דאס גירסא דינקותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
ברויט מיט סמייטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:55 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

דאס גירסא דינקותא

שליחה דורך ברויט מיט סמייטע »

אין כיתה ד'

"מוישלע ווי האלט מען!?"
זיך ערוועקט האב איך מיר...
די שטרענגע בליק פון מיין קנאבל בארד רעבי וואס האט פונקט היינט נישט געמאכט זיינע פאות....
אמממ....
מורשה...
עפעס פונקט געהאט מזל אז געקלאצט האב איך מיט אפענע אויערן געקענט אויפכאפן דאס לעצטע ווארט זיינע...
וואס טייטש מורשה פרעגט ער מיר מיט א שטימע וואס פאדערט...
אמממ...
קינדערלאך וואס טייטש מורשה?
אן ארבטייל האבן אלע אויסגעשריגן ווי אין א כאר...
איך ווערנדיג רויט איינזענדיג אז קלארע באוואזן אז איך האב נישט צו געהערט.....
געפילט ווייניגער ווי צוויי סענט....
דאס גאנצע קלאס קוקט מיר אן מיט רחמנותדיגע בליקן...
צייגט ער מיר מיט די פינגער צו די טיר......
אוי דאס גוטע צייטן מיינע געווען...
שטייענדיג ביים שוועל אינדרויסן ווי א קאזאק אויף א שאנדסלופ.....
ווען יעדע סקרוך ווען איינער האט געדרייט דאס קלאמקע האב איך געקענט מיינען אז דאס רבי אט אט קומט ארויס מרחם זיין אויף... מיר...
אייביג געווען עפעס א אנדערע יונגל וואס האט געדארפט נעמען א טיילענאל פון די סגן מנהל....
צולייגענדיג מיינע אויערן צו די שליסל לאך...
הערענדיג מיט דארשט....
נטה ידך= נייג דיין האנט....
יאוריהן= קוועלעדיגע וואסער
אגמיהן= שטייענדיגע וואסערן
מקוה מימיהן= איינגעזאלמטע וואסערן....
אביסל שפעטער
ובמשארותיך= אין דיין זויער טייג...


דאס איז געווען די מער יונגער ערפארונג אנצינד וועל איך גיין צו די מער שפעטערע יארן פון חדר. באלד וועט מען צוריק קומען צו דעם.

כיתה ח'

מארגן גיי איך נישט דא זיין פאר טעכנישע סיבות וועט זיין א שטעלפארטרעטער...
די גאנצע קלאס שטייט געשפאנט ווער וועט זיין אונזער קרבן ציבור...
די זון שיינט אויף פינעף מינוט צו ניין די קינדער שטייען מיט נייגער שווערע דיסקוסיעס ווערן דורך געפירט ווער וועט זיין אונזערע סובסיטוט...
אפאר מינוט שפעטער ווען האלב קינדער זיצן אויף די פלעצער און האב לויפן נאך ארום.... היינט דארף דאך הערשן אן אנארכיע
אבער שנעל האבן זיי זיך אוועק געזעצט ווען דאס טיר עפענט זיך צוביסלעך און א דיקליכע האנט האט געליגן אויף די קלאמקע. וואס מ'האט געקענט זען מיט נייגער זענען די קינדער געזיצן מיט אויסגעשפיצטע אויגן... רירט זיך נישט פאר אפאר מינוט..
א געוואגטע יונגל וואס איז געזיצן נאנט צו די טיהר האט שטאטליך צוגעגאנגען צו די טיר ווען איין האנט האלט ער אן די עק פון זיין פלאץ. כדי ער זאל האבן באוואפנט א תירוץ אז ער איז נישט אראפ פון פלאץ...
כמעט אנרוענדיג ווען דאס הענט איז שוין כמעט ביים שוועל זיכער מאכענדיג אז דאס שפיץ פון זיין פיס טוט נישט אפ פון די עק פון די טיש וואס איז אנגעבליך זיין מקום.
פלוצלינג עפענט זיך די טיר ברייט אפען די מנהל באווייזט זיך מיט די פולע שטעלע מיט א ערענסטע מינע אויף זיין געזיכט ווען הינטער איהם באווייזט זיך א געשטאלט פון א אדמונו א היט א פלאטשיקע א אראנדזשע בארד צושטויבלט, פאות וואס מ'טראגט פארשלאפן פארן גיין אין מקוה איז אויסגעצירט אויף זיין פרצף...
די מנהל לאזט איהם אליינס...
זעצט זיך אראפ און מאכט זיך באקוועם אויפן רעדער בענקל הויבט אן מיט פארמאכטע אויגן.. "איך בין נישט א סובסיטוט" סובסיטוט איז א גוישע זאך וואס עס איז דא אין די פובליק שולעס.. איך בין א רבי איך לערן תורה מיט ענק...
א אויבער חכם גערופן משה האט מען איהם, ווי א אויבער חכם האט ער צוגעשאקלט זיין קאפ מיט א ערנסטע מינע מיט פארמאכטע אויגן אויף די תנועות זיינע....
גיי ארויס זאגט ער איהם... משה אונזערע ווערט אינגאנצען פארלוירן און איז זיך מסרב פון זיך זעהן אינדרויסן...
פלוצלינג מיט זיין פויסט גיבט ער א האסטיגע קנאק אויפן טישל אזאש דאס פעדער וואס איז צופליג דארטן געליגן איז געפלויגן ביז די דאך..
און די פערטל קאפ וואסער וואס ליגט געווענטליך אהין האט זיך אויסגעגאסן...
*מחוצף מחוצף* האט ער געשריגן מיט אזא דינערדיגע שטימע...
אויפגעשטעלט דערלאנגט אזאנס פון די מערדעצין וואס מ'פלעגט טיילן מיט די תירוץ חושך שבטו שונא בנו...
מיין נישט אז אונזערע משה האט זיך געלאזט...
אז ער וויל געבן אויף די פנים לייגט מען די הענט פאר א באשיצונג...
זעהנדיג אז עס גייט נישט די מהלך אז דו נעמסט נישט אראפ כאפסטו דאפלט, פרובירט ער מיט כוח מיט זיין יד ככה צו אראפ שלעפן מיינע ארימע ארעמעס ווען מיט זיין רעכטע האנט הענגט אזוי אין די לופט גייט פאר דאס געלעגנהייט.
ולא יכול משה להתאפק.. זעענדיג אז די רויטע צופלויגענע חינאק איז אביסעלע שטערקער פון איהם. און דאס קיינע ארעם זיינע ווערט לויז און ווערט אט מגלה פנים בדין..
עס ערווארטעט א כפל ד וה' תחת אשר לא עבדת תחת הסובסיטוט שלך.....
שנעל זיך אנידער געלייגט אויף די פאלדגע מיט א פראבע צו זיך ראטעווען פון די מכות מרדות די שטעלפארטרעטער זעענדיג אז ער האט איהם איבער געקליגט און עס איז נישט לפי כבודו צו זיך אראפ לייגן אויף די ערד צו ראנגלען מיט א קינד האט ער זיך גענומען שטויסן מיט זיינע פערטל שיך ( פארגעסן צו באדייטען די נקודה אז עס איז געווען א הויזן זאקן יוד) מוישלע לאזט זיך נישט נעמט זיך צוריק שטויסן למעלה לאזנדיג די ברוינע פלעקן אויף זיין שוין אזוי שמוציגע ריפסענע בעקיטשע... און אזוי האט ער איהם ארויס געשטויסן ביז די טיר פון די קלאס......
ברויט מיט סמייטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:55 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך ברויט מיט סמייטע »

מיין שובבים אין ישיבה קטנה

תנחום האט ער געהייסן.. קענען מיר אים אלע נאך פון די קינדער שיכלעך...
געלאפן און געשפילט אינאיינעם. צוזאמען געקענט לעבן בעולם הגשמי....
זיך געקענט שמועסן אינאיינעם וועגן מייַן טאטעס קאר און מיין פעטער'ס קאנטרי און אלע פארשידענס...
די דראסטישע טויש איז געקומען ווען אונז האבן ביידע אריבער אין ישיבה קטנה....
פלוצלינג האבן אלע טינעידזש פימפלעס ארויס געוואקסן אויף זיין צורה די ציינער זיינע טוישן זיך צו די מער גאלדענע זייט....
די היטל זיינע הויבט אן אריבער גיין שווערע צייטן...
אנגעהויבן האט עס נאך די פתיחת השער דרשה פון שמעלקא אונזערע משגיח
ער פלעגט זיך אזוי אריין ווישן די נאז אין די פרוכת פון די ארון קודש און הויבט אן מיט פארמאכטע אויגן.
ושבור עול הגוים!!!
אפלאזן מיט גוישקייטן....
ארויף לייגן א יאך!!!!
מסביר געווען וואס א אקס טראגט אויף זיין האלדז!
א שווערע עול דארף מען ארויף לייגן!
א משא!
דאס איז די דרך!
אלע נארישקייטן וואס שטערן ווייטער צו אנהאלטן דאס עול... בלא בלא בלא...
תנחום נאכן איבער גיין דאס דראסטישע טויש האט זיך שנעל געלאזט אויף נייען א יאך וואס האט איהם בייגלייט דורכאויס די ישיבה קטנה יארן....
געשלאפן האב איך מיט איהם אינאיינעם...
געקענט צוקוקן מיט ווייטאג פון ווי א אנוש ווערט א בחינה פון א ביטערע נאכטעם אין מויל און קאכט זיך אין מאתה באה מטיפה רימה! צוביסלעך אליינס געווארן א ביטערע זויערע אונגרעקע....
זיין ציין בערשטל איז פארשטויבט געווארן....
דאס זאקן זיינע אלץ געליגן אויפן בענקל אויסצולופטערן צו קענען אריין לייגן אין זיינע אזוי גרינע שיכלעך....
דאס שיכעלע וואס ביי זיין בר מצוה האבן אונז נאך גערעדט צוזאמען וועלעכע קאמפאני איז שיין איז געווען ממש פושט ולובש צורה.
ווען די משגיח מיט די הויקער האט געזאגט יאך האט ער פארשטאנען אז עס איז נישט מאנקי ביזנעס!
הקיצור איינגעהאנדעלט האט ער עפעס א לאנגע ווייסע תכריכים פאר זיין נאכט שלאף.... צו זיין בעט האט געהאט שפילקעס ווייס איך נישט....
אבער געליגן אויף שפילקעס האט אויסגעקוקט.
די תכריכים האט ער לכוארה געקויפט וועגן יזכיר לנו יום המיתה!
אויב דאס איז נישט געווען גענוג האט ער מיר מעורר געווען
שלאפן מיט הויזן שרייעט ער איז געווען נאר ביי די נידריגסטע שיכטן.
יעדע פארטאגס געלאפן אין מקוה מיט איין זאק האלב ארויף געצויגן און די אנדערע אזוי ארויף אויפן הויזן....
איין פאה ווי א שופר די אנדערע ווי א מגילה....
מיט פארמאכטע אויגן פלעג איך מיטהאלטן ווי ער מאכט ספלעשעס אין די בור טיפה והסריחה....
כמובן די שויערס איז איהם געווען א דבר נעלם מן העין...
די האנטוך זיינע איז נאר געווען געמאכט פאר א באגלייטער צו די בור ריק יש בו מים....
ווייל פון א זייטיגע בליק האט זיך געקענט זען אויף זיינע מלבושים ווי עס ווערט דורכזיכטיג פון זיין נאסע גוף...
זיין שיך בענדל פלעג ער פארמאכן אויף די טרעף אינדרויסן. נישט עובר זיין כדי שישהה.
הקיצור איך גיי נישט צו אסאך אויסרעכענען זיין הלוך ילך...
ווייל עס ברענגט מיר אסאך ווייטאג וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן אזוי דראסטיש צו א חבר מיינע וואס איך פלעג אזוי אינאיינעם פארברענגן....
צוקומען האב איך געוואלט צו דאס שובבים זיינע.
א שק ואפר האט זיך געקענט אנזעהן אויף איהם.
זיינע שווארצע רינדן ארום די אויגן וואס פארציילן פון שלאף לאזע נעכט...
א תענות הראבד א תענית דיבור האט ער מוסיף געווען על טענותיו..
הן בקדושיו לא יאמין פלעגט ער זיך קאכן....
א ריח פון צדיק ורע לו האט משפיע געווען לרב....
א אימה של מות האט אראפגענידערט אויף זיינע איברים
ווען די שמעלקא די משגיח. האט אראפ געלייגט וויאזוי האט אויס געקוקט אין די ישיבה אינדערהיים ביים רעבין זכייליינו נאך פארן קריג.
האט ממש פשש ולובש צורה געווען פאר תנחום דאס דרשה ווי ער לייגט אראפ דאס סיגיפים.
א שפייעכץ האט אנגעהויבן רינען פון זיין צונג! וועל איך נאך זוכה זיין צו אנקומען צו די מדריגה פון דאס פריעדיגע....
מוסיף געווען א תענותו נישט צו לייגן קיין צוקער אין די קאווע. זיין חאלאט האט אנגעהויבן אויסקוקן ווי דאס שפיץ פונעם ערוועסט בארג...
א הויקער פול מיט שנייעלך...
אויב דאס איז נישט געווען גענוג האט נאך אונזערע משגיח שמעלקא אנגעשדכענט חברותאשאפט....
ענק זענען גוטע חברים אהבת נעורים פלעג ער זאל מיט א שמייכל ווען א רייע געילע ציינער האבן זיך באוויזן....
א שיעור אין ראשית חכמה האט ער מיר ארויף געווארפן!
א אימה ופחד איז דורך געלאפן אלע זיינע ביינער...
ומלאך רע בע"כ יענו אמן דארף איך אזוי צושאקלן מיין קאפ...
מען ווען אונז גליען מיט אייזענע נעגעלעך אויף בלעכענע טאנצן פאר איעדע שחוק בעולם הזה, פלעגט ער שרייען צו מיר.
טריי איך איהם אויפקלערן אז דיין צדיק ורע לו לעבן קומט תחת אשר לא עבדת את השם בשמחה....
מיט קולות פלעגט ער מיר באשרייען!
די הערסט נאך אויס דעי אלע סידיס!!!
דעי השקפה פון די זינגערס נוצטו פאר דיין מהלך החיים?!?
פארשטייסטו שוין ווי נגינה קען דיר טראגן!!!
נעמסט א ווארט וואס די הערסט פון א חסידישע זינגער און דו נוצט אפצופרעגן די ראשית חכמה!?
אויף דעם וועסטו גליען אויף גללים אין כף הכלע!!!!
איך האב מיך אויפגעשטעלט אוועק געוואקט פון דארטן ווען די שמעלקא די משגיח פרעגט מיר
וויאזוי איז די חברותא שאפט...
זאג איך איהם מוראדיג!
א שמחה דעווארימט זיין הארץ....
נאך אזא שובבים תת וועט ווערן א ישיבה פול מיט תנחום'ס.....
הקיצור....
דעי יאר איז ברוך השם מיט די הילף פון די פאליטיקאנטן נישטא קיין שובבים טראץ דאס שווערע ארבעט פון די עסקנים צו מבטל זיין דאס גזירה....
ברויט מיט סמייטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:55 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך ברויט מיט סמייטע »

מיין ניטל אין ישיבה גדולה

די טיק טאק אפקלאנג פון די זייגער נודזשעט אריין אין די אויערן....
ס'הייסט ניטל היינט.....
א שרעקליכע הונגער האט מיר אנגעכאפט...
כמעט וואס איך וויל אויסנאגן מיין פינגער...
מיט אויפברויז עפען איך האסטיג אויף די טיר פון די פרידזשידער יעדע פינעף מינוט. ווי להכעיס נישטא בנמצא צו זעטיגן דאס זעהלע
געגאנגען צו דעם פלאפל געשעפט....
געקויפט א אכילת פרס סייז...
אפגעגעסן...
א האלבע שעה שפעטער
עודך!
הונגעריק!!!
מה בכך!
איך דריי מיר ארום ווי א צוגיינער אין פערדן שטאל...
ווי א פארסאמטע מויז אין א פאסטקע..
עס נאגט מיר אזוי אין מאגן...
כאפ איך צו מיר אין מים אלא תורה!
לכוארה..
קראץ איך מיין מארדע
בין איך אויסגעהונגעט נאך א תוספות אין בבא קמא דף עב עמוד ב.
פון ווי קומט פלוצלינג אזא דארשט. ווען איך קען מיר אלץ אזא איינער וואס קיין חשק צו לערנען האב איך נישט אלץ געהאט....
אפשר ווען די מגיד שיעור האט געזאגט אז מ'זאל אויסלאזן געוויסע שורות אין גמרא האב איך געוויסט אין הברכה תליה אלא בדבר הנעלם מין העין...
מיט א ברען האב איך געלערנט אזאנס..
אבער... די הונגער עפעס טיפער...
אלע קשיות אין אמונה אפגעפרעגט!!!
עפעס העכער ליגט דא אין דעם!
מ'דארף זיין בלינד דאס נישט צו זעהן!
מיין פשטיותדיגע זעהלע ברענט נאך א יודיש ווארט!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט מיר געמאכט אויסקראכן אין אזא זארגלאזן געלעכטער ווי אין די קינדער יארן!

ברויט מיט סמייטע, אדער ווי איך וועל דיר רופן סמייטי בלשון חיבה, ביטע שרייב נאך, האסט מיר דערפרישט...
ברויט מיט סמייטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:55 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך ברויט מיט סמייטע »

מיין כיתה ב' מעמוארן

די פיקטשער קומט מיר ארויף אין קאפ איך זיך אויפן פלאץ אויפגעמישט מיט די סידור אויף די מודה אני פרובירנדיג איבער צו שרייען כדי צו האבן דאס גענאדע אין די אויגן פון מיין רבי.
וואס פלעגט זיצן כל כסא מלוכה מיט זיין ווייסע בארד. קומט אלץ אין קלאס מיט צוויי פרישע טוסטעט ברויט אזאנס ברוין וואס האט ממש אויסגעשטאכן דאס אויגן מיט א טעלער טונא מיט מיינעיז.
זיך וויגענדיג אויפן אויבן אן מיט א געשמאק דערוויקענדיג מיט א פיינעם מאלצייט בשעת די גאנצע קלאס דארף יעצט זינגן פאר איהם אלוקי נשמה...
אלץ קליין קינד דאן אין קלאס האב איך שוין געחלומט פון זיין רבי. זעענדיג דאס מסודרקייט אין זיין לעדל איז געליגן א אייזענע גאפל, און מעסער אויפ'ן טיש, ווי אויך איז געליגן א גלאזערנע קאפ ביי די זייט, אין די שופלאד איז מסודר געווען די פרשה צעטילעך מיט די פיקטשערס.
איך האב אלץ געטרוימט פון זיין א רבי צו קענען האבן די אלע בענעפיטס קוקנדיג ווי ער זיצט אין דרייעט אויף א בענקל האקט טויסט ברויט מיט סמייטע בשעת תניקות של בית רבן זינגן שירה דעליווערט אויף א גאלדענע טאץ..
אויב איך בין לאנגווייליג א מינוט קען איך בלעטערן אין די פרשה צעטילעך פיקטשערס..
פלעג איך טראכטן אין מיינע חלומות..
פון מאל צומאל אויב מ'האט עכט שיין געדאווענט האט ער אונז פארגינט א וועיפער וואס מ'פלעגט אלץ עסן מיט א אפעטיט שיילנדיג יעדע שיכט אפלעקן די טשאקלאדע דערפון...
כ'מיין אז מ'גיבט נאר איין קארגע וועיפער דארף מען עס אויסנוצן אויף די מאקסימום..
א שטעקן א ריזיגע האט ער געהאט אין איינער פון די שאפעס ארום באצירט מיט סקאטש טעיפ וואס ער פלעגט אלץ נוצן פאר א ווארענונג ווען עס האט אויסגעפעלט..
בכלל ער האט מיר אריין געגעבן דאס קאנצעפט אז פעטש איז א מערדעצין..
לערנדיג די וואך די חומש דערמאן איך ווי ער פלעגט אזוי איך די פרשה פארלערנען, וואס פארלערנען! "פארזינגען איז די ווארט"
אלץ צוגאגענגען עס הערט זיך א הארטע דיקע באסעווע שטימע וידבר האשעם, זאפארט באגלייט מיט קוויטשעדיגע טענער בקול רם *ען די הייבערשטער אט געדעט* נאכזאגענדיג ווארט ביי ווארט,
נאך דערצו פאר כי אני התבכדתי פלעגט ער אויסשמועסן אז אונז זאלן עס האבן פארשטאנען אין די ביינער "אהא אהא ווארט נאר ווארט" ווען אונז אלע זינגען עס אזוי מיט "וואט נא וואט"
נאך דערצו דאס גראם "מחר מארגן דארפסט דיך מער נישט זארגן" פלעגט מען מיט אזא געשמאק נאכקווישטן אפשר זיבן מאל און דאס בעל האט זיך צוקלונגן אלע קינדער זענען צולאפן צו זייערע עסקים בין איך דא געבליבן שטעקן מיט די פעדער..
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

ווי גייט דאס אלטע פאלקס ליעד:
"קינדער יארן, זיך שנעל צופארן" וכו'

ער' סמייטע דו ביסט פיינע נייעס קיפ אן גאוינג!!

אגב, אז דו שרייבסט וועגן שובבי"ם משם תדרשנו
viewtopic.php?f=53&t=8076#p246081
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ווי גייט דאס אלטע פאלקס ליעד:
"קינדער יארן, זיך שנעל צופארן" וכו'

https://youtu.be/U8VQz69Id7c
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ברויט מיט סמייטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:55 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך ברויט מיט סמייטע »

אין כיתה ט'

מיט דאס פינגער אויסגעשארפט מיט איין אויג פארמאכט פאקוסירט זלמן אויף דאס איינגעקניישטע פאפירל סעפצעיל דעגניזירט פאר אן אויפשטאנד ציעט אריין די אטעם גרייט האלטנדיג א פארזיכטיג אויג אויף די שיעור פשוט רבי וואס לערנט פאר די חומש אויף א ריטעם וואס לויפט צוזאמען מיט די עיר קאנדישן,
אונזער רבי איז סעפציעש נישט געווען א מלחמה איבערלעבער, אבער אריין געגעבן פאר די קינדער וואס א מלחמה געליטענע באדייט, ווי זיין שטייגער לערנט פאר די חומש, און ביי די פסוק עוד נגע אחד שטעל זיך אויף לייגט אראפ א קליגענדיגס פאר די וואס איז פונקט באטראפן געווארן ונמצא בידו,
אינטערסאנט אז פונקט ביי לא יחרץ כלב לשונו האט ער זיך צושריגן ווי א עגלה ערופה...
און ביי אל תוסיף עוד לראות פני האט ער פארגעלערנט הארט נאכן שיקן א יונגל צו די מנהל'ס אפיס,
בכלל דאס אפיס שיקן טעגלעך א צווייטן צום מנהל איז געווען א בחינה פון נהל עדתיך,
מ'רעדט נישט דא פון קיין וואוילע קינדער וואס טינקן נישט איין די פינגער אין קאלט וואסער,
א אינטערסאנטע מנהג אלץ געווען אז אויב דאס אינטערהאלטער געבער אונזערע איז פונקט געשטאנען מיט די פנים צום ווייסע באורד מיט די רוקן צו די קלאס האט ער באקומען אזאנע אויסגעשארפענע נעגל אויסגעשטארצט באגלייט מיט מאדערנע פאקסן מיט א שטילע געלעכטער וואס איז שנעל דערשטיקט געווארן מיט א קליינע בליק בצד אצבע אגודל,
געבט זיך די רבי א האסטיגע דריי ארום אויטאמאטיש קומט דאס גאנצע קלאס אויף איהם מיט אזא תמימות, פארווישטע שאטנס פון שמייכלן באשלייערט מיט א תאמוואטע בליק, קיין זכר פון די כאעס מיט די אויפגעהויבענע פיס מיט די ארויסגעשטארצטע צינגן מיט פארקניישטע נעזער נישט געווען,
פארשטייט זיך פון אזא חיים טובים ווען ער קען קיינעם נישט כאפן האט זיך זיין צארן מעסטערל זייער שנעל איבער געפילט,
צוריק צו אונזערע מעשה, זלמן געבט שטארק אכט אז דאס צעטעלע וואס דארף יעצט פליען צו נחומקעס פלאץ זאל אנקומען אין א אויגן בליק אז די רבי זאל ח"ו נישט זעהן ווייל זיין צארן פון דאס היינטיגע טאג איז אין לשער און ער קומט באלד צו א אויסברוך און עס וועט נישט טויגן,
דאס מלמד אונזערע איז נישט א טיפוש, ווייסן טוט ער אז שפיצלך טוהט מען נאר אינטער די נאז און קען נישט האבן אויף וועמען אויס צו גיסן זיין חמה,
מאכט ער כאילו לא היה ער לערנט פאר ווייטער פון דאס ברוינע חומש'ל ווארפנדיג אויגן בליקן אויף דאס גאנצע ארום באמעקענדיג דאס פארזיכטיגע אויגן פון אונזערע זלמן וואס קוקט שטארק אויף איהם ווי א מאנקאש פאר א עסן גנב'ריי אקציע אונזער מלמד קיין גרויסע חכם איז ער נישט אבער קיין טיפוש איז ער ווייט געווען, אז מ'קוקט אויף איהם מיט א פארזיכטיגע בליק מיינט אז ברמאות בא מעשה לידו, אבער מ'דארף כאפן דאס באנדיט רויט האנטיג, אבער! מיט קלוגשאפט! מאכט זיך ווי ער זעהט נישט, מיט א זייטיגע בליק געהאלטן אן אויג, פון די אנדערע זייט זלמן האט געזען אז דאס מלמד האט עפעס דערשמעקט, נאכדערצו געכאפט אן אויגן קאנטאקט, אבער נאך אזא קארגע צוויי גאנצע מינוט זעענדיג ווי עס האט איהם סתם געדאכט, די מלמד'ס בליקן איז בכלל נישט אויף זיין ריכטונג האט ער אויס געשארפט זיין אצבע אגודל מיט דאס מיטלסטע אין "באפס!" דאס קליינע צעטעלע איז געפלויגן פון דאס קראפט הארט אריין אין נחום'ס חומש איהם מאכענדיג אויפשפרינגן, דאס שמחה האט זיך נישט צו לאנג אנגעהאלטן הארט נאכן טוהן דאס מעשה נבילה האסטיג שטעלט זיך די רבי בכבודו ובעצמו אויף דאס האט ער געווארט! אויף וואס ארויף צו קוועטשן דאס גאנצע גרימצארן פון זיין שווערע טאג זיינע, צוגעלאפן מיט אימפעט צו זיין פלאץ אנגעהויבן ווארפן הענט רעכטס און לינקס והכהו לפניו כדי רשעתו מספר האט ער מקיים פסוק געווען, אונזערע זלמן א פארלוירנע פרובירט זיך צו באשיצן אבער ווייסט נישט ווי אנצוהייבן ווייל פון אלע זייטן פליען ידים, זיינע קליינע הענטלעך איז בטל כעפרא דארעא רעלעטיוו צו די גרויסע פעשליכע רויטע הענט, גענדיגט האט זיך מיט אפאר פלעקן פון בלוט אויפן חומש,
והנה חלום...
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

אוי ביזטו גוט! קיפ איט אפ!
פארשפארט