ק"ש רוחכם אש!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

ק"ש רוחכם אש!

שליחה דורך גבור חיל »

[justify]רבותי! לא עת לשחס! משטיימיר ביי א מצב וואס מען טאר שטיל נישט שווייגן, און מען ברויך הייבן א געשריי כשופר הרם קי-זקניך! לא לדרשה קאתיני, און כ'האב מיך גוט צוגעגרייט, (אוי יע...) מי אני כחוח בין הני שושנים, אבער מיר ווייסן דאך במקום שאין פיש איז קאטשעניא נישט קיין ארטיקל, אשר על כן האביך מחליט געוועזן צו נעמען די מייק אין די ידים ווייל באלד העט שוין נישט זיין קיין ספיקערס!

משטיימיר לא עליכם ביי א מצב וואס עס קוקט שוין באלד אויס ווי ביצתן האט מקעקע געוועזן את ישראל! הימל און ערד ברויך מען איבערדרייען! זאלן זיך מלאכים צוזאם קומען מיט ציינער, גאלע מיט לאקס, סזאל גיין פייער צינגען וואס העלן לעקן די דעכער, סגייט מיר נישט אן קיין האריגע טלית בייטעל!

געוועזן דא צייטן וואס מלאכים האבן זיך צוגעהערט צו די געשפרעכן, און גלחים זענען געשטאנען מיילן ווייט, ס'האט זיך געלעבט, ס'געפארן א באן, ס'געגאנגען א רויעך עד לב השטיבל! מ'האט פארשפארט און געפענט, מהאט בארויגט און אויסגעקלארט, סגעוועזן עליטע און שוואכערע, געוועזן עדיטאד און א גייסט איינער האט בכלל אנגעקוקט מהאט דן געוועזן זה מותיב וזה מפראקט אריין, אהה דער עולם האט געקנאקט און געהאקט אז סגעוועזן ישמחו!

אבער, אבער, היינט, יתומים היינו ואין ניקים, שטא גארנישט, טויטע באנקעס, געהארגעטע מאריטשקעס, געשאחטענע בארכעס, צוריסענע גאטשעס, זיראו זילטש גארנישט, אקטיוו איז שטיסל און עפעס א רעבע וואס האט מיך געטשעפעט צוואנציג יאר צוריק, לאן הגענו? איינער טראכט דא אז ווען משפארט ווען היינט אפ [tag]גנדי[/tag]ס אשכול וואלט עס גוט געוועזן פאר אן עיפריל פאל וויץ? א מכה בפטיש! דער עולם איז אין די מציבות! שפאר? שפאר! טויט? שטארב! גבאי חודש? וואטס דעט? פארמעסטן? א בוידעם! וואו זענען די אלע וואס האבן אמאל געפליפט א פייגל צו די סיסטעם? פא פא!

וואס מיינטעץ? משיח העט קומען און שענקען א מיטעלסטען פאר אונז קיען און אקסן, העטעץ אלע קומען צו לויפן און שרייען, האלא טשיל, כבין אן אקטיווער קאווע שטיבל מיטגליד, קומצעך מיר דעם גראבען פינגער אויף ארויף! מיינטעץ גייט ער ענטפערן? האלא! ווייז באנוצער הודעות! ווען איז געוועזן די לעצטע? ביסט געוועזן אקטיוו א יובל צוריק און ביסט פרייליך? ביסט א היראו? שאטאפ!

ווען האט [tag]יואב[/tag] לעצט געשריגן מנהמת לבו פאר א גאד דעמן פריקען שווארצן העל יאר? גייט מיר פעט מאכן א ביין, מעגא! וואס???

[tag]אדנירם[/tag] קען איך נאר אהערברענגען וואס [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] האט געשריבן נאך די אפציעלע פרידה:

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:שש דיין אוועק גיין איז מיר שווער. דיין אנוועזענהייט איז געווען א פלעזשור ווען יעדער תגובה אן אויסנאם איז געווען פון מיט חיות. מיט אן אייפער כמעין המתגבר, אויף יעדער תגובה וואס איז געווען געווענדעט צו/איבער דיר האסטו ביז מיניטן געהאט א ריספאנד אויפצולעבן די לופט. צומאל אן הסכמה אדער א דיסעגרימענט און ווען ס'האט אויסגעפעלט איז געקומען צו פליען גליעדיגע שפיזן, א קאנטעינער מיט שופכין אזש ס'האט געשפריצט פינקען פייער. דיין קורצע -אבער רייכע- לעבן פון אנדערטהאלבן יאר האט שטארק צוגעגעבן פאר אונז אלע.

איך גלייב דו טוסט וואס איז ריכטיג פאר דיר און זאלסט זען א סך הצלחה ווי די גייסט נאר.

ידידך געוואגטער

---
אה, יעצט באמערקט אז דעי אשכול האסטו אויך צוטיילט אין פארזעצונג קאפיטלעך. דעיס מיינט דו גייסט נישט אין ערגעץ.


פרעגט זיך די שאלה, וואו זענט איר?

[tag]יידל[/tag] האט שטארק ארויסגעברענגט בנוגע די גייסט, אבער? הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות!

[tag]רויטע וואנצעס[/tag] האט גע'יובל'ט אז קאווע איז בעק, יעע בעק אין לעזאזל...
און אז מען רעדט שוין רויטע, וואס האט פאסירט מיט דעם?

רויטע וואנצעס האט געשריבן:נפשי חולת אהבה
ס'ברענט אין מיר תאוה
די שטיבל געשמאקע קאווע
בערג פון פארניצטע שעוה

שעה ארבע באשמורה
המחשב כולה אורה
קאווע שטיות ותורה
כל מיני סחורה

Is it early or late
The coffee works like bait
I'm in a addictive state
I'll sleep till 2pm strait

להמדברים בלשון ספאניש: español speeking

Es temprano o tarde
El café funciona como cebo
Estoy en un estado adictivo
Voy a dormir hasta las 14:00 del Estrecho

הע? כהער נישט?

[tag]קופערניקס[/tag] האט זיי אלע באשולדיגט אין זיין טראנס יומענס, און דו? ווען האט איר לעצט געברענגט א שמייכל צו די לעפצן פון די מתים דא? א געשאקעל צו די מילצן? וואס בעהט מען סך הכל?

[tag]אפטעמיסט[/tag] מיט זיינע טעאריעס, מעגליך? אבער אזוי לאנג נעמט א קטן???

מאראנצןזאפט האט טאקע טיילווייז פארענטפערט די מיסטעריע

מאראנצןזאפט האט געשריבן:ויהי בימי מיץתפוזחשוורוש.

איז אזוי: [tag]יאנקל[/tag] איז געגאנגען ארבעטן פאר נאסא. [tag]יידל[/tag] פאר די ענ.עס.עי, זייט זיי האבן פארלוירן דעם סנאודען, על כרחך איז געדרינגען אז די אמעריקאנער זיכערהייט איז וויכטיגער ווי צו זעטיגן אחים לדעה דא.
מיט [tag]קופערניקוס[/tag] (האב איך א לאוו העיט רעלעישנשיפ כקען נישט אויסזאגן פארוואס) איז די מעשה, ארבעט ער אויף א שטודיע, אז אויף אן אמת שיינט דער זון אויף פון מעריב צו מזרח און מיר זעען עס נאר רעלאטיוו. זיין ווארטזאגער גיט איבער, ווען ער וועט זיין פארטיג וועט ער זיך באקלערן זיינע שריט אויף ווייטער.
[tag]יואב[/tag] איז אויפגענומען געווארן אלס סקירפט-שטעלער פאר זשימי קימעל איז ער אביסל ענג אין צייט.


[tag]מאראנצןזאפט[/tag] פיין, אבער ווען האסטו לעצט אויסגעפראקט איינעם וויאזוי האט זיך געשפירט בשעת שפירן אז מען שפירט?

[tag]שטילע אינגערמאן[/tag] מיט זיינע הייליגע שטיקלעך שיט, יעדער, וועם נישט? .
[tag]קול דודי[/tag], [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] [tag]שרגא[/tag] [tag]יאנקל[/tag], [tag]געפילטע פיש[/tag], [tag]יאיר[/tag] [tag]לעיקוואד[/tag] און יעדער איינער!

[tag]ראשעקאל[/tag] דער געטרייער טאטע (איך קען נישט טרעפן די תגובה אין וועלכע ס'איז אויסגעשמועסט געווארן...) האט אונז אזוי ברוטאל פארלאזט, גראדע [tag]שמעקעדיג[/tag] קומט נאך אריין, בפרט ווען עס קומט צו העלפן א צווייטער אידיש נפש.

בקיצור, אטו כי פערד גיי איך דא זיכן ניקים פון עולם התוהו? שפאנטס אריין אין וואו זענט איר פארשוואונדן אשכול און ס'איינע פון גרעסטע אשכולות ליידער ליידער, רבותי! ס'איז צייט צוריק צו קומען!

אוודאי זענען נאך דא הייליגע גדולים פון אמאל, [tag]כוכב[/tag] וואסי שייך בכלל צו זאגן... [tag]העניך[/tag] ,[tag]אבטולמוס[/tag] ,[tag]קאך_לעפל[/tag] ארבייט אריין, [tag]הוגה[/tag] מיט א לעכטיגקייט, [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט זיך נישט לאנג צוריק אויפגעוועקט פון זיין בערישן שלאף כלשונו, מזקני השטיבל [tag]berlbalaguleh[/tag], [tag]בת קול[/tag] איז נאך יוצאות ואומרות, ועוד ועוד, און אוודאי זענען דא די פרישערע העלדן, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, ויהא נא בעיניך כאילו הייתי פורט ניקיך, אבער די מצב איז געהארגעט, פארוואס זאגיכייכעס? קודם כל ווי מען פלעגט דא זאגן אין די גוטע יארן, ווייל איך וויל עטץ זאלטס וויסן, און נאכדעם ווי כ'האב אנגעהויבן, במקום שאין פיש איז קאטשעניא נישט קיין ארטיקל! אז די גרויסע לויתן פיש זענען מער ניטא, טא וואס טוה איך דא? וואס קען איך דען צוגעבן???

שרייטס אלע! ווי עינט נעבער געטין אווער!!!
#הינט_הינט_דו_ביסט_עשיו'ס_קינד_אויב_וועסטו_מיך_בייסן_וועט_קומען_פאטער_
יעקב_און_ער_וועטיך_צורייסן!

לחיים!

#ויקץ_וישן_ויחלום_שנית...[/justify]
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
דרויסענדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: ק"ש רוחכם אש!

שליחה דורך דרויסענדער »

יעפ, במקום שאין איש איז הערינג נישט קיין ארטיקל, אבער גיבור איין זאך כאפסטו נישט: ווען דו ביסט דא ביסטו די "איש" וואס מ'רעדט פון...

דיינע לשונות זענען גין גאלד! ס'בייכל איז מיר געשפרונגען פון געלעכטער מיט א ווילדקייט, אבער אזוי איינס נאכן צווייטן, אין א רייע מיט א חשבון, מצות אין אויוון אריין אן קיין אויפהער. דו ביסט עפעס וואס מ'מאכט נישט!

פארוואס זאג איך אייך עס? נאר, ווי פריער ערווענט, ביסטו (אפשר אן דיין וויסן) פון די לייבן אינעם שטיבל וועם מ'גייט אפאר יאר ארום באוויינען! און גיבור, כ'קען באשטיין זאלסט נאך זיין דא!

כ'האב אויך געוואלט אמאל שרייבן אזא ארטיקל אבער די אלטע מימרא "דור הולך ודור בא" האט מיר געפראסקעט אין פנים, און כ'האב אנערקענט אז מ'דארף אויסנוצן וועם מ'האט שוין יא, און זיי אפגעבן די ריכטיגע כבוד און אנערקענונג!

גיבור, חזק ואמץ! מיר ווארטן מיט שפאנונג פאר דיין נעקסטע שיסל גאלד!

נ.ב. עקסטערע פוינט פאר די שווערע ארבעט פון גיין אפירזוכן, ציטירן, טעגן, אלע וועם דו האסט געוואלט אויסרופן. דיין ארבעט איז נישט געגאנגען אומבאמערקט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דרויסענדער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

דרויסענדער האט געשריבן:יעפ, במקום שאין איש איז הערינג נישט קיין ארטיקל, אבער גיבור איין זאך כאפסטו נישט: ווען דו ביסט דא ביסטו די "איש" וואס מ'רעדט פון...

דיינע לשונות זענען גין גאלד! ס'בייכל איז מיר געשפרונגען פון געלעכטער מיט א ווילדקייט, אבער אזוי איינס נאכן צווייטן, אין א רייע מיט א חשבון, מצות אין אויוון אריין אן קיין אויפהער. דו ביסט עפעס וואס מ'מאכט נישט!

פארוואס זאג איך אייך עס? נאר, ווי פריער ערווענט, ביסטו (אפשר אן דיין וויסן) פון די לייבן אינעם שטיבל וועם מ'גייט אפאר יאר ארום באוויינען, און גיבור, כ'קען באשטיין זאלסט נאך זיין דא!

כ'האב געוואלט אמאל שרייבן אן ארטיקל אבער די אלטע מימרא "דור הולך ודור בא" האט מיר געפראסקעט אין פנים, און כ'האב אנערקענט אז מ'דארף אויסנוצן וועם מ'האט שוין יא, און זיי אפגעבן די ריכטיגע כבוד און אנערקענונג!

גיבור, חזק ואמץ! מיר ווארטן מיט שפאנןנג פאר דיין נעקסטע טאפ גאלד!

קודם א הערצליכן דאנק פאר די קאמפלימענטן...

אבער טאקע דאס איז די פראבלעם... (שטייצעך נישט פאר א קלאפ אין פלייצע...) אויב איך בין דער 'איש' דאן זעמיר טיעף אין טאכעס ליידער...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גבור חיל האט געשריבן:[justify]ווען האט [tag]יואב[/tag] לעצט געשריגן מנהמת לבו פאר א גאד דעמן פריקען שווארצן העל יאר? גייט מיר פעט מאכן א ביין, מעגא! וואס???[/justify]


וַיַּעַן יוֹאָב וַיֹּאמַר: ביז פיר-און-צוואָנציג צו אַכט-און-פערציג שעה קום איך אַריין מיט א לאַנגס און א ברייטס. פּליז קלער א ראָנוועי!

אגב, "מעגאַ" מיינט נישט קיין רויט היטל, אַיאָ?
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

יואב האט געשריבן:
וַיַּעַן יוֹאָב וַיֹּאמַר: ביז פיר-און-צוואָנציג צו אַכט-און-פערציג שעה קום איך אַריין מיט א לאַנגס און א ברייטס. פּליז קלער א ראָנוועי!

אגב, "מעגאַ" מיינט נישט קיין רויט היטל, אַיאָ?

אילו לא ירדתי לגנזי השטיבל צו אפיר זוכן די אלע פארשטויבטע אשכולות בלויז פאר דעם, דיינו!

די טיימער איז סעט! מווארטמיר אויף ביצים! שאקעל ארויף!

וחלילה לך! מהאמיר קיין שום שייכות מיטן געלעמטען רויטן קאשקע מיט ביידע רגלים אינדרויסן! מעגא צום שורש!
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גבור חיל האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:
וַיַּעַן יוֹאָב וַיֹּאמַר: ביז פיר-און-צוואָנציג צו אַכט-און-פערציג שעה קום איך אַריין מיט א לאַנגס און א ברייטס. פּליז קלער א ראָנוועי!

אגב, "מעגאַ" מיינט נישט קיין רויט היטל, אַיאָ?

אילו לא ירדתי לגנזי השטיבל צו אפיר זוכן די אלע פארשטויבטע אשכולות בלויז פאר דעם, דיינו!

די טיימער איז סעט! מווארטמיר אויף ביצים! שאקעל ארויף!

וחלילה לך! מהאמיר קיין שום שייכות מיטן געלעמטען רויטן קאשקע מיט ביידע רגלים אינדרויסן! מעגא צום שורש!


בעזר השם. מ'גיימער זיפּן די ביצים און באַקוקן די מעל. כשר למנחות ולהבדלה, האָפנטליך.
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

איך קען נישט צוזיך קומען פון די זאפטיגע לשונות, קוקט אויס האסט פלייסיג געלערנט אין ישיבה...

בין איך מער ווייניגער א גרינער דא, דענק איך שוין נישט די גוטע צייטן. האפפעלי וועט זיך די מצב אויפלעבן בקרוב ובנקל ;)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי צוגעברענגט דא זעה׳מיר טאקע אז ביי די ווארט ״רוח״ [כותרת האשכול] קען מען זעהן פונעם רמב״ם די וויכטיגקייט פון מדייק זיין בלשון. און די אשכול איז געווען וואו אונז זע׳מיר געוואוּר געווארן איבער [tag]יואב[/tag]’ס אשכול איבער אט די נושא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מי ראה את אלה יוצאים ולא יצא!!

איך גיי אויך...
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ק"ש רוחכם אש!

שליחה דורך החוקר »

יואב האט געשריבן:אגב, "מעגאַ" מיינט נישט קיין רויט היטל, אַיאָ?


יענץ איז מאגא, אדער ווי טייל שרייבן איר מאגע. "מעגאַ" איז עפעס גאר אן אנדער סארט רוח קדם צפונית.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

אישתישבי האט געשריבן:מי ראה את אלה יוצאים ולא יצא!!

איך גיי אויך...

:lol: :lol:
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ויהי מקץ שנתיים ימים ואפטע חולם. והנה רגליו עומד ארצה וראשו מגיע הבית-קפה, ויראה לו אשכול וחייך.

אין אמת'ן, ווייס איך אליין נישט וואס די סיטואציע דא איז היינט. אמאל-א-יובל פאל איך נאך אריין און איך וואונדער מיר טאקע צו ס'איז נאך פארליבן דא חברה פון יענע תקופה. כ'ווייס נישט פארוואס איך בין נישט אקטיוו. אסאך צייט איז אריבער פון דאן און פון דאס בערדל איז געווארן אנדערע ערטער, וראינו ימים טובים יותר וימים פחות טובים, אבער אין דאס לאנד ברוקלין איך וואוין, איר אינטערגיין איך אָבזערוויר, אירע געוואלדאטן איך זע און איר ווייטער איך דין. אין בושוויק איך אינוועסטיר, אויף אַנטלאַטיק עוועניו איך שפאציר און אין קאַפע 28 די באָנדאַש איך אַפאַריר.

אדרבה, ס'מיר נמאס שמועסן אין רעאליטעט. איך דערמאן מיך ווי כ'פלעג זיצן אויפן טעלעפאן שעות על גבי שעות, אזוי אויפן קאוטש אויסגעשפרייט, מיין אשת חיל ליגט מיר אויפ'ן פוס, פליטירט מיט מיר ווי די טעכטער פון לוט, איר פנים געפארבט ווי די נערות המלך, און מיט איר טיפע שווארצע אויגן און לייכטן שמייכל ווענדט זי זיך צו מיר, צורירענדיג מיינע וואנצעס מיט פאָרכט. און איך זיץ מיך צוגענאגעלט צום טעלעפון און ווייס נישט פון גארנישט, מיין אויגן זעען בלויז וואנצעס און פונטלעך, געפילטע טאמבל און איינגעמאכטס.

עס בענקט מיר ווי דער בענקענדער מאן קלאָגט אין שיר השירים און זוכט זיין פרוי אין די וועלדער און די פעלדער. אבער, פארט, וואס וועט מען דען טון? צופארן קיין גאָטליב'ס און קויפן עפעס שטילן די הונגער.

אזוי צו אזוי, וואס פארשטייט א גוי.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ק"ש רוחכם אש!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אפטעמיסט האט געשריבן: אין דאס לאנד ברוקלין איך וואוין, איר אינטערגיין איך אָבזערוויר, אירע געוואלדאטן איך זע און איר ווייטער איך דין. אין בושוויק איך אינוועסטיר, אויף אַנטלאַטיק עוועניו איך שפאציר און אין קאַפע 28 די באָנדאַש איך אַפאַריר.




מפעם לפעם אויף קאווע שטיבל איך שפיאניר, דערנאך ביי א העפטיגע שמועס איר תוכן איך ציטיר....



אונז שרייבער בעטן זיך ביטע קאנצעטריר,
און אלע דיינע חושים מאביליזיר.
דיין פעדער פונעם גאלדענע קאליר,
נעם אין האנט און פראדוציר,
אן ארטיקל ווי קיינמאל פריער,
ווייל ווייניג ווי אייך האבן די פאנטאזיר (קוואלעפאציר?).

די גוטע צייטן נאך איך שפיר,
אפטע'ס ארטיקל פארן שבת אריינפיר,
יא, ארויסגעפרינט האב'ך עס אויף פאפיר,
שכוח פארן עונג שבת איך אפלאדיר.

תכלעס, אונזער איינזאמקייט שפיר,
אין די אשכולות זיך אינטערעסיר,
מיט קנאקעדיגע ארטיקלען אונז עלעטעריזיר,
און קאווע שטיבל מיט 'אפטעמיזים' באציר.


די בקשה מיט אן אויספיר,
ברכות אן א שיעור,
פאר דיר, דיינע קינדער, איידעמער, און שניר,
נאר שלום, שלוה, אהבה, נחת ושמחה, ברכה והצלחה ביי דיין טיר.





דיסקלעימער:
קיין פאעזיע קען איך נישט און כ'זיך קיינעם צו בארירן,
אבער כ'קען איין זאך גאראנטירן,
אז אפטע וועט אין קאווע שטיבל זיך צוריק פלאצירן,
וועט עס יעדעם בענעפיטירן,
און קאווע שטיבל וועט מיט עם שטאלצירן!
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

איי יאיי יאיי....

ווי נעמט מען דער צייט?

כבין יעצט אריין געפאלן דא דורך א לינק.. זייענדיג דא האב איך געבלעטערט אין די ארכיון.
אוי איז געווען זמנים.
נישט געהאט וואס צו טוען מיט בעסערע טאג. ק״ש מיר געווען א 9-5.
נישט צו גלייבן ווי די זייגער איז געלאפן אזוי שנעל די לעצטע 7 יאר.
ווא קען איך זאגן? ס׳בענקט זיך....
פרישע אינגערמאן אין כולל אן קיין דאגות... קום א קינד אין די היים...
ס״ה אדורך 7 יאר כקען קוים כאפן די אטעם..
היה זמנים... ק״ש האט געבאמבערט.
כפארשטיי נאר נישט ווי זענען די היינטיגע שנה ראשונה אינגערלייט, איי געס וואטסעפפ האט איבערגענומען.
כקום דא ארויפ ווי א גאסט ממש. אלע מיינע ידידים פון יענער צייטן האבן אויך moved on.
קיינער פון זיי נישטא מער...
שוין א כשרן פרייליכען יו״ט
Shit I’m really emotional
פארשפארט