אידישער מאווי "איסט סייד" געשפילט דורך היימישע אינגעלייט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
אידישער מאווי "איסט סייד" געשפילט דורך היימישע אינגעלייט
אין א דורכברעכענדע שריט האבן היימישע פראדוצירער און שפילער ארויסגעגיבן א מאווי סטיל שפיל אין די אידישע שפראך מיט'ן נאמען "איסט סייד"
די געשיכטע שפילט אראפ די תר"ץ יארן אין די איסט סייד, עס איז ארויסגעגיבן געווארן דורך די 'עפיק שפיל' פירמע פון די בארימטע שפילן "אומגלויבלעך" מיסטעריע" "סאבאטאזש"
א ווידעא פון אונטערן סצענעס אויף 'אידישע ווינקל' יוטוב טשאנעל: https://www.youtube.com/watch?v=_yZCogUbINA

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:21 am
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
יעצט געזען די אינטראוי:
https://www.youtube.com/watch?v=5al8QktPSeY
זיי קומען אריין גאר שטארק... ס'איז א 100 פראצענטיגע דורכ'בראך!
https://www.youtube.com/watch?v=5al8QktPSeY
זיי קומען אריין גאר שטארק... ס'איז א 100 פראצענטיגע דורכ'בראך!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
yn.NY האט געשריבן:יעצט געזען די אינטראוי:
https://www.youtube.com/watch?v=5al8QktPSeY
זיי קומען אריין גאר שטארק... ס'איז א 100 פראצענטיגע דורכ'בראך!
איר געדענקט גרובייס? גענוי!
געקלעבטע בערד, און אויווער עקט ביז גאר.
איי עמ ווערי סארי... ס'נישט!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איז עס שוין דא צו באקומען?
אויב יא, וואו?
https://www.nigunmusic.com/east-side-yiddish.html
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
אַן אָביעקטיװער איבערזיכט פון פון די װאס האבן עס געזעהן?
כ'האב שטאַרק הנאה אז אזא פּראָדוקציע עקזיסטירט, און אויבנאויף זעהט עס אויס זייער גוט, אבער פינעף און דרייסיג דאָלער איז אַסאַך געלט פאר איין פילם
(אויב זענען זיי אינטערעסירט אין זיין באקאנט אין די אינדוסטריע, טוה איך רעקאָמענדירן צו שאַפן א בלאט אויף imdb)

Just another nerd
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
דאס איז נישט מיין פראבלעם. דאס איז זייער'ס. נארמאלע מענטשן זאלן נישט צוריקגעשטופט ווערן צו די עבר נאר צוליב אפאר גנבים...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
קוקנדיג אסאך פילמען קען איך קלאר מעיד זיין אז "איסט סייד" איז מינימום א מיטל קלאס פילם אויב נישט מער.
וויפיל מאל האט איר געקוקט א פילם און איר האט נישט אופגעהערט קוקן אויפן זייגער ווארטנדיג אויפן ענדע? אויב קוקט איר אסאך גלייב איך אז מער ווי איינצלנע מאל, איסט סייד איז טאקע נישט קיין כליל המעלות אבער דאך א גוטער פילם מיט א אינטרעסאנטע געשיכטע, די כאראקטערס זענען על פי רוב גוט ארויסגעברענגט, סאיז זיכער אז קעגן וואס די חרדישע אינטערטעינמענט אידוסטריע האט ביז היינט אהערגעשטעלט איז עס א שפרונג פון הונדערטער שטאפלען.

אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 204 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
מיין איבערזיכט אויף די איסט סייד פילעם:
די תקופה איז זייער גוט, די מעשה איז גאר לאנגווייליג כמעט די גאנצע ערשטע שעה, דערנאך ווערט עס אביסל מער דראמאטיש.
עס האט מיר שרעקליך נערוועז געמאכט פון צייטן וואס מען זעהט נישט גארנישט אינטערסאנט, דהיינו מענטשען וואקען, פייגלעך טשיפקען, די בלעק סקרין פון איין צענע צו די נעקסטע איז צו לאנג, און בכלל די אקטיארן האבן עפעס די וועלטס צייט און יאגען זיך נישט אין קיין ערגעץ.
לויט מיינע חשבונות איז מינומם א האלבע שעה פון די פילעם געשטופט דאס צייט מיט שטותים וואס מען זעהט נישט גארנישט תכלית אין די מעשה דערפון, און עס וואלט אפילו מעגליך געווען צו שניידען פיל מער.
איך פארשטיי אז דאס איז געטוען געווארן אז עס זאל מער בארעכטיגן די געפעפערטע פרייז ווי זייער פריערדיגע פילעם, וואס איז בלויז געווען א שעה פאר פערציג טאללער אינדערצייט וואס איך קען ווען קוקן א מולטי מיליאן דאלערדיגע פראדוקציע פאר בלויז דריי. אבער נעקסטע מאהל ביטע כאטשיג אנפילען די צייט מיט תוכן.
נאך גאר א וויכטיגע פוינט וואס האט מיר געשטערט איז די שפיגעל ווי דער הויפט אקטיאר האלט און איין אריינקוקען, עס וואלט אינטערסאנט געווען פאר צוויי דריי מאהל, אבער איז און גאנצען ארויס פון די גרעניץ, און מאכט די גאנצע זאך גאר לאנגווייליג. איך האב מיר שוין אנגעהויבן פרייען ווען זילבער האט אים געווארפען פון זיין הויז, און אפילו געווען בשמחה אזער גייט זיין היימלאז אבי דעם שפיגעל גיי איך מער נישט דארפן זעהן, אבער איך בין געווארן אנטוישט צו זעהן אז זיין נייע כאטקע, וואס אפילו א בעט פארמאגט עס נישט האט זיך פארשאפט א שפיגל....
די פילעם פארמאגט כמעט ,אויב בכלל נישט קיין עקשאן, דראמא נאר אביסל און נאר צום סוף. די קאמעדי איז קינדעריש אהן קיין חדושים. עס בלייבט כמעט נישט איבער קיין שום אינטערסאנטקייט צו די גאנצע שפיל. עס איז גאר ענליך צו א לאנגווייליגע דאקמונטאציע.
די קאסטיום'ס פון דער אנדערע זייט זענען געווען זייער שיין און געשמאק. עס האט געפארבט א אויטענטישע און עכט בילד צו די ערא פון די מעשה. אויב עס איז דא איין עכטע אויטענטישע זאך אין די פילעם איז עס דאס.
די סעטס זענען דא אפאר שיינע זאכן, די מארק האט אויסגעקוקט זייער איסט סייד'יג מיט ארגינעלע פארצייטישע טאוולען און געשעפטן. די איינציגסטע זאך וואס שטימט נישט דארטן איז אז אין דער איסט סייד איז נישט געוועהן קיין מארק נאר געשעפטן, אבער מען קען דאס גרינג פארקוקן.
די סעט וואס איך גלייך די מערסטע איז דער ציגארן געשעפט פון ארי. עס איז מלכיותדיג און פארצייטיש, און דארט איז די איינציגסטע פלאץ וואס האט מיר ממש צירוק געטראגן אין א טיים מאשין צום גלארייכען אמאהל. מר. זילבערס דירה איז נישט שלעכט קוקט אויס גאנץ פאסיג. און יונה'ס דירה האב איך געגליכן די שימעל און די נאכגעלאזטקייט דערפון, כאטשיג עס קוקט נישט אויס בכלל ווי א דירה אין דער איסט סייד. ווי אויך האט מיר געשטערט אז מען קען זעהן דארטן א סורוועילענס קעמרא און די האללוועי, וואס קען ווען פארווישט ווערן דורך יעדער חדר אינגל נאר זיי האבן זיך אדער נישט געקימערט, אדער פארזעהן (איך ווייס נישט וועלעכע עס איז ערגער)
די כארעקטורן: די קארוקטור פון יונה איז אזוי אנגעבלאזן דער גאנצע צייט, מען קען נישט ארויס באקומען קיין שמייכעל פון אים פאר קיין געלט. לדעתי פארשטיי איך נישט פארוואס מען האט אים נישט געקענט מאכען פאר א פלעינע פרייליכע אידל וואס האלט זיך פעסט נישט צו מחלל שבת זיין, אבער פארוואס מוז ער זיין אזוי זויער? ער שטופט יעדן אוועק פון זיך און לאזט זיך נישט העלפן. אויב האבן דאס די דירעקטארס אזוי פארגעשריבן האט חיים ברוין געמאכט א מעסיוו ארבעט און עקט.
די דייטשע מאפיאנערן קוקט אויס ווי א ספאנישער אדער א חסידישע איד וואס רעדט ענגליש און האלט און איין צוהאקען זיינע ציינער. ווי אויך ווען די מאפיא פאלגט נאך יונה ממש געציילטע פיס טריט אפגערוקט פון אים און ער כאפט נישט, איז ממש א געלעכטער, ווען זיי וואלטען ווען דא געקענט מאכן א גוטע עקשאן צענע.
ארי מאכט א מאסיווע ארבעט ווי אייביג און איז א ריכטיגע שרעקאנווארפענדע פרעזידענט אוו דע שאול ווי אלעס ווערט געפירט אויף זיין אנווייזונג.
מר זילבער שפיעלט אויך גאר גוט זיין פארט ווי א גאט פארכטיגע ווארעמע איד וואס מיינט אמת'דיג דעם באשעפער, אבער קען ליידער נישט עומד בנסיון זיין צו ארבעטן אום שבת, אבער פירט נאך אלץ א געהויבענע שבת סעודה און וואקט צו דער ארבעט, וואס גיט אויף אים א ערנסטע בליק.
דער פאטאגרעפי איז טאקע קלאר און געשמאק, אבער האט נישט עפעס קיין באזונדערע קריעיטיוועטי.
סך הכל בין איך גאר פרייליך אז עס איז דא נאך היימישע אינטערטעינמעט אויסגעהאלטן לכל הדעות און דאס איז באגריסענד ביז גאר, און איך האף אז זיי און אנדערע וועלן מאכן געלט דערפון אז עס זאל זיך לוינען ארויס צוגעבן סאך מער פרעפעסיאנאלע זאכן אויפן היימישען שטייגער און ערפילען די חלל וואס עס הערשט ביי אונזער מארקעט. עס זאל זיך לוינען צו אינוועסטן מיר געלט אין די פראיעקטן.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
זאגסטו וואס מען האט שוין אויבן געשריבן: עס איז אויף א לעועל עטוואס ווייניגער ווי א גרובייס פראדוקציע, נאר אסאך מער בארינג און טייערער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 204 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
װי עס זעהט אויס איז הכל מודים אז ס'נאך דא א לאַנגע װעג צו גיין ביז א דבר השלם, די פראַגע איז אױב װערן זיי בעסער און צו זיי זענען בכלל אינטרעסירט צו אהערשטעלן אַ קנאַקעדיגע סעריע פון פּראָפעסיאָנעלע רעספּעקטירטע חסידיש-אידיש-שפּראַכיגע פילמען (לעומת גרובייס װאס האט זיך בשיטה אַלץ געהאַלטן צום גענוי דעם זעלבן סטאַנדאַרט)
װעלן זיי בלייבן אַמאַטורן אדער איז דא אַ רצון צו צופרידנשטעלן אַ ברייטערן ציבור?
-----------------
אָהנעם האָבן געזעהן ס'פילם, װילעך מעיר זיין אַז ס'לאוו דוקא אלץ אַ חסרון
אסאך גוטע פילמען שטעלן אָפט אריין טאָג-טעגלעכע (מאָנדעין) סצענעס צו געהבן א געװיסע געפיהל איבער די אנגעבלעכע תּקופה, א כאַראַקטער וכדו'

קא משמע לן האט געשריבן:עס האט מיר שרעקליך נערוועז געמאכט פון צייטן וואס מען זעהט נישט גארנישט אינטערסאנט, דהיינו מענטשען וואקען, פייגלעך טשיפקען, די בלעק סקרין פון איין צענע צו די נעקסטע איז צו לאנג, און בכלל די אקטיארן האבן עפעס די וועלטס צייט און יאגען זיך נישט אין קיין ערגעץ.
לויט מיינע חשבונות איז מינומם א האלבע שעה פון די פילעם געשטופט דאס צייט מיט שטותים וואס מען זעהט נישט גארנישט תכלית אין די מעשה דערפון, און עס וואלט אפילו מעגליך געווען צו שניידען פיל מער.
איך פארשטיי אז דאס איז געטוען געווארן אז עס זאל מער בארעכטיגן די געפעפערטע פרייז ווי זייער פריערדיגע פילעם, וואס איז בלויז געווען א שעה פאר פערציג טאללער אינדערצייט וואס איך קען ווען קוקן א מולטי מיליאן דאלערדיגע פראדוקציע פאר בלויז דריי. אבער נעקסטע מאהל ביטע כאטשיג אנפילען די צייט מיט תוכן.
אָהנעם האָבן געזעהן ס'פילם, װילעך מעיר זיין אַז ס'לאוו דוקא אלץ אַ חסרון
אסאך גוטע פילמען שטעלן אָפט אריין טאָג-טעגלעכע (מאָנדעין) סצענעס צו געהבן א געװיסע געפיהל איבער די אנגעבלעכע תּקופה, א כאַראַקטער וכדו'
Just another nerd
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
ווער קען מיר אהערגעבן דעם פילם בחינם אנליין? גוגל דרייוו צו דאס גלייכן?
[אויב איר וואונדערט זיך היתכן איך בעט בחינם, און ס'קען זיין גניבה? נאר נאך וואס כ'האב געהערט אז ס'איז געווארן אויסגעצאלט דורך המספיק וואס האט באקומען די פאנדינג פון שטאט, איז ווייל איך בין נישט אזוי טויגלעך צו פיילן פראגראמען ווי מאיר ווערטהיימער, אבער כ'בין נאך אזוי הונגעריג ווי זיי צו וואטשן די סחורה...]
[אויב איר וואונדערט זיך היתכן איך בעט בחינם, און ס'קען זיין גניבה? נאר נאך וואס כ'האב געהערט אז ס'איז געווארן אויסגעצאלט דורך המספיק וואס האט באקומען די פאנדינג פון שטאט, איז ווייל איך בין נישט אזוי טויגלעך צו פיילן פראגראמען ווי מאיר ווערטהיימער, אבער כ'בין נאך אזוי הונגעריג ווי זיי צו וואטשן די סחורה...]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
קוויטעל האט געשריבן:... כ'האב געהערט אז ס'איז געווארן אויסגעצאלט דורך המספיק וואס האט באקומען די פאנדינג פון שטאט, איז ווייל איך בין נישט אזוי טויגלעך צו פיילן פראגראמען ווי מאיר ווערטהיימער, אבער כ'בין נאך אזוי הונגעריג ווי זיי צו וואטשן די סחורה...]
מקור?
װייסט איינער אויב די שמועה איז קראַנט?
Just another nerd