שכח פאַרן אַרויפשלעפּּן די פּאָעמע. אז איך לייען זי איצט איבער, שיינט מיר אַז ר' [tag]שלום בערגער[/tag] באַציט זיך צו דער gun violence עפּידעמיע אין אַמעריקע.
תפילה מיינט מען די טרויעריג-באַרימטע פראַזע Thoughts and Prayers. די רעאַקציע פון קאָנסערוואַטיוון אַנשטאָט פּראָבירן אָפּצושטעלן דעם פּאָגראָם. בסך הכל שאַפן זיי פרישע גאָרילעס.
"מָה הָעֲבֹדָה הַזֹּאת לָכֶם?" פרעגט דער כופר אין דער געטליכקייט פונעם סעקאָנד-אַמענדמענט. צי קען דען דער סעקאָנד-אַמענדמענט זיין דער תירוץ? צי קען דען די תפילת-שווא זיין די לעזונג? (איזהו "עבודה" שבלב, זו תפלה. פּה און לב דאָ זענען אָבער נישט שווים, פאַרמאָגט נישט קיין האַפט).
"איצט בעת צענדליגער משפּחות קלאָגן נאָך די אומשולדיגע קרבנות, איז נישט קיין צייט צו מאַכן די נושא א פּאָליטישע," דערקלערט דער קאָנסערוואַטיווער געזעץ-געבער — "נישט קיין צייט צו רעדן איבער גאָן-רעגלאַמענטן." און… אַוועק א דומם זײן, ומפטירין כדאתמול.
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
נבהל ומשתומם, פארוואס כאבן דומם?
זאל נישט זיין קיין משיב, מאך דו זעלבסט דעם והשיב!
די שטאט, א גאָרילע, און דו זאגשע תפילה
מילה במילה...
זאל נישט זיין קיין משיב, מאך דו זעלבסט דעם והשיב!
די שטאט, א גאָרילע, און דו זאגשע תפילה
מילה במילה...
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
און פאָגראָמירט די שטאָט.
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
אזא טאָר נישט ארײן.
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
יואב האט געשריבן:שכח פאַרן אַרויפשלעפּּן די פּאָעמע. אז איך לייען זי איצט איבער, שיינט מיר אַז ר' [tag]שלום בערגער[/tag] באַציט זיך צו דער gun violence עפּידעמיע אין אַמעריקע.
תפילה מיינט מען די טרויעריג-באַרימטע פראַזע Thoughts and Prayers. די רעאַקציע פון קאָנסערוואַטיוון אַנשטאָט פּראָבירן אָפּצושטעלן דעם פּאָגראָם. בסך הכל שאַפן זיי פרישע גאָרילעס.
"מָה הָעֲבֹדָה הַזֹּאת לָכֶם?" פרעגט דער כופר אין דער געטליכקייט פונעם סעקאָנד-אַמענדמענט. צי קען דען דער סעקאָנד-אַמענדמענט זיין דער תירוץ? צי קען דען די תפילת-שווא זיין די לעזונג? (איזהו "עבודה" שבלב, זו תפלה. פּה און לב דאָ זענען אָבער נישט שווים, פאַרמאָגט נישט קיין האַפט).
"איצט בעת צענדליגער משפּחות קלאָגן נאָך די אומשולדיגע קרבנות, איז נישט קיין צייט צו מאַכן די נושא א פּאָליטישע," דערקלערט דער קאָנסערוואַטיווער געזעץ-געבער — "נישט קיין צייט צו רעדן איבער גאָן-רעגלאַמענטן." און… אַוועק א דומם זײן, ומפטירין כדאתמול.
על זה נאמר "טבא חדא פילפלא חריפתא ממלא צנא דקרי"
מיט אביסל מער "פעפער", וואלט איך געזאגט אז גארילע באציהט זיך דער משורר צו א קאמף. מלשון א גארילע קאמף.
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
פירוש, ווי @יואב זאגט, די Thoughts and Prayers איז געווארן אן אידעאלאגישער קאמף בין ימין לשמאל. דער שרייט צווייטע אמאנדמענד, און דער שרייט ס'קאסט אפ בלוט
און פאָגראָמירט די שטאָט.
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
היינו וועלכע צד איז נגד? די לינקע, וועלכע ווערן סטיגמיזירט אלס כופרים און אטעאיסטן. או יאמר, זיי זענען "כופר" אין די "תפילה", זיי האלטן אז מ'ברויכט טוהן למעשה און אויפהערן מיט די ענדלאזע "תפילות".
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
אזא טאָר נישט ארײן.
וטענה בפיהם: נישט דא קיין תירוץ, (משיב) שרייט דער רעטער, (דער אקטיוויסט וועלכע וויל ראטעווען פאטענציעלע שיסערייען) אזא טאר נישט אריין (זיין?)
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
איצט איז נישטא קיין פאסיגערע טיטל פאר דער געווער פארטיידיגער ווי א גארילע, נאכן זעהן די שאדנס וואס דאס קען ברענגען. איז ער אוועק א דומם זיין, און אן א סיבה וועט ער דאס ווייטער פארטיידיגן