די עירוב שערורי' אין ברוקלין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

פינטאו האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:אמת אז ביי די עירוב ראדני האבן טאקע אויך מענטשען געטראגן, אבער לכתחלה די טעם פארוואס מ'האט עס געמאכט איז געווען פאר די גוים! און היות ענק האבן געשריבן דעמאלטס אז הגאון ריח"מ שליט"א איז אויך מסכים צום עירוב וועגן ער מאכט אויף ראדני סט. האט ער עס געהייסן מבטל זיין!

יארן לאנג האבן זיך טויזענטער אידן זיך באנוצט דערמיט, פארוואס האט מען קיינמאל נישט מוחה געווען דערויף?


פארוואס ארויף זאל מען מוחה זיין??

ס'איז ס"ה א גאס עירוב און נישט אויף בעדפארד ווי עס איז א פראגע פון רשות הרבים דאורייתא.

ווי נאר די בעלי העירוב רב האבן אנגעהויבן צו מאכן גאסן עירובין אלס הכנה פאר א גרויסע עירוב און האבן עס אנגעהויבן ניצן פאר זייערער שקרים כאילו דער סאטמארער דיין איז מסכים האט ער עס תיכף געהייסן אראפ נעמען.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך שרייבער »

אפשר קען איינער מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס איז דער אפטייטש פון "געמאכט א עירוב פאר גוים"?
האט מען פאר די זעלבע גוים אויך צוגעשטעלט מצות פאר פסח?
האט מען געמאכט פאר זיי א סוכה אויך?
ד' מינים האט מען זיי צוגעשטעלט? וואס איז פשט א עירוב פאר גוים?
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך קרעקער »

יור מיסינג דע פוינט
אפילי ר' פישעלע איז א שונא מובהק פארן רעבין און פאר סאטמאר אין אפילו מעהאט עם איינגערעט אין אפילי ער קען עס אליינטס נישט ארימגיין באקיקען און אפילי אלע רבנים פין די גאנצע וועלט (!!) זענען דערקעגען

די רגע ער געט א הכשר אפען עירוב איז עס 10000% כשר = פימפל!!!!!

קענסט קוויטשענען ברעכען האקען דיין קאפ אין וואנט שרייען מילעך קעסטלעך קענסט אפילי זאגען דו פארלאזט דיך נישט אויף דעם אבער א כשרע עירוב איז דא אפילי דו זעסטעס נישט און אפילו ער איז א שונא

מצווינגטעך נישט צי טראגען (וכן אני נוהג לא לטלטל) אבער שריי נישט נאך אינגע ווייבלעך אויסציגעבען דיין תאוה סאיז אין גדר פין השחתה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קרעקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך פינטאו »

איש חסיד האט געשריבן:
פינטאו האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:אמת אז ביי די עירוב ראדני האבן טאקע אויך מענטשען געטראגן, אבער לכתחלה די טעם פארוואס מ'האט עס געמאכט איז געווען פאר די גוים! און היות ענק האבן געשריבן דעמאלטס אז הגאון ריח"מ שליט"א איז אויך מסכים צום עירוב וועגן ער מאכט אויף ראדני סט. האט ער עס געהייסן מבטל זיין!

יארן לאנג האבן זיך טויזענטער אידן זיך באנוצט דערמיט, פארוואס האט מען קיינמאל נישט מוחה געווען דערויף?


פארוואס ארויף זאל מען מוחה זיין??

ס'איז ס"ה א גאס עירוב און נישט אויף בעדפארד ווי עס איז א פראגע פון רשות הרבים דאורייתא.

ווי נאר די בעלי העירוב רב האבן אנגעהויבן צו מאכן גאסן עירובין אלס הכנה פאר א גרויסע עירוב און האבן עס אנגעהויבן ניצן פאר זייערער שקרים כאילו דער סאטמארער דיין איז מסכים האט ער עס תיכף געהייסן אראפ נעמען.

אויף בלויז איין גאס, נישט א רשה"ר דאורייתא, איז יא מותר? אויב אזוי, פארוואס פלעגט יעדע ערב שבת ארומפארן א געלע סקול-באס איבער וויליאמסבורג, מיט א גוי מיט א מעסערל אויפ'ן דאך, און איבערשניידן אלע פריוואטע עירובן?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך זר זהב »

קארל זאג פאר יענעם אז אדמור מהר"א איז נישט דער גרעסטער פאלאוער פון זיין עלטער פעטער, (א גוט'ן לאך האב איך געהאט). זיין נישט פאלואען זיין פעטער האט זיך שוין אנגעהויבן ביי זיין שידוך צו וואס זיין פעטער האט נישט מסכים געווען. ---- זאג אויך פאר יענעם אז אדמור מהר"א'ס הייסן נישט שרייען איז בלויז וויבאלד ער איז נישט דער אנפירער פון די מערכה דארף אלעס פאלן! אויב וואלט מהר"א געווען רבי אין ווילי און נישט זיין ברודער מהרז"ל וואלט ער אזאנע ווערטער קיינמאל נישט געזאגט, דער טעראר וואס מהר"א וואלט ווען אנגעפירט קעגן די עירוב קען מען זיך ניטאמאל פארשטעלן, עיין ערך טעראר קרית יואל אנגעהויבן פון תשמ"ה.

זאג פאר דיין חבר ער זאל אויפהערן מיט די ליצנות.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

פינטאו האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:
פינטאו האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:אמת אז ביי די עירוב ראדני האבן טאקע אויך מענטשען געטראגן, אבער לכתחלה די טעם פארוואס מ'האט עס געמאכט איז געווען פאר די גוים! און היות ענק האבן געשריבן דעמאלטס אז הגאון ריח"מ שליט"א איז אויך מסכים צום עירוב וועגן ער מאכט אויף ראדני סט. האט ער עס געהייסן מבטל זיין!

יארן לאנג האבן זיך טויזענטער אידן זיך באנוצט דערמיט, פארוואס האט מען קיינמאל נישט מוחה געווען דערויף?


פארוואס ארויף זאל מען מוחה זיין??

ס'איז ס"ה א גאס עירוב און נישט אויף בעדפארד ווי עס איז א פראגע פון רשות הרבים דאורייתא.

ווי נאר די בעלי העירוב רב האבן אנגעהויבן צו מאכן גאסן עירובין אלס הכנה פאר א גרויסע עירוב און האבן עס אנגעהויבן ניצן פאר זייערער שקרים כאילו דער סאטמארער דיין איז מסכים האט ער עס תיכף געהייסן אראפ נעמען.

אויף בלויז איין גאס, נישט א רשה"ר דאורייתא, איז יא מותר? אויב אזוי, פארוואס פלעגט יעדע ערב שבת ארומפארן א געלע סקול-באס איבער וויליאמסבורג, מיט א גוי מיט א מעסערל אויפ'ן דאך, און איבערשניידן אלע פריוואטע עירובן?


האב איך דיר שוין פריער געענפערט!

אין יענע תקופה האבן די בעלי העירוב אנגעהויבן צו פארמערן די קליינע עירובין אלס הכנה פארן שטאטישען עירוב, והחכם עיניו בראשו די רבנים שוין דעמאלטס איינגעזעהן וואספארא הירוס ס'וועט ליידער ברענגן.

אויב דו געדענקסט איז כמעט אויף יעדע גאס געווען מחלוקת און קריגעריי.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

שרייבער האט געשריבן:אפשר קען איינער מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס איז דער אפטייטש פון "געמאכט א עירוב פאר גוים"?
האט מען פאר די זעלבע גוים אויך צוגעשטעלט מצות פאר פסח?
האט מען געמאכט פאר זיי א סוכה אויך?
ד' מינים האט מען זיי צוגעשטעלט? וואס איז פשט א עירוב פאר גוים?


ליצנות אין א זייט ביטע.

הגאון ריח"מ שליט"א האט מחמיר געווען וויבאלד זיי טראגן די פארענטשעס פאר אידען,

איך בין נישט דא אים צו פארענפערן ווייל לערנען קען ער בעסער ווי מיר און דיר, נאר אז דו פרעגסט האב איך דיר געעענפערט.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

קארל האט געשריבן:איך האב נאכנישט דורכגעלייענט דעם גאנצן אשכול, אבער איינער האט מיר געבעטן אין אישית אז איך זאל דאס ארויפשטעלן פאר זיינעטוועגן, טו איך אים צוליב:


הרב איש חסיד, לאז מיך אייך פרעגן א פראגע, דו פארשטייסט די מעשה מיטן עירוב אויף ראדני סט.? ס'איז געמאכט פאר פוילישע גוים? די מעשה שרייט ארויס "היפאקריט"!!! און דאס גיבט שוין א בליק אויף די גאנצע פרשה.

און לאמער נעמען די זאך אין פראספעקטיוו: ס'איז נישטא קיין איין בריוו פונעם בעל דברי יואל אז "מ'טאר נישט מאכן קיין עירוב", ס'איז דא מעשיות, מ'פארציילט נאך, ס'איז אבער אויך דא וואס ווייסן פארקערט, איז מיין שאלה "וועם גלייב איך"? זאל איך גלייבן מענטשן וואס האבן געמאכט פורים פון זיך מיט די עירוב פאר פוילישע גוים, אדער מענטשן וואס האלטן זיך העכער פון דעם? (אגב, איך וואונדער מיך וויאזוי די גוים מעגן יעצט טראגן נאכדעם וואס מ'האט מבטל געווען די עירוב...)

ר' פישל הערשקאוויטש איז א גאון בתורה, און ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן איז א גאון בתורה, ר' פישל האט דורכגעטוהן "פאר א לענגערע צייט" הלכות עירוב, און איז געקומען צו די החלטה אז ס'קען יא זיין א כשר'ע עירוב. האט ר' ישראל חיים מנשה זיך פארבינדן מיט עם? ער איז ארויס מיט א בריוו "בלויז געציילטע טעג" נאכדעם און דארט האט זיך די זאך געענדיגט!

פארציילט מיר א איד אז דעם ערשטן שבת וואס מ'האט געמאכט דעם עירוב האט ער געפרעגט ר' ישראל חיים מנשה צו ער זאל מאכן א ברכה אויף דעם עירוב וואס ער מאכט ביי זיך אין בילדונג, ר' מנשה האט געזאגט "למעשה איז דא א עירוב און מ'קען נישט מאכן קיין ברכה."

איך ווייס אויך אז דריי טאג שפעטער האט ער געשריבן אז מ'דארף יא מאכן א ברכה, אבער לאמער א קוק טוהן אויף זיין היסטארי פון חתימות, פארן סקול דיסטריקט און קעגן סקול דיסטריקט, וויזוי קען דאס זיין? עירוב אויף ראדני, וויזוי ארבייט דאס? און ווי אנדערע דא האבן שוין דערמאנט, ער קומט אלעמאל צום אויספיהר אזוי ווי די פארטיי דיקטירט, אריזאונע ווייץ, ביי די ערכאות ועוד ועוד. און אז דו וועסט פרעגן זיינע עכטע נאנטע מענטשן וועלן זיי דיר פארציילן וואס דארט גייט פאר, וויפיל פרעשור ער האט יעדעס מאל עקסטער ווען ס'פאסירט עפעס אין סאטמאר, פרעג זיי נאר פארוואס ער האט געהייסן נישט אריינלאזן ר' אברהם לויפער צו עם די לעצטע פאר יאר, און וויפיל מאל ער בעהט זיך אז מ'זאל עם מער נישט אריינמישן אין קיין שום פרשה!

איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן איז א ת"ח מופלג און א פוסק! אבער ער איז ליידער זייער א שוואכע מענטש, ער קען זיך נישט קעגן שטעלן קעגן די פרעשור פון די פארטיי.

דו טענהסט אז קיינער ווייסט נישט ווי די עירוב איז? לאמעך דיר פרעגן עפעס: ווען סאטמאר איז אריין אין קאורט, ס'איז קלאר ווי די טאג אז מ'טאר נישט זיין אין קאורט, די שאלה איז נאר ווער ס'שולדיג, צד מהר"א וועט טענהן אז צד מהרז"ל איז שולדיג, און צד מהרז"ל טענה'ט אז צד מהר"א איז שולדיג, ווי זענען אלע רבנים? חוץ די פאר פעיראלל דיינים הערט מען נישט פון קיינעם (כמעט) קיין מוחאה! קיינער קומט נישט ארויס מיט קיין בריוון, מ'מאכט נישט קיין פראטעסטן גארנישט!!! און דאס רעכענט אריין רבנים תלמידי חכמים וגדולי תורה, אלע זענען שטיל!

די תירוץ איז אז אפילו ע"פ הלכה דארף מען נישט מוחה זיין מער ווי ע"כ הכאה, און די חיות מטורפים וואס קענען ארעסטירן בחורים אינמיטן יו"ט, אוועקפיהרן א זיידע פון אן אייניקל'ס חתונה ועוד ועוד ועוד, זענען עלול אויף אלעם! און דאס איז ערגער ווי הכאה, ממילא איז נישט דא ווער ס'זאל זיך ארויסשטעלן מוחה זיין!

און ווי דו וועסט גיין וועסטו הערן פון נאך א מענטש "איך האב געהערט" פון דעם רב, פון דעם דיין אז ער האט אונטערגעשריבן מחמת גרויס פרעשור, איך האב נישט געהאט קיין ברירה וכד'.

צוריק צו דיין טענה פונעם בעל דברי יואל, אדמו"ר מהר"א מסאטמאר וועלעכער איז נאך אזוי דבוק אין זיין פעטער דעם בעל דברי יואל האט אויך נישט געזאגט אז די עירוב איז פסול, ער האט געזאגט אז מ'זאל נישט טראגן ווייל די "טאטע האט געזאגט אז מ'זאל נישט טראגן", אבער ער האט אויך קלאר געזאגט אז מ'זאל נישט שרייען, ווייל ער האלט אז די עירוב איז כשר! נאר א סאטמארע חסיד דארף זיך פיהרן ווי זיין רבי (בירך משה) האט געהייסן. ווען ער וואלט ווען געהאט א וועג צו אסור'ן מטעם דעם בעל דברי יואל, וואלט ער עס ווען געטוהן!

דאס אז ר' פישל קען נישט גיבן דעם הכשר אליין, האבן שוין אנדערע גענטפערט, איינס ער קען יא, צו פארן אין א קאר די 20-30 גאסן איז נישט אזא מעידזשער זאך, און אזוי אויך גיבט ער די הכשר אזוי ווי "סאכדעס" גיבט א הכשר אויף זייערע זאכן, דורך משגיחים. און די זעלבע איז מיטן אדווארי רב. (וואס איז געווען ביים דעת ביזן לעצטן מינוט, און נאך ארויס פונדערהיים זייער אסאך זיינע לעצטע פאר יאר. אגב, פרעג דיך נאר נאך ביי זיינע נאנטע וואס ער האט געהאלטן איבער "מהרז"ל")

און יעצט א זייטיגע פראגע, ווען דו זעהסט א פרוי וואקן מיט א שאפינג בעג1:00 ביינאכט, קודם איז דא א פראבלעם, אפשר איז זי א גויטע, מוז זיין אז דו קוקסט קודם אויף איר צו מאכן זיכער אז זי איז א יוד, איז דא א היתר?
איז דאס נישט אזוי הארב ווי ליינען דעם שטערן? נאכדעם דארף מען שרייען און אויפוועקן צענדליגער קינדער און ערוואקסענע, גזל שינה איז מותר, איא?

און אז מ'רעדט שוין דערמאן איך מיר א מעשה ווען איין שבת האט א יונגערמאן א פאראמעדיק שפאצירט אויפן גאס, און א "שרייער" האט באמערקט זיין האנט זייגער (וואס ער מוז האבן אויף זיך צו קענען ציילן די פאולס אין פאל פון א אימערדזשענסי.) דער יעניגער האט זיך צושריגן שאאאאאאבבבעעעעסס!!! דער פאראמעדיק זאגט עם "איין רגע, אז דו שרייסט, שריי שוין געהעריג, איך האב סאך א גרעסערע עבירה, איך האב שליסלעך פון מיין קאר, און איך האב א טעלעפאון און א רעדיאו אויף מיר", דער "שרייער" איז צוגעלאפן און זיך אנטשולדיגט טויזענט מאל, כאב נישט געמיינט, אונטשולדיגט.

יעצט ווען אזא פאראמעדיק זאל נישט האבן קיין גאטס און אויסטוהן זיין זייגער ווייל ער וויל נישט באשריגן ווערן אין פראנט פון זיינע קינדער, איז דאס שוין א פיקוח נפש שאלה!! און אפילו ווען נישט, אפשר מעג מען טראכטן פאר מ'שרייט "טראגט דער מענטש לייף סעיווינג'ס מכשירים?"

אבער לאמער נישט פארקריכן, שריי וויפיל דו ווילסט. לאמער נאר מאכן א ס"ה פון די עיקר פרשה:

וואס דער בעל דברי יואל האלט, איז דא צוויי צדדים, איך דארף מאכן א דעסיזשן וועם צו גלייבן.

פון איין זייט שטייען גאוני תורה ווי ר' פישל הערשקאוויטש און אדווארי רב ועוד און שרייען איך האב דורכגעטוהן דאס ענין, די עירוב איז כשר וישר!
פון די אנדערע זייט שטייען א גרופע דיינים, צווישן זיי אויך גרויסע תלמידי חכמים אבער זייער היסטארי ווייזט אז זייער סיגניטשור ווערט גענוצט דורך זייער בעה"ב, נישט דורך זייער קאפ, און נישט נאר אין דזשענעראל איז דא סתירות, נאר ביי די פרשה אליין איז דא א געפערליכע סתירה מיט די ראדני עירוב! און שרייען פסול!

פון די אונטערגעשריבענע קעגן די עירוב הערט מען כסדר נאכזאגן אז מ'האט זיי געצווינגען, און אדמו"ר מהר"א וואס איז פון די גרעסטע פאלאוער פונעם בעל דברי יואל וויל נישט זאגן פסול, ער זאגט "פאר זיינע חסידים" נישט צו טראגן "וועגן זיין טאטע לאזט נישט."

וועם דארף איך גלייבן?




איך וועל מאכן אין קרצען דיין גאנצער תגובה און אזוי דיך עטוואס פארגרינגערען פון דיין צומישטע זאצן און פאקטן:

די 'זעלבע' שנאה וואס ר' פישל האט אויף סאטמאר 'האסטו' אויף הגאון ריח"מ שליט"א!! סאו איך קען דיר קיין סאך נישט העלפן.

דער חילוק איז נאר אז רבי פיעשעלע האט עס שוין 70 יאר און דו נאר 12 יאר...

איך געדענק נאך ווען לערך 15 יאר האסטו ודומה לך געשריגן אז הגה"צ ריח"מ שליט"א איז דער איינציגסטער אמת'ע דיין אין סאטמאר, און ר' יחזקאל ראטה איז גאר פארפארען... און אפילו ר' געציל איז אויך געווען האלב אינצווישען, רבי פישעלע מאן דכר שמיה! פלוצלינג האסטו דיך\ענק אויסגעדרייט דעם היטעל אויף פארקערט... סאו בין איך נישט מחויב דיך נאכצוטאנצן! דעטס אלל!!

און סתם פאר דיין אינפארמעישאן:

צד מהר"א איז אריין אין קארט בשנת תשס"א און דער איינציגסטע אמתע (כלשונכם) דיין איז טאקע ארויסגעקומען מיט א מחאה!
-
רבי פישעלע'ס אגענדע האמיר שוין פריער אויסגעשמועסט, וק"ל.
-
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט קיינמאל "נישט" געזאגט אז די עירוב איז כשר!! נאר היות ער איז נישט דער פיילאט זאל דער ערעפלאן קראכן, פארדעם לאזט ער נישט שרייען שבת, והא ראיה אין ב"פ ביי זיין שבת התוועדות תש"ס האט ער געשטורעמט קעגן דעם עירוב אסאך אסאך ערגער און שארפער ווי אין וומ"ס, כאטש אין ב"פ איז דא סאך מער צדדים ופוסקים להיתר, נאר אזוי ווי דעמאלטס האט נאך אויסגעזעהן ווי ער האט רוב סאטמאר, האט ער געשפילט די געים.

אדרבה ואדרבה רבי געציל האט געפסקענט אז די עירוב האט נישט קיין שום האפט און געהייסן מאכן א ברכה בשם ומלכות כמאז ומקדם. און אויב איז הגאון ריח"מ היינט נישט גוט פאר דיך נעם אהן די פסק פון ר' געציל וואס איז יעצט די אמת'ע דיין ביי ענק...

נו ווער שפילט דא היפאקראטיע?!.... ענק שפילן זיך מיט 'אלע' דיינים גענוי וויאזוי ענק ווילן....!
-
אויב קענסטו נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט שבת, וועל איך אויך רעדן ענקער שפראך אזוי ווי ביי די קל"ב וואס האבן נישט פארשטאנען:

אין קרית יואל אין די לעצטע יאר צוויי ווערן כסדר נאכגעשריגן יונגע פאר פעלקער פארן 'חטא' פון פאלגן זייער רב (מער און שטערקערע רבנים ווי ביי די עירוב!!) און זיי האבן חתונה געהאט אין א זאל ביים עק פון שטאט.

נו הייב אהן צו שרייען... געוואלד... נאכשרייען פרויען....
דארט דארף מען טאקע וויסן ווער די פרוי איז, די בחורים פון די ישיבה אליינס זוכן אויף די פרויען אויף די גאסן און שרייען נאך בריש גלי אהן קיין שום בושה ואין פוצה פה ומצפצף!! ווי אזי דעמאלטס דיין חבר פון אישי??....

איך מיין אז דו פארשטייסט עס בעסער ווי אונז אלע...
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך אורח »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אין למעשה קען סאטמאר נישט געווינען אין די עירוב גייט ווייטער אן,

ווער עס קען שרייבען די ווערטער "די עירוב גייט ווייטער אן" איז אדער בלינד אדער וואוינט ער אין בארא פארק, איך בין געווען אויפ'ן גאס ביידע סדר נעכט די ערשטע נאכט האסטו געקענט ציילען אפאר קערידזשעס מיט די פינגער אין די צווייטע נאכט האסטו אריינגעקראכט אין א קערידזש וואו די האסט נאר געוואקט
סאו "די עירוב אין וומסב"ג האט געפעילט"
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך געפילטע פיש »

איש חסיד האט געשריבן:רביה"ק האט געגעבן רשות ביי א פראדזשעקס נאר אויף א שבת חול המועד, און געשיקט נאך יו"ט ר' יחזקאל שמש זאל עס אראפ רייסן!

חחחחחחח! די רעבסחיסעיאגענאליינו האט געגעבן רשות מחלל שבת צו זיין?
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

געפילטע פיש האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:רביה"ק האט געגעבן רשות ביי א פראדזשעקס נאר אויף א שבת חול המועד, און געשיקט נאך יו"ט ר' יחזקאל שמש זאל עס אראפ רייסן!

חחחחחחח! די רעבסחיסעיאגענאליינו האט געגעבן רשות מחלל שבת צו זיין?



נעבעך א רחמנות אויף דיר... דיין וויסטע שנאת עם הארץ לתלמוד חכם שפראצט ארויס פון דיר.

איעדע אות זאלסטו אויסטייטשען מיט ליצנות אויפן חשבון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע

רביה"ק זי"ע האט געלאזט מאכן א עירוב פאר די סוכה. בלויז פאר איין וואך.

רביה"ק האט נישט געלאזט מאכן א שטאט'ס עירוב מפני כמה טעמים

פינטעל.

ווי קומט אריין חילול שבת?!
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך מיין מיינונג »

אין א געוויסן זון איז שוין די שטערן מערכה שטערקער. ביי דער שטערן האבן זיך כאטש ר' יעקב זיידא מיט ר' חיים שלמה אבראהאם ארויסגעשטעלט מיט א שטארקייט און געשריבן א בריוו להיתר, ווידעראום ביים עירוב, וואס איז חילול שבת דאורייתא שאלות, דארט האט ר' יעקב זיידא ועמו מייעס וכו' נישט געשפירט פאר וויכטיג ארויסצוקומען מיט א בריוו צו די ברייטע גאס, נאר זיי פארלאזן זיך אז מ'זאגט נאך בשמם אז עס איז גוט. אתמהה.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

קרעקער האט געשריבן:יור מיסינג דע פוינט
אפילי ר' פישעלע איז א שונא מובהק פארן רעבין און פאר סאטמאר אין אפילו מעהאט עם איינגערעט אין אפילי ער קען עס אליינטס נישט ארימגיין באקיקען און אפילי אלע רבנים פין די גאנצע וועלט (!!) זענען דערקעגען

די רגע ער געט א הכשר אפען עירוב איז עס 10000% כשר = פימפל!!!!!

קענסט קוויטשענען ברעכען האקען דיין קאפ אין וואנט שרייען מילעך קעסטלעך קענסט אפילי זאגען דו פארלאזט דיך נישט אויף דעם אבער א כשרע עירוב איז דא אפילי דו זעסטעס נישט און אפילו ער איז א שונא

מצווינגטעך נישט צי טראגען (וכן אני נוהג לא לטלטל) אבער שריי נישט נאך אינגע ווייבלעך אויסציגעבען דיין תאוה סאיז אין גדר פין השחתה



האסט זייער גוט געזאגט און שיין מסביר געווען א גאנצע קרעפל פשעטעל, טוה מיר אבער א טובה זאג עס איבער און זיי עס מסביר פאר דיר און דיינע חברים!

דער וואס שרייט שבת טוט עס אויך על פי הלכה וע"פ פסק פון זיין דיין-רב 100 און 1000 פראצענט.... און קענסט האקן און קראצען וכו' וכו'....

און אויב האסטו תאוות ביים שרייען שבת זאלסטו אויך פארשטיין אז דער שרייער האט סאך א גרעסערע פראבלעם מיט דיר! ער האלט דיך פאר א פרעכער מחלל שבת! אוםן יעצט מאך קאפי פעיסט פון דיין גאנצען פשעטעל: קענסט האקן און קראצען וכו' וכו' וכו'

איך מיין אז דו פארשטייסט עס זייער גוט!!
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

אין אנהייב פונעם קאמפיין איז דער מאטיוו פון די מתנגדי העירוב געווען אז דער סאטמארער רב זצ"ל האט נישט געהאלטן דערפון (נישט וועגן חשש חילול שבת, נאר וועגן אנדערע טעמים). די טענה פון רשות הרבים איז אדאפטירט געווארן שפעטער. דער געדאנק אז ס'איז בכלל נישטא קיין עירוב איז אדאפטירט געווארן צולעצט.

איך קען נישט קיין הלכות עירובין און איך קען נישט אריינרעדן אין א שקלא וטריא איבער די הלכות. איך ווייס נישט וויאזוי אן עירוב דארף ע"פ הלכה אויסזען בכלל. דאס זעלבע איז, דאכט זיך, אמת פאר רוב המון עם פון ביידע זייטן. במילא מיין איך אז א הלכה'דיגע דיסקוסיע און אפילו א ויכוח איבער די שטריקלעך האט קיין פשט.

וואס די רבנים המתקני ומכשירי העירוב האבן געהאט אינזין, ווייס איך אויך נישט, פונקט ווי איך ווייס נישט וואס די אגענדע פון די אוסרים איז.

וואס יא, איך גלייב נישט אז ס'איז פאראן איין מורה הוראה וואס איז גרייט זיך אריינצולאזן אין א חילול שבת אפילו פאר א ספק. איך גלייב עס נישט אפילו אויפן דורכשניטליכן איד. במילא לאזט מיין שכל נישט אפקויפן די טענה אז די רבנים המתירים טוען עס צוליב נצחון, און אז די אידן וואס טראגן מיט'ן עירוב זענען א רגע מסופק אינעם כשרות.

מצד השני, אין די בלעטלעך און דרשות מצד די מתנגדי העירוב (עכ"פ ביים אנהייב פון דער מערכה) איז אפטמאל דערמאנט געווארן אז די מתקני העירוב ווילן צעברעכן דעם כוח פון די "ערליכע קהילות" אין שטאט; אז זיי טוען עס צו ווייזן אז סאטמארער רב איז נישט געווען באלעבוס אין וויליאמסבורג, און נאך לאזונגען פון דעם סוג.

צי די כוונה פון די מתקני העירוב איז געווען דאס, צו "ווייזן" אז סאטמאר איז נישט בעל הבית אין שטאט, ווייס איך נישט. דאס איז אבער א פאקט אז ס'איז גענוצט געווארן אונטערצוהעצן מענטשן צו קעמפן קעגן דעם תיקון העירוב. און וויבאלד אסר'ן קאסט נישט קיין געלט און ס'איז נישטא קיין חשש פון זיך אריינלאזן אין שאלות, איז מסתבר צו זאגן אז די אוסרים ווילן נישט זען דעם עירוב צוליב אן אגענדע (וואס האט לאו דווקא עפעס מיט הלכה), און די מתקני העירוב זענען איבערצייגט אז דער עירוב איז כשר.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:אין אנהייב פונעם קאמפיין איז דער מאטיוו פון די מתנגדי העירוב געווען אז דער סאטמארער רב זצ"ל האט נישט געהאלטן דערפון (נישט וועגן חשש חילול שבת, נאר וועגן אנדערע טעמים). די טענה פון רשות הרבים איז אדאפטירט געווארן שפעטער. דער געדאנק אז ס'איז בכלל נישטא קיין עירוב איז אדאפטירט געווארן צולעצט.

איך קען נישט קיין הלכות עירובין און איך קען נישט אריינרעדן אין א שקלא וטריא איבער די הלכות. איך ווייס נישט וויאזוי אן עירוב דארף ע"פ הלכה אויסזען בכלל. דאס זעלבע איז, דאכט זיך, אמת פאר רוב המון עם פון ביידע זייטן. במילא מיין איך אז א הלכה'דיגע דיסקוסיע און אפילו א ויכוח איבער די שטריקלעך האט קיין פשט.

וואס די רבנים המתקני ומכשירי העירוב האבן געהאט אינזין, ווייס איך אויך נישט, פונקט ווי איך ווייס נישט וואס די אגענדע פון די אוסרים איז.

וואס יא, איך גלייב נישט אז ס'איז פאראן איין מורה הוראה וואס איז גרייט זיך אריינצולאזן אין א חילול שבת אפילו פאר א ספק. איך גלייב עס נישט אפילו אויפן דורכשניטליכן איד. במילא לאזט מיין שכל נישט אפקויפן די טענה אז די רבנים המתירים טוען עס צוליב נצחון, און אז די אידן וואס טראגן מיט'ן עירוב זענען א רגע מסופק אינעם כשרות.

מצד השני, אין די בלעטלעך און דרשות מצד די מתנגדי העירוב (עכ"פ ביים אנהייב פון דער מערכה) איז אפטמאל דערמאנט געווארן אז די מתקני העירוב ווילן צעברעכן דעם כוח פון די "ערליכע קהילות" אין שטאט; אז זיי טוען עס צו ווייזן אז סאטמארער רב איז נישט געווען באלעבוס אין וויליאמסבורג, און נאך לאזונגען פון דעם סוג.

צי די כוונה פון די מתקני העירוב איז געווען דאס, צו "ווייזן" אז סאטמאר איז נישט בעל הבית אין שטאט, ווייס איך נישט. דאס איז אבער א פאקט אז ס'איז גענוצט געווארן אונטערצוהעצן מענטשן צו קעמפן קעגן דעם תיקון העירוב. און וויבאלד אסר'ן קאסט נישט קיין געלט און ס'איז נישטא קיין חשש פון זיך אריינלאזן אין שאלות, איז מסתבר צו זאגן אז די אוסרים ווילן נישט זען דעם עירוב צוליב אן אגענדע (וואס האט לאו דווקא עפעס מיט הלכה), און די מתקני העירוב זענען איבערצייגט אז דער עירוב איז כשר.


קודם נאמבער איינס:
דו רעדסט אזוי פון בעלי מכשירים ואוסרים, דא זוכט מען נאך מיט לעכט דעם בעל מכשיר.. עפעס א בריוו א חתימה?? נו? אפשר קומסטו אפיר מיט עפעס?!

נאמבער צוויי:
אין יעדע שטאט איז דא רבנים וואס זענען אקטיוו בעניני העיר וכדו' און זיי געבן זיך כסדר אוועק לגדור גדר ולעמוד בפרץ בכל עניני הדת, נו ווילסטו מיר יעצט זאגן אז די געציילטע ווי הר' זיידא וכדו' וואס האבן נאך נישט אריין געלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער פאר די שטאט וומ"ס, האבן פונקט ביי די עירוב האבן זיי זיך נישט געזוימט און זיך אריין געטוהן בהלכת עירובין ומשא"כ די אנדערע רבנים זענען פשוט פוילע חברה זיך אריין צו לאזן די הלכות?...

גראדע האבן דאך די רבנים געפסקענט וועגן מאכן א ברכה בשם ומלכות, סאו האבן זיי זיך יא אריין געטוהן דערינען?! ניין?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איש חסיד האט געשריבן:קודם נאמבער איינס:
דו רעדסט אזוי פון בעלי מכשירים ואוסרים, דא זוכט מען נאך מיט לעכט דעם בעל מכשיר.. עפעס א בריוו א חתימה?? נו? אפשר קומסטו אפיר מיט עפעס?!


איין מורה הוראה איז גענוג. דאס איז נישט קיין דין תורה און מען רעדט נישט פון דעם סנהדרין.

איש חסיד האט געשריבן:נאמבער צוויי:
אין יעדע שטאט איז דא רבנים וואס זענען אקטיוו בעניני העיר וכדו' און זיי געבן זיך כסדר אוועק לגדור גדר ולעמוד בפרץ בכל עניני הדת, נו ווילסטו מיר יעצט זאגן אז די געציילטע ווי הר' זיידא וכדו' וואס האבן נאך נישט אריין געלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער פאר די שטאט וומ"ס, האבן פונקט ביי די עירוב האבן זיי זיך נישט געזוימט און זיך אריין געטוהן בהלכת עירובין ומשא"כ די אנדערע רבנים זענען פשוט פוילע חברה זיך אריין צו לאזן די הלכות?...

גראדע האבן דאך די רבנים געפסקענט וועגן מאכן א ברכה בשם ומלכות, סאו האבן זיי זיך יא אריין געטוהן דערינען?! ניין?


פון דיין לשון זעט אויס ווי דו שילדערסט א השקפה אישו. ר' יעקב זיידה איז א מורה הוראה און זיין עקספערטיז איז דער שלחן ערוך.
"לגדור גדר ולעמוד בפרץ בכל עניני הדת" פונקט ווי פינגערס אין קאלטע וואסערן זענען נישט קיין הלכהדיגע טערמינען, און הגם איך גלייב אז דו פארשטייסט וואס די שלאגווערטער רעפרעזענטירן, מוז איך מודה זיין אז איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:קודם נאמבער איינס:
דו רעדסט אזוי פון בעלי מכשירים ואוסרים, דא זוכט מען נאך מיט לעכט דעם בעל מכשיר.. עפעס א בריוו א חתימה?? נו? אפשר קומסטו אפיר מיט עפעס?!


איין מורה הוראה איז גענוג. דאס איז נישט קיין דין תורה און מען רעדט נישט פון דעם סנהדרין.

איש חסיד האט געשריבן:נאמבער צוויי:
אין יעדע שטאט איז דא רבנים וואס זענען אקטיוו בעניני העיר וכדו' און זיי געבן זיך כסדר אוועק לגדור גדר ולעמוד בפרץ בכל עניני הדת, נו ווילסטו מיר יעצט זאגן אז די געציילטע ווי הר' זיידא וכדו' וואס האבן נאך נישט אריין געלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער פאר די שטאט וומ"ס, האבן פונקט ביי די עירוב האבן זיי זיך נישט געזוימט און זיך אריין געטוהן בהלכת עירובין ומשא"כ די אנדערע רבנים זענען פשוט פוילע חברה זיך אריין צו לאזן די הלכות?...

גראדע האבן דאך די רבנים געפסקענט וועגן מאכן א ברכה בשם ומלכות, סאו האבן זיי זיך יא אריין געטוהן דערינען?! ניין?


פון דיין לשון זעט אויס ווי דו שילדערסט א השקפה אישו. ר' יעקב זיידה איז א מורה הוראה און זיין עקספערטיז איז דער שלחן ערוך.
"לגדור גדר ולעמוד בפרץ בכל עניני הדת" פונקט ווי פינגערס אין קאלטע וואסערן זענען נישט קיין הלכהדיגע טערמינען, און הגם איך גלייב אז דו פארשטייסט וואס די שלאגווערטער רעפרעזענטירן, מוז איך מודה זיין אז איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט.


אנטשולדיגט.

איף-יא-קענט-טעיק-די-היט-געט-אוט-אף-די-קיטשען!

ביסט אויפגעקומען מיט א קאפ שטיק אז די וואס זענען מתיר האבן זיך אריין געטוהן דערין להיתר משא"כ צו אסר'ן איז גרינגער.

האב איך דיר פשוט געזאגט אז די אוסרים טוהען זיך אריין אין שווערערע זאכן ביי איעדע פראבלעם וואס עס מאכט זיך ביים כלל און די זעלבע זאך ביים עירוב און זיי האבן טאקע דן געווען לאיסור!
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך אורח »

סתם פאר אינטערסאנטקייט, די מאנסי עירוב איז שוין עטליכע מאל פסול געווארען ווי אויך עטליכע ענליכע עירובין לענגאויס אמעריקע האבען במשך די יארן אנטוויקעלט פראבלעמען, עפעס נאר די וויליאמסבורגע עירוב האט בדרך נס קיינמאל נאכנישט געהאט א פראבלעם
די תירוץ ווייס איך גראדע, ווער ס'געדענקט נאך ווי ביי די פרשה פון די "דפים הבולטים" ביי די נעווי יארד האט די האטליין (דרך אגב בין איך נייגעריג צו ס'ארבעט נאך) מיט גרויס בהלה געמאלדען אז די עירוב איז נישט פסול אין ס'קען נישט פסול ווערן
ואידך פרישא זיל גמור
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך שמואל הלוי »

לאגיש האט עס א שטיקל תירוץ, ווייל אין מאנסי איז אלעס שטריק... די עירוב פון ווילי איז אבער איין זייט די נעיווי יארד, איין זייט די איסט ריווער, איין זייט די סאבוועי, נו איז שוין נישט קיין קשיא, ס'איז דאך דא בלויז איין בענדעלע.
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך אורח »

דו ביסט סיריעס צו ציניש?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך ידען »

אורח האט געשריבן:דו ביסט סיריעס צו ציניש?

מאכט סענס פאר מיר.

בענדלעך צורייסט זיך גרינגער ווי סאבוועי טרעקס...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך ידען »

ווייסט וועס כעל דיר זאגן?

כאב מיר פארעכנט. די שקצים וואס מאכן די עירוב האבן דאך קיינמאל נישט געמאכט קיין עירוב, סאו קען זיך עס נישט צורייסן...

וזה פשוט...

נעבעך. די קעפ קענען נישט טראכטן גראד...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך gehlungen »

Is this a HALOOCHA or a PERSONAL fight ?
פארשפארט