פארוואס איז דער שינאווער רב געפארן קיין א"י?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

פארוואס איז דער שינאווער רב געפארן קיין א"י?

שליחה דורך אמת וצדק »

אפגעטיילט פון אשכול אויף "אינטערעסאנט" אויסגאבע.

מוצאי שבת האב איך גענישטערט צו זען ווער עס רעדט וועגן דעם נסיעה האב איך געטראפן צווישען אנדערע דעם ספר ״רבינו הקדוש משינאווא״ (די ספר האט געשריבען רבי יחזקאל שרגא פרנקל, וואס זיין פאטער איז געווען מקושר צו דער שינאווא רב און ער האט פון אים אסאך מקבל געווען) אינעם ספר לייגט ער אראפ אין פרק י״ג די גאנצע נסיעה מיט אן אריכות גדול.

נאכן ענדיגען דאס ליינען האב איך אויפגעמישט דעם ארטיקל אינעם ״אינטערעסאנט״ אויסגאבע און בשעת איך ליין זעה איך אז די גאנצע באשרייבונג איז פשוט נאכגעשריבען פונעם ספר ״רביה״ק משינאווא״.. קומט אויס אז דא ליגט נישט קיין גרויסע ארבעט, נאר וואס דען, ווער גייט דען אפירנעמען דעם ספר אין די הענט? קומען זיי ארויס מיט א שיינע אויסגאבע געדריקט אויף שיינע פאפיר, מיט בילדער און אלעס ארום, אזוי קוקט עס אויס אינטערסאנט.

וויל מען דאך וויסן וואס פונקטלעך האט באווויגען דעם שינאווא רב זצ״ל אפצולאזען זיין ווייב אין קינדער, חסידים, און איינער אליין מאכן די שווערע נסיעה, איז אז מען קוקט אביסל זעט מען ווי די נישט ״חרדישע״ שרייבער זאגן אז די נסיעה איז געווען צוליב די מחלוקת צווישען צאנז מיט סאדיגורא. שינאווע רב איז ארויסגעפארן סוף פון תרכ״ט אין די צייט ווען די מחלוקת האט געברענט און אין א״י האט מען מחרים געווען דער הייליגער צאנזער רב, אט אזוי שרייבט יצחק אבן אין זיין בוך מחלוקת סאנז וסדיגורה עמוד 108:

ומענין הוא לדעת כי דוקא הרבי הזה ר׳ יחזקאל׳י היה האחד בין כל בני הזקן שהשתדל תמיד בכל כוח להשקיע את אש המריבה עד כמה שאפשר, והוא היה גם האחד שלא הקל ראשו כנגד החרם הארצי-ישראלי, והצטער עליו מאד.
תיכף אחרי חג השבועות, מהר הצדיק השיניוואי לנסוע לארץ הקדושה בתקותו כי יעלה בידו לפתות כת הסדיגוראים אשר שם להסיר בעצמם את החרם מעל ראש אביו, אך דבר זה לא עלה בידו..


שינאווא רב האט געדאווענט אין די סאדיגורא שול אין טבריה, ווי איינער האט אים געוואלט הרגענען אבער איז צום סוף צוריקגעהאלטען געווארן. און ווי מען פארציילט איז ער אפי׳ אריין אין די ״ניסן באק״ - ריזשינער שול אין אלט שטאט, דארט איז ער אויך אריין און א געפעכט ווי שפעטער דערציילט און האט געדארפט אנטלויפען פון דארט מחמת סכנת נפשות.. פארוואס האט ער געוואלט דאווענען אין די סאדיגורא בתי מדרשים אפי׳ ער האט געוואוסט אז ער לייגט זיך אריין און א סכנה גדולה זייענדיג א קינד פונים צאנזער רב דער ראש הלוחמים קעגן רוזשין? זעט אויס ער האט געוואלט בארואיגען די מצב.

די שרייבער אינעם ״אינטערעסאנט״ ברענגט נישט אראפ די טעם וואס יצחק אבן שרייבט, נאר ער שרייבט אין קורצן: אויף די סיבה פון די נסיעה זענען דא פארשידענע שפעקולאציעס.

די אמת איז אז די טעם ווערט נישט געברענגט נאר אין ספרי משכילים, נאך אויך אין היימישע ספרים, הערט וואס עס שטייט אין ספר הליכות חנוך - (סיפורים פון הגאון רבי חנוך העניך פאדווא פון לאנדאן) מדור על הצדיקים ועל החסידים אות ל״ו:

סיפר הרב ששמע מהרה״ח רבי מרדכי הירש שמערלער ז״ל שעיקר טעם נסיעת הרה״ק משינאווא זי״ע לארץ ישראל היה כי חשש מאוד מהחרם שהטיל ר׳ ניסן באק (מחסידי סאדיגורא שגר בירושת״ו) על אביו הקדוש מצאנז בעת מהחלוקה הידועה, והטעם שחשש להחרם כי לדעת הרה״ק משינאווא לא הזהיר אביו הרה״ק מצאנז את בני קדוש ישראל מרוזין באופן מספיק לפני צאתו למלחמה נגדם.. ונסע לבקש את רבי ניסן באק שיבטל אותו, אבל לא נודע אם פעל בזה.


נאך שטייט דארט אז עס איז נישט אמת אז מען האט אים געוואלט הרגענען אין א״י, ווייל זיי האבן אנגעקוקט שינאווא רב אלץ איינער פון זיי. והבוחר יבחור.

רבי בנימין מנדלסון דער קוממיות רב האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון ר׳ יוסף הרטמן וואס האט זיך געדרייט ביים שינאווא רב, האט ער דערציילט אז שינאווא רב האט זיך אנגערופען שוין נאכן צוריק קומען פון א״י, אז די אמת׳ע סיבה פארן גיין און וואס פונקטלעך ער האט דארט אויפגעטוהן וועט מען געוואור ווערן ווען משיח וועט קומען. ער שרייבט אויף א פלאץ ״אודה להשם שזיכני להיות שליחא דרחמנא, והעלה אותי לארץ ישראל.

די אמת איז אז ביידע קענען זיין אמת, און ווי עס קוקט אויס האט ער געהאט אפאר סיבות פארן אהינפארן.

דער ניזניאב׳ער רב ר׳ יחיאל מיכל היבניר, שרייבט אין זיין קונטרס ״הדרת קודש״ (וואס איז א הספר אויפן שינאווא רב):

ושמעתי באומרים לי כי עיקר מטרת כוונתו (פון פארן קיין א״י) להזהיר על הכהנים.. דלא להקל לעצמן לילך על קברי צדיקים כי בנפשם הוא.


די מעשה גייט אז שינאווא רב איז געפארן אן דערציילען פארן צאנזער רב אז ער גייט גיין, שפעטער ווען צאנזער רב האט אויסגעפונען האט ער געשיקט א בריוו צו זיין זוהן, שינאווא רב האט נישט אויפגעמאכט דעם בריוו ווילאנג ער איז נישט אנגעקומען קיין א״י, ווייל ער האט חושד געווען עס ס׳שטייט דארט ער זאל נישט פארן, און עובר זיין אויפן ציווי פונעם טאטע׳ן האט ער נישט געוואלט. ווען ער איז געווען אין צפת אינעם בריוו האט ער געשריבען אז ער זאל נישט פארן קיין מירון! דאס האט שטארק פארדראסען פארן שינאווא רב ווייל ער האט דאך געוואלט גיין מסדר זיין די זאך מיט די כהנים, אבער ער האט געפאלגט.

די המשך וועט נאכפאלגען
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לגבי די מימרא פון רבי יוסף הארטמאן איז בפשטות פשט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען מעגן אויסזאגן [אז ער איז געפארן וועגן די מחלוקת].
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

זייער שיין געשריבן @אמת וצדק ס'איז דא נאך אנגעבליכע סיבות, איך האב געהערט נאך איין סיבה אז זיין פאטער האט אים געשיקט גרינדן די צאנזע קלויז אין צפת.....
בפשטות לויט די דאטומען איז קלאר אז ער איז געפארן צוליב די מחלוקה, ווי אויך לויט די שטריכן פון זיין לעבן און שאפן. די געשפאנטקייט צווישן אים און זיין טאטע און זיין ברודער דער גארליצער רב, וועלכע איז געווען דער גענעראל און די צאנז - רוזין שלאכט.
ער האט זיך נישט געזעהן מיט זיין טאטן פאר יארן

פאר א סיבה האט ער נישט איבערגענומען אין צאנז על אף ער איז געווען דאס עלסטע זוהן
(דאס איז ברייט באקאנט אז ער האט געהאט חילוקי דעות מיט זיין פאטער דער צאנזער רב, אנגעבליך אין הלכה. וואס איז "אויך" אמת......)
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

שליחה דורך אמת וצדק »

מנחם ציון האט געשריבן:זייער שיין געשריבן @אמת וצדק ס'איז דא נאך אנגעבליכע סיבות, איך האב געהערט נאך איין סיבה אז זיין פאטער האט אים געשיקט גרינדן די צאנזע קלויז אין צפת.....
בפשטות לויט די דאטומען איז קלאר אז ער איז געפארן צוליב די מחלוקה, ווי אויך לויט די שטריכן פון זיין לעבן און שאפן. די געשפאנטקייט צווישן אים און זיין טאטע און זיין ברודער דער גארליצער רב, וועלכע איז געווען דער גענעראל און די צאנז - רוזין שלאכט.
ער האט זיך נישט געזעהן מיט זיין טאטן פאר יארן

פאר א סיבה האט ער נישט איבערגענומען אין צאנז על אף ער איז געווען דאס עלסטע זוהן
(דאס איז ברייט באקאנט אז ער האט געהאט חילוקי דעות מיט זיין פאטער דער צאנזער רב, אנגעבליך אין הלכה. וואס איז "אויך" אמת......)
איך גיי אלעס צוברענגען, איך בין נאכנישט פארטיג.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

"אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

שליחה דורך אמת וצדק »

נאך א סיבה פארן נישט גיין קיין מירון וואס ווערט געברענגט אין אסאך מקורות איז צוליב אן אינטערסאנטע געשיכטע - אין א״י איז אנגעקומען צו זייזע הענט די צווייטע חלק פונעם ספר הגלגולים פון רבי חיים ויטאל, דער חלק איז דאן נאך נישט געדריקט געווארן, ביים אויפמאכן דעם כתב יד האט ער געליינט וואס שטייט דארט ווי פאלגענד:

גם זה מצאתי מכתב יד מורי ז״ל (דער אר״י הקדוש) ולא הבנתי כוונת הדברים וזה לשונו.. הוא התקוטט עם אביו, אין ראוי לילך למירון ולא לטבריה, וליונתן בן עוזיאל טוב מאוד, וכבר נגזרה גזירה.


דער שינאווא רב האט אויסגעטייטשט די גאנצע שטיקל אויף זיך, כידוע האט ער זיך אסאך חולק געווען מיט זיין פאטער דער צאנזער רב, שטימט דער ״והוא נתקוטט״. אזוי אויך האט ער געזען אין דעם א רמז נישט צו פארן קיין מירון און טבריה, און צו יונתן בן עוזיאל איז ער טאקע יא געפארן. נאך א טעם פארן נישט פארן קיין מירון און טבריה, איז צוליב דעם וואס ער האט געהערט אז מען ווארפט אריין טייערע בגדים אינעם פייער און שינאווא רב האט ער דאס נישט געקענט צוקוקען אלס איסור בל תשחית, אזוי אויך האט ער געהערט אז אין טבריה איז דא א תערובת פון מענער און פרויען ביים קבר פון רבי מאיר בעל הנס, האט ער נישט אהינגעפארן.

וועלכע פון די אויבדערמאנטע טעמים איז געווען די ערשטע ווייס איך נישט עס זענען דא פארשידענע גרסאות אין די אלע זאכן, בעיקר צוליב דעם וואס ער איז געפארן קיין א״י איינער אליין איז נישט דא צו סאך עדות אויף וואס האט דארט פונקטלעך פאסירט.

שפעטער האט ער צוריקגעהערט אז א געדינגענע אראבער האט אים געוואלט הרגענען ל״ג בעומר אין מירון נאר וויבאלד ער איז נישט דארט געווען האט יענער אויפגעטוישט א צווייטען אין יענעם כמעט גע׳הרג׳עט, שטימט שוין די ״וכבר נגזרה הגזירה״. און מען זעט פון דעם אויך די ווייטע בליק פונעם דברי חיים מיטן זאגן ער זאל נישט גיין קיין מירון.

עס איז אויך כדאי צו ברענגען וואס ר׳ יחזקאל שרגא פרנקל (די זעלבע ארויסגעבער פון רביה״ק מצאנז) שרייבט אין דברי יחזקאל החדש (מדור הליכות והלכות):

שמעתי מחסידים ואנשי מעשה שגאון עוזנו מרן משינאווא זצוק״ל בעת היותו בקודש בעיר קדשנו ותפארתנו ירושלים, אמר בהאי לישנא, כל ביאתי לארץ ישראל כדאית היתה אך ורק לראות הישמעאלים בגלימותיהם, ומזה לדעת סדר עטיפת הטלית כהלכתה.


אזוי אויך האט שינאווא רב געטראפען אין ירושלים דעם ספר אור החמה פון רבי אברהם אזולאי דער זיידע פונעם חיד״א, די ספר איז נאך געווען אין כתב יד, שינאווא רב האט דאס אפגעקויפט און איבערגעגעבן פאר א חשובע איד זאל דאס גיין דרוקען און ער האט אויסגעצאלט די הוצאת הדפוס. אזוי אויך האט שינאווא רב געדריקט דעם ספר הגלגולים, ווי אויך האט ער שפעטער געטראפען אין א״י ביי רבי שמואל העליר דער צפת׳ער רב דעם חיבור אור החמה וואס האט אויך געהאט א פי׳ זהרי חמה פון רבי אברהם גאלאנטי, זהרי חמה איז א קיצור פון א גרעסערע חיבור, די קיצור האט רבי אברהם אזולאי געמאכט און דאס געלייגט אונטער זיין פי׳ אור החמה, דאס אויך האט שינאווא רב ארויסגעגעבען.

זעען מיר אפאר סיבות פארוואס שינאווא רב איז געפארען קיין א״י, עס זענען דא נאך צוויי סיבות וואס איך האב געזען שטיין, אבער זיי שטימען נישט מיט די פאקטען, איינס ווערט געברענגט אין ספר זכרון יחזקאל פון רבי יחזקאל ראטער א תלמיד פון שינאווא רב, אז וויבאלד שינאווא רב איז געווארן פיר און זעכציג יאר אלט כמנין ״דין״ און עס איז נגזור געווארן אויף אים א גזירה רעה (די מעשה אין מירון און אויך די מעשה און טבריה) האט ער געוואלט גיין גלות ליידען אזוי ווי זיין רבי דער שר שלום האט געטוהן, די פראבלעם איז אז שינאווא רב איז געבוירען אין יאר תקע״ה איז ער נאר געווען אלט פיר און פופציג נישט פיר אין זעכציג כמנין ״דין״. נאך א טעם ברענגט אראפ די ספר ״רביה״ק משינאווא״ אז צאנזער רב האט אים געשיקט אויפצומאכן א צאנזער קלויז אין צפת. דאס איז אויך נישט קלאר ווייל ווי אויבן געשריבען איז ער געפארען אן די ידיעה פון זיין טאטע.

אזוי אויך איז ווערד צוצולייגען אז דער שינאווא רב איז געווען א גרויסע אוהב א״י און כסדר געשטיצט די ישוב דארט, אזוי אויך האט ער כסדר געהאפט און גערעדט וועגן ביאת משיח, און אין יאר תרט״ו האט ער זיך געוואלט באזעצען דארט, נאר דער שר שלום פון בעלז האט אים צוריקגעהאלטען, יארן שפעטער ווען ער האט זיך נאכאלץ נישט דערזען וואוינען דארט האט ער געקויפט אן אחיזה אין א״י דורכען קויפן א זיץ אינעם צאנזער קלויז אין צפת, זיין גרויסע תשוקה צו א״י און ביאת משיח האט ער גע׳ירש׳ענט פון זיין עלטער שווער דער ישמח משה פון אוהעל, שינאווא רב האט געהאלטען לויט ווי ער האט געטראפען אינעם פי׳ אור החמה אויפן זוהר אז משיח וועט קומען אינעם יאר תרס״ו, למעשה איז ער שוין נסתלק געווארן אין יאר תרנ״ט.

דער שינאווא רב איז געווען אין א״י כמעט אכצען חדשים, די גאנצע צייט האט זיין משפחה זיך אויפגעהאלטען ביים זיידן אין צאנז. דער קלויזענבורגער רב האט דערציילט אז ווען חשובע רבנים פלעגען קומען קיין צאנז פלעגט דער צאנזער רב זיך אפרעדן אויפן זוהן וואס האט איבערגעלאזט אליין זיין ווייב און קינדער פאר אזא לאנגע תקופה. איינמאל האט עפעס רב מסכים געווען אין געזאגט אז ער פארשטייט דאס טאקע נישט.. פון דעמאלס אן האט צאנזע רב מער נישט געוואלט רעדן מיט יענעם, זעט מען אז ער האט געמיינט עפעס העכער׳ס מיט דעם.

אז מען קוקט צוריק און מ׳איז מסכם זיין נסיעה, האט ער נישט אויפגעטוהן צו בארואיגען די מצב מיט סאדיגורא, לגבי די כהנים אין מירון האט ער אויך נישט אויפגעטוהן, ער איז ניטאמאל געווען דארט אויף ל״ג בעומר, גלות ליידען האט ער יא.. און די גזירה רעה האט ער אראפגענומען פון זיך. לגבי אויפמאכן א שוהל קען זיין אז זיין אנקומען אהין האט צוגעשטופט צו דעם, אבער די שוהל האט זיך אויפגעמאכט ערשט דריי יאר נאך ער איז אוועק פון דארט, אמת טאקע אז ער האט געדריקט אפאר חשובע ספרים וואס ער האט געטראפען אין א״י אבער ער איז דאך נישט געפארען פאר דעם, בלייבט נאר איבער דאס וואס ער האט אליין געזאגט אז די ריכטיגע מטרה וועט מען וויסן ווען משיח וועט קומען.

מען דארף באטאנען אז מען רעדט דא אלץ פון שינאווא רב׳ס נסיעה פון סוף תרכ״ט ביז אנהייב תרל״א, אבער ווי עס קוקט אויס איז ער געפארען פאר א קליינע תקופה אינעם יאר תרכ״ח, ווי עס ווערט געברענגט אין אפאר פלעצער, איינס פון די ראיות דערצו איז פון א בריוו וואס שינאווא רב שרייבט צו ר׳ יצחק מאיר קאלגסברוין: מכיר אנכי מאז, בעת הוליכו אביו לארץ הקודש באנו בספינה יחד. און ר׳ דוד דער פאטער פון רבי יצחק מאיר איז אנגעקומען אין תרכ״ח ווי מען קען זען אין געוויסע דאקעמענטן.

די צווייטע מאל האט שינאווא רב זיך ארויסגעלאזט הארט נאכן ברית פון זיין זוהן דער דברי שמחה פון ציעשנוב וואס איז געווען אין י״ג מנחם אב תרכ״ט, און ער איז אנגעקומען קיין יפו אינמיטען חודש אלול.

עכ״פ צוריק צו די ״אינטערעסאנט אויסגאבע״, ווי געזאגט פריער קוקט אויס ווי די גאנצע ארטיקל האט דער שרייבער גענומען פונעם ספר ״רבה״ק משינאווא״, אבער האט נישט אלעס געשריבען וואס שטייט דארט, לדוגמה שטייט אינעם ספר:

עלה להתפלל בשבת בבית הכנסת של ניסן ב״ק, מעוז עדת חסידי סאדיגורא, בעת העליה לתורה היה הגבאי עורך מי שברך לבניו הקדושים של הרה״ק מרוז׳ין, וכן מי שברך אחד למי שדעתו של רבינו לא היתה נוחה הימנו (לכאורה מיינט מען דא דער זוהן פונעם רוזינער ר׳ בערניו פון ליעווע).. כיבדוהו בעליה לתורה, פתח הגבאי בסידרת המי שבירך, בעבור שמורה מורינו הרב ר׳ יחזקאל שרגא.. ציוה לברכו ואז נדב הגבאי בשמו של מי שרבינו הסתייג מדרכו.. וקם ומחה, לא, לזה איני מוכן לברך.


און יעצט לאמיר זען ווי אזוי די שרייבער אינעם אינטערעסאנט לייגט דאס אראפ:

דער הייליגער שינאווער רב האט געדאווענט אין א בית המדרש און מיטגעהאלטען א געוויסע פירצה, און דער הייליגער שינאווא רב האט כדרכו בקודש מוחה געווען אויף כבוד שמים.


נישט קיין ווארט וואס, ווען, ווי, איך האלט טאקע אז ער וואל טען געמעגט דערציילען מער, אבער ער פארדרייט נישט דעם מעשה, נאר ענדערש לאזט אויס געוויסע פרטים. אזוי אויך האט דער שרייבער נישט קיין סאך ארומגעזוכט נאר פשוט נאכגעשריבען וואס שטייט אין רביה״ק משינאווא, און דאס וואס איך האב צוגעברענגט דעם הפלא׳דיגען שטיקל פון הליכות חנוך, און אויך וועגן עטיפת ישמעאלים, און וועגן דעם וואס צאנזער רב האט כאילו זיך אפגערעדט אויפן זוהן און נאך אפאר ענינים דאס אלעס ברענגט נישט דער שרייבער פונעם אינטערעסאנט ארטיקל, פארוואס? פשוט ווייל עס שטייט נישט אין רבה״ק משינאווא נאר אין אנדערע פלעצער.. איז אויב מען דזשאדזשט דעם אינטערעסאנט אויסגאבעז לויט דעם ארטיקל זענען זיי בכלל נישט בעסער ווי אנדערע..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך פארשטיי נישט די פוינט פון שרייבן אזעלכע לויזע אנעקדאטן ״געווען אין א געוויסע פלאץ... צוגעזעהן א געוויסע פירצה... געזאגט א געוויסע ווארט...״, מ׳קען זיך דאך שפארן די גאנצע ארטיקל און שרייבן איין שורה ״א געוויסע באשעפעניש איז פאר געוויסע סיבות געפארן אין א געוויסע לאנד און פארבראכט דארט א געוויסע צייט, געפארן צו געוויסע מקומות הקדושים, געטוהן געוויסע זאכן אין געוויסע שולן, און געטון א געוויסע זאך אנצוקומען צו א געוויסע פלאץ וואו ער האט געוואוינט.״ ס׳זעהט ענדערש אויס ווי דער שרייבער פון די שורות וויל מרמז זיין אז ער האט מורא צו שרייבן און ווער ס׳וויל זייער שטארק וואוסן זאל גיין נישטערן אין קאוועשטיבל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

מנהלים, ביטע אפטיילן די לעצטע שמועס דא אין א באזונדערע אשכול אין די היסטאריע אפטיילונג. אדאנק פון פאראויס.

[tag]מנהל[/tag] [tag]סדרן[/tag]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די פוינט פון שרייבן אזעלכע לויזע אנעקדאטן ״געווען אין א געוויסע פלאץ... צוגעזעהן א געוויסע פירצה... געזאגט א געוויסע ווארט...״, מ׳קען זיך דאך שפארן די גאנצע ארטיקל און שרייבן איין שורה ״א געוויסע באשעפעניש איז פאר געוויסע סיבות געפארן אין א געוויסע לאנד און פארבראכט דארט א געוויסע צייט, געפארן צו געוויסע מקומות הקדושים, געטוהן געוויסע זאכן אין געוויסע שולן, און געטון א געוויסע זאך אנצוקומען צו א געוויסע פלאץ וואו ער האט געוואוינט.״ ס׳זעהט ענדערש אויס ווי דער שרייבער פון די שורות וויל מרמז זיין אז ער האט מורא צו שרייבן און ווער ס׳וויל זייער שטארק וואוסן זאל גיין נישטערן אין געוויסע פלעצער
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

פי די עף

שליחה דורך אמת וצדק »

דא קען מען זען מיין באשרייבונג אויף א פי די עף פארמאט.
בייגעלייגטע פיילס
פארוואס איז שינאווא רב געפארן קיין א״י.pdf
(55.91 KiB) אראפגעלאדנט 205 מאל
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

אמת וצדק האט געשריבן:נאכן ענדיגען דאס ליינען האב איך אויפגעמישט דעם ארטיקל אינעם ״אינטערעסאנט״ אויסגאבע און בשעת איך ליין זעה איך אז די גאנצע באשרייבונג איז פשוט נאכגעשריבען פונעם ספר ״רביה״ק משינאווא״.. קומט אויס אז דא ליגט נישט קיין גרויסע ארבעט, נאר וואס דען, ווער גייט דען אפירנעמען דעם ספר אין די הענט? קומען זיי ארויס מיט א שיינע אויסגאבע געדריקט אויף שיינע פאפיר, מיט בילדער און אלעס ארום, אזוי קוקט עס אויס אינטערסאנט.


יע יע... אן ענליכע עקספיריענס, עטליכע יאר צוריק האט דער גליון "קול התאחדתינו" -וועלכע קומט ארויס דורך קהילת סאטמאר בני ברק- געמאכט א ספעציעלע מדור לכבוד א שמחה בבית הראש המרידה, דאן ראש ישיבה... ווי זיי האבן באשריבן די אויסטילא חתונה, און די שטורעם ארום דער רבי ר' בונם, און די דין תורה קעגן די פרשיסחא חבריא.
איך האב געטראפן א אלטע ביכל\ספר (ברויך דאס אפיר זוכן) מיט די גאנצע מעשה, זיי האבן דאס נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט ממש! (עפעס קרעדיט קומט זיי יא, ווייל אויב איך געדענק גוט איז דאס ביכל אין יידיש, און זיי האבן דאס איבערגעטייטש אויף לשה"ק....)
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

Re: פארוואס איז דער שינאווער רב געפארן קיין א"י?

שליחה דורך אמת וצדק »

אזוי אויך שטייט אינעם אינטערעסאנט ארטיקל אז שינאווא רב איז נאר איינמאל געפארן קיין א״י, דאס שטימט טאקע לויט ווי הרב פרנקל נעמט אן אין רביה״ק מצאנז.

איך האב אבער געשריבען אז ער איז צוויי מאל געפארן, לויט ווי עס ווייזט אויף ר׳ ישראל זאב גוטמאן אין זיין ארטיקל וואס איז געדריקט אין היכל הבעש״ט (ל״ח).
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

מנחם ציון האט געשריבן:
אמת וצדק האט געשריבן:נאכן ענדיגען דאס ליינען האב איך אויפגעמישט דעם ארטיקל אינעם ״אינטערעסאנט״ אויסגאבע און בשעת איך ליין זעה איך אז די גאנצע באשרייבונג איז פשוט נאכגעשריבען פונעם ספר ״רביה״ק משינאווא״.. קומט אויס אז דא ליגט נישט קיין גרויסע ארבעט, נאר וואס דען, ווער גייט דען אפירנעמען דעם ספר אין די הענט? קומען זיי ארויס מיט א שיינע אויסגאבע געדריקט אויף שיינע פאפיר, מיט בילדער און אלעס ארום, אזוי קוקט עס אויס אינטערסאנט.


יע יע... אן ענליכע עקספיריענס, עטליכע יאר צוריק האט דער גליון "קול התאחדתינו" -וועלכע קומט ארויס דורך קהילת סאטמאר בני ברק- געמאכט א ספעציעלע מדור לכבוד א שמחה בבית הראש המרידה, דאן ראש ישיבה... ווי זיי האבן באשריבן די אויסטילא חתונה, און די שטורעם ארום דער רבי ר' בונם, און די דין תורה קעגן די פרשיסחא חבריא.
איך האב געטראפן א אלטע ביכל\ספר (ברויך דאס אפיר זוכן) מיט די גאנצע מעשה, זיי האבן דאס נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט ממש! (עפעס קרעדיט קומט זיי יא, ווייל אויב איך געדענק גוט איז דאס ביכל אין יידיש, און זיי האבן דאס איבערגעטייטש אויף לשה"ק....)

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p2388422
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

ניין כ'אב עס געטראפן
איך האב גערעדט פון דעם
https://beta.hebrewbooks.org/49130
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי די מימרא פון רבי יוסף הארטמאן איז בפשטות פשט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען מעגן אויסזאגן [אז ער איז געפארן וועגן די מחלוקת].

מיר האבן מקבל געווען אז ער איז געפארן אראפנעמען דעם ח' וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויפן פאטער ביים כותל המערבי.
פארשפארט