קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
זייער שטארק ארויסגעברענגט די נקודה, און מיסודו ביסטו טויזענט פראצענט גערעכט
נאר דא קומט עס נישט אריין, ווייל ווי דערמאנט, פרעגט מען יא, און מען האט דא אויך געפרעגט די מאמע
די פראבלעם איז נאר אז להלכה דארף מען פרעגן אלץ דין שליחות דעם טאטן, און אפי' מען פרעגט די מאמע און זי איז מסכים איז נישט גענוג,
און דאס איז דער דיון ביי די שמועס אין שלחן מלכים.
געוואלד, וויפיל מאל דארף מען איבער זאגן איין זאך?

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס קען מען ארויסנעמען פין דעם?
אז ער טראסט נישט אונז האמון עם, צו האלטען די תורה ווי עס באדארף צו זיין, און איז גרייט אויף דער חשד און הנחה טוהן ווילדע שריט ווי שניידען א קינד שלא בידיעצ האב.
דערמאנט מיך פין די דיקדאטארעישע פלעצער וואס טוהען אלעס מיט דער אויסרייד אז עס איז בעסער פאר די מענשטען אזוי ווייל זיי זענען נישט גענוג קלוג צו טוהן זאכען אליין.....
נעבעך נעבעך להיכן הגענו, ווי זענען מיר אהנגעקומען ווי די רבנים וואס פירען אונז זענען אזעלכע זינלאזע נאראנים?
ווי למשל בירגערמייסטער מיכל דומבערג (דער דיקטאטור וועלכער האט זיך נישט גערעכנט מיט די שטימען פון ניו יארקער איינוואוינער און זיך געקויפט א דריטן טערמין), וועלכער טיילט איין וואס מען מעג יא אדער נישט טרינקען, וואס טיילט דיר איין וויאזוי דו זאלסט מל'ען דיין קינד...
איך בין זיכער אז דאס האסטו געמיינט
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
קרעקער האט געשריבן:ווי קימט בכלל אז פרעמדע מענער זאלען זיך דארטען דרייען און טשעקען קינדערס מילהס???
וואס נאך טשעקען זיי און טיען אן אינדזשער וויסען???
קימען מוהלים און מאכען עקספערימענטס און שניידען אינדזערע קינדער אן אפילי שפירען פאר וויכטיג צי זאגען???
מאכען אפערעישענס שניידען מיט מעסערס אן עלטערענס וויסען איז א פאברעך שאין דוגמתו בעולם
זיי קענען פאר דעם געלט אויך ארויסשניידען א ניר אדער אנדערע זאכען פין קינדער
דעס ווייזט אז זיי האלטען אינדזערע קינדער לעשות בהם כטוב בעיניהם אן אפילי שפירען פאר וויכטיג צו זאגען פאר די עלטערען, מזעט סאיז נישט גיט נעמט מען ארויס די מעסער און משנייד
מיין ווייב איז נאך קיינמאל נישט דארט געווען און וועט דארט קיינמאל נישט גיין
האלא, איך וואלט דיך שיין בא'טיטל'ט דא, אבער איך האלט זיך איין. ווען דיין ווייב אין איז קימפעטארין היים נאכן האבן א אינגל, און זי קומט אן צוריק תיכף נאכן ברית, ווער דארף באקוקן דאס קינד? דו מיינסט אז דיין מוהל פון וויליאמסבורג גייט ארויסקומען זעקס מאל א וואך באקוקן אלע קינדער וואס ער האט גע'מל'עט וועלכע געפונען זיך יעצט אין קימפעטארין היים?
יעדעס קימפעטארין היים האט א מוהל וועלכער קומט בקביעות באקוקן אלע קינדער וואס זענען דארט, פארן ברית און נאכן ברית, דאס איז א סערוויס וואס די היים שטעלט צו, און אלע עלטערן וואס האבן פריש גע'מל'עטע קינדער אין היים ווייסן דאס.
ווידער, מאכען אפערעישענס שניידען מיט מעסערס אן עלטערענס וויסען איז א פאברעך שאין דוגמתו בעולם
זיי קענען פאר דעם געלט אויך ארויסשניידען א ניר אדער אנדערע זאכען פין קינדער
דעס ווייזט אז זיי האלטען אינדזערע קינדער לעשות בהם כטוב בעיניהם אן אפילי שפירען פאר וויכטיג צו זאגען פאר די עלטערען
לייען דיינע אייגענע ווערטער, יא, מאכן אפערעישאנס (לייען: אבארשענס) שניידען מיט מעסערס אן עלטערנס וויסן...
ענדיג צו, יא עס איז א גרויסער פאברעך, און דאס איז א פאברעך וואס די שטאט נישט לאזט איר צו, נאר פאדערט דאס און פארלאנגט דאס, פארקערט, מען טאר גארנישט פארציילן די עלטערן. ווייל דאס שטופט דעם וואגן פון הפקירות
אין דער גאנצער שמועס דא פעלט לכוראה איין וויכטיגע נקודה
אויב איינער ווער דא האט גע'מל'טע קידער מיינט דאס אז ער פארשטייט אז ער מעג לאזן שניידן זיין פיצל בעבי א מום שאינו חוזר לברייתו נאר ווייל זיין תורה הייסט אים אזוי, ס'איז אים נישט עולה געווען על הדעת בעל הבית אביסל צו ווארטן אפאר יאר ביז דאס קינד זיינע קען זיך אליינס מחליט זיין וויאזוי זיינע פריוואטקיייטן זאלן אויסקוקן, נאר ווייל זיין דת האט אים דאס באפוילן. יעצט קומט דער אדמו"ר צי ראש ישיבה, ווער דער חכם דארט איז נאר נישט געווען, און איז דן בכובד ראש (ובטן צדיקים) וויאזוי דער זעלבער תורה הייסט זיך צו פירן אין אזא פאל , און אזוי איז זייער פלאן אויף ווייטער, זיי זענען אויך מודה אז ס'קען זיין דער מוהל מומחה איז נישט גערעכט געווען, אבער מה שנעשה אין להשיב, דער שאלת חכם איז נאר אויף להבא, אדער כדאי שלא ישאר הפנאי חלק מוז מען אנפילן די ביקורי ענבים מיט א פלפולי דאורייתא מדרבנן.
די אלע איבריגע דיונים דא וועגן בארבארישקייט, חוצפה, דיקטאטור, וכו' וכו' איז נישט נוגע פארן הולך לתומו בדתו ובאמונתו יחיה וימית ויהרוג אחרים, ווייל אויב וועט זיך דער ונפרדו לשלום ענדיגן ביי די מסקנה אז דער תורה הייסט שניידן ווער ס'קען נאר שניידן און ווער ס'קען נישט אויכט, וועט ער זיך ממילא לאזן מוסר נפש זיין (נישט זיינס, זיין קינד'ס) אפילו אויף אן ערקתא דמסאנא. און ווער ס'וויל אביסל פילאזאפירן אן די תורה, האט ממילא נישט קיין רעכט צו שניידן זיין קינד שלא לטובתו עד שיגדל ויאמר בזה אני רוצה און מחליט זיין אז ס'איז לטובתו, נישט עטיש, נישט שכל'דיג, און נישט געזעצליך לויטן International code of medical ethics
ודי בזה..

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הדד, קודם, וואס מישט דו אריין די שטאט דא? ווער רעדט דערפון?
צווייטענס, קענסטו נישט צוגלייכן אן אכט טאג אלט קינד צו א פערצען יעריג מיידל וואס קומט מדעת עצמה, וואס אגב ע"פ תורה האט זי א דין גדולה לכל דבר.
דריטענס, קוק וואס די אלטערנאטיוו איז! דא איז עס א פאון קאל, דארט איז עס אז די מיידל וועט עס מאכן אין א פראוועזארישע בוטשער\קליניק וואס דאס איז מ'סתם די סיבה פארוואס זיי מוזן עס האלטן אנאנים.
איך פיל מיר ווי א פאפעגיי, איך האב דיר שוין געענטפערט די אלע דריי זאכן צוויי בלעטער צוריק אבער וואס צו ענטפערן האסטו נישט.
וואלסטו געוואלט אז איינער זאל שניידן דיין קינד א זאך וואס איז נישט עמערדזשענסי, ווען דו ביסט נאר א טעלעפאן קאלל אוועק?
און קום מיר נישט ענטפערן דער, יענער, שטאט, וואלסטו געוואלט צו נישט?
כעלעמער האקט, דאס איז א צווייטע שמיעס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אין דער גאנצער שמועס דא פעלט לכוראה איין וויכטיגע נקודה
אויב איינער ווער דא האט גע'מל'טע קידער מיינט דאס אז ער פארשטייט אז ער מעג לאזן שניידן זיין פיצל בעבי א מום שאינו חוזר לברייתו נאר ווייל זיין תורה הייסט אים אזוי, ס'איז אים נישט עולה געווען על הדעת בעל הבית אביסל צו ווארטן אפאר יאר ביז דאס קינד זיינע קען זיך אליינס מחליט זיין וויאזוי זיינע פריוואטקיייטן זאלן אויסקוקן, נאר ווייל זיין דת האט אים דאס באפוילן. יעצט קומט דער אדמו"ר צי ראש ישיבה, ווער דער חכם דארט איז נאר נישט געווען, און איז דן בכובד ראש (ובטן צדיקים) וויאזוי דער זעלבער תורה הייסט זיך צו פירן אין אזא פאל , און אזוי איז זייער פלאן אויף ווייטער, זיי זענען אויך מודה אז ס'קען זיין דער מוהל מומחה איז נישט גערעכט געווען, אבער מה שנעשה אין להשיב, דער שאלת חכם איז נאר אויף להבא, אדער כדאי שלא ישאר הפנאי חלק מוז מען אנפילן די ביקורי ענבים מיט א פלפולי דאורייתא מדרבנן.
די אלע איבריגע דיונים דא וועגן בארבארישקייט, חוצפה, דיקטאטור, וכו' וכו' איז נישט נוגע פארן הולך לתומו בדתו ובאמונתו יחיה וימית ויהרוג אחרים, ווייל אויב וועט זיך דער ונפרדו לשלום ענדיגן ביי די מסקנה אז דער תורה הייסט שניידן ווער ס'קען נאר שניידן און ווער ס'קען נישט אויכט, וועט ער זיך ממילא לאזן מוסר נפש זיין (נישט זיינס, זיין קינד'ס) אפילו אויף אן ערקתא דמסנאי. און ווער ס'וויל אביסל פילאזאפירן אן די תורה, האט ממילא נישט קיין רעכט צו שניידן זיין קינד שלא לטובתו עד שיגדל ויאמר בזה אני רוצה און מחליט זיין אז ס'איז לטובתו, נישט עטיש, נישט שכל'דיג, און נישט געזעצליך לויטן International code of medical ethics
ודי בזה..
דו האקסט א טשייניק. דיין אדמור און ראש ישיבה איז נישט מיין אדמור אדער ראש ישיבה און הא גופא איז די שאלה ווער ס'גיבט דיין אדמור און ראש ישיבה די רעכט אויף מיר איינצוטיילן דעות שלא בידיעתי. און דער משוגענע וואס ליגט אונטער די ווערטער פון בדתו ובאמונתו יחיה ויהרוג אחרים וועט בס"ד בקרוב ממש גיין אדער אין משוגעים הויז אדער אין תפיסה.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
לעיקר הענין, ווי קומט דער חוצפה פאר איין קבוצה אידן איינצוטיילן פאר אנדערע וואס קענען האבן אנדערע דעות טאקע אין הלכה! מ'זעט בחוש די ווייטע בליק פונ'ם הייליגן בעל ד"ח וואס האט טאקע ביי דעם ענין פון מילה געשריבן אזוי הארב (יו"ד ח"ב קט"ו - קט"ז) וזל"ק:
און באמת יש לעיין הרבה אין דעם וואס דער הייליגער ד"ח שטעלט דא אוועק א כלל פון "נפשות עמלק" לכאורה פון "ויזנב בך כל הנחשלים אחריך" און לפי דעתו של אותו קדוש איז דער אבסעסיע מיט פאררעכטן מילות א קרענק וואס ס'איז שרשו אין נפשות עמלק!
און ווער ס'נאך מסופק צו דער הייליגער ד"ח האט געוויסט וואס ער רעדט דארף נישט מער ווי צולייגן אן אויער צו דעם שמועס דא אינ'ם אשכול און זען ווי ווייט דער שגעון גייט.
והנה לכתחלה בודאי מסירין כל הערלה בכריתה לגמרי ... אבל בדיעבד אין שום מצוה ... ואדרבה העושה זאת הוא רוצח וחושש אני בו אם הוא מנפשות עמלק ימ"ש אשר חתך מילות בני ישראל ולכן אל ישמע להם ולא ילך בדרכיהם שלא על פי תורה רק מעשה בור ולדעתי שיתרה בהם שאם יוסיפו לעשות כן שיפסלו לעדות כמו המכה לאיש ישראל ...
און באמת יש לעיין הרבה אין דעם וואס דער הייליגער ד"ח שטעלט דא אוועק א כלל פון "נפשות עמלק" לכאורה פון "ויזנב בך כל הנחשלים אחריך" און לפי דעתו של אותו קדוש איז דער אבסעסיע מיט פאררעכטן מילות א קרענק וואס ס'איז שרשו אין נפשות עמלק!
און ווער ס'נאך מסופק צו דער הייליגער ד"ח האט געוויסט וואס ער רעדט דארף נישט מער ווי צולייגן אן אויער צו דעם שמועס דא אינ'ם אשכול און זען ווי ווייט דער שגעון גייט.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
לאדיך אפ האט געשריבן:רבונו של עולם! א טעלעפאן קאל! איין סימפל סטופיד טעלעפאן קאל! אדער עטליעסט פרעגן די מאמע! ס'אזוי שווער? צו האלטן מיר אזוי נידעריג אז ס'דא א הווא אמינא אז די אריגינעל מוהל וועט חלילה לאזן א קינד א ערל צוליב גאווה?!! ס'סאונד ווי דער מוהל פון קימפעטארין היים האט פשוט געוואלט זיך שפארן א אנקאמפארטבעל טעלעפאן קאלל. נאט נייס.
נאט נייס!!! מיט דעם גיב איך דיר הונדערט פראצענט רעכט, אבער פון דא ביז רוצח, רשע, דיקטאטור וגו' וכו', איז נאך א ווייטער שפרונג.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:הדד, קודם, וואס מישט דו אריין די שטאט דא? ווער רעדט דערפון?
צווייטענס, קענסטו נישט צוגלייכן אן אכט טאג אלט קינד צו א פערצען יעריג מיידל וואס קומט מדעת עצמה, וואס אגב ע"פ תורה האט זי א דין גדולה לכל דבר.
דריטענס, קוק וואס די אלטערנאטיוו איז! דא איז עס א פאון ראל, דארט איז עס א סכנה.
איך פיל מיר ווי א פאפעגיי, איך האב דיר שוין געענטפערט די אלע דריי זאכן צוויי בלעטער צוריק אבער וואס צו ענטפערן האסטו נישט.
וואלסטו געוואלט אז איינער זאל שניידן דיין קינד א זאך וואס איז נישט עמערדזשענסי, ווען דו ביסט נאר א טעלעפאן קאלל אוועק?
און קום מיר נישט ענטפערן דער, יענער, שטאט, וואלסטו געוואלט צו נישט?
כעלעמער האקט, דאס איז א צווייטע שמיעס.
פארוואס איך מיש אריין די שטאט? ווייל דער גאנצער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן ארום קטלא קניא'ס ארטיקל, און ער רעדט דארט ארום איבער דעם וואס די שטאט מישט זיך אריין. פאר דעם זאג איך "די שטאט", ווייל קטלא קניא האט גערעדט דערפון.
איך קען יא צוגלייכן די צוויי פעלער, לגבי דעם פוינט וואס איך וויל מאכן. קטלא קניא'ס וויי געשריי, און אויך זיינע אלע חסידים דא, איז איבער דאס הפקירות, און בארבארישקייט פון לאזט שניידן (געוואאאאאאאאאאאאלד) א פיצל בעיבי. קומסטו מיט א געוואלדיגע חכמה אז ע"פ דין איז זי שוין א גדולה לכל דבר. וואלט איך דיר געוואלט פרעגן צו ווען נחמי' וועבערמאן למשל, קומט מיט די טענה, צו דו וואלסט דאס מקבל געווען? וואס גדולה אין קאפ אריין? אויב איך טאטש איר, אדער אפילו ס'דאכצעך נאר איינעם אז איך האב איר געוואלט טאטשן שלא כהוגן, מעג זי מסכים זיין ממצרים ועד הנה, ס'העלפט נישט גארנישט. איך טרעף מיך אין תפיסה, געוואלד, איך האב געטשעפעט א מיינער.
אבער אויב האט זי זיך פאר'לאבעוועט און האט צוליב איילעניש מקיים צו זיין די מצוה נישט אנגעיאגט אנצוטוהן יענעם דאס זאקעלע, אדער נישט איינגענומען דאס פילעכל, מוז דער דאקטער מאכן אן אפעראציע און טאר נישט לאזן וויסן די עלטערן, מיט א נארישן תירוץ אז דער אלטערנאטיוו איז ערגער. אויף קיין שום אנדערע זאך וואלט די שטאט נישט מסכים געווען אויף אזא זאך, נאר דא ווייל עס שטופט דעם וואגן פון הפקירות (איך האב דאס שוין אמאל געזאגט?).
און צום סוף, ווען איך וואלט נאכגעגעבן מיין בוטשער קרוב און, צוליב פרעשור, אים גענוצט פאר מוהל, און אין קימפעטארין היים זעהט מען אז ער האט געבוטשערט, וואלט איך געווען זייער העפי אויב מען וואללט עס געמאכט וואס א מינוט פריער. און ווי געזאגט, עס איז נאט נייס אז ער האט נישט גערופן. און עס איז לכאורה נאר געווען א טעות, ווי עטליכע האבן שוין געשריבן דא, אז אהרן ווייס איז א וועלטס מומחה, (און טאקע פון די אנדערע זייט) און שוין גע'מל'עט טויזענטער קינדער, און עס איז לגמרי נישט געווען קיין אומ'אחריות.
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:טשעקן און מלן זענען צוויי אנדערע זאכן. טשעקן זענען עלטערן מסכים, מלן נישט אייביג, זיי האבן מוהלים וואס זיי טראסטן.
געל איז א צווייטע נושא. אינדערהיים האט מען געהעריג געמלט געלע קינדער, די גאנצע געל משוגעת איז א נייע זאך פון דא אין אמעריקע.
משוגעת? און ווער נעמט אחריות אויב ס'מאכט זיך ח"ו קאמפליקאציעס מיט'ן קינד?
די גאנצע איידיע אז הויעכע בילירובין קען מאכן קאמפליקעשאנס קומט פון די דאקטוירים וואס האבן אמאל געהאלטן אזוי. היינט האלטן זיי שוין נישט אזוי, עט ליעסט ביז 14, סוי פארוואס דארפן מיר מחמיר זיין אויף עפעס וואס קומט נישט פון מסורה און נישט פון דאקטוירים?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:פארוואס איך מיש אריין די שטאט? ווייל דער גאנצער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן ארום קטלא קניא'ס ארטיקל, און ער רעדט דארט ארום איבער דעם וואס די שטאט מישט זיך אריין. פאר דעם זאג איך "די שטאט", ווייל קטלא קניא האט גערעדט דערפון.
לאז ארויס קטלא פונעם פיקטשער, איך האב געפרעגט א שאלה אויב וואלסט געוואלט מ'זאל דיינס א קינד באבערען, זאגסטו מיר שטאט.
עניוועיס, ווי אר גאוינג אין סויקעלס, נעקסט קעיס.
איך האב שוין פריער געזאגט אז:
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב איז די מעשה געווען ווי טעלעפאן זאגט און די שאלה איז נאר א הלכה'דיגע שאלה און נישט א שאלה צו ער האט געהאט די רעכט, ביזטו גערעכט
און אויב איז דער מוהל דנן טאקע הרב אהרן ווייס, איז ער טאקע נישט קיין טראטשאק, ער איז אן עקספיריענסט ארויפגעקוקטע מוהל, אבער אויב איז קיין רשות פון טאטע אדער מאמע נישט געווען, זעמער ביידע מודה אז דאס איז אן אומרעכט, נאר דו זאגסט א קליינע עוולה, און איך זאג ס'איז א גרויסע, ווי קען אגריי טו דיסאגרי.
דבילה האט געשריבן:דו האקסט א טשייניק. דיין אדמור און ראש ישיבה איז נישט מיין אדמור אדער ראש ישיבה און הא גופא איז די שאלה ווער ס'גיבט דיין אדמור און ראש ישיבה די רעכט אויף מיר איינצוטיילן דעות שלא בידיעתי. און דער משוגענע וואס ליגט אונטער די ווערטער פון בדתו ובאמונתו יחיה ויהרוג אחרים וועט בס"ד בקרוב ממש גיין אדער אין משוגעים הויז אדער אין תפיסה.
אמת, אין הכי טאקע, דו ביסט גערעכט, דו מוזט נישט פאלגן יענעמ'ס ראש ישיבה און יענער מוז נישט נאכטאנצן דיין אדמור (איך בין ממילא פטור, איך האב נישט, כ'בין rabbeless)
מיין point דא איז נאר אז אויב למשל זאל זיין א חילוקי דעות ציווישן צוויי גרויסע רבנים מיט לאנגע גרויע בערד איבער דעם ענין, וועט אויך דער גאנצער וויכוח זיין אין דעם שליחות פראבלעם, יא שליחות צי נישט שליחות, אבער דאס וועלן ביידע זיך אייניגן אז אויב איז נישטא קיין שליחות headache איז הכל מודים אז געכאפט און געשניטן. די מאראלישע פראבלעם פון שניידן א קינד אן אפילו מאכן א נארישע טעלאפון call צום טאטן איז פונקט אזוי פראבלעמאטיש, און טויזענט מאל ערגער דאס גאנצע געשניידעריי אויף א קינד וואס קען נאך אפילו נישט זאגן ניין, אויב נישט תורה'דיג געטראכט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א בקשה צו כעלם'ער מגיד שליט"א
דו זאגסט זייער שיין. אבער ווען דו ווילסט צו שניידן א מאמר חז"ל ס'זאל פאסן צו דיין מגידות, ביטע הרג'ע עס נישט אוועק דורך מהפך זיין את הקערה על פי'. לדוגמא. (איינס פון מערערע) "ערקתא דמסנאי" וואס לויט דיין "קוואוט" מיינט שונאים, מערערע. אנשטאט "מסאנא" וואס מיינט שיך. וכו' וכו'.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- villager
- ידיד השטיבל
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:איך ווינדער מיך אויף קטלא איינער וואס שרייבט און טראכט אויף א סטענדערט אזאש הויעך, זאל אין זיינע ארטיקלען אריינברענגען די געפילן פון די סאטמערע נידריגע מחלוקה.
כמעג דיר ענטפערן אין דיין שפראך? ווייז מיר איין שורה ווי ער רעדט פון די סאטמארער מחלוקה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום villager, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
- villager
- ידיד השטיבל
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
און אגב האב ער מיר דערמאנט א מעשה, מדערציילט אויפן בעל דברי יואל אז ער איז אמאל געווען סנדק ביי א ברית ווי דער ריבניצער איז געווען מוהל, און דער ריבניצער האט עפעס אנגעמאכט דארט און מהאט געמוזט פארשאפן א מוהל מומחה, האט זיך דער ריבניצער אנגערופן ווער איז דא א מוהל? האט סאטמארער גענטפערט, איך! פרעגט ער נו פארוואס מל'הט איר נישט ווייטער? האט ער געטנפערט, ווייל איך קען נישט!
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
villager האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:איך ווינדער מיך אויף קטלא איינער וואס שרייבט און טראכט אויף א סטענדערט אזאש הויעך, זאל אין זיינע ארטיקלען אריינברענגען די געפילן פון די סאטמערע נידריגע מחלוקה.
כמעג דיר ענטפערן אין דיין שפראך? ווייז מיר איין שורה ווי ער רעדט פון די סאטמארער מחלוקה.
למעשה וויבאלד סאיז א שעת מחלוקה ווערן די ארונים ברוגז אז מ'ברענגט א זולזל אויף זייער רבי.
די זאליס האבען הנאה .
וועלכע שפראך רעדטסטו?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- villager
- ידיד השטיבל
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן: וועלכע שפראך רעדטסטו?
איך האב פארראכטן און געהייפערלינקט "דיין שפראך".
איך וויל נישט גיין פערזענליך אבער פון מיין קוק ווינקל קוקט עס אויס היפאקריציע, דא ווי ער שרייבט ניטאמאל די ווארט סאטמאר זעהסטו שוין ווי ער רעדט פון די סאטמארע מחלוקה, אבער דארט ווי ער רעדט זייער קלאר אקעגן דעם יושב בסתר קענסטו פשוט נישט טרעפן דברי כפירה? אתמהה!
טעיתי בדברי נולד מאוחר, און נאך א קורצע בריוו אויסטויש איז מיר קלאר געווארן אז ער רעדט פון די ארטיקל בכלליות רעגט אויף די אהרונים נישט אז עפעס אין ארטיקל איז עפעס משמע, ואני מבקש מחילה ממנו פארן אטאקירן מיט אומזיסטע חשדות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום villager, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
villager האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן: וועלכע שפראך רעדטסטו?
איך האב פארראכטן און געהייפערלינקט "דיין שפראך".
איך וויל נישט גיין פערזענליך אבער פון מיין קוק ווינקל קוקט עס אויס היפאקריציע, דא ווי ער שרייבט ניטאמאל די ווארט סאטמאר זעהסטו שוין ווי ער רעדט פון די סאטמארע מחלוקה, אבער דארט ווי ער רעדט זייער קלאר אקעגן דעם יושב בסתר קענסטו פשוט נישט טרעפן דברי כפירה? אתמהה!
סקוק מיר אויס אז אין ישיבה האסטו געקענט דע בעסטע מאכן סתירת הרמב''ם'ס.