יאָסל וויינטרויב קומט אַריין קלאָר!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
יאָסל וויינטרויב קומט אַריין קלאָר!
יאָסל זיצט איינגעהויקערט ביי זיך אין בונקער. די אויסגעוועלגערטע מחילה פאַרקלעפּט אויפן סאַמע שפּיץ בענקל; דער קאָפּ אַריינגעגראָבן אין א ווערטערבוך אַזוי דיק ווי דער שמאָטשיקאַנער'ס ווינטער-פּעלץ, אָן קיין גוזמאות. דער נידריגער סופיט הענגט איבער א פאַרוויקלעניש פון דראָטן און א הפקרות פון פּאַפּירן — א חזיר-שטאַל. צעביילטע טונאַ-קענס שטעקן זיך אַרויס די קעפּ פון צווישן צעריסענע קִמְחָא-דְפִּסְחָא באַקסעס, און וואַרפן אויף מיר צוויידייטיגע בליקן. אויב פאַרשטיי איך גוט, פרעגן זיי צי אויך איך הער די דינע קרעכצעלעך און מאָדנע גערוישן וועלכע קומען פון בית-כסא'ס וואַסער-טאַנק. מסתם איז דאָס קייטעלע דאָרט עטוואָס פאַרקרימט צי פאַרהאַנקערט צווישן צינגל און שטאָפּער. פילט זיך אָן מיט וואַסער, שטעלט זיך אָפּ אויף עטליכע סעקונדעס צו כאַפּן דעם אָטעם, און שפּריצט ווייטער, לסירוגין.
"אָה, דו ביסט עס?" הייבט יאָסל אַרויס די פאַרקילטע אויגן א האַלבע אינטש העכער די גלעזער, און פאַלט מיט זיי באַלד צוריק אַריין אינעם ווערטערבוך, אויסגעשאַלטעט פונעם אַרום ווי ס'איז איצט שובבי"ם-ת"ת. ווער ווייסט וויפיל וואָכן ס'פייפט שוין דער וואַסער-טאַנק, די טונאַ האָבן נעבעך נישט קיין מנוחה, חתן דנן איז אָבער נישט דאָהי. ער מישט פלייסיג אין ווערטערבוך הין-און-צוריק, לעקט דעם אצבע בין בלעטל לבלעטל — גיט מיר ווייבּס פון די כ' יאָרן.
אויב איז אָבער די רעכטע האַנט מיוחד צו מישן און לעקן בלעטער, דאַן קענט איר זיך שוין פאָרשטעלן פאַרוואָס גאָט האָט באַשאַפן די לינקע האַנט: קריכן אין באָרד. א צעשויבערטער בלאָנדער בעזעם, גראַדע נישט עפּעס מי-יודע געדיכט, מיט א לויזן קנאָבל היפּש אָפּגערוקט פון צענטער — סימנים נאָך פון א ראָבער-בענד וואָס איז געזעסן דאָרט פריער אין טאָג. יעדעס שנירל האָר וואָס ער ציט פון בלאָנד פּעקל אַרויס, איז ווי א סגולה צו געדענקען אַריינצולייגן אין זיין נייער "וועקער" דערציילונג א פריש אומבאַקאַנט וואָרט, נאָך אַן אַרכאַיזם מיט וואָס צו פּייניגן און פאַרטרייבן די לייענער — ווי טיפער דער וואָרצל פון האָר, אַלץ פרעמדער און מער משונה'דיג דער טערמין.
איך קלאָר מיר אויס דעם גאָרגל; שטיל, העכער, און נאָך העכער, מעשה כָּל-נִדְרֵי. מיין כוונה איז צו ציען דעם אויפמערק פון דאָזיגן טשודאַק — "יואב, איין מינוט נאָר," מורמלט יאָסל אַרויס פון דער נאָז, און כאַפּט זיך אַז דער צעקנייטשטער טלית-קטן ליגט אים נאָך פאַרשליידערט אויפן אַקסל. ער שאָקלט דעם טלית-קטן אַראָפּ, ערשט מיט א קנאַקל פון זרת, און איינמאָל דאָס געלע שטיקל צמר וויגט זיך שוין אין דער לופט, באַוועגט ער דעם גאַנצן גוף אַזוי אַז ס'פאַלט אַנידער. די הענט וועט ער אָבער ווי א נאָרמאַלער מענטש נישט ניצן. אויבער-חכם? סתם פויל? שוין, לכאורה געדענקט אַרויסצונעמען די פאָדערשטע כּנפות פון וועג פאַרן גיין נקבים-קטנים, א וַיִּשְׁכָּחֵהוּ אָבער לאחר-המעשה.
כ'וואונדער מיך צי ער ווייסט פונעם ציגאַרעטל וועלכס שווימט אַרום מיט דער שוואַרצער קאַווע אין גלעזל. אַריינגעפאַלן דאָרט בטעות? במחשבה תחילה? עוֹד אֲנִי מִשְׁתָּאֵה, באַמערק איך אַז דער לינקער פוס זיינער רייבט זיך אינדרויסן פון שוך, בניחותא. זייער שיין! איז יענץ העל פּינטל דאָרט אין זאָקן א פלעקל צי א לעכל? כ'בין אַליין נישט זיכער, כ'זע שוין נישט אַזוי גוט. ער גייט קורצע ווייסע זאָקן, ווייל צוואָנציג יאָר צוריק האָט אים די מאַמע געזאָגט אַז דער ווייסער קאָליר טוט בעסער איינזאַפּן דעם שווייס, און אַזוי בלייבט עס שוין ביז משיח'ס טאָג.
וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק
יאָסל וויינטרויב איז צוריק! יאָסל — צי ר' יאָסל, ווי ער ווערט גערופן ווען מ'דאַרף פון אים אַמאָל א טובה — איז בעצם א שטיקל אֶזְרַח אין וועקער. טאַקע מער לייענער ווי שרייבער, פאָרט געשריבן דאָ דאָרט אונטער ווייס איך וועלכע פּסעוודאָנימען. מה שלא יעשה השכל, ווייסן מיר אָבער שוין איז יעשה הזמן. די טיר פון קלאַזעט האָט זיך אויפגעפּראַלט, און דער שלייער איז פונאַנדערגעפאַלן. ס'איז היינט אַן אָפענע וועלט, מ'קען שוין גאָרנישט באַהאַלטן. הכלל, קומט דער יאָסל אַריין אין "וועקער #18" מיטן ערשטן קאַפּיטל אין דער שפּאַנענדיגער דערציילונג, "דער גרינער יֵצֶר-טוֹב." ובלשון פון עמיצן הינטער די קוליסן — "ער קומט אַריין קלאָר!"
"דער גרינער יֵצֶר-טוֹב" איז געשריבן אויסשליסליך צום "וועקער." אַלץ איז פרישע וואַרע, געזיפּט די אייער און באַקוקט די מעל. אין דאָזיגן אשכול וועט איר קיין "ספּוילערס" נישט געפינען, הפּנים, נישט איידער ס'דערשיינט די דערציילונג. דער אשכול איז גיכער א "הֲכָנָה דְרַבָּה!" דאָס גרייטן זיך צו א מִצְוָה, האָבן צדיקים אונז געלערנט, איז אַמאָל אפילו גרעסער פון דער מִצְוָה אַליין.
תכלית, וואָס טוט א שרייבער מיט אַזוינע ווערטער וועלכע קענען אַמאָל דעם לייענער זיין אומבאַקאַנט? אַריינגיסן פון זיי וויפיל ס'גייט? בלויז אַריינשפּרענקלען? שטיין ווייט? יאָ, נישט קיין חדשות. ס'ווערט שוין געברענגט פון פריערדיגע, זיי דערמאַנען עס, פרעגן שוין, רעדן אַרום דערוועגן, קלערן אַריין דערין — רירן עס אפילו אָן.
וּמוֹצָא שְׂפָתַי לֹא אֲשַׁנֶּה
פאַראַן אַזוינע וועלכע זעען דאָ א "סור מרע." ס'פעלט נישט אויס, שרייב כלשון בני אדם, ווי די עלטערן האָבן גערעדט אינדערהיים, ווי דער מלמד האָט גערעדט אין חדר, און מִי שֶׁבֵּרַךְ אֶת הָאָבוֹת הוּא יְבָרֵךְ אֶת הַבָּנִים וְנֹאמַר יִשָּׁקֵנוּ. כ'זע נישט ס'זאָל זיין עפּעס שלעכט מיטן אַזוי גערופענעם ענגן וואָקאַבולאַר, מ'גיט זיך אַן עצה, מ'שטיימער נאָך אַזוי גוט ווי די יעניגע וועלכע האָבן אין זייער באַזיץ א פענצי לעקסיקאָן — ער זיצט איבער שווערע מיליאָנען, און קען ניטאַמאָל סיינען דעם אייגענעם נאמען. זיי נישט קליגער, זיי נישט קיין אויבער-חכם, ואחרון חביב, אויב ווילסטו אַז דער עולם זאָל לייענען און הנאה האָבן פון דיין ווערק, דאַן שרייב "נאָרמאַל."
היכי דמי נאָרמאַל? גאָרנישט טרעפט "נאָרמאַל" אין פּינטל אַריין ווי דער סטאַטוס-קוואָ מִתְּמוֹל שִׁלְשׁוֹם. די קאָנסעשאָנס פון דער אָפּגעשמיסענער הוֹשַׁעְנָא צום שטויביגן זוים פון ארון-הקודש; אַן אַנאַלפאַבּעטיש גלות וועלכס גוואַלדעוועט ביים פרשת-דרכים מיט א הוט אַראָפּגעקוועטשט ביזן פּיטום פון נאָז — "אָהַבְתִּי אֶת אֲדוֹנִי לֹא אֵצֵא חָפְשִׁי," דערקלערט ס'שילדל, אין פעטע שוואַרצע אותיות. ס'איז די מאַמע'ס מילך וועלכע סאַנקציאָנירט די גרעניצן פון נאָרמעס, און אויב קיווערט עמיצער בין ימין לשמאל, ווערט יענער באַלד פאַרשריבן בספרן של אויבער-חכמים גמורין.
דִּבְרֵי אוֹיְבֶּער-חֲכָמִים וְחִידֹתָם
א שמעק פון אויפגעקלערטקייט הויערט דאָרט איבער די קעפּ — גאָלע אָפּגעשליסנקייט, רבותי! "סאָקערס און לוזערס!" אומעטיגע פּנימער שלענדערן זיך אַרום מיט אויסגעלאָשענע אויגן — אַן עצבות רינט פון די נעזער. "דורכאויס חודש תשרי שלייכן שקצים אַרויס פון דער הינטערשטער טיר לענגליכע חלות און אפילו זויערס," דערציילט א וויסל-בלאָזער סודות — "מ'טונקט דאָרט אין האָניג ווי גלייך ס'איז בלויז א דרבנן."
א הויכראַנגיגער אויבער-חכם מסביר'ט מיר אַזוי: דאָס עצם באַניצן זיך מיט אומבאַקאַנטע ווערטער, גיט א געלעגנהייט צו מאַכן אָט די ווערטער באַקאַנט. ווייטער, איינמאָל די אַזוי גערופענע "אומבאַקאַנטע ווערטער" (מאַכט קוואָטעישאָן-מאַרקס מיט די הענט אין דער לופט [א חסר-דעה נעבעך. מסתם אויך דער מנהל און די עלטערן זיינע ווייטער שולדיג ]) האָבן זיך שוין געביטן צו באַקאַנטע ווערטער, דאַן שטיימער דאָך אויפן זעלבן פּלאַץ מיטן "סור-מרע" חדר, בנוסף צו א רייכערן וואָקאַבולאַר — "האַק אַריין וויפיל ס'גייט."
בתוך הדברים גיט ער מיר משל, א מעשה א בוידעם, אַ איד וועלכער גייט אין שול און קויפט א צדקה-ראַפעל. הקיצור, א מִצְוָה געווינט דער איד זיכער. איצט, בנוסף צום זיכערן געווינס, קריגט ער אויך א שאַנס צו געווינען עפּעס ווייסעך-וואָס, א פּאָר גאַטקעס וועלכע רביה"ק זצ"ל האָט געטראָגן דורכאויס די ניין טעג, צי זאָל זיין עפּעס אַן אַנדער רוי שטיק עולם-הזה. ("רַב לָךְ שֶׁבֶת בְּעֵמֶק הַבָּכָא…" צייט מיר דער אויבער-חכם אָן א מדרש, א ווילדן פּשט, א פּחד פון א מדרש. ס'טייטשט דער רב וועלכער איז געזעסן לכבודך בעמק… דווקא אין די ניין טעג… שוין, וואָס פאַרשטיי איך. עמוק עמוק וואָלט [tag]כוכב[/tag] געזאָגט; נאמר כאן עמק, ונאמר להלן עמוק…).
כ'הער ביידע צדדים, און כ'לאָז מיך צו יאָסל'ן אין בונקער. אַז שרייבט א איד א לאַנגס און א ברייטס, איז דאָך נישט מער ווי פּאסיג צו וויסן מיט וועמען מ'גייט צום טיש — אַן אומגעהייער סכום בלעטער, קורסירן אַרום שמועות, אומגעפער פערציג זייטן דער ערשטער קאַפּיטל אַליין. געהערט ער דעם "סור-מרע" לאַגער, צי געהערט ער דעם "אויבער-חכם" לאַגער. (פּשט כ'ווייס דאָך נישט צי אויך ער איז א "וויקטים"; צי אויך אים האָט דער טאטע גע'רודפ'ט, מאַמע נישט פאַרשטאַנען, מנהל פיינט געהאַט, מלמד מאָלעסטעד, און שטייצעך די גאַנצע וועלט, יעדער אויסער ער אַליין שולדיג אין אַלע זיינע פּראָבלעמען…) אפשר גאָר געהערט יאָסל נישט אַהער און נישט אַהין; נישט קיין "וְנֹאמַר יִשָּׁקֵנוּ," און נישט קיין "האַק אַריין וויפיל ס'גייט."
"מיין ציל איז אינגאַנצן נישט אַריינצואוואַרפן ווי מער אומבאַקאַנטע ווערטער," פאַרקלאַפּט יאָסל דאָס ווערטערבוך, קושט עס בטעות, ווי א הייליג ספר, און פּראָבירט דעם קוש צוריקצונעמען. "פאַרקערט גאָר. אויב איז שייך צו פאַרמיידן דאָס באַניצן זיך מיט אַזוינע ווערטער, דאַן אדרבא!"
דער ציל זיינער, זאָגט יאָסל, איז צו שילדערן א דערציילונג, דברים כהוויתן, מיט א העכסט-אָביעקטיוון בליק. (אָביעקטיוו? געשטעלט דעם גנב אַלס שומר? מסתם איז ער אויך פון די וועלכע האַלטן אַז פעיק-ניוס סי-ען-ען און דער רעדיקל-לעפט פעילינג ניו-יאָרק קריימס זענען אויך אָביעקטיוו, ניין?) ער אַרבעט נישט פאַר די אינטערעסן פון קיין שום גרופּע. ער האָט נישט קיין סופּער-פּעקס, און טאַנצט אפילו אָפּ דעם בְּךָ-בָּטְחוּ אין א ווינקל ביי זיך אינדערהיים. ובלשון דעם גרויסן און הייליגן "סטאַבילער גאון," זאָגט מיר יאָסל אַז האָט "געטעסטעט פּאַזיטיוולי טוערדס נעגאַטיוו" אין זיין אָנגעשטעקט מיט סיי וועלכע לעקסיגאָגראַפישע אַגענדעס. (לעקסי-וואָס? למפע"א! דו זעסט די איראַניע, רייט?). דאָס טרוקענע מציאות פאַרלאַנגט אָפטמאָל געוויסע ווערטער כדי זיך ריכטיג צו פּרעזענטירן. עס צו איבערהיפּן אדער איגנאָרירן, קומט מיט א בינטל אומגינסטיגע רעזולטאַטן, און לאָזט צווישן אַנדערע איבער א נעגאַטיווער עפעקט אויף דער קוואַליטעט.
נו, און צו פּראָדוצירן הויכע קוואַליטעט דאַרף מען דען גיין זוכן אין טונקעלע קעלערן פאַרשטויבטע סחורה? פרעג איך יאָסל'ן. קען מען דען נישט אַפירקראַצן פּאַסיגע סינאָנימען מיט א היימישן טעם, און אויפהערן מחיה מתים זיין די אומגעלומפּערטע אַרכאַיזמען? איז דאָס "טרוקענע מציאות" טאַקע אַזוי אויסן זיך צו קליידן דווקא אין פאַרצייטישע ווערטער, גראָז-באַוואָקסענע שורות, און שטומפּיגע פּאַראַגראַפן? איז דאָס "טרוקענע מציאות" שטעקן געבליבן אינעם צוואָנציגסטן יאָרהונדערט?
והשנית, פרעג איך יאָסל'ן, מַה נִשְׁתַּנָה! פאַרוואָס האָט דער פּוילישער, ליטווישער, און אוקראַינישער איד יאָ געמעגט אַריינפלעכטן אין אידיש יעדער די שפּראַך פון דער סביבה זיינער, משא"כ מיר טאָרן נישט אַמעריקאַניזירן דאָס אידיש, און עמאַנציפּירן אונזער שפּראַך לפּחות פון אַזוינע טערמינען מיט א מאַסק-לאָזן אייראָפּעישן פּרצוף, א וואָרט אַריין אַזוי אין אידיש אָן קיין טבילה אפילו — פאַרוואָס? (דיין טאַטע, למשל, זאָגט אויך "עמאַנציפּירן," ניין? ס'גוט, קענסט שוין אַראָפּקריכן פון הויכן לייטער. אפשר זאָלסטו דיך אַליין פרעגן די שאלות, פאַר דו גייסט פאָרהאַלטן יאָסל'ן. אַה! פּראָבירסט הייסט עס "אים" גאָר צו געפעלן? שוטה).
"יואב, טשיל דאַון!" רייסט יאָסל אָפּ דעם הינטער-חלק פון בענקל, מיט אויסגעצויגענע אָרעמס אין דער לופט גענעצט ער איידל אָפּ, און לאָזט זיך אַריין אין א שמועס בעמידה — "כ'בין בכלל נישט מחולק מיט דיר."
מ'ברויכמער זאַפט — א סך דזשוס!
ראשית כל שטעלט יאָסל קלאָר אַז דאָס מאַמע-לשון זיינס איז אידיש. בייסט אים! א תינוק שנשבה! במקום דעם "קאַמען-קאָר" און "קריטיקל-טינקינג", זאָגט יאָסל, האָט מען אין אים אַריינגעבאָכעט א אידיש אַזאַ פון סאַמע העכסטן קאַליבער. (בנוסף צום ריגירעס קוריקולום אין לימודי-קודש…). ממילא גראָד אַזוי זעט ער נישט עכט קיין סיבה צו גיין באָרגן ווערטער פון אַנדערע שפּראַכן, אויב שרייבט ער אויף אידיש — סיידן… סיידן אויב טרעפט זיך אַמאָל א ספּעציפישער אידישער טערמין — און ס'טרעפט זיך, ווי אין יעדער שפּראַך — היפּש מאָגער, עטוואָס שטומפּיג, אויסגעטריקנט מלגב ומלבר, בו בזמן ווען אין שכנות'דיגע פעלדער פּאַשענען פעטערע און זאַפטיגערע אַלטערנאַטיוון, דאַן יאָ, וועט ער אַמאָל "דיטשן" א שטיקעלע אידיש.
"א גְּרוֹגֶרֶת דְּרַבִּי צָדוֹק, נאָכאַלעם, וועל איך טאַקע איבערלאָזן פאַר יידישסטן און אידישסטן קנאים," פליקט יאָסל אָפּ דאָס זילבער-פּאפיר פון א הייס בעקעלע יאַפּטשיק, די טאַנצנדיגע פּאַרע פראַסקעט אונז ביידן אין פּנים, און באַדעקט דאָס דיקע ווערטערבוך אין א פליישיגן טוי. "אַזוי ווי די יאַפּטשיק דאַרף שטיקער בהמה, און אַזוי ווי דאָס פּיקל דאַרף דעם קראַך, אַזוי דאַרף דאָס געשריבענע וואָרט זאַפט און קאָליר. מ'ברויכמער זאַפט," דערלאַנגט ער מיר א טעלער און גאָפּל — "א סך דזשוס! א סך קאָליר! מ'האָמער סטאַנדאַרטן."
כ'לייג מיין לינקן אָרעם אַרויף אויפן קאַפּל, כ'בין נישט זיכער צי יאָסל וועט מיך דזשאָדזשן פאַרן מאַכן א ברכה אָן קיין שני כיסוים. (און צי דער אייבערשטער וועט דיך דזשאָדזשן, פון דעם זאָרגסטו דיך נישט?) מיט די נעגל פון רעכטער האַנט צי איך אַראָפּ א שטיקל פונעם אַרויפגעדרייטן אַרבל, וואָרום דער נאַקעטער אָרעם כשלעצמו קוואַליפיצירט נישט פאַר א צודעק — שֶׁהַכֹּל נִהְיֶה בִּדְבָרוֹ! פּשש, יאַפּטשיק איז וואויל! נו, זיי ממשיך… כ'האָב נישט געמיינט איבערצוהאַקן, כ'וויל דאָך אָבער נישט גנב'ענען ביים מֶלֶךְ הָעוֹלָם.
"כּלפּי אַמעריקאַניזירן דאָס אידיש," זאָגט מיר יאָסל, "טעאָרעטיש ביסטו זיכער גערעכט. דאָ קומט אָבער אויך אַריין די קאָנווענצן פון א שפּראַך, און ווייטער א דיפערענץ צווישן כלל-שפּראַך, קולטור-שפּראַך, און אַנדערע וואַריאַציעס. (מער איבער דעם אַן אַנדער מאָלׁׂ). מה שנוגע לעניננו אָבער, נישט אַז איינער האָט מיך געפרעגט, און זיכער בין איך נישט קיין שום אויטאָריטעט ווען ס'קומט צו שפּראַך. פּערזענליך שטערט מיר אָבער נישט קיין סך דאָס אַריינמישן ענגליש. אוודאי אַזוי, מ'דאַרף אָבאַכט געבן אַז די שפּראַך זאָל נישט פאַרוואַסערט ווערן, אָבער ווי געזאָגט אויבן, 'מ'ברויכמער זאַפט.' דאָס איז אונזער פּריאָריטעט."
כָּל דַּרְכֵי אִישׁ 'זאַך' בְּעֵינָיו
"רעדן ענגליש האָט איר געזאָגט? וְנַפְשֵׁנוּ קָצָה בַּלֶּחֶם הַקְּלֹקֵל? גוט, כ'העל אייך געבן ענגליש! וויאַזוי קוקט אויס אונזער ענגליש? גייט אַריין א אידל אין 'האום-דיפּאָט,' צירקולירט א וויץ סוכות צייט, און בעט 'דע טינק דעט קאָנעקטס דע טינק ענד גאויס אינטאָ דע אָדער טינק.' בקיצור, אונזער ענגליש, כּן! ווען דער נאַר וואָלט נישט געווען מיינס… ס'איז אָבער נישט אַז אויב אין 'האום-דיפּאָט' וואָלט מען איצט אַנשטאָט ענגליש גערעדט אידיש, און די אָראַנזשע שירצלעך וואָלטן אַנשטאָט טאַטואירטע ביר-בייכער באַדעקט האָלעפּצעס מיט געלע טלית-קטנ'ס, וואָלט דעמאָלט דער מצב פיל בעסער געווען. אונזער אידיש איז דאָך אויך מער ווייניגער די זאַך וואָס גייט אַריין אין דער אַנדערער זאַך — העק, אונזער לעבן איז די זאַך וואָס גייט אַריין אין דער אַנדערער זאַך… מיר זענען אין א שטענדיגער מלחמה מיטן לשון, און דאָס איז דער שורש פון אַלע פּראָבלעמען דאָ. אפשר דאַרף טאַקע נישט יעדער וויסן פּונקט די נעמען פון בוי-געצייג; אפשר דאַרף טאַקע נישט יעדער קענען ענגליש. אונזער 'שפּראַך' אָבער, איז די שפּראַך פון 'דע טינק דעט קאָנעקטס דע טינק.' ס'איז נישט אידיש; ס'איז נישט ענגליש — ס'איז פּוסטקעפּיגקייט. ס'איז דאָס נפש-הבהמי, דער סאָפטווער אויף וועלכן אונזער געזעלשאַפט אָפּערירט, און מיט יעדן נייעם אָפּדעיט קומען גאָר צו נאָך באָגס.
"ווי איידער זיך אויסצולערנען די נעמען פון געצייג און באַררייכערן אונזער ווערטער-באַזע, איז פאַר אונז מער ניחא צו קריכן אין דער זומפּיגער בלאָטע מיט א קליין פּעקל אַדיעקטיווע קאָנטראַסטן אין דער האַנט: קליין, גרויס, לאַנג, און קורץ. א גרויסער מעסער, א קליינער מעסער, און נאָך א קלענערער מעסער; א מעסער וואָס לויפט שיף, שמאָל פון אויבן, בייגט זיך אביסל פון אויבן, דרייט זיך אַרום פון אויבן, איז ברייטער אויבן ווי אונטן, א מעסער מיט א לאַנגן שפּיץ, טיפע ציינדעלעך, און אוודאי אַזוי שאַרף! זייער שאַרף — ראש-השנה'דיג שארף! מַגָּל טייטשט דער מלמד איז א סאָרט מעסער צו שניידן תבואה, און חֶרְמֵשׁ איז וואָס? חֶרְמֵשׁ איז אַן 'אַנדערער סאָרט' מעסער, אויך צו שניידן תבואה. זייער גוט געקענט די וואָכנדיגע סדרה! זאָל עמיצער וואַגן צו זאָגן אַז מַגָּל אויף אידיש איז א 'סערפּ,' און חֶרְמֵשׁ איז א 'קאָסע,' דאַן שלעפּּּט ער אַפיר אַרכאַיזמען, דאַן באַלעסטיגט ער דעם לייענער מיט פרעמדע ווערטער. אָט אַזאַ שפּראַך הייסט חוזק געמאַכט פון דער מענטשליכער אינטעליגענץ.
"למען האמת, מעסער אַליין איז נישט די פּראָבלעם דאָ. אפילו אין ענגליש, וועלן פאַרשידענע קיך-געצייג, א שטייגער, זיך ענדיגן מיט מעסער. מעסער דאָרט איז אָבער א צונויפגעהאָפטן וואָרט, און נישט באַגרעניצט צו די זעלבע אויסגעשעפּטע אַדיעקטיוון וואָס אדם הראשון האָט געניצט צו באצייכענען אַלץ פון זיין נאַקעטקייט און צוקונפטיגע גלגולים, ביז זיין ווייב, שלאַנג, און להבדיל גאָט."
וּבִלְשׁוֹן חֲסִידִים תִּתְקַקָשׁ
— שלעפּסט?
יאָסל ציט אַריין, טיף, נאָך טיפער, די חַדְרֵי-בֶּטֶן הייבן אים אַזש אָן ציטערן. "אייזן!" הוסט ער אַרויס פונעם רויך-וואָלקן, אַנטשלאָסן נישט צו דערלאָזן דאָס געהוסעכץ אָנמאַכן ביטול-תורה. "אייזן! אַלץ איז ביינונז אייזן. מ'האָמער א ווייך אייזן, און א האַרט אייזן, א דין אייזן, א דיק אייזן, אַן אייזן וועלכס קומט פון דער פראָנט, און אַן אייזן וועלכס גייט צו דער בעק. א רונדיג אייזן, א באַקסעדיג אייזן, און אַן אייזן וואָס פאַרמאָגט א לאָך פון אינעווייניג. א לאָך בערך אַזוי גרויס ווי א דיים, אפשר א קוואָדער; א לאָך וואָס קוקט אויס בערך אַזוי ווי דער שעיפּ פון א סטאַפּ-סיין.
"סטאַפּ-סיין שעיפּ? מיינסט אַן אָקטאַגאָן? יעדער מגדול ועד קטן רעדט איצט הייסט עס 'סיין-שפּראַך …?' נו, נניח! האָבן מיר געפונען א טרעפליכן אוניווערסאַלן אָביעקט, און איז שוין געוואָרן ווי אַזאַ סינאָנים. וואָס איז אָבער מיטן שעיפּ 'כמעט' ווי א סטאַפּ-סיין? א סטאַפּ-סיין, נאָר מיט זיבן עקן? מיט ניין עקן? אידיש? נננ, ענגליש איז גוט. נאָר דער פּוילישער איד? ניין, דו מעגסט אויך, שמענדריק! מיש אַריין ענגליש (גריכיש/לאַטייניש סיי ווי). 'כמעט' ווי א סטאַפּ-סיין!
"ס'איז דאָך נישט אַז פּונקט ביים אָקטאַגאָן האָט מען ביי אונז אַוועקגערויבט דעם ווערטער-באַגאַזש. סוד: מיר קענען בדרך כלל נישט קיין פּשוטע געאָמעטריע. דעמאָלט אפשר איז די פּראָבלעם נישט אידיש; אפשר איז די פּראָבלעם נישט דאָס זיך צוריקהאַלטן פון אַריינמישן ענגליש. קיינער זאָל נישט שרייבן העפּטאַגאָן (צי זיבנעק), יעדער זאָל שרייבן 'נאָרמאַל,' און זיין באַפרידיגט מיט א וועלט וועלכע שטאָלצירט מיט איר שפּראַך-עקספּאָ פון מעסער, אייזן, און 'כמעט' סטאַפּ-סיין שעיפּ, ווייל פּלוני פונעם עם נבון וחכם מאַכט מיליאָנען, און מר. פּלוני לאַכט אין די פויסטן פון העפּטאַגאָן שמעקטאַגאָן. נישט בלויז קען ער נישט, נאָר ער איז גאָר בייז אויב א צווייטער איז גרייט אים אויסצולערנען; ער איז בייז אויב א צווייטער, א בן עשרים-ולמעלה, זאָגט אי אפשי — 'נעם דיר דיין פּוסט לינגאָ, און קריך אַראָפּ דערמיט פון מיין צונג.' "
וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת-הַגׇּדוֹלִיצִיע
"דער אידישער סופיקס '-ציע' — דער עפּיטאָם פון שריפטליכער אויסגעצייכנטקייט. עפּעס וואָס פאַרקערפּערט די שטרעבונגען פון יעדן בחור'ל מיט אַן אויג אויף א שרייבן-קאַריערע; דער העכסטער און מערסט-סאָפיסטיקירטער שטאַפּל אין שפּראַכיגן לייטער, דאָרט וואו אפילו אידישע לעקסיגאָגראַפן האָבן נישט דערגרייכט. מ'ברעכט זיך אַריין באישון לילה אינערהאַלב די לייכט-באוואַכטע פעסטונגען פון ענגליש, מ'קידנעפּט א וואָרט פון דער tion/sion סופיקס-משפּחה, און מ'שלייכט עס אַרויס פון דאָרט איינגעוויקלט אין א רעזשוואולקע. א וואָרט פון לאַטיינישן אָפּשטאַם, אָבער געבוירן ביי ענגלישע טאַטע מאַמע — פאַרוואַנדלט אין דער אידישער '-ציע!' לֹא עֶדוּקְעִישְׁן יֵאָמֵר עוֹד שִׁמְךָ, כִּי אִם עֶדוּקַצִיע. מזל-טוב! אַרויסגעכאַפּט די אידישע שפּראַך מבירא עמיקתא, און זי אַרויפגעשלעפּּט לאיגרא רמא. גאונות! (דער טעות, כמובן, אז די אידישע ווערטער וועלכע טראָגן יאָ דעם ציע-סופיקס, זענען גלאַט אַזוי איבערגעזעצט פון ענגליש. להד"ם).
"לאָמיר זיך אַריינקוקן אין שפּיגל, און מאַכן א שטיקל חשבון-הנפש. נאָך פאַרן וואָקאַבולאַר אפילו, דאָס עלעמענטאַרע וויסן און יסודות פון שפּראַך — דער צעביילטער פּנים פון אונזער אויסלייג און גראַמאַטיק. צי קען דער דורכשניטליכער יונגערמאַן שרייבן בעסער ווי דאָס קליינע אינגל? א מכה! דערוואַקסענע, ספּעציעל אַזוי מענער, שרייבן אין דורכשניט בערך אַזוי גוט (שלעכט) ווי קליינע קינדער, און צומאָל נאָך ערגער. איז דאָס 'נאָרמאַל?' מיר ווייסן דאָך קוים דעם חילוק צווישן און/אין, צי/צו, די/דו — איז דאָס 'נאָרמאַל?' לאָמיר אפילו נישט גיין ביז שפּירן/שפּורן, שטימען/שטומען. אַנאַלפאַבעטן! באַצאָלטע 'אידישע שרייבער' וועלכע ווייסן פון מער ציע-סופיקסן וויפיל ס'עקזיסטירן בכלל אין דער אידישער שפּראַך, אָבער ווייסן נישט אַז צו שרייבן 'די רבי' איז פרעכע אַמעראַצעס.
"מוסיף צו זיין חטא על פּשע, שטאָלפּערן מיר זיך נאָך אָן אין די אומקאָנסעקווענצן (inconsistencies) פון די גרייזן גופא. ס'טייטשט נישט בלויז ניצט ער 'און/אין' גרייזיג, נאָר ער ניצט ביידע אָן קיין שום גאַנג — אַלץ איז אָפּהעניג אין די אימפּולסן פון בַּאֲשֶׁר הוּא שָׁם. מאָנטאָג פאַר חצות איין וועג, און דינסטאָג נאָך מנחה-גדולה פאַרקערט. (איז ער דאָך יאָ קאָנסיסטענט, ניין?). וואָס פּאַסירט איז אַז ניטאַמאָל צו די גרייזן קען זיך דער לייענער צושטעלן. איראַניש, דער זעלבער פייערדיגער אָנהענגער פון דער אַזוי גערופענער 'געזעץ-און-אָרדערנונג' שיטה, דער וואָס זעט נישט וויאַזוי א געזעלשאַפט קען אַנדערש אָנגיין, דער איז אָפט העכסט באַקוועם צו לעבן אין א טאָטאַלער אָרטאָגראַפישער אַנאַרכיע. (אַה! כ'בין זיכער אז די סתירות וואָלט אַנדערש נישט געטראָפן זיין אַדרעס… ).
"ס'ווייסט אָבער אַלץ אַז 'אידיש איז אָרעם.'"
עַם עִמְקֵי שָׂפָה
"ענגליש קען ער נישט ווייל אידיש איז זיין שפּראַך, זיין מאַמע-לשון, און צווישן שלא שינו את לשונם און חדש אסור מן התורה, האָט ער זיך אויסגעבויט א 'סעיף-ספּעיס.' למעשה קען ער אָבער נישט קיין אידיש, ווייל אין אַמעריקע רעדט מען ענגליש! פאַר אַראַמיש דאַרף ער 'אַרטסקרול,' און לשון-קודש זאָגט ער האָבן זיי אינגאַנצן פאַרדרייט. נ"ך און דקדוק געהערן די משכילים, יוצרות זענען באַקסעס צו טשעקן אין מחזור, און תהילים 'זאָגט' מען נאָר. (א מין פענאָמען פון זיך וואַרפן מיט שטיקער טעקסטן, בעל-פּה גאָר, פאַר א יובל יאָרן, אָן בכלל פאַרשטיין די פּירוש-המילות. שטערט אים גאָרנישט — קיצלט אים ניטאַמאָל. רַק עַם חָכָם וְנָבוֹן הַגּוֹי הַגָּדוֹל הַזֶּה). קומט ער מיר אָבער דרייען א ספּאָדיק אַז אידיש איז אָרעם. אידיש איז אָרעם? אפשר איז פּשוט דאס לשון דיינס אָרעם! פאַרצייטישע ווערטער? הממ, אפשר איז דיין מוח אַביסל פאַרצייטיש!
"אַז מ'קייעט האַרטע שטרוי פון צופרי ביז ביינאַכט, דעמאָלט איז אידיש אָרעם. דיין שפּראַך איז אָרעם ווייל דיינע ידיעות זענען אָרעם, און דיינע ידיעות זענען אָרעם ווייל דיין שפּראַך איז אָרעם. די צוויי גייען האַנט ביי האַנט, געקניפּט און געבונדן. אז מ'לייגט אין א סיסטעם אַריין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], דערוואַרט נישט אז זי זאָל אויסשפּייען גאָלד. אפילו אויב זאָל עמיצער יאָ קונה זיין ידיעות אָן דער הילף פון שפּראַך, דאַן קען ער די ידיעות נישט איבערגעבן אָן קיין שפּראַך. (די הימלישע קאָנטער-טעראָריזם סטראַטעגיע, באַקאַנט אַלס 'אָפּעראַציע מִגְדַּל-בָּבֶל').
"סיי וועלכע פּראָפעסיע ס'וויל זיך עמיצער לערנען, דאַרף מען זיך ערשט באַקאַנט מאַכן מיט א ספּעציפישער טערמינאָלאָגיע. וואָס קוקט פאַרן דרויסנדיגן אויס ווי א קאָמפּליצירטער וואָקאַבולאַר, איז דווקא נישט קאָמפּליצירט, און איז דער מערסט-עפעקטיווער מהלך פאַרן פאכמאַן באַהאַוונט אין יענעם פעלד. די טערמינאָלאָגיע פאַרשפּאָרט א וועלט פון זיך דאַרפן דרייען מיט 'דע טינק דעט קאָנעקטס דע טינק ענד גאויס אינטאָ דע אָדער טינק.'"
אִתְעָרוּתָא דִּלְעֵלָּא
"סעלצער, קאָוק, אדער ביר?" עפענט מיר יאָסל דעם פרידזשידער. כ'פאַרקלער מיך אויף א קורצער ווייל שוקל צו זיין די משקאות. אודה ולא אבוש, יעדעס מאָל וואָס כ'קריג אַן אמת'ע בחירה שפּירט זיך מיר באַזונדער גוט... כ'צייג אים אָבער אָן אויפן פלעשל שאַמפּאַניער אַנשטאָט, שעמעוודיג.
דאָס טונקעלע פלעשל האָט זיך אַרויסגעבויגן פון פרידזשידער'ס טירל, און געשמייכלט צו מיר גראָד אין די שוואַרצאַפּלען אַריין. דער שלאַנקער אויסגעשניצטער האַלדז איז געווען פאַרוויקלט אין אַן עלעגאַנט גאָלד-פּאַפּיר, און דער ברייט-געפאָרעמטער אונטערשטער חלק איז געווען פאַרדעקט מיט א ווייס קלאַסיש-פראַנצויזיש לעבל. א קאַלטער שווייס האָט געשלאָגן אין פרידזשידער — ס'פלעשל איז געווען דורכגעווייקט נאַס. כ'בין דאָך נאָר א מענטש, און דאָס פּינטעלע אֲסֻפְסַף אֲשֶׁר בְּקִרְבּי האָט זיך פאַרגלוסט א תאווה, דאָס שפּייעכץ אין מויל איז מיר פעט געוואָרן.
"גאָו פאָר איט," זאָגט מיר יאָסל, "שיס אויף דעם בחור." כ'האָב מיך פאָרט געשפּירט ווי א שטיקל חזיר, אַן אויסניצער. מ'רעדט דאָך פון א טייער פלעשל וואָס יאָסל זעלבסט וואָלט זיך נישט דערלויבט. באַקומען האָט ער עס נאָכן געוואונען קעגן א טראָמפּסטער א געוועט איבער די וואַלן. יענער האָט זיך אַרויסגעדרייט פון באַצאָלן ווי א מענטש, כאָטש האָט ער אָבער מודה געווען אינעם פאַרלוסט. אַנשטאָט אַהין געבן דעם אָפּגעשמועסטן סכום געלט האָט ער אַרויסגעשלעפּט פון די אוצרות זיינע אונזער צדיק דאָ. (אוצרות פאַרמאָגט ער א דאַנק טראָמפּ, וואָס ווי ער זאָגט, איז געווען היסטאָריש גוט פאַר דער עקענאָמיע…). יאָסל האָט אָבער גערן מסכים געווען אַז כ'זאָל ביי אים לייכטער מאַכן די וואָג פון פלעשל — ווען מ'טריפּעוועט אויף די גרינע גראָזעלעך איז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
"א באַגרעניצטע שפּראַך פּראָדוצירט א באַגרעניצט ווערק," שיסט דער שאַמפּאַניער אויף מיט פּאַטאָס — יאָסל אָבער רעדט ווייטער, ווי גלייך ער וואָלט אַנדערש געקריגן גחלי רתמים — "און א רייכע שפּראַך פּראָדוצירט א רייך ווערק. גענוי ווי מוזיק, ס'איז מעגליך צו שאַפן א קאָמפּאָזיציע אָדער שפּילן א ליד מיט בלויז איינצלנע נאָטן אין אַן איינציגער אָקטאַווע, אָן קיין 'פלעטס' און אָן קיין 'שאַרפּס' — מ'קען. מ'קען לאָזן די וועלט הערן א סקולענער 'צַוֵּה יְשׁוּעוֹת יַעֲקֹב' דורכן אַריינקלאַפּן מיטן אצבע איינציג-ווייז אויף א האַנטפול ווייסע שליסעלעך אין א קליינער אָפּגעפליקטער פּיאַנע. אוודאי קען מען! א גוטער פּיאַניסט באווייזט אָבער מיטן אינסטרומענט וואונדער."
כ'קוק מיך איין אויפן בלעזלדיגן שוים אינעם באָקאַל (אָה, הייסט עס א flute glass, אַהאַ! גאַט איט! איי. גאַט. איט! ביי ענק אינדערהיים זאָגט מען אויך באָקאַל, ניין? ער קומט פּשוט פון אַזאַ סאָרט שטוב. שלאָג אים. אָדער רופט מען עס דאָרט יאָ גלעזל, אַזוי ווי יעדער איינציגער נאָרמאַלער מענטש וועמען איך קען. גרויסער חכם, גייט טוישן די וועלט. קיפּ מי פּאוסטעט פּליז.) כ'וואַרט אז דער שוים זאָל זיך זעצן כדי כ'זאָל קענען אַריינגיסן נאָך. כ'שפּיץ אָבער אָן מיינע אויערן צו יאָסל'ס רייד, כ'בין דאָך נישט דאָ געקומען אַבי אויף שוואוילטאָג, אָפּצוברענען א ליל-שישי. כ'גיס אויך יאָסל'ן אָן א גלעזל, כאָטש וואָס געזאָגט האָט ער מיר קלאָר אז ער גייט איצט נישט טרינקען קיין אַלקאָהאָל — "אין מערבין שמחה בשמחה." זאָל ער אָבער יאָ שפּירן דעם טעם פון א טראָמפּ-פאַרלוסט, און זאָל איך שפּירן ווייניגער אויסניצער.
לחיים! קלאַפּן זיך די באָקאַלן צונויף — אָך, זייער גוי'איש, אַן איבל.
מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה'
"שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם," חוש'ט מיר יאָסל אַרום מיטן פּסוק אין ישעיה, א פּסוק אָפט געניצט דורך מאַנכע אפּיקורסים ליידער, ווי אַזאַ לחש ביים אַריינשאָקלען זעק אָנגעשטאָפּט מיט כל דבר אסור אין גריבל פון נפלאות הבורא. יאָסל איז אָבער א איד א שטאַרקער מאמין בה' ובתורתו, א איד וועלכער לעבט מיטן באַשעפער, לייגט זיך און שטייט אויף מיטן שִׁוִּיתִי ה'. "דער רבונו-של-עולם האָט אין דער פאַרצווייגטער בריאה זיינער באַשאַפן אַזויפיל הערליכע, רייכע, קאָלירפולע, און אַראָמאַטישע ווערטער. יעדעס איינציג וואָרט מיט א סיבה גענוי, וואָס, פאַרוואָס, ווען, און וויאַזוי. נישט דאָ אַזאַ זאַך ווי 'סתם' א סינאָנים — 'סתם' א סינאָנים איז כפירה!
"אַז דאָס מענטשעלע קריכט אַריין אינערהאַלב די אַנאַלן פון לשון, און הייבט אָן אויסצושמעקן דאָס שפּראַכיגע האָבּ-און-גוטס, שלאָגט זיך תיכף אַרויס ממעמקים א 'מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה'.' די פאַרפלאָכטנקייטן — אין סוף! די סובטילע ניואַנסן אין יעדן איינציגן טערמין; די באַדייטנדיגע און דעליקאַטע אונטערשיידן אין יעדן איינציגן סינאָנים. אַמאָל דערגרונטעוועט מען זיך אַזש צו סודות אינעם באַשאַף! די חושים און אפילו אברים, פּסיכאָלאָגיש און אפילו פיזיאָלאָגיש. אַלץ אין האַרמאָניע, און מיט דער זעלבער מסקנא: 'מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה'.'
"דער שרייבער קען זיך שפּילן מיטן שפּראַך-אינסטרומענט אין דער לעקסיגער פילפאַרביגקייט. בודק זיין דעם ברייטן ספּעקטער (spectrum) פון אויסדריקליכקייט, שטעלן יעדן קאָליר באַזונדער אונטערן מיקראָסקאָפּ, און באַאַרבעטן די אומבאַגרייפליכע צאָל שאַטירונגען (tints, tones, and shades). דערנאָך קען מען אַהערשטעלן א שעפערישן פּראָדוקט פאַרן נאַקעטן אויג, מיט דער אויסברייטערונג פון די אויבנאויפיגע שפּראַך-גרעניצן ווי א בייפּראָדוקט. פרעג איך אייך, אַזוי צוריקצואוואַרפן דעם כביכול אין פּנים אַריין?"
(נו שוין. וואו קען מען גיין אים הערן זאָגן שאַלעשידעס תורה? טו מיר א טובה! ווי האָט יענער געזאָגט דאָרט, שאַט אָפּ ענד סינג. ווערמיר נישט דאָ קיין פרישער מורה. איך האָב מיר מיין רבי, איך דאַרף נישט יאָסל זאָל מיר געבן א לעקציע אין אמונה. כ'קען נאָך אַזוינע יראי-שמים ווי ער. און אַז מ'רעדט שוין, זאָג דעם יאָסל'ן אַז ער זאָל געבן דעם שיעור אויף א ווידעאָ בשעת'ן זיצן ביים רעדל, מיטן טיקטאַק פון די בלינקערס אינעם בעקגראונד. ווייל פון זיין קליינעם אָפיס ווייס איך נישט צו כ'קען מקבל זיין סיי וואָס…).
שְׂפַת לֹא יָדַעְתִּי אֶשְׁמָע
"אוודאי פאַרמאָגט אידיש אַרכאַיזמען, ווערטער וועלכע שטויבן מיט רעכט, און נישט דאָ קיין זין זיי אַרויפצושלעפּּּן ממצולות. ס'איז אָבער זייער נאַריש צו באַשולדיגן יעדעס אומבאַקאַנט וואָרט אין זיין פאַרצייטיש. אין יעדער לעבעדיגער און געזונטער שפּראַך ריטייערט מען כסדר ווערטער. דאָס פּאַסירט אָבער געווענליך ווען אין זעלבן פּלאַץ זענען שוין אויפגעקומען אַלטערנאַטיוון. ביי אונז איז אָבער קאַפּויער. די אַלטע ווערטער קוילעט מען אויס אָן קיין רחמנות, בעת די יונגע זענען אומפרוכטיג.
"א לעבעדיגע שפּראַך וואַקסט כסדר, ווערט גרעסער, ברייטער, און רייכער. אונזער אידיש אָבער — ענד ביי עקסטענשאָן אויך 'אונזער' ענגליש — האַלט אין איין איינשרומפּן. נישט בלויז זענען מיר נישט מוסיף קיין נעאָלאָגיזמען (נייע ווערטער), און נישט בלויז קוקן מיר זיך נישט אום אויף מאָדערנע ווערטער אין תחומים וואו דער פאַריאָגטער און פאַרפּלאָגטער שטעטלישער איד פון אַמאָל האָט נישט פאַרמאָגט קיין סך צוטריט אדער השגות (וויסנשאַפט, פילאָזאָפיע, מוזיק אא"וו), נאָר אויך זיין שמאַלציג האַנדל-וואַנדל אידיש פון ליידן און פריידן; זיין שפּראַך פון כאַטקעס, ליבע, און גזלנים, פון פּראַקן, קרעכצן, לעסטערן, און זשליאָקען — אַלץ באַגראָבן מיר אין דר'ערד אַריין.
"אֶחָד מִנִּי אָלֶף: וויאַזוי זאָגט מען אויף אידיש ceiling? צוויי אידישע ווערטער וואָס איר וועט (לפּחות איינס) מסתם אָנטרעפן אויב נעמט איר א (הסכמה-לאָז) אידיש בוך אין דער האַנט: דער סופיט, און די סטעליע. די צוויי זענען לגמרי נישט קיין פאַרוואָרפענע טערמינען, ביידע גאָר שטאַרק פאַרשפּרייט איבער דער ברייטער אידישער ליטעראַטור. ביי אונז אָבער זענען זיי שוין אַרכאַיזמען. און וואָס איז די אַלטערנאַטיוו, סילינג? הלוואי! ביי אונז אָבער עקזיסטירט בלויז דער 'דאַך.'
"מיטן רופן דעם ceiling 'דאַך', עלימינירן מיר בידים ניואַנס פון שפּראַך. (דאַך = roof). אמת, דאַך איז טאַקע א מער אַרומנעמיגער טערמין אין פאַרגלייך צו ceiling. אויב עמיצער באַציט זיך אָבער דווקא צו א ceiling, דאַן איז פּראָסט אַזוי אַמעראַצעס צו זאָגן דאַך, און קען אפילו פירן צו א צעמישעניש. אַזאַ עלימינירונג ברענגט לכאורה נישט קיין שום נוצן פאַר קיינעם. מ'שפּאָרט זיך גאָרנישט דערביי.
"דאָס אַרויסרייסן אַזאַ חילוק, גיסט זיך אויך אַריבער צו אונזער ענגליש. היימישע יונגעלייט ביים (פּראָבירן צו) רעדן ענגליש, וועלן טיילמאָל זאָגן roof ווען זיי באַציען זיך צום סופיט. וכהנה רבות. פון אונזער ענגליש קען מען א סך מאָל דערשנאַפּן 'אונזער' אָרעם אידיש, און ווייס-ווערסע. ווייל ווי געזאָגט אויבן, ס'איז נישט ענגליש אָדער אידיש: ס'איז דאָס נפש-הבהמי. אַזאַ מהלך אונטערדריקט נישט בלויז שעפערישקייט, נאָר ווי די שפּראַך ווערט אָרעמער, ווערן אויך די מוחות אָרעמער, און ווי די מוחות ווערן אָרעמער, ווערט אויך די שפּראַך אָרעמער."
טאָמס און יְדִיד נֶפֶשׁ
פיין געזאָגט! וועמען איז מען מכבד מיטן יְדִיד נֶפֶשׁ? מ'קען שוין אָנצינדן די לעקטער? כ'מיין אַז כ'האָב שוין געהערט די פּראָבלעם... א לעזונג האָסטו אויך? וואָס טוט מען דאָ תכלית? אַלץ פיינע תורות, אָבער למעשה גייט זיך דער עולם אָנשטאָלפּערן אין אומבאַקאַנטע ווערטער, און דער אַפּעטיט וועט אַנטרונען ווערן. דו ווילסט זיין גערעכט, אָדער דו ווילסט דער עולם זאָל לייענען? — טאָמס! האָסטו? שאָקל אַריין ביטע. אָט אַזוי! טרי איז א טשאַרם. די יאַפּטשיק איז געווען דערהויבן — האָסטו אַליין געמאַכט אָדער געקויפט? (כ'דאַרף דאָך וויסן וויפיל פּראָצענט אמת ס'קען אין קאָמפּלימענט אַריינגיין; כ'דאַרף דאָך וויסן די פּונקטליכע אמת-בולשיט פּראָפּאָרציע [ratio] …) שכח נאָכאַמאָל פאַרן שאַמפּאַניער — חבל על הזמן!
בְּתוֹךְ עַמִּי אָנֹכִי יֹשָׁבֶת
יאָסל שטעלט קלאָר אַז דאָס שאַרפע גערעדעכץ ביז אַהער איז נישט מער ווי "טאָף לאָוו." אַנדערש פונעם יצר-טוב, א שטייגער, זאָגט יאָסל אַז ער זעלבסט איז נישט קיין גרינער — "בתוך עמי אני יושב!" ער איז אויך געבוירן געוואָרן אין שטאַל אויפן פאַרם, געקייעט שטרוי און געפאָכעט דאָס קליינע זנב'ל מיט די עקודים נקודים וברודים בינאַזאַם… העק, ער איז אין פאַקט אַן עקוד, נקוד, וברוד זעלבסט. געפּאַשעט מיט דער זעלבער סטאַדע; אין זעלבן געמיש פון זבל ומלקוש. זיך געלאָזט מעלקן — געוויס פאַר זיין אייגענער טובה — און זיך אויך געלאָזט קאַטעווען תחת שבטו יעדעס מאָל דער נומער צען איז געפאַלן בגורלו. א קאָמפּולסיווער ציילער געווען דער פּאַסטוך, א ראַנדאָמיזירטע סיסטעם, אָבער ווי ער זאָגט, איז ער משום איזו סיבה אָפט געווען דער צענטער. ס'דערוועקט נאָך אפילו היינט ביי אים טראַוומע (trauma) ווען מ'דאַרף זיין וועזן אויף א צענטער צו מנין. (ברעקינג ניוז! דזשאָסט קאָנפורמד: ער איז א וויקטים! ער איז א וויקטים, און אונז אַלע גיימער יעצט דאַרפן ליידן).
ממילא איז ער נישט דאָ צו זאָגן מוסר — ווער האָט אים בכלל געפרעגט — נישט צו בלעימען, און חלילה נישט קוקן פון אויבן אויף אַראָפּ. פאַרקערט, גאָר גוט ווייסט ער און פאַרשטייט אַז מיר זענען טאַקע נישט שולדיג אין אונזער אייגענעם מצב, און ס'קומט זיך אונז טאַקע א סך קרעדיט אויפן פאָרשריט וואָס מיר מאַכן יאָ. אויב נעמט אָבער יאָסל אויף זיך דעם טיטל "שרייבער," דאַן קען ער נישט מיט א ריין געוויסן ניצן דעם אייגענעם שופר צו מוטיגן פּוסטקעפּיגקייט, במישרין או בעקיפין; ער וויל נישט, קען נישט, און וועט נישט זיין קיין קאַטאַליסט (catalyst) אין צעמענטירן דעם פאַרגרעבטן סטאַטוס-קוואָ.
וואָס זאָל זיין דער ענטפער איינמאָל מיר זענען שוין אינעם פּלאָנטער, איינמאָל די סיסטעמאַטישע באַרויבונגען פון אַן עלעמענטאַרער דערציאונג הצליחו וגם עשו פּרי — זיך אַריינצוגראָבן נאָך טיפער אין דער בלאָטע? לאָמיר נישט לאָזן דערצו אַז דער וויקטים-סטאַטוס זאָל באַשטימען די פעאיגקייט, זאָל דעפינירן די שעפערישקייט, און קריגן מער קאָנטראָל איבער אונזער הלוך-ילך און משא-ומתן. מיר זענען טאַקע נישט שולדיג, אָבער פון שפּילן דעם וויקטים-קאַרד וועלן מיר פון זומפּ נישט אַרויסקריכן, כאָטש וואָס לעולם האָבן מיר טאַקע אַלע רעכטן ווייטער צו דרעפּטשען דערין, פּושט זיין ידים ורגלים, און אָנקוועלן מיט תּענוג פונעם "וואָס פאַרשטייט א גוי!"
יאָסל ווייסט גאַנץ וואויל אַז מ'קען נישט אינגאַנצן אַוועקמאַכן דעם "סור-מרע" לאַגער. דאָס איז וואָר אפילו אין אַלגעמיין, אפילו אינערהאַלב הויך-געבילדעטע צירקלען. לכל זמן ועת. ס'ווענדט זיך אַלץ אינעם זשאַנער, מעדיום, ציל, מדרגה אין פאָרמעלקייט, אא"וו. ליטעראַטור אָבער איז אַן אַנדערע מעשה. די רעדע דאָ איז נישט איבער שרייבן מעדיצינישע עצות, צי אַרטיקלען אין סיי וועלכן אַנדערן תחום וואו דער אינהאַלט איז קריטיש, און מוז שטענדיג זיין די איינציגע, און זיכער אַזוי די העכסטע, פּריאָריטעט. שפּראַך דאָרט איז בלויז א מיטל. אין ליטעראַטור איז די שפּראַך אויך א מיטל, אבער דאָס מיטל איז אַן אינטעגראַלער חלק פון דער ליטעראַטור גופא — וּמֶתֶק שְׂפָתַיִם יֹסִיף לֶקַח.
איכות > כמות
דער גרויסער אידישער לינגוויסט, מרדכי שעכטער, ענדיגט די דאָזיגע רעדע מיט די ווערטער: "מ'קען נישט גאַראַנטירן קיין קיום [פון א שפּראַך] בלויז מיט דער הויכער קוואַליטעט פון שפּראַך, מ'קען אָבער יאָ זאָגן אַז אויב עס וועט קיין איכות נישט זיין, וועט קיין כמות אויך נישט זיין." (א דאַנק פּראָפעסאָר [tag]לאשיצער[/tag] פאַרן צושיקן דעם לינק). מרדכי שעכטער טרעט דאָרט אַרויס אין שטיצע פון פאַרברייטערן די גרעניצן פון דער אידישער שפּראַך, איינצושליסן ווערטער פון פרישע תחומים און נייע דערפינדונגען פונעם דור. דאָס איז געווען מיט כמעט פופציג יאָר צוריק. ווען מיר קוקן אָבער אויף אונזער לאַגע היינט, ווי טיף אין תחת-הגדוליציע מיר געפינען זיך, בייסט דער אמת. נאָר בעת וואָס ער האָט גערעדט דווקא פון אידיש, גילט ביי אונז די וואָרהייט פון זיינע ווערטער אויף שפּראַך בכלליות.
"קנאָו יור אוידיענץ" — דער ערשטער סעיף אין הלכות שרייבעריי. (עווער הערד אָוו ר' יוסף קאַרו? סתם פאַר אינטערעסאַנטקייט, זיין שולחן ערוך קענסטו אויך, אָדער נאָר וואָס דער נידריגער גוי זאָגט ווייסטו?). יאָסל טענה'ט אַז ער שרייבט נישט עפּעס וואָס דער לייענער מוז לייענען. דער "וועקער" אַפּעלירט צו אַן עולם וואָס זוכט לייען-מאַטעריאַל פון א הויכער קוואַליטעט, מיט א שטערקער געוויכט אויף איכות אין פאַרגלייך צו כמות.
טעאָרעטיש גערעדט, אויב שטייט דער לייענער נישט גלייך מיטן ניוואָ, קען מען פּראָבירן צו לעזן די פּראָבלעם אויף צוויי וועגן. אָדער שלעפּט מען אַראָפּ דעם ניוואָ צו זיך, אדער הייבט מען זיך אַרויף צום ניוואָ. אויב דער לייענער איז צופרידן מיטן סטאַטוס-קוואָ, זאָגט מיר יאָסל, דאַן אשרי לו ואשרי חלקו. אפשר גאָרנישט שלעכט דערמיט, גאָרנישט שלעכט מיטן זיין א פּויער. מ'קען מאַכן מיליאָנען, מ'קען גאָר דערוועלט ווערן אַלס פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן, מ'קען ווייטער אָנגיין מיט א באַגרעניצטן וואָקאַבולאַר וואָס באַשטייט פון אומגעפער זיבעציג ווערטער. "היידראָסאָניק, הייפּערסאָניק," מאַכט נישט קיין נפקא-מינה, אַלץ איינס. לֹא נָאוָה לְנָבָל שְׂפַת יֶתֶר. אַזאַ איינער פאַרמאָגט גענוג און נאָך וואָס צו לייענען, און אַזאַ איינער קען נישט און וועט נישט קריגן דאָס רעכט אַראָפּצושלעפּּן דעם ניוואָ פון דער דערציילונג פאַר די מבקשים. ( מבקשים? וואָלטסט געמעגט אַריינלייגן דאָ א להבדיל… ).
ווי געזאָגט, איכות איז פאַר יאָסל'ן וויכטיגער ווי כמות. דאָס גייט אַרויף אי אויף דער קוואַליטעט, אי אויף דער לייענער-באַזע. אַזוינע לייענער וועלכע ווילן באַפרייען די מוחות זייערע פון א צמצום וואָס לאָקערט נאָך שפּראַך און באַגריף זיי צו דערוואַרגן; אַזוינע לייענער וועלכע קענען באַשטיין אַז דאָס זויערע גלות זאָל נישט ליגן אויסגעגאָסן אויף ממש יעדן איינציגן פּאַראַגראַף באַזונדער; אַזוינע לייענער וועלכע אַנטזאָגן זיך פון קאָרמען יעדן ליטעראַרישן געברויך מיטן זעלבן שיסל היי פון שטאַל. פאַר זיי איז די דערציילונג געשריבן געוואָרן. א הייפל יראים ושלמים איז פאַר אים מער ווערט פון טויזנטער בַּרְבּוּרִים אֲבוּסִים.
גלאָסאַר
יאָסל איז נישט דאָ צו פּייניגן. ער ווייסט און פאַרשטייט אַז זיך אָנצושטאָלפּערן אין יעדער צווייטער שורה ביים לייענען איז נישט קיין מהלך, נישט קיין עסק אפילו פאַר אַזוינע וועלכע שעצן איכות. מ'קען אַזוי נישט לייענען, און זיכער אַזוי נישט הנאה האָבן. זאָרגט אייך אָבער נישט. דאָס איז נישט דער ציל; דאָס איז נישט די דערציילונג.
איר גייט זיך נישט דאַרפן ברעכן די ציין — איר. גייט. זיך. נישט. דאַרפן. ברעכן. די. ציין. ס'האַנדלט זיך דאָ פון א (רעלאַטיוו) קליינער צאָל ווערטער, און נישט קיין ווערטער אריינגעהאַקט אַבי צו טעסטן דאָס סבלנות פון פּאַפּיר — דווקא לאו. די ווערטער וועלכע קענען אייך אפשר זיין אומבאַקאַנט, האָבן אַלע א סיבה פאַרוואָס זיי זענען אַריין, יעדעס איינציג פון זיי לְהַגְדִּיל מַעֲשֶׂה וּלְהַאֲדִירָה. און פאַר יענע ווערטער, שטעלט יאָסל אַהער א גלאָסאַר (א וואָס?) גענצליך בחינם. (קרעדיט פאַר [tag]אבטולמוס[/tag] וועלכער האָט בורר געווען אוכל מתוך אוכל, אַרויסגעקלויבט די ווערטער פון דערציילונג פאַרן גלאָסאַר).
דער גלאָסאַר איז אויסגעשטעלט לפי סדר הא"ב, און דעקט די אַלט-נייע אידישע ווערטער וועלכע איר וועט טרעפן אין דערציילונג. אויב וואָלט איר געלייענט סיי וואָס אויף ענגליש און נישט פאַרשטאַנען, דאַן וואָלט איר געוויס געגוגלט צי געקוקט אין א ווערטערבוך. די זעלבע איז דאָ, צוגעשטעלט אויף דעם שענסטן אופן, בעיקר איבערגעזעצט אויף ענגליש — תַּפּוּחֵי זָהָב בְּמַשְׂכִּיּוֹת כָּסֶף, דָּבָר דָּבֻר עַל אָפְנָיו.
דער גלאָסאַר וועט דערשיינען אין וועקער צוזאַמען מיט דער דערציילונג, און וועט בעזר השם ווערן אַרויפשטעלט אין די קומעדיגע טעג אויך דאָ אין שטיבל. דורכצוקוקן דעם גלאָסאַר איידער איר הייבט אָן לייענען די דערציילונג איז רעקאָמענדירט, אַזוי וועלן די שורות פאָרן געשמירט.
כֹּחַ-הַיָּחִיד
יאָסל, ווי געזאָגט, "קומט אַריין אין 'וועקער' קלאָר!" פּלאַנט איר אויך צו באַרייכערן אייער וואָקאַבולאַר, דורכקוקן דעם גלאָסאַר פאַרן לייענען, און אַריינקומען אין "וועקער" קלאָר? דער כח-היחיד ליגט אין אייערע הענט! צי איר קוקט אָבער דעם גלאָסאַר פאַרדעם, נאָכדעם, אָדער דאַרף אינגאַנצן נישט צוקומען צום גלאָסאַר — ווי אַר אָל אין דיס טוגעדער. #למעשה!
איי yield דע פלאָר!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
פאַר די ווערטער אינעם אַרטיקל וועלכע קענען זיין אומבאַקאַנט, און האָבן נישט דעם באַדייט אויפן פּלאַץ, זענען אַלע זייער ענליך צום ענגלישן וואָרט. ווי למשל: עמאַנציפּירן — emancipate; טאַטואירט — tattooed, אא"וו.
די איבריגע:
טשודאַק — weirdo
גאָלע — pure, sheer
שלענדערן זיך — meander
דרעפּטשען — hobble, limp, drag a foot
אויב האב איך עפּעס פארפּאסט, לאָזט ביטע וויסן. א דאנק.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
"הוגה הזקן כל ימיו היה קורא לכבוד שבת מצא כתבה נאה אומר זו לשבת". (ק"ש מ"ז ע"ב)
יואב'ס ארטיקלן זענען אלעמאל רעזערווירט פארצוליינען פאר די משפחה שבת נאכן סעודה צו פארשאפן א ריכטיגע עונג שבת.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
הוגה האט געשריבן:"הוגה הזקן כל ימיו היה קורא לכבוד שבת מצא כתבה נאה אומר זו לשבת". (ק"ש מ"ז ע"ב)
יואב'ס ארטיקלן זענען אלעמאל רעזערווירט פארצוליינען פאר די משפחה שבת נאכן סעודה צו פארשאפן א ריכטיגע עונג שבת.
א.מ.ג. די בויך רייסט מיר פאר יסורים...
יואב, איז דא ערגעץ א מפתח פאר אלע דיינע ארטיקלען? כ'דארף עס עמערדזענסי.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
Re: יאָסל וויינטרויב קומט אַריין קלאָר!
אויב איינער קען מאכן א פי די עף, וואלט געווען געוואלדיג.הוגה האט געשריבן:"הוגה הזקן כל ימיו היה קורא לכבוד שבת מצא כתבה נאה אומר זו לשבת". (ק"ש מ"ז ע"ב)
יואב'ס ארטיקלן זענען אלעמאל רעזערווירט פארצוליינען פאר די משפחה שבת נאכן סעודה צו פארשאפן א ריכטיגע עונג שבת.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
נורא ואיום!... ממש יעדעס ווארט נחמדים מזהב ומפז רב ומתוקים מדבש ונפת צופים!!!
אבער ויחד גבור...
פון איין זייט איז מיר א ביין גאר שטארק פעט געווארן, הן פונעם יעצטיגן לאנגס און ברייטס אייער באקוקטע און מעהל געזיפטע מאמר, און מווארט מיר בקיהלע עיניים אויפן וועקער הבא עלינו לטובה...
אבער מאידך גיסא, איז מיר די נארוואס פעט געווארענע ביין, אפגעשינדעט געווארן פון יעדעס ארעם שטיקל הויט... גיי נעם א קיבארד נאכאמאל אין די האנט אריין...
אוי! אתה הבדלת אנוש מראש!

“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
יואב!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אין עליך יואב!
און ווי כוכב זאגט, עמוק עמוק!
אין עליך יואב!
און ווי כוכב זאגט, עמוק עמוק!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אָנבּעליוועבּל!!!
יא, לגבי ״יוסף״ שטייט טאקע (בראשית מב ל) דִּבֶּר הָאִישׁ אֲדֹנֵי הָאָרֶץ אִתָּנוּ קָשׁוֹת. דא איז עס סיי אין די דברים כדרבונות אויף וואו אונזער שפראך האלט ליידער (וגם אני בכלל) און סיי אין בוכשטעבליכן זין...
יא, לגבי ״יוסף״ שטייט טאקע (בראשית מב ל) דִּבֶּר הָאִישׁ אֲדֹנֵי הָאָרֶץ אִתָּנוּ קָשׁוֹת. דא איז עס סיי אין די דברים כדרבונות אויף וואו אונזער שפראך האלט ליידער (וגם אני בכלל) און סיי אין בוכשטעבליכן זין...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: יאָסל וויינטרויב קומט אַריין קלאָר!
ייש"כ הרב יואב! דורכגעליינט אין איין אטעם. און ווי @מי אני האט שוין צוגעצייכענט די ארטיקל פון @יידל - וועלכע האט אונז שוין געכאפט בשעתו, - לגבי די וויכטיגקייט פון האבן א ברייטע 'ווערטער באנוץ', איז פריש באגריסענד אז אינעם קומענדיגן וועקער וועט מען ענדליך אנהייבן טון.
רובא דרובא ווערטער האב איך געקענט און פארשטאנען פון פריער, אבער איך ווייס נישט די אמעראצעס פון 'די רבי', קען איינער פארשטיין געבן?
אויך איז נישט קאנסעקווענצן - consequences?
פראפארציע - proportion?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:ייש"כ הרב יואב! דורכגעליינט אין איין אטעם. און ווי @מי אני האט שוין צוגעצייכענט די ארטיקל פון @יידל - וועלכע האט אונז שוין געכאפט בשעתו, - לגבי די וויכטיגקייט פון האבן א ברייטע 'ווערטער באנוץ', איז פריש באגריסענד אז אינעם קומענדיגן וועקער וועט מען ענדליך אנהייבן טון.
רובא דרובא ווערטער האב איך געקענט און פארשטאנען פון פריער, אבער איך ווייס נישט די אמעראצעס פון 'די רבי', קען איינער פארשטיין געבן?
אויך איז נישט קאנסעקווענצן - consequences?
פראפארציע - proportion?
רבי איז לשון זכר, דעריבער וועט דער רבי רעדן צו די רביצין און נישט די רבי צו דער רביצין.
לגבי דיין צווייטע שאלה בין איך זיך מצטרף,
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
פארוואס? האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:ייש"כ הרב יואב! דורכגעליינט אין איין אטעם. און ווי @מי אני האט שוין צוגעצייכענט די ארטיקל פון @יידל - וועלכע האט אונז שוין געכאפט בשעתו, - לגבי די וויכטיגקייט פון האבן א ברייטע 'ווערטער באנוץ', איז פריש באגריסענד אז אינעם קומענדיגן וועקער וועט מען ענדליך אנהייבן טון.
רובא דרובא ווערטער האב איך געקענט און פארשטאנען פון פריער, אבער איך ווייס נישט די אמעראצעס פון 'די רבי', קען איינער פארשטיין געבן?
אויך איז נישט קאנסעקווענצן - consequences?
פראפארציע - proportion?
רבי איז לשון זכר, דעריבער וועט דער רבי רעדן צו די רביצין און נישט די רבי צו דער רביצין.
לגבי דיין צווייטע שאלה בין איך זיך מצטרף,
קודם כּלפּי דער ערשטער שאלה: יאָ, אין נאָמינאַטיוון פאַל. ריכטיג אין דיין ביישפּיל איז צו שרייבן דער רבי רעדט צו *דער* רביצין, אָבער ווייט נישט קיין פאַרגלייך אין גרייז. (אויב גראַמאַטיק טעותים לאָזן זיך מעסטן… ). די סיבה פאַרוואָס מ'שרייבט צו "דער" רביצין איז טאַקע ווייל רביצין איז לעולם א *די*. נאָר ביי א וואָרט וואָס געהערט דעם ווייבליכן מין, טוישט זיך *די* צו *דער* אינעם "דאַטיוו" פאַל. צו איז א פּרעפּאָזיציע. ממילא, ריכטיג איז צו שרייבן: *די* רביצין רעדט צו *דעם* רבי'ן, און *דער* רבי רעדט צו *דער* רביצין. מ'רעדט שוין דערפון דאַכט זיך אין אשכולות אינעם "שפּראַך און גראַמאַטיק" אָפּטיילונג.
איך וויל אָבער קלאָרשטעלן אז אינעם אַרטיקל רעד איך פון "באַצאָלטע אידישע שרייבער." אויב זיי וואָלט אזוי געשריבן אויף פראַנצויזיש צי אפילו לשון-קודש, וואָלטן זיי אַנשטאָט א קלאַפּ אויף דער פּלייצע געקריגן א שטויס פון הינטן. איך האָב חלילה נישט קיין טענות פאַרוואָס דער עולם איז נישט אַזוי באַקאַנט דערמיט, ווי געזאָגט, איך קום אויך פון פאַרם. כ'האָב אויך נישט געוואוסט ביז עטליכע יאָר צוריק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
פארוואס? האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:ייש"כ הרב יואב! דורכגעליינט אין איין אטעם. און ווי @מי אני האט שוין צוגעצייכענט די ארטיקל פון @יידל - וועלכע האט אונז שוין געכאפט בשעתו, - לגבי די וויכטיגקייט פון האבן א ברייטע 'ווערטער באנוץ', איז פריש באגריסענד אז אינעם קומענדיגן וועקער וועט מען ענדליך אנהייבן טון.
רובא דרובא ווערטער האב איך געקענט און פארשטאנען פון פריער, אבער איך ווייס נישט די אמעראצעס פון 'די רבי', קען איינער פארשטיין געבן?
אויך איז נישט קאנסעקווענצן - consequences?
פראפארציע - proportion?
רבי איז לשון זכר, דעריבער וועט דער רבי רעדן צו די רביצין און נישט די רבי צו דער רביצין.
לגבי דיין צווייטע שאלה בין איך זיך מצטרף,
כּלפּי דער צווייטער שאלה:
"קאָנסעקווענץ" און "פּראָפּאָרציע" זענען ביידע אידישע האָמאָנימען. (homonyms). דאָס איז אינגאַנצן נישט קיין מעלה ווען דאָס איינציגע אידישע וואָרט פאַר א געוויסן אָביעקט צי באגריף געפינט זיך בלויז אין א האָמאָנים. ("אָביעקט צי באַגריף" — זאַך! זאַך, יואָב'ל. זאַך איז דאָס פּאַסיגע וואָרט דאָ. "פאַר א געוויסער זאַך." זאָג עס אַרויס, יואָב. שעם דיך נישט. ווען "זאַך" איז אין פּלאַץ, דעמאָלט איז עס בעסער ווי גוט… כ'האַלט גראַדע אַז דו ביסט גערעכט מיט די נקודות וועלכע דו מאַכסט איבער "זאַך" אינעם אַרטיקל, אָבער דאָ גייט עס שוין אַריין בגדר פון reverse discrimination. "אָביעקט צי באַגריף," דריי ווערטער במקום דריי אותיות, אַלץ ווייל ער האָט מורא אַז אויב גייט ער שרייבן זאַך, גייט… זאַך איז דאָך אויך א וואָרט, און ס'איז באַשאַפן געוואָרן ממש פאַרן דאָזיגן צוועק. אָט טאַקע דאָ באַלאַנגט "זאַך.").
אויב איז דער האָמאָנים באַקאַנט, דאַן איז געווענליך דער קאָנטעקסט גענוג. קיינער, א שטייגער, דאַרף נישט מסביר זיין ווען ער שרייבט "האַלט," פון וועלכן "האַלט" ער רעדט. מיינט ער צו זאָגן אַז ער "האַלט" א בוך אין האַנט, אָדער אַז ער "האַלט" אַז העלטקעיר איז א רעכט, אָדער אַז ער "האַלט" פון טראָמפּ'ן, אָדער אַז ער "האַלט" שבת, אָדער גאָר איז ער געקומען צו א "האַלט" ווייל ער האָט געזען א סטאַפּ-סיין שעיפּ, און עס פאַרטוישט פאַר א סטאַפּ-סיין. ס'איז פאַרשטענדליך פונעם קאָנטעקסט וואָס דער שרייבער מיינט.
א ביישפיל פון א מער אומבאַקאַנט וואָרט געניצט פריער אין אַרטיקל: סאַנקציאָנירט. איך פאַרשטיי אַז דאָס וואָרט קען מען אָפט טרעפן אין היימישע צייטונגען, אָבער מסתם בשייכות צו שטראָפן איראַן, און געווענליך געניצט אַלס א זאַכוואָרט (סאַנקציעס), נישט קיין ווערב. אפילו אויב זאָל עמיצער נישט וויסן דעם אַנדערן באַדייט (געבן אַן אָפיציעל דערלויבעניש), וועט ער עס נאָכקוקן, ווייל פונעם קאָנטעקסט איז פּשוט אַז ס'קען נישט זיין מ'רעדט דאָ פון "שטראָפן גרעניצן."
איצט, דער טערמין "קאָנסעקווענץ" פאַרמאָגט אויף אידיש צוויי אינגאַנצן פאַרשידן באַדייטן: consequence, and consistency. אַזוי איז עס (ליידער) אין אידיש, מ'האָט זיך נישט שואל עצה געווען מיט מיר פאַר דעם. איז לעולם וואָלט איך טאַקע געשריבן "קאָנסיסטענט." איך וואָלט יאָ געשריבן דאָס ענגלישע וואָרט. הפּנים, זיכער אזוי אין א קאַווע-שטיבל אַרטיקל, און אין א סביבה וואו מ'רעדט ענגליש, אָדער וואו דער עולם ווייסט נישט פון דאָזיגן באַדייט. ס'איז א וואָרט וואָס דער עולם קען, אין כ'וואָלט מודה געווען אַז אידיש did mess up here. אידיש האָט גייענדיג צום דרוק אָדער נישט געוואוסט פון, אָדער זיך נישט גערעכנט מיטן ברוקלינער עולם. (אין פאַקט, דער קליינער רויטער יואָב האָט טאַקע אַזוי געשריבן אינעם אַרטיקל, ביים טענה'ן אז מאָנטאָג פאַר חצות איין וועג, און דינסטאָג נאָך מנחה-גדולה אַנדערש, איז טעכניש "קאָנסיסטענט.")
וואָס איך האָב אָבער געשריבן איז "אומקאָנסעקווענצן." דאָס קען מיינען בלויז inconsistencies. וואָרום consequences פאַרמאָגט דאָך נישט קיין נעגאַטיווע פּרעפיקסן, נישט אויף אידיש, און נישט אויף ענגליש. טאַקע צו לאָזן הערן דאָס אידישע וואָרט פאַר inconsistencies האָב איך עס געשריבן אַנשטאָט "אינקאָנסיסטענסיס. "
איצט בנוגע פּראָפּאָרציע. אין מאַטעמאַטיק איז דאָ א חילוק צווישן ratio און proportion, לפּחות אַזוי ווען מ'לערנט מאַטעמאַטיק אויף ענגליש. (כ'מיין, דער חילוק גופא עקזיסטירט אָן שפּראַך, און אין אידיש פּונקט אַזוי). א ratio איז א fraction ביי וועלכער איך פאַרגלייך די צאָלן פון ציילער מיטן טייטער (numerator and denominator), צי אפילו מער ווי בלויז צוויי טיילן, כל זמן די בראָכצאָלן ( fractions) זענען אַלע פון זעלבן "איינעם גאַנצן חלק." אין אונזער קאָנטעקסט: לאָמיר זאָגן זיבעציג פּראָצענט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], און דרייסיג פּראָצענט אמת, אין "1" גאַנצן קאָמפּלימענט. א proportion אָבער, איז אויב וואָלט איך געהאַט צוויי קאָמפּלימענטן, און געדאַרפט "פאַרגלייכן" די ratios צווישן די צוויי קאָמפּלימענטן, איין ratio צום צווייטן.
איצט צום שפּראַך חלק: אויף אידיש הייסט א ratio "פּראָפּאָרציע." נישט דאָ קיין אַנדער וואָרט אין אידיש פאַר ratio, הפּנים, אויף ווי ווייט איך ווייס. דער באַגריף ratio, אָבער, מוז ווייטער עקזיסטירן אינדרויסן פון proportion, ווייל מאַטעמאַטיק איז די ענדגילטיגע שפּראַך מיט א veto power איבער אַלץ — לויט Galileo Galilei איז זי גאָר דער אלף בית מיט וואָס גאָט האָט באַשאַפן דעם אוניווערס. איז ratio עקזיסטירט טאַקע אָפּגעזען די שפּראַך, און דער אידישער נאָמען דערפון איז "פּראָפּאָרציע." ס'איז נישט דער האָמאָנים ווי קאָנסעקווענץ, די דיפערענץ דאָ, הפּנים שפּראַך-ווייז, איז א מער סובטילע. מענטשן מישן אָפט אויס ratio and proportion. (פּראָפּאָרציע איז אויך א סינאָנים צו דימענסיע, און מ'ניצט עס א סך אינדרויסן פון מאַטעמאַטיק, און אַזוי אויך פיגוראַטיוו גערעדט. די מאַטעמאַטישע נאָז בלייבט אָבער דערויף אין כמעט יעדן קאָנטעקסט).
ממילא צו שרייבן סתם "פּראָפּאָרציע" האָט דאָס פּינטעלע מאַטעמאַטיק אין מיר נישט געלאָזט. ווייטער, צו שרייבן רעישיאָ, האָט דאָס פּינטעלע אידיש מיר נישט געלאָזט. האָב איך אַריינגעוואָרפן ratio אין קאַנטיקלעך (brackets), פּשוט מ'זאל וויסן פון "וועלכער פּראָפּאָרציע" איך רעד. (פון וועלכן באַדייט אינעם ברייטן טערמין "פּראָפּאָרציע" ). ווייטער, ראַציאָנירן (אידישער ווערב) האָב איך נישט געקענט שרייבן, ווייל ס'באַדייט גאָר א דריטע זאַך — ration.
נאָכאַמאָל, ס'איז בכלל נישט קיין מעלה. ס'איז א שאָד אז אידיש פאַרמאָגט נישט קיין באַזונדערע ווערטער. כ'וואָלט קלאָר יאָ געשריבן ratio ווען דער אידישער אויסלייג וואָלט זיך ווען געלייענט בעסער. רעשיאָ? רעישיאָו? ס'האָט נישט קיין היימיש פּנים סיי ווי. ראַציאָ? איז עס דאָך שוין נישט ענגליש. און דער אמת איז אויך אז כ'האָב יענע שורה'לע אַריינגעוואָרפן אַזוי בדרך אגב. די סיבה פאַרוואָס ratio איז אַריין אין קאַנטיקלעך אַנשטאָט די לבנה-קלאַמערן (parentheses), איז ווייל די גאַנצע שורה'לע איז שוין געווען אין לבנה-קלאַמערן. א בדיעבד. אויב כ'וואָלט געדאַרפט ניצן ratio ערגעץ אַנדערש וואָלט איך לכאורה געווידמעט מער צייט און מחשבה וויאַזוי זיך צו באַגיין. קען זיין וואָלט בעסער געווען אַז איך שרייב יאָ אַנדערש.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יעצט, דאס איז די זאך דא. דהיינו, פון איין זייט וויל מען מדייק ומחלק זיין בלשון כדי ארויסצוהאבן און זיך מצייר זיין די הגדרות פון די עצם קאנצעפטן. ומאידך גיסא וויל מען אבער אויך זיך באנוצן מיט א לשון קצרה וואס קען דינען אלס אן עיד לזיכרון, וואס אט דאס טרעפט מען ביי דעם משל פון די ווארט ״זאַך״ כנ״ל אין דעם ערשטן ציטאט פון [tag]יואב[/tag]. און די לשון קצרה, אין אונזער פאל פון ״זאַך״, איז אפילו ווען מ׳דארף אויפגיבן אויף... אהעם... א לשון נקיה; וואס קען אולי ליגן אינעם ״זאַך״ פונעם צווייטן ציטאט...
ומענין לענין באותו ענין אז מ׳האט דערמאנט לשון זכר ונקיבה ביי... אהעם... זאַכן , איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז מארק טוועין האט געשריבן א הומאריסטישן מאמר ״דאס געפערליכע דייטשע שפראך״ אין וואו ער טוהט אויך אפשפעטן פון דאס אז אין דייטש (פון וואו אידיש שטאמט) האבן סתם זאַכווערטער (אוי, שוין ווייטער ״זאַך״״...) א לשון זכר או נקיבה וואס טוהט פארשווערן דאס עצם שפראך [די דערמאנטע דעפיניטיווע ארטיקלן פון ״די/דער״ וכו׳].
ואגב, פאר אינטרעסאנטקייט, בענין קשר של שפראך למאטעמאטיק האבן אונז צוגעברענגט דא ווי אזוי לייבניצ׳נס טרוים איז געווען אוועקצושטעלן א שפראך מיוסד עפ״י כעין כללים פון מאטעמאטיק.
דאס קען אריינגיין אינעם כלל הידוע בהש״ס (פסחים ג:) לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה אפילו ווען דאס גייט צוקומען זיך צו דארפן באנוצן מיט א לשון מגונה ע״ש. להסביר, מ׳קען אולי אריינלערנען בדברי [tag]יואב[/tag] כאן:יואב האט געשריבן:("אָביעקט צי באַגריף" — זאַך! זאַך, יואָב'ל. זאַך איז דאָס פּאַסיגע וואָרט דאָ. "פאַר א געוויסער זאַך." זאָג עס אַרויס, יואָב. שעם דיך נישט. ווען "זאַך" איז אין פּלאַץ, דעמאָלט איז עס בעסער ווי גוט… כ'האַלט גראַדע אַז דו ביסט גערעכט מיט די נקודות וועלכע דו מאַכסט איבער "זאַך" אינעם אַרטיקל, אָבער דאָ גייט עס שוין אַריין בגדר פון reverse discrimination. "אָביעקט צי באַגריף," דריי ווערטער במקום דריי אותיות, אַלץ ווייל ער האָט מורא אַז אויב גייט ער שרייבן זאַך, גייט… זאַך איז דאָך אויך א וואָרט, און ס'איז באַשאַפן געוואָרן ממש פאַרן דאָזיגן צוועק. אָט טאַקע דאָ באַלאַנגט "זאַך.")
אז דאס איז לרמז צו דעם וואס דארווין האט היפּאטיזירט אז דאס שפרעכן מעגליכקייט פונעם מין האנושי האט עוואלווד מכח [די דרוק צו פארמערן פיטנעס וכו׳ פון] [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] סעלעקשׁאָן, וואס דאס האט מען מער געזוכט אין א בן/בת זוג. ודוק היטביואב האט געשריבן:אונזער אידיש איז דאָך אויך מער ווייניגער די זאַך וואָס גייט אַריין אין דער אַנדערער זאַך — העק, אונזער לעבן איז די זאַך וואָס גייט אַריין אין דער אַנדערער זאַך… מיר זענען אין א שטענדיגער מלחמה מיטן לשון
יעצט, דאס איז די זאך דא. דהיינו, פון איין זייט וויל מען מדייק ומחלק זיין בלשון כדי ארויסצוהאבן און זיך מצייר זיין די הגדרות פון די עצם קאנצעפטן. ומאידך גיסא וויל מען אבער אויך זיך באנוצן מיט א לשון קצרה וואס קען דינען אלס אן עיד לזיכרון, וואס אט דאס טרעפט מען ביי דעם משל פון די ווארט ״זאַך״ כנ״ל אין דעם ערשטן ציטאט פון [tag]יואב[/tag]. און די לשון קצרה, אין אונזער פאל פון ״זאַך״, איז אפילו ווען מ׳דארף אויפגיבן אויף... אהעם... א לשון נקיה; וואס קען אולי ליגן אינעם ״זאַך״ פונעם צווייטן ציטאט...
ומענין לענין באותו ענין אז מ׳האט דערמאנט לשון זכר ונקיבה ביי... אהעם... זאַכן , איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז מארק טוועין האט געשריבן א הומאריסטישן מאמר ״דאס געפערליכע דייטשע שפראך״ אין וואו ער טוהט אויך אפשפעטן פון דאס אז אין דייטש (פון וואו אידיש שטאמט) האבן סתם זאַכווערטער (אוי, שוין ווייטער ״זאַך״״...) א לשון זכר או נקיבה וואס טוהט פארשווערן דאס עצם שפראך [די דערמאנטע דעפיניטיווע ארטיקלן פון ״די/דער״ וכו׳].
ואגב, פאר אינטרעסאנטקייט, בענין קשר של שפראך למאטעמאטיק האבן אונז צוגעברענגט דא ווי אזוי לייבניצ׳נס טרוים איז געווען אוועקצושטעלן א שפראך מיוסד עפ״י כעין כללים פון מאטעמאטיק.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אינטרעסאנט איז אז אין די פילאזאפיע פון שפראך איז דא די געדאנק פון מיינונג/סעמענטיק האליזם. דאס באדייט אז דאס... אהעם... באדייט פון א ווארט, פראזע וכו׳, אפילו כשלעצמו פּער סע, פון א שפראך קען נאר האבן א משמעות ביחס צום גאנצן ארומיגען חלק פונעם שפראך אין וואו עס געפינט זיך; די מיינונגען פון אלע ווערטער אין א שפראך זענען אנגעוואנדען איינע אינעם צווייטן און נישט זעלבסטשטענדיג. אין אנדערע ווערטער, איז דאס אויך אז ״שפראך״ עז עי הוֺיל לאיש למערכת ווי סתם די סומע פון אירע ווערטער כשלעצמם, ווייל נאר ביחס צו די קאנעקשענס פונעם גאנצן באקומען זיי באדייטן.
יעצט, דר. סטעפאן מאָר און דר. אַנעט קון טענה׳ן אז דאס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] יכולת פון א מענטש דארף אויך באטראכט ווערן פון א האליסטישע בליק, וואו די גאנצע איז מער ווי די סומע פון אירע באשטיינדלען.
איז אויב אזוי קען זיין אז דאס איז אויך וואס מ׳... אהעם... ״מיינט״ מיט:
ובכלל איז די רמז לנשים לרמז על ענין (קידושין מט:) תשעה קבין שיחה שלהן, און צו דעם אז מ׳דארף פארמערן און בארייכערן דעם ווערטער אוצר, אזוי ווי [tag]יידל[/tag] האט דאס גערופן אין וועקער 16 (אשר אשה ג״כ בנויה קצר מלמעלה ורחב מלמטה כ״אוצר״ בברכות סא. קוקט׳ס אויף דעם געדאנק פונעם שאמפּעין באטל דערמאנט).
***
ווי אויך איז מן הראוי לציין צו דאס ווי אזוי מאנכע ווילן אריינלערנען אינעם פילאזאף קענעט בּורק׳ס מהלך און הגדרה פון לאגאלאגיע און איר קשר צו טעאלאגיע, אז דאס השגה פון דברים רוחניים ברעליגיע איז, למשל, נישט דורכ׳ן חוקר זיין וואס ״ג-ט״ איז אדער נישט, נאר חוקר זיין וואס די ווארט וואס באדייט ג-ט איז כולל אדער נישט.
ולאידך גיסא, האט דאך שוין דער רמב״ם געזאגט (מו״נ ח״א פנ״ט) אז דער וואס קען מער שולל זיין פון וואס ג-ט איז נישט איז דער מער מושלם ע״ש. און אין אונזער קאנטעקסט גייט דאס באדייטן דער וואס האט מער ווערטער וממילא מער דקות׳דיגע קאנצעפטן אויף וואס אויך שולל צו זיין.
וממילא קען דאס שוין אריינפירן נאך טיפער בנוגע שפראך לגבי המושג של "ג-ט" בקשר ל"זאַך":
(ועיין כאן).

הדסים האט געשריבן:באגריף פאר די גאנצע ״זאך״...
ובכלל איז די רמז לנשים לרמז על ענין (קידושין מט:) תשעה קבין שיחה שלהן, און צו דעם אז מ׳דארף פארמערן און בארייכערן דעם ווערטער אוצר, אזוי ווי [tag]יידל[/tag] האט דאס גערופן אין וועקער 16 (אשר אשה ג״כ בנויה קצר מלמעלה ורחב מלמטה כ״אוצר״ בברכות סא. קוקט׳ס אויף דעם געדאנק פונעם שאמפּעין באטל דערמאנט).
***
דאס קען אנרירן און מרמז זיין צום פראבלעם פון רעליגעזע שפראך. דאס איז אז וויבאלד מ׳נעמט אן אז ג-ט איז אזוי ווייט למעלה מהשגה אז מ׳קען די גאנצע מושג נישט פארשטיין נאר אויף וואס דאס איז ״אויך נישט״ [וויִאַ נעגעטיוואַ], אבער מ׳דארף און מ׳וויל דאך איבערגיבן די דאקטרינעס און מושגים וואס זענען מקושר דערצו, איז קומט אויס אז עני סארט שפראך און ווערטער וואס מ׳נוצט צו רעדן איבער ג-ט וממילא רעליגיע טוהט נישט דאס וואס מ׳דארף און מ׳וויל פאקטיש פון איר. אין אנדערע ווערטער, דאס מאכט דאס גאנצע שפרעכן און רעדן איבער דעם מיינונגסלאז.יואב האט געשריבן:"אַז דאָס מענטשעלע קריכט אַריין אינערהאַלב די אַנאַלן פון לשון, און הייבט אָן אויסצושמעקן דאָס שפּראַכיגע האָבּ-און-גוטס, שלאָגט זיך תיכף אַרויס ממעמקים א 'מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה'.' די פאַרפלאָכטנקייטן — אין סוף! די סובטילע ניואַנסן אין יעדן איינציגן טערמין; די באַדייטנדיגע און דעליקאַטע אונטערשיידן אין יעדן איינציגן סינאָנים. אַמאָל דערגרונטעוועט מען זיך אַזש צו סודות אינעם באַשאַף! די חושים און אפילו אברים, פּסיכאָלאָגיש און אפילו פיזיאָלאָגיש. אַלץ אין האַרמאָניע, און מיט דער זעלבער מסקנא: 'מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה'.
ווי אויך איז מן הראוי לציין צו דאס ווי אזוי מאנכע ווילן אריינלערנען אינעם פילאזאף קענעט בּורק׳ס מהלך און הגדרה פון לאגאלאגיע און איר קשר צו טעאלאגיע, אז דאס השגה פון דברים רוחניים ברעליגיע איז, למשל, נישט דורכ׳ן חוקר זיין וואס ״ג-ט״ איז אדער נישט, נאר חוקר זיין וואס די ווארט וואס באדייט ג-ט איז כולל אדער נישט.
ולאידך גיסא, האט דאך שוין דער רמב״ם געזאגט (מו״נ ח״א פנ״ט) אז דער וואס קען מער שולל זיין פון וואס ג-ט איז נישט איז דער מער מושלם ע״ש. און אין אונזער קאנטעקסט גייט דאס באדייטן דער וואס האט מער ווערטער וממילא מער דקות׳דיגע קאנצעפטן אויף וואס אויך שולל צו זיין.
וממילא קען דאס שוין אריינפירן נאך טיפער בנוגע שפראך לגבי המושג של "ג-ט" בקשר ל"זאַך":
(ועיין כאן).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]כ'האב א געוואלדיגע עונג שבת געהאט ביים ליינען די ארטיקל. ס'ווילט זיך זאגן אז איך האב הנאה געהאט, אבער עס איז שווער צו אנרופן בלאשען פאר בושה א הנאה. קיין פראפעסעסיאנאלע (זיי צופרידן אז כ'האב נישט גענוצט עפעס מיט די דיציע סאפיקס דא) שרייבער בין איך נישט אז איך זאל קענען טיילן דעות אבער עס איז ניכרים דברי אמת. די ווייטאג שרייט ארויס פון א יעדע שורה, און מער ווי א ליבע (האסט א בעסערע אידישע ווארט דערפאר?) אויפן ארטיקל קען איך נישט געבן.
איין דעה יא. דו ביסט שוין גענוג א גרויסע מוצלחדיגע שרייבער אז דו זאלסט דיך דארפן פארענטפערן פאר איינעם. שרייב דיינע מעשיות אנגעפילט מיט מאדנע אומבאקאנטע ווערטער, און ווער עס אנערקענט נישט די ווירדע דערין, דעזערווט נישט דיין מעשה. מאך די ישקנו אויף דיינע אייגענע טערמס. אבער כ'דאנק גאט פאר די השגחה פרטית פארן דיר געבן דער טשיפ אויף דיין אקסל וואס צוליב דעם האבן מיר זוכה געווען צו דער געוואלדיגע היסטארישע ארטיקל. אוי כי טוב האשעם ווייל דער אייבישטער איז גוט...
.[/justify]
איין דעה יא. דו ביסט שוין גענוג א גרויסע מוצלחדיגע שרייבער אז דו זאלסט דיך דארפן פארענטפערן פאר איינעם. שרייב דיינע מעשיות אנגעפילט מיט מאדנע אומבאקאנטע ווערטער, און ווער עס אנערקענט נישט די ווירדע דערין, דעזערווט נישט דיין מעשה. מאך די ישקנו אויף דיינע אייגענע טערמס. אבער כ'דאנק גאט פאר די השגחה פרטית פארן דיר געבן דער טשיפ אויף דיין אקסל וואס צוליב דעם האבן מיר זוכה געווען צו דער געוואלדיגע היסטארישע ארטיקל. אוי כי טוב האשעם ווייל דער אייבישטער איז גוט...
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שכח ר' [tag]הוגה[/tag] פאַר די קאָמפּלימענטן. ווען איך שרייב, טראַכט איך פון דיר און פון דיין שבת-טיש...
מיינסט יאָסל?
נע נע נע! קודם כל, אפילו אויב ער זאָל זיין ווי דו זאָגסט, "א גרויסער מוצלחדיגער שרייבער," דאַן איז ער דאָך אָפּהעניג אין כאָטש עפּעס לייענער. און ניין, זיין ציל איז באמת און דווקא נישט אָנצופילן דאָס ווערק מיט מאָדנע און אומבאַקאַנטע ווערטער. און ער שפּירט יאָ א פליכט קלאָרצושטעלן די לייענער די סיבה ווען און פאַרוואָס זיי וועלן טרעפן אומבאַקאַנטע ווערטער. אוודאי רעדט ער צו "זיינע" לייענער. ער שרייבט דאָך אינעם "וועקער," אַן אויסגאַבע וואָס ווי ווייט איך ווייס קען מען אפילו אין גראָסערי נישט קויפן. די "קאַווע-שטיבל עליט" — out of touch מיטן ליטעראַרישן צמצום פונעם המון.
לעסטלי, ווי ס'שיינט מאַכט ער דאָך יאָ א יִשָּׁקֵנִי אויף די אייגענע טערמס, הפּנים, כאָטש א שטיקל יִשָּׁקֵנִי, גענוג איבערצולאָזן א כזית רויטע פאַרב אויפן ווייסן העמד... ער שמועסט פּשוט אויס די טערמס ענד קאָנדישענס. ער וויל אז א גרויסער ציבור זאָל אויפאַמאָל אַרויסלאָזן א קאָלעקטיווער יִשָּׁקֵנִי. אויב זעט ער אז דער עולם הייבט אָן ניצן אַזוינע ווערטער ווי "שלענדערן" פאַר meander, צי "שמייען" פאַר bustle, אא"וו, וועט ער שטאַרק הנאה האָבן. ווייל מ'רעדט פון ווערטער וואָס מיר קענען ניצן אפילו אויף א טעגליכן אופן, נישט דווקא אין א פאָרמעל שטיקל. מה בצע, אַריינצולייגן אַבי ווערטער וואָס נישט מ'קען פון פאַרדעם, און נישט מ'קען ניצן נאָכדעם.
הוגה האט געשריבן:[justify]איין דעה יא. דו ביסט שוין גענוג א גרויסע מוצלחדיגע שרייבער אז דו זאלסט דיך דארפן פארענטפערן פאר איינעם. שרייב דיינע מעשיות אנגעפילט מיט מאדנע אומבאקאנטע ווערטער, און ווער עס אנערקענט נישט די ווירדע דערין, דעזערווט נישט דיין מעשה. מאך די ישקנו אויף דיינע אייגענע טערמס. אבער כ'דאנק גאט פאר די השגחה פרטית פארן דיר געבן דער טשיפ אויף דיין אקסל וואס צוליב דעם האבן מיר זוכה געווען צו דער געוואלדיגע היסטארישע ארטיקל. אוי כי טוב האשעם ווייל דער אייבישטער איז גוט...