מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
אנומעלט שפאציר איך אין אייוועלט, און איך באגעגן פיר הארבע קשיות, דער רעדט דברים כדרבונות, אפשר קען עס איינער דא פארענטפערן
**********
חברים לעבן, איך וויל ענק פיר קשיות פרעגן
די ערשטע קשיא איז, פארוואס האט מען נישט אריינגעשיקט א קלאגע אין געריכט אז די העלט דעפארטמענט זאל נישט טארן דן זיין אויף די גאנצע אישו ווייל ס'האט מיט רעליגיע (און ווי איך הער האט איינע פון די אדמורי"ם גערעדט דערפון ביי די אסיפה אין התאחדות הרבנים ביורא, און געזאגט, אין די סיסטעם אין אמעריקא קען מען שלעפן א געריכט ביז ווייס איך ווען, נו מען דארף נאר איין יאר צו שלעפן, און דערנאך איז בלומבערג אינדרויסן)
די צווייטע קשיא איז, אונז האב מיר כלל טוער, פירער, מיט ריזיגע קאנעקשאנס, איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין, אבער יעדער האלט כסדר מיט ווי מען קען ריקן מיט געזעצן אהין און צוריק מיט די ריכטיגע קאנעקשענס, ווי מאלט זיך דאס אז מען האט נישט קיין קאנעקשאן מיט קיין איינעם פון די בארד אוו העלט וואס זאל זיך ארויסשטעלן פאר אונז? און אז ס'פעלט אויס שמירט מען אביסל! פאר אלע פאליטיק'ס קען מען ערלעדיגן, און דא פאר אזא וויכטיגע זאך קען מען נישט?
די דריטע קשיא איז איז טאקע דער עוכר ישראל ווי דער פריץ אינדערהיים, ער קען טון מיט זיין מאשקע וואס ער וויל? מיר האב מיר דאך א רעגירונג, א חסד לאומים חטאת, ער האט א גאווערנער העכער זיך, ער האט א פרעזידענט העכער זיך, און מן הסתם נאך וואס איך קען נישט די אלע שמות הנרדפים, נו אויב טוט ער א זאך וואס איז לויט רוב דעות קעגן די ערשטע אמענדמענט פון אמעריקא, ווי קומט דאס אז מען קומט נישט ארויס אים צו פארדאמען?
די פערטע קשיא איז, וואס טוט מען ווייטער?

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די ערשטע תירוץ איז, שרייבן אויף אייוועלט אדער קאווע שטיבל וועט נישט מוסיף אדער גורע זיין קיין כי הוא זה.
די צווייטע תירוץ איז, לויט ווי כ'האב געהערט פלאנט אגודת ישראל יא אריינצוגעבן א קלאגע.
א דריטע תירוץ איז, איך מיין אז עס איז נישט בלויז בלומבערג שר"י, נאר די גאנצע העלט דעפארטמענט, וואס וועט בפשטות ווייטער אנגיין אפילו נאך בלומבערג'ס עפאכע.
און פיינעלי, די פערטע תירוץ, מיר טוען וואס די ערליכע אידן וועלן הייסן, יעדער קען פרעגן זיין פריוואטן מורה דרך באיזה דרך ישכון אור (נישט יושבי חשך...)
און ווי איינער האט שוין געשריבן, אין ערגסטן פאל וועט מען ארויסטראגן דעם ברית אין אפסטעיט....

וירח ה' את ריח הניחוח
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
לעמיל האט געשריבן:אינטערשרייבען א צעטיל, און אויב חס ושלום דיין קינד גייט איין טאג אראפ פאלען און די דאקטער וועט מחליט זיין אז ער וויל מאכען א טשיילד עביאוז קעיס וועט דעיס זיין א ראיה און קארט אז דו קערסט נישט אויף דיינע קינדער ווייל דו ביסט מאכסט אפי' מציצה בפה אפי' דו ווייסט אז עס איז א סכנה
סתם אן אנשרעקער. און קיין לאוער אדער פראעסקיוטער וועסטו שוין נישט זיין.
מען פארפעלט צו כאפן אז די צעטל וועלכע מ'דארף אונטערשרייבן איז צו באשיצן די מוהל, נישט די עלטערן. דער מוהל מאכט א פראצעדור וואס קען זיין א ריזיקע, און די שטאט וויל אז דער מוהל זאל מוזן לאזן וויסן עלטערן אז עס קען זיין א ריזיקע. אויב שרייבט מען נישט אונטער די צעטל איז נישט דער טאטע אין פעקל, נאר דער מוהל.
אויף די פיר קושיות, אויב שיטה און שמעקעדיג מעגן ענטפערן, מעג איך דאך אויך:
די ערשטע קשיא איז, פארוואס האט מען נישט אריינגעשיקט א קלאגע אין געריכט אז די העלט דעפארטמענט זאל נישט טארן דן זיין אויף די גאנצע אישו ווייל ס'האט מיט רעליגיע (און ווי איך הער האט איינע פון די אדמורי"ם גערעדט דערפון ביי די אסיפה אין התאחדות הרבנים ביורא, און געזאגט, אין די סיסטעם אין אמעריקא קען מען שלעפן א געריכט ביז ווייס איך ווען, נו מען דארף נאר איין יאר צו שלעפן, און דערנאך איז בלומבערג אינדרויסן)
מען קען נישט אריינגעבן קיין קלאגע אויף א געזעץ וואס עקזעסטירט נישט. קודם מוז דער געזעץ באשטעטיגט ווערן און הערשט דערנאך קען מען אנקלאגן.
די צווייטע קשיא איז, אונז האב מיר כלל טוער, פירער, מיט ריזיגע קאנעקשאנס, איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין, אבער יעדער האלט כסדר מיט ווי מען קען ריקן מיט געזעצן אהין און צוריק מיט די ריכטיגע קאנעקשענס, ווי מאלט זיך דאס אז מען האט נישט קיין קאנעקשאן מיט קיין איינעם פון די בארד אוו העלט וואס זאל זיך ארויסשטעלן פאר אונז? און אז ס'פעלט אויס שמירט מען אביסל! פאר אלע פאליטיק'ס קען מען ערלעדיגן, און דא פאר אזא וויכטיגע זאך קען מען נישט?
מיי געס איז אז מ'האט פרובירט. פונעם צווייטן זייט איז אבער געווען א גרויס דרוק מצד די מעדצינישע קאמיוניטי.
די דריטע קשיא איז איז טאקע דער עוכר ישראל ווי דער פריץ אינדערהיים, ער קען טון מיט זיין מאשקע וואס ער וויל? מיר האב מיר דאך א רעגירונג, א חסד לאומים חטאת, ער האט א גאווערנער העכער זיך, ער האט א פרעזידענט העכער זיך, און מן הסתם נאך וואס איך קען נישט די אלע שמות הנרדפים, נו אויב טוט ער א זאך וואס איז לויט רוב דעות קעגן די ערשטע אמענדמענט פון אמעריקא, ווי קומט דאס אז מען קומט נישט ארויס אים צו פארדאמען?
רוב הדעות? וועלכע דעות? דער שטאטישער לויער האט געזאגט אז עס איז געזעצליך. והסברא נותנת אז די ערשטע אמענדמענט איז נישטא במקום סכנה פאר א קינד (פאר זיך אפשר יא, איך ווייס נישט).
די פערטע קשיא איז, וואס טוט מען ווייטער?
דאס איז דאך קלאר אז אויב ביסטו נישט קיין וויזניץ מאנסיער, און דו ווילסט נעמען א חסידישען מוהל וועסטו אפילו נישט באקומען דעם צעטל אונטערצושרייבן. והיה און ס'וועט זיך חלילה מאכן א הוירפיס קעיס, וועט דער דאקטאר פרעגן ווער איז געווען די מוהל, האסטו דריי ברירות: אדער זאג ליגנט אז ס'געווען מציצה בכלי. אדער זיי דיך מוסר נפש און גיב נישט ארויס די נאמען פונעם מוהל און שטיי אויס צו קלאגעס פון טשיילד עביוז. אדער געב ארויס די נאמען פונעם מוהל און לאז אים זיך מוסר נפש זיין...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יידל האט געשריבן:הסברא נותנת אז די ערשטע אמענדמענט איז נישטא במקום סכנה פאר א קינד (פאר זיך אפשר יא, איך ווייס נישט).
נאר א הערה בעלמא, גאנס איז אויך א סכנה, אסאך א גרעסערע סכנה פון מציצה בפה (נניח אז מציצה איז בכלל א סכנה, אבער אפילו לדבריהם).
און עכ"ז קען מען עס נישט פארבאטן צוליב דעם אמענדמענט.
אפשר דאס מיינסטו מיטן זאגן "פאר זיך אפשר יא"?
וירח ה' את ריח הניחוח
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יידל האט געשריבן:הסברא נותנת אז די ערשטע אמענדמענט איז נישטא במקום סכנה פאר א קינד (פאר זיך אפשר יא, איך ווייס נישט).
נאר א הערה בעלמא, גאנס איז אויך א סכנה, אסאך א גרעסערע סכנה פון מציצה בפה (נניח אז מציצה איז בכלל א סכנה, אבער אפילו לדבריהם).
און עכ"ז קען מען עס נישט פארבאטן צוליב דעם אמענדמענט.
אפשר דאס מיינסטו מיטן זאגן "פאר זיך אפשר יא"?
אקוראט אזוי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
באקומען אין אימעיל פון א ידיד
לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע מעשה איז פשוט אן אנדרייעניש פון אפאר היץ קעפ עסקנים!
די שאלה איז נאר: מה ראה בד"ץ ד'עדה החרדית לשטות זה צו פסק'ן פאר די לאקאלע רבנים האבן בכלל דן געווען אופן שאלה?!
די מעשה איז אזוי.
אריגענעל איז געווען אן ערנסטע שמועס צווישן די רבנים פון שטאט נישט זיך צו אנקעגנשטעלן די גזירה פון אונטערשרייבן א קאנסענט פארם. זענען געגאנגען אפאר היץ קעפ און אראנדזשירט אז די רבני הבד"ץ עדה החרדית אין ירושלים זאלן ארויסגעבן א בריוו אז מ'דארף זיך מוסר נפש זיין און נישט אונטערשרייבן אויף דעם צעטל. די בריוו איז פארעפנטליכט געווארן אין "דער איד" איבער א וואך בעפאר התאחדות הרבנים'ס ערשטע מיטינג!! אין אנדערע ווערטער, מ'איז פשוט און גראד פארלאפן דעם וועג פאר די רבנים וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל זיך נישט צוריק שלאגן!! פארשטייט זיך אז איינמאל ס'איז שוין געווען אזא צעטל, האבן דאך די רבנים דא נישט געוואלט זיין אונטערשטעליג און אויסקוקן ווי קלי דעת, און האבן אויך כמעט אלע פה אחד "גע'פסק'נט" ווי די עדה (כמעט אלע און נישט אלע. כידוע זענען אפילו נאכן בריוו פון די עדה געווען רבנים ווי ר' ישראל האגער בן האדמו"ר מ'וויזשניץ וואס האבן ווייטער גע'טענה'ט אז מ'זאל ניטש מאכן א טומל איבער דעם געזעץ.)
לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע מעשה איז פשוט אן אנדרייעניש פון אפאר היץ קעפ עסקנים!
די שאלה איז נאר: מה ראה בד"ץ ד'עדה החרדית לשטות זה צו פסק'ן פאר די לאקאלע רבנים האבן בכלל דן געווען אופן שאלה?!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 98
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
[left]AGUDATH ISRAEL OF AMERI
FOR IMMEDIATE RELEAS
September 13, 2012
Contact: Rabbi Avi Shafran
shafran@agudathisrael.o
Statement from Agudath Israel of America
On NYC Board of Health Approval of Circumcision Regulati
Agudath Israel of America is profoundly disappointed in the New York City Board of Health’s adoption today of a regulation requiring a mohel (Jewish ritual circumciser) to obtain written consent from parents of baby boys before performing metzitzah b’peh, or oral suction, as part of bris milah, the Jewish circumcision rite.
While not all Jewish religious authorities require metzitzah b’peh, many do – which means, for the tens of thousands of families in New York City who follow the view that the practice is an integral part of bris milah, that the City is inserting itself directly into a religious practice. It does so by compelling mohalim to deliver a message with which they fundamentally disagree. The regulation raises serious constitutional concerns, and will surely be subject to strict judicial scrutiny.
The regulation, moreover, is based on the assumption that the risks associated with metzitzah b’peh are so substantial as to warrant an aggressive governmental campaign against the practice. However, serious questions have been raised regarding the Health Department’s assessment of the risk. What is more, the city has never moved to regulate any of a number of other activities carrying significantly greater and more demonstrable risks.
Looming in the background of the regulation’s adoption is the fact that the circumcision rite itself has come under attack in other parts of the world, raising the specter that New York City’s move may establish a dangerous precedent for additional governmental interference in bris milah.
Agudath Israel had appealed to Mayor Michael Bloomberg and Commissioner Thomas Farley for an adjournment of today’s vote so as to allow responsible Orthodox Jewish leaders to engage Health Department officials in substant[/left]

- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
די פארווערטס באריכט די נייעס.
דזשיי ווארמא, א דעפיוטי קאמיסינער פאר דיזיס קאנטראל אין די העלטה דעפארטמענט האט געזאגט די פאלגענדע ווערטער פאר די פרעסע נאכן אפשטימונג. "מיר טוען נישט פארבאטן דעם פראצעדור, מיר טוען אויך נישט רעגולירן וויאזוי ברית מילות זאלן ווערן אפגעטון. מיר טוען בלויז פארלאנגן אז מענטשן זאלן פארשטיין אז עס איז דא א ריזיקע, און אויב מענטשן ווילן זייער בייבי זאל זיין גע'מל'ט, דארפן זיי פארשטיין אז די פראצעדור האט די פאטענציעל צו טראנסמיטן אן אינפעקציע וועלכעס איז סיי ערנסט און סיי לעבנס-באדרואינג."
בעת די זיצונג פון די באורד אף העלטה האט באורד מעמבערטע סאנדרא גאליע געזאגט אז די קאנסענט פארמס זענען א "געקינצעלטע מעשה" ("a tricky issue"). זי האט אבער, צוזאמען מיט אלע אנדערע מעמבערס, געוויילט פאר דעם געזעץ וועלכעס איז אדורך 9 קעגן 0. קאמיסיאנער טאָמעס פארלי האט געזאגט אז ער האפט צו ממשיך זיין דיאלאג מיט די קריטיקערער.
א פראטעסט פארנט פון די ניו יארק סיטי העלטה דעפארטמענט געביידע היינט נאכמיטאג
די שטאטישע בראשור אין אידיש וועלכעס ווערט פארטיילט אין די שפיטעלער.

די ניו יארק טיימס באריכטעט אז דר. יואל פארמען, פראפעסאר פון פידיאטריקס אין הר סיני שפיטאל איז אנטוישט פון די רעגירונגס אפשטימונג. "עס איז משוגע אז מיר ערלויבן דאס אנצוגיין!" זאגט ער. לשיטתו דארף מען עס גענצליך פארבאטן. די ניו יארק טיימס באריכט טוט אויך אנצייכענען אז די ברייטע מעדעצינישע גאס האלט אז מציצה בפה קען ברענגן הוירפיס. וואס וועט זיין אויב מען פאלגט נישט אויס דעם געזעץ? פאלגנד איז וואס די נ.י. טיימס באריכטעט בשם דער אויבן דערמאנטער דר. דזשיי ווארמא:
"אויב מען פאלגט נישט אויס די געזעצן וועלן די מוהלים באקומען ווארענונג בריוון אדער קנסות. מען וועט עס אבער נאר אינפארסירן באזירט אויף אינוועסטיגיישאן פון ספעציפישע קאמפלעינטס און הוירפיס פעלער, און נישט דורך איבערפאלן אדער ספאַט-טשעקס, אזוי וועלן נישט זיין קיין פארפליכטעטע עונשים".
די ניו יארק טיימס באריכט לייגט די ריזיקע פון קאנטראקטען הוירפיס דורך מציצה בפה ביי איינס פון 4000 פעלער, מיט א געשאצטע 3,600 קינדער וואס באקומען מציצה בפה פער יאר.
"זיי שפירן אז אויב זייער קינד האט נישט די מציצה בפה, איז ער נישט אידיש, ממילא איז דאס צו זיי דאס וויכסטיגסטע אקט וואס זיי קענען טון אין זייער לעבן פאר זייער קינד", זאגט דר. קענעטה גלאסבערג, דירעקטאר פון די דעוויזיע פון פידיאטריק יוראלאגיע אין די מארגען סטענלי קינדער שפיטאל אין נ.י. פרעסביטעריען, פאר די טיימס. ער לייגט צו אז "מעדעציניש טו איך עס נישט גוטהייסן, אבער אויב איר פרעגט מיר 'איז עס גורם שאדן?', איך האב נישט געזען גענוג באווייזן אז עס איז גורם שאדן".
CBS באריכט אז לויט די CDC איז דא א ריזיקע פאר 24.4 קינדער פון 100,000 קינדער וואס האבן מציצה בפה צו קאנטראקטען הוירפיס. די באריכט ברענגט אויך פון הארץ ווי זיי לייגן אין ציטאט צייכענעס די טענה וואס ווערט דערמאנט אין די רבנישע קול קורא אז די סיטי באנוצט זיך מיט "פארשפרייטן ליגנט" כדי צו קענען דורכפירן דעם געזעץ.
הארץ האט באריכטעט אז אין ישראל האט די ישראל'ישע פידיאטריק אסאסיאציע אויך געראטן די רעגירונג צו נעמען שריט אנטקעגן מציצה בפה, אבער די רעגירונג'ס פאזיציע איז דערווייל נישט זיך אריינצומישן. (ווייזט אויס אז זיי ווייסן וואס גייט פאסירן אויב פרובירן זיי נעמען שריט...)

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:ווען זיי זאלן וויסן ווי גארנישט ביי אונדז א סיגניטשערע מיינט, פארקערט גאר רוב פון אונדזער סיגניטשרס זענען אויף זאכן וואס מיר ווייסען קלאר אז דו פאקטן זענען אנדערש. וואלטן זיי קיינמאל נישט געניצט די מעטאד פון סיינען די קאנסענט.
מרת שווארץ אויף ראטלידזש סט פילט אויס די פארם פאר $20
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
קלוג און יונג האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:ווען זיי זאלן וויסן ווי גארנישט ביי אונדז א סיגניטשערע מיינט, פארקערט גאר רוב פון אונדזער סיגניטשרס זענען אויף זאכן וואס מיר ווייסען קלאר אז דו פאקטן זענען אנדערש. וואלטן זיי קיינמאל נישט געניצט די מעטאד פון סיינען די קאנסענט.
מרת שווארץ אויף ראטלידזש סט פילט אויס די פארם פאר $20
משולם ראטשילד האט א מוהל וואס האט הערפיס פאר דו וואס זענען מחמיר, פאר א פאר דאללער.
דרך אגב סדא מוהלים וואס ביים ערשטען קונד נעמען זיי שוין די סיגניטשערס פאר דו נעקסטכע צען .פארווכס זאל מען זיין ביזי ביי יעדע קינד מיט די פעפער ווארק?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שרייבער האט געשריבן:אויף ענגליש ווייס איך....
כ'האף מען רעדט פון ציונות אויך
דאס קומט ממילא אריין אין שמועס. אפילו מען זאל רעדן פון די לבנה אדער פון זויערע פיקלס וועט אין צווייטן סענטענס אויטאמאטיש אריינקומען א שמועס וועגן ציונות. אזוי ווי הרהגה"צ כ"ק אדמו"ר מזשיבוי שליט"א האט זייער שיין משלב געווען אינטערנעט מיט ציונות ביי דעם כינוס כלל ישראל העעל"ט.
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
איך האב נישט קיין צייט דורכצוליינען די גאנצע אשכול אין אלע אנדערע אשכולות איבער דעם ענין
סיידן געבן א בליק דא אין דארט
ביי מיר איז די זאך נישט קיין ספק
ווי דער סאטמערע רבי - רבי אהרן האט נעכטן אזוי שיין ארויסגעברענגט
אינז זעמיר שוין אזוי לאנג אונעם אמעריקאנער גלות, אין די גוים איז קיינמאל נישט בייגעפאלען זיך צו מישן אינזערע געשעפטן
פינקט ווי זיי מושן זיך נישט אין להבדיל אין גוישע רעליגיעס
אין דא קומט א מומר אין מיינט גאר אינזער טובה - פינקט ווי די משכילים בימיהם
ווער ווייזט וויפיל ער וועט נאך מיינען 'אינזער' טובה
אין די 'קלוגערע' פין צווישן אינזער שטובל
ווייסן נאך צו זאגען אז די רבנים זענען סתם רוצחים זיי מאכען געלט אויף יעדע מציצה
אין דער בלומבערג 'ראטעוועט כלל ישראל'
איך טראכט נאר ביי מיר
שטעלטס ענק פאר
ווען די מנהג זאל זיין אז מ'דארף מאכען מציצה בכלי
אין דער פויבסט וועט פארפירן אז פארן קינד'ס טובה דארף מען מאכען דאס מציצה מיט די בלויזע מויל
וויפיל הסברים די 'קלוגע' וואלטען געהאט אז דער פויבסט מיינט אינזער טובה
מ'דארף זיין א בהמה צו טראכטען אז בלומבערג מיינט דא אינזער טובה
אים שטערט אז אין קלויסטער טרינקען אלע שמייליגע פין זעלבן גלאז?
וואס איז באמת א סכנה לכ''ע
אים שטערט אז 1 פין ווייסעך וויפיל קינדער זענען געווארען מיט עפעס אנגעשטעקט
אין ער קען ניטעמאל אויפווייזן אז דאס קומט פין מציצה אין פארוואס מ'טרעפט די זעלבע ביי קינדער וואס האבען נישט געהאט מציצה
סיידן געבן א בליק דא אין דארט
ביי מיר איז די זאך נישט קיין ספק
ווי דער סאטמערע רבי - רבי אהרן האט נעכטן אזוי שיין ארויסגעברענגט
אינז זעמיר שוין אזוי לאנג אונעם אמעריקאנער גלות, אין די גוים איז קיינמאל נישט בייגעפאלען זיך צו מישן אינזערע געשעפטן
פינקט ווי זיי מושן זיך נישט אין להבדיל אין גוישע רעליגיעס
אין דא קומט א מומר אין מיינט גאר אינזער טובה - פינקט ווי די משכילים בימיהם
ווער ווייזט וויפיל ער וועט נאך מיינען 'אינזער' טובה
אין די 'קלוגערע' פין צווישן אינזער שטובל
ווייסן נאך צו זאגען אז די רבנים זענען סתם רוצחים זיי מאכען געלט אויף יעדע מציצה
אין דער בלומבערג 'ראטעוועט כלל ישראל'
איך טראכט נאר ביי מיר
שטעלטס ענק פאר
ווען די מנהג זאל זיין אז מ'דארף מאכען מציצה בכלי
אין דער פויבסט וועט פארפירן אז פארן קינד'ס טובה דארף מען מאכען דאס מציצה מיט די בלויזע מויל
וויפיל הסברים די 'קלוגע' וואלטען געהאט אז דער פויבסט מיינט אינזער טובה
מ'דארף זיין א בהמה צו טראכטען אז בלומבערג מיינט דא אינזער טובה
אים שטערט אז אין קלויסטער טרינקען אלע שמייליגע פין זעלבן גלאז?
וואס איז באמת א סכנה לכ''ע
אים שטערט אז 1 פין ווייסעך וויפיל קינדער זענען געווארען מיט עפעס אנגעשטעקט
אין ער קען ניטעמאל אויפווייזן אז דאס קומט פין מציצה אין פארוואס מ'טרעפט די זעלבע ביי קינדער וואס האבען נישט געהאט מציצה
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קלאר, עס איז באמת א שאד אז דו האסט נישט גענומען די מי דורכצוליינען כאטשיג טייל פון די אשכולות איבער דעם נושא. וואו צום ביישפיל, קוק דא viewtopic.php?p=46590#p46590 וואס יאנקל האט געשריבן לגבי דעם שמייליגען גלאז אין קירכע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
איך האב נישט געוויסט אז עס טוט זיך שוין איבער דעם גלאז אין קירכע
די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגן איז דאס

קלאר האט געשריבן: