וואס איז דאס א מענטש? ווער פארשטייט די מעשה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

וואס איז דאס א מענטש? ווער פארשטייט די מעשה?

שליחה דורך מאמר קדישין »

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2021 Kaveshtiebel.com


גיי פארשטיי די מענטשהייט.

די וואך, אום ניטל די צווייטן, זענען א ריזיגע ציבור פון ניטל פראווערס געפארן קיין וואשינגטאן די.סי. אויסצורפן קלאר און דייטליך אז זיי גלויבן אז טראמפ מוז זיין פרעזידענט, און יעדער מעג און מוז אלס טון דאס צו פארזיכערן. זיי האבן אלע געטראפן די זעלבע סארט קליידערונג, אלע (מענער און פרויען) האבן געלאזט וואקסן בערד, און מ'איז געפארן אין די מאסן, א סדר הבאסעס געשטעלט, מיטגענומן עסנווארג מיט פלעשלעך טרינקן (און איין פלעשל ווייל קיין שטיבעל איז דאך נישט דא צום האנט אין מיטן וואשינגטאן. איך האף נאר אז מ'האט נישט אויסגעמישט די צוויי), און ויסעו מהררי וועסט ווירדזשיניע ויחנו בוואשינגטאן.

דארט, האט מען געהערט א רעדע פון דער (גייסטישע? פיזישע? עמאציאנאלער?) פירער זייערע, וואס יעדעס ווארט איז געווען גאלד. ער האט אויפגעוויזן מיט א קלארקייט אז דער וועלט איז נישט הפקר, און עס איז גאר א חוצפה צו פאדערן עווידענס פאר יעדער תביעה זיינער. יעדער מוז גלויבן אז מ'האט אים באגנב'ט און פערטיג.

און יעצט, מארשירט מען צום קאפיטאל! "איך פאר מיט", האט ער צוגעזאגט, מיט זיין שווארצע הענטשיך און א פלאמעדיגע געזיכט.

די מאסן זענען געגאנגן, מיט זייער בערד און רויטע הוטן – גיי גיי גיי, מיר גיין צום קאפיטאל, ווי די פירערס פון לאנד באשטעטיגן ווער גייט זיין די נעקסטע פירער.

אזוי האבן זיי געוויזן א מיטעלסטן פאר די אלע יפה נפש וואס ווילן נאר ארדנונג. זיי גיין ווייזן אז די געזעצן מיינט נישט זיי, זיי זענען פרייער לייט, מענטשן וואס לעבן פון די אייגענע ווירדן, און פארשטיין די אייגענע רעכטן זייערער. פון אונז גייט מען גארניטש צונעמן, איך בין צו קיינעם גארנישט שולדיג, נאר צום פאן אליינס.
vigilant-american-flag-bald-eagle-dark-background-symbols-vigilance-readiness-to-defend-freedom-liberty-isolated-132124112.jpg

גיי גיי גיי, לאמיר גיין צום קאפיטאל – איז די געשריי אין יעדעמ'ס האלדז (מיט א פאר ווערטער אינדערמיט וואס מיר נוצן נישט אין די היימישע שטיבלעך אונזערע).

מיר גיין צום קאפיטאל, ועד בכלל.

פאליציי שטיין דארט, אבער וועם גייט עס אן? מיר גיין און פערטיג! א קליינע וואנטעלע שטייט דארט, נאך אזוי וויכטיג ווי די וואנט וואס גייט אפשטעלן די שטראם מעקסיקאנער וואס קומן אריבער די גרעניץ אין א קאראוואן הארט פאר יעדער וואלן אין אמעריקא. אבער דער וואנט ווערט שנעל אוועק געשטופט. און נישט נאר אוועק געשטופט, נאר עס ווערט גאר גענוצט אלס די לייטער ארויף צו קריכן די ווענט!

גיי גיי גיי – לאמיר אריין גיין אין די געביידע, זיך קעגן שטעלן די עזות פנימ'ער וואס טון וואס די קאנסטיטוציע הייסט זיי.

און זיי גיין! זיי ווייזן אז נישט זיי מיינט מען, דאס איז זייער געביידע אלס די באפעלקערונג פון אמעריקא, און עס קומט זיך זיי אריין צו גיין אין די געביידע לויט זייער געשמאק.

און אזוי שפאצירט מען אריין, גארנישט גייט אונז אן, דער זיצט אויף די כסא מלכות און כאפט א סעלפי, דער רייכערט א ציגאר אין מיטן דער אפיס פון א סענאטור, איינער קטנ'ט אין ביה"כ, אבער אויף די פאדלאגע צו ווייזן אז נישט אים מיינט מען מיט די זינלאזע געזעצן פון נאר קטנ'ן אין שיסל. א באנדע קאמיוניסטן!

אבער וואונדער אויף וואונדער, קוק וויאזוי זיי גיין אריין אין אט די געביידע. קוק די בילד וויאזוי די אלע געזעצן וואס האבן זיי נישט געקענט אפשטעלן, מעגן זיך שעמן פאר א רויטע פאדעם, אט די רויטע פאדעם פון די פסוקים אין פרשת מצורע אדער די משנה אין ביכורים. א רויטע פאדעם הלט זיי אין פלאטץ, נישט קיין ביקסן, נישט קיין וואנט, נישט קיין געזעץ און נישט קיין שטארקע פאדערונג פון ירום הודו אליינס. אבער א רויטע פאדעם? דאס איז די והותר.
within the lines.jpg

איינער קען מיר זאגן פשט דערין?
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

די טראמפ שטיצערס האבן רעספעקט פאר דאס לאנד, נישט ווי די אלע לינקע חברה וואס האבן פיינט אמעריקא.
סאיז אינטערסאנט צוצוצייכענען אז מ’האט נישט געהערט קיין עכטע געוואלדאטן אזוי ווי מ’הערט ווען די לינקע צופירן זיך די הענט, און די פראטעסט האט זיך געענדיגט יענע נאכט, און לכבוד דעם האט די מידיא מיט די טעק קאמפאני’ס און פארשטייט זיך די נעווער טראמפערס געמאכט א ויצעקו אז מ’קען מיינען אז גאנץ וואשינגטאן ברענט.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

גראדע זע איך נישט וואס אזוי ראנג מיטן בילד....אלע שטייען אזוי שיין אין א גראדע ליין ווי אין חדר ווען די רבי האט געטיילט ריסעס.....
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

די סיבה פארוואס סאיז געווען אזוי רואיג איז ווייל סאיז נישט געווען קיין שום רעזיסטענטס, די פאליציי האט זיי אריינגעלאזט אומגעשטערט און נאך אפילו צוגעהאלפן.
פארשפארט