געדאנקען אויף די פרשה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אט"ד מן התורה מנין. קען מען לערנען פשט איז:

בראשית נ י: "וַיָּבֹאוּ עַד גֹּרֶן הָאָטָ"ד אֲשֶׁר בְּעֵבֶר הַיַּרְדֵּן וַיִּסְפְּדוּ שָׁם מִסְפֵּד גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד וַיַּעַשׂ לְאָבִיו אֵבֶל שִׁבְעַת יָמִים."

דעם אט"ד באוויינען אלע טאקע אויף שטענדיג (און אנדערש ווי מ'וויל זיך איינרעדן - קומען זיי נישט צוריק, ווי ביי א טויטן) אבער פאר דער טאטע זעלבסט איז עס נאר א דורכגאנג.

בראשית נ יא: "וַיַּרְא יוֹשֵׁב הָאָרֶץ הַכְּנַעֲנִי אֶת הָאֵבֶל בְּגֹרֶן הָאָטָד וַיֹּאמְרוּ אֵבֶל כָּבֵד זֶה לְמִצְרָיִם עַל כֵּן קָרָא שְׁמָהּ אָבֵל מִצְרַיִם אֲשֶׁר בְּעֵבֶר הַיַּרְדֵּן."

און ווען דער גוי זעט וואס טוטצעך דא, זאגט ער אויף דער ערשיינונג, דאס איז א חרדישע אבל (די מחנה עם גדרים ומצרים), א חרדישע פראבלעם. נישט נאר זאגט ער דאס אויף דאס 'פארלאזן' נאר אויכעט אויף די אבל within the otd community itself, אויף די פילע סוסיידס וואס מ'הערט ל"ע. וזהו אבל מצרים אשר בעבר הירדן ודו"ק.

בראשית נ יב: "וַיַּעֲשׂוּ בָנָיו לוֹ כֵּן כַּאֲשֶׁר צִוָּם."

און וואס טוען די אייגענע קינדער צונ'עם? פונקט ווי אזוי מען האט זיי אויסגעלערנט, אן אבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ויזכר יוסף את החלמות אשר חלם להם ויאמר אלהם מרגלים אתם לראות את ערות הארץ באתם

יוסף האט געזאגט צו די ברודער אזוי: מילא ווען איר זענט כאטש ערליכע מרגלים, ד.ה. איר פירט זיך במעשה לויט ווי אזוי איר דרשנ'ט, איז איין זאך, אבער דא שרייט איר אז אונזערע וואליוס זענען פארפוילט, און דא ווען קיינער זעט נישט, אין אטלאנטיק סיטי, קומט איר הנאה האבן פון אלע ערוות וואס מיר האבן צו אפפערן, און איר ווייסט שוין גאנץ גוט ווי אזוי צו מאכן נוצן פון אונזערע וועליוס?!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

ווייסט איינער וואס איז למעשה פשט פון דעם ואני? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן און וויאזוי. אויבנאויף איז דאס סתם א פסוק מיט א שיינע רש"י וואס רעדט זיך פון צוויי עמאשענאל זאכן חורבן בית המקדש און מאמע רחל. האט א געפילישער מלמד ערגעצוואו אין מזרח אייראפע זיך סתם אמאל צוזינגען פאר די קינדער און פון דארט האט זיך עס פארשפרייט ווי פייער אויף דערנער? ווער ווייסט. עס איז סתם אמאל אינטערעסאנט אריינצוקוקן אין רמב"ן וואס נעמט אוועק פון דעם אפעקט פון רש"י. בפרט ווען ער טייטשט קול ברמה נשמע אין די שטאט רמה און נישט בשמים. (גראדע איז אויך דא א גאר פאעטישער געדאנק אין דעם פשט און דאס איז מסתם געווען דעם נביא׳ס כוונה). עס איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וואס פארא שטארקע השפעה רש"י האט אויפן גלות אידנטום, באלד מער ווי דער חומש אליין.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

געהערט די וואך שבת, פארוואס האט יוסף געוויזען זיין שטר אירוסין הערשט ממש פאר יעקב איז געשטארבן און ס'געווען נסתלקה ממנה שכינה. יעקב האט דארט געלעבט און געלערנט פאר כמעט צוואנציג יאר מיט אפרים אין גושן. ווי איז ער געווען אלע יארן? ער האט זיך נישט געקימערט מיט זיין זון יוסף ערליכקייט און עטישקייט? נאר ווען איינער האלט דיך אויס און די עסט ביי אים דריי נישט קיין קאפ מיט פרומקייטען.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לערנענדיג חומש רש"י פון פ' ויחי איז מיר בייגעפאללן א פשט. אבער איך זאג פאראויס אז ס'וועט זיין עטליכע אידן פאר וועם ס'וועט נישט שמעקן דער פשט. לאמיר דא אויסרעכענען עטליכע. והנה...הרב שמעקעדיג שליט"א. און...!

אין קפיטל מט' פסוק כ"ג...שטייט אין פסוק..."וימררוהו, ורובו. וישטמוהו בעלי חצים. דאס גייט ארויף אויף מהר"א שליט"א. וימררוהו. זיי האבן איהם (און זיין טאטן) פארביטערט דאס לעבן.

ורובו. און זיי זענען געווארן זיינע קריגערס. אזוי ווי רש"י הק' זאגט. אדער ווי בב"ג טייטשט. זיי האבן איהם געוואלט בארויבן פון מנהיגות. נאר דער אייבישטער האט געהאלפן און ער/אונז האבן זיי ב"ה באזיגט...!

וישטמוהו: און זיי האבן איהם פיינט געהאט. (און זיי האבן איהם נאכאלץ פיינט. שנאת חינם.

בעלי חצים . די מענטשן מיט די גיפטיגע פיילן אזוי ווי הרה"ח וה"צ. לוחם מלחמות ה' ר' יאסל בן מרים (מגדלנה שערות) וואלדמאן שליט"א. און זיינע מיטהעלפערס די אנשי בני יואל. הע"י...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אינטרעסאנט וואס כ'האב אויפגעפאסט אין די צושטעל צווישן די פרשה און די הפטרה צוויי וואכן צוריק, פרשת ויחי. ווען יעקב שטארבט האט ער אינזינען אויסצומוסרן די קינדער, דו ראובן ביסט אימפולסיוו, שמעון ולוי ענק אויכעט! זיי זענען טאקע נישט גערעכט געווען אבער עטס וואלטס ענק געמעגט איינהאלטן. דוד פאר וואס ער שטארבט, האט ער אינזינען אנצוזאגן שלמה, זעה פון דעם זאלסטו נקמה נעמען און מיט יענעם זאלסטו זיך אפרעכענען..!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קל לראש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:46 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

פרשת ויחי

שליחה דורך קל לראש »

ויבאו עד גרן האטד אשר בעבר הירדן ויספדו שם מספד גדול וכבד מאד ויעש לאביו אבל שבעת ימים

שוין עטליכע יאהר מוטשעט מיר די שאלה. פארוואס זענען זיי געגאנגען אזא אומוועג? די וועג פון מצרים קיין חברון דרך ארץ פלישתים איז קרוב הוא, טא פארוואס פארקירעוועט מען די וועג דורך עבר הירדן? בשלמא נאך יציאת מצרים אמר א' פן ינחם העם בראותם מלחמה, און אפילו דעמאלט איז די ארגינעלע פלאן געוועהן נאך קבלת התורה גלייך אין ארץ ישראל דורך קדש ברנע. אבער יעצט, פארוואס אזא אומוועג?

יורוני המורים ויבוא שכמ"ה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

תניא, מאי דכתיב ומה ה' אלקיך דורש ממך כי אם עשות משפט ואהבת חסד, מאי שנא גבי משפט דכתיב עשייה וגבי חסד דכתיב אהבה, אמר רבינו הקדוש "משפט דארף מען טון, חסד דארף מען ליבן"; הדא הוא דכתיב אהבה מקלקלת את השורה, והא אוקמינן דאין שורה אלא שורת הדין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פונקט דעם שבת איז מיר איינגעפאלן, פארוואס פונקט די וואכן פון יציאת מצרים און דאס בויען פון די משכן זענען מסוגל צו מתקן זיין דעם חטא הידוע? נאר מיר ווייסן דאך אז איינס פון די מצרישע ערקלערונגען וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן איז אז דער גאט אתום, וואס איז דער ממציא הראשון, האט געטוהן די חטא הידוע און פון די זאמען זענען באשאפן געווארן צוויי געטער, און פון זיי זענען ארויסגעקומען נאך און נאך געטער וואס האבן אלע באשאפן יעדער אן אנדערע טייל פון די בריאה, כמבואר כאן. לויט דעם קומט דאך אויס אז די גאנצע פארמאציע און עקזיסטענץ פון די מצרישע קליפה/פאראלעל יוניווערס שטייט אויף די איין חטא וואס איז אזוי ידוע, און די גאנצע פוינט פון יציאת מצרים איז דאך געווען צו צוברעכן די מצרישע קליפה/פאראלעל יוניווערס, ובכל אלוהי מצרים אעשה שפטים וידעו מצרים כי אני השם, קומט אויס אז די ענין פון יציאת מצרים בשורשו איז דאס צוברעכן פון די קליפה פונעם חטא הידוע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כ'האב א ביסל געבלעטערט דורך די פרשה (וירא) האביך עפסעס באמערקט וואס מ'קען זאגן בדרך אפשר. אבער איך שרייב דא א דיסקלעימער. ביי מיר איז א יעדער ערליכער איד שומר תורה ומצוות חשוב. צי ער הייסט מאדערן ארטאדאקס. מזרחי אדער אגודה. אדער גאר א סאטמאר'ער אדער וויזשניצער חסיד...!

והנה: לוט קען באטרכט ווערן ווי א מזרחי איד. פסח האט ער געבאקן מצות. לעומת די אנדערע מענטשן פון זיין שטאט, וועלכע האבן געגעסן חמצ'דיגע פיצא. ער האט געהאט איידעמער פון די שטאט סדום. נישט פון מאה שערים אדער וויליאמסבורג אדער מאנרא. נאר אקעגן זיין פעטער אברהם אבינו איז ער געווען א ביסל מאדערן און היינטצייטיג.

אברהם אבינו, ווען ער האט איינגעזעהן אז ער און לוט זענען נישט אויפ'ן זעלבן פעידזש, אזוי צו זאגן. האט ער פארגעלשאגן פאר לוט. בעסער לאמיר זיך צוטיילן. אויב דו גייסט רעכטס וועלל איך גיין לינקס. און פארשטייצעך פארקערט...! דיין לייפסטייל איז נישט מיינס. פארוואס לאמיר זיך קריגן...?!

דאס קען זיין א לימוד פאר אונז היינטיגע צייטן. אפילו ס'זענען דא אנדערע גרופס פון (ערליכע) אידן. נאר זיי גייען נישט אין אונזער שיטה אדער דרך. דארפן מיר זיך נישט קריגן מיט זיי. נאר פשוט א יעדער זאלל זיך גיין זיין וועג. ושלום על ישראל...!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

כ'האב געהערט אמאל א ווארט פון @רביה"ק זי"ע, האט ער געזאגט אזוי.
לכאורה וויאזוי קען זיין אז אלע אידן האבן אויף איינמאל אנגעהויבן צו זאגן די ווערטער פון די שירה? וויאזוי האבן די אידן אלע פונקט געזאגט די זעלבע זאך אויף איין מאל?

האט ער דאס פארענטפערט מיט דעם וואס די בייבל קריטיקירער טענה'ן אז מען טרעפט שוין אין טעקסטן וואס זענען עלטער פון די תורה ווי עס ווערט באשריבן ענליכע סארטן שירת הים'ס צו אנדערע געטער, און לפי זיי האט די שרייבער פון די תורה פשוט גע'לקח'נט פון דארטן די שירה און עס אריינגעשריבן אין זיין תורה וואס ער האט געהאלטן אינמיטן שרייבן.

לפי זה קען מען זאגן אז באמת איז יא פארגעקומען א קריאת ים סוף מיט א מעמד פון זינגען שירה, איי וויאזוי האבן אלע אידן פלוצלינג געקענט זינגען די זעלבע געדאנקן אויף איין מאל? אויף דעם קען מען זאגן פשוט אז די אידן האבן עס טאקע גענומען פון ענליכע עלטערע באקאנטע ים געזאנגען וואס עס איז זיי שוין געווען באקאנט פון פריער, ממילא איז שוין די עיקר ניגון געווען באקאנט פאר יעדן פון פריער און מען האט געקענט זינגען אינאיינעם. זיי האבן נאר געמאכט פשוטע פארשטענדליכע שנוים לפי צורך המקום והזמן.

ודפח"ח
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ויאמרו אל משה המבלי אין קברים במצרים לקחתנו למות במדבר מה זאת עשית לנו להוציאנו ממצרים׃
הלא זה הדבר אשר דברנו אליך במצרים לאמר חדל ממנו ונעבדה את מצרים כי טוב לנו עבד את מצרים ממתנו במדבר׃

אזוי לערענדיג די 2 פסוקים האב איך אויפגעפַּאסט, אז עס איז שוין דעמאלט'ס געווען מענטשן אין עם ישראל, וואס וועלען ענדערשט בלייבען בין העמים, וואו איידער צו ריזיקירן פאר אינדעפנדענט'ס.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שמן למאור האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א ווארט פון @רביה"ק זי"ע, ....
ודפח"ח
די זקני חסידים ווייסן צו פארציילן אז בשעת רביה''ק האט געזאגט אטע די לעכטיגע דיבורים, האט זיין פנים אזוי געפלאמט מיט א רשפי אש שלהבת אזש די פראסטע בעלי עגלה האבן צווישן זיך געשמועסט אז ער איז טויט שיכור.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
פארשפארט