קר"י? די גוים ארום קר"י האבן אים זיכער נישט ערוועלט אלס זייער מרא דאתרא..
פארשפארט