קארל האט געשריבן:איך האב נאכנישט דורכגעלייענט דעם גאנצן אשכול, אבער איינער האט מיר געבעטן אין אישית אז איך זאל דאס ארויפשטעלן פאר זיינעטוועגן, טו איך אים צוליב:
הרב איש חסיד, לאז מיך אייך פרעגן א פראגע, דו פארשטייסט די מעשה מיטן עירוב אויף ראדני סט.? ס'איז געמאכט פאר פוילישע גוים? די מעשה שרייט ארויס "היפאקריט"!!! און דאס גיבט שוין א בליק אויף די גאנצע פרשה.
און לאמער נעמען די זאך אין פראספעקטיוו: ס'איז נישטא קיין איין בריוו פונעם בעל דברי יואל אז "מ'טאר נישט מאכן קיין עירוב", ס'איז דא מעשיות, מ'פארציילט נאך, ס'איז אבער אויך דא וואס ווייסן פארקערט, איז מיין שאלה "וועם גלייב איך"? זאל איך גלייבן מענטשן וואס האבן געמאכט פורים פון זיך מיט די עירוב פאר פוילישע גוים, אדער מענטשן וואס האלטן זיך העכער פון דעם? (אגב, איך וואונדער מיך וויאזוי די גוים מעגן יעצט טראגן נאכדעם וואס מ'האט מבטל געווען די עירוב...)
ר' פישל הערשקאוויטש איז א גאון בתורה, און ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן איז א גאון בתורה, ר' פישל האט דורכגעטוהן "פאר א לענגערע צייט" הלכות עירוב, און איז געקומען צו די החלטה אז ס'קען יא זיין א כשר'ע עירוב. האט ר' ישראל חיים מנשה זיך פארבינדן מיט עם? ער איז ארויס מיט א בריוו "בלויז געציילטע טעג" נאכדעם און דארט האט זיך די זאך געענדיגט!
פארציילט מיר א איד אז דעם ערשטן שבת וואס מ'האט געמאכט דעם עירוב האט ער געפרעגט ר' ישראל חיים מנשה צו ער זאל מאכן א ברכה אויף דעם עירוב וואס ער מאכט ביי זיך אין בילדונג, ר' מנשה האט געזאגט "למעשה איז דא א עירוב און מ'קען נישט מאכן קיין ברכה."
איך ווייס אויך אז דריי טאג שפעטער האט ער געשריבן אז מ'דארף יא מאכן א ברכה, אבער לאמער א קוק טוהן אויף זיין היסטארי פון חתימות, פארן סקול דיסטריקט און קעגן סקול דיסטריקט, וויזוי קען דאס זיין? עירוב אויף ראדני, וויזוי ארבייט דאס? און ווי אנדערע דא האבן שוין דערמאנט, ער קומט אלעמאל צום אויספיהר אזוי ווי די פארטיי דיקטירט, אריזאונע ווייץ, ביי די ערכאות ועוד ועוד. און אז דו וועסט פרעגן זיינע עכטע נאנטע מענטשן וועלן זיי דיר פארציילן וואס דארט גייט פאר, וויפיל פרעשור ער האט יעדעס מאל עקסטער ווען ס'פאסירט עפעס אין סאטמאר, פרעג זיי נאר פארוואס ער האט געהייסן נישט אריינלאזן ר' אברהם לויפער צו עם די לעצטע פאר יאר, און וויפיל מאל ער בעהט זיך אז מ'זאל עם מער נישט אריינמישן אין קיין שום פרשה!
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן איז א ת"ח מופלג און א פוסק! אבער ער איז ליידער זייער א שוואכע מענטש, ער קען זיך נישט קעגן שטעלן קעגן די פרעשור פון די פארטיי.
דו טענהסט אז קיינער ווייסט נישט ווי די עירוב איז? לאמעך דיר פרעגן עפעס: ווען סאטמאר איז אריין אין קאורט, ס'איז קלאר ווי די טאג אז מ'טאר נישט זיין אין קאורט, די שאלה איז נאר ווער ס'שולדיג, צד מהר"א וועט טענהן אז צד מהרז"ל איז שולדיג, און צד מהרז"ל טענה'ט אז צד מהר"א איז שולדיג, ווי זענען אלע רבנים? חוץ די פאר פעיראלל דיינים הערט מען נישט פון קיינעם (כמעט) קיין מוחאה! קיינער קומט נישט ארויס מיט קיין בריוון, מ'מאכט נישט קיין פראטעסטן גארנישט!!! און דאס רעכענט אריין רבנים תלמידי חכמים וגדולי תורה, אלע זענען שטיל!
די תירוץ איז אז אפילו ע"פ הלכה דארף מען נישט מוחה זיין מער ווי ע"כ הכאה, און די חיות מטורפים וואס קענען ארעסטירן בחורים אינמיטן יו"ט, אוועקפיהרן א זיידע פון אן אייניקל'ס חתונה ועוד ועוד ועוד, זענען עלול אויף אלעם! און דאס איז ערגער ווי הכאה, ממילא איז נישט דא ווער ס'זאל זיך ארויסשטעלן מוחה זיין!
און ווי דו וועסט גיין וועסטו הערן פון נאך א מענטש "איך האב געהערט" פון דעם רב, פון דעם דיין אז ער האט אונטערגעשריבן מחמת גרויס פרעשור, איך האב נישט געהאט קיין ברירה וכד'.
צוריק צו דיין טענה פונעם בעל דברי יואל, אדמו"ר מהר"א מסאטמאר וועלעכער איז נאך אזוי דבוק אין זיין פעטער דעם בעל דברי יואל האט אויך נישט געזאגט אז די עירוב איז פסול, ער האט געזאגט אז מ'זאל נישט טראגן ווייל די "טאטע האט געזאגט אז מ'זאל נישט טראגן", אבער ער האט אויך קלאר געזאגט אז מ'זאל נישט שרייען, ווייל ער האלט אז די עירוב איז כשר! נאר א סאטמארע חסיד דארף זיך פיהרן ווי זיין רבי (בירך משה) האט געהייסן. ווען ער וואלט ווען געהאט א וועג צו אסור'ן מטעם דעם בעל דברי יואל, וואלט ער עס ווען געטוהן!
דאס אז ר' פישל קען נישט גיבן דעם הכשר אליין, האבן שוין אנדערע גענטפערט, איינס ער קען יא, צו פארן אין א קאר די 20-30 גאסן איז נישט אזא מעידזשער זאך, און אזוי אויך גיבט ער די הכשר אזוי ווי "סאכדעס" גיבט א הכשר אויף זייערע זאכן, דורך משגיחים. און די זעלבע איז מיטן אדווארי רב. (וואס איז געווען ביים דעת ביזן לעצטן מינוט, און נאך ארויס פונדערהיים זייער אסאך זיינע לעצטע פאר יאר. אגב, פרעג דיך נאר נאך ביי זיינע נאנטע וואס ער האט געהאלטן איבער "מהרז"ל")
און יעצט א זייטיגע פראגע, ווען דו זעהסט א פרוי וואקן מיט א שאפינג בעג1:00 ביינאכט, קודם איז דא א פראבלעם, אפשר איז זי א גויטע, מוז זיין אז דו קוקסט קודם אויף איר צו מאכן זיכער אז זי איז א יוד, איז דא א היתר?
איז דאס נישט אזוי הארב ווי ליינען דעם שטערן? נאכדעם דארף מען שרייען און אויפוועקן צענדליגער קינדער און ערוואקסענע, גזל שינה איז מותר, איא?
און אז מ'רעדט שוין דערמאן איך מיר א מעשה ווען איין שבת האט א יונגערמאן א פאראמעדיק שפאצירט אויפן גאס, און א "שרייער" האט באמערקט זיין האנט זייגער (וואס ער מוז האבן אויף זיך צו קענען ציילן די פאולס אין פאל פון א אימערדזשענסי.) דער יעניגער האט זיך צושריגן שאאאאאאבבבעעעעסס!!! דער פאראמעדיק זאגט עם "איין רגע, אז דו שרייסט, שריי שוין געהעריג, איך האב סאך א גרעסערע עבירה, איך האב שליסלעך פון מיין קאר, און איך האב א טעלעפאון און א רעדיאו אויף מיר", דער "שרייער" איז צוגעלאפן און זיך אנטשולדיגט טויזענט מאל, כאב נישט געמיינט, אונטשולדיגט.
יעצט ווען אזא פאראמעדיק זאל נישט האבן קיין גאטס און אויסטוהן זיין זייגער ווייל ער וויל נישט באשריגן ווערן אין פראנט פון זיינע קינדער, איז דאס שוין א פיקוח נפש שאלה!! און אפילו ווען נישט, אפשר מעג מען טראכטן פאר מ'שרייט "טראגט דער מענטש לייף סעיווינג'ס מכשירים?"
אבער לאמער נישט פארקריכן, שריי וויפיל דו ווילסט. לאמער נאר מאכן א ס"ה פון די עיקר פרשה:
וואס דער בעל דברי יואל האלט, איז דא צוויי צדדים, איך דארף מאכן א דעסיזשן וועם צו גלייבן.
פון איין זייט שטייען גאוני תורה ווי ר' פישל הערשקאוויטש און אדווארי רב ועוד און שרייען איך האב דורכגעטוהן דאס ענין, די עירוב איז כשר וישר!
פון די אנדערע זייט שטייען א גרופע דיינים, צווישן זיי אויך גרויסע תלמידי חכמים אבער זייער היסטארי ווייזט אז זייער סיגניטשור ווערט גענוצט דורך זייער בעה"ב, נישט דורך זייער קאפ, און נישט נאר אין דזשענעראל איז דא סתירות, נאר ביי די פרשה אליין איז דא א געפערליכע סתירה מיט די ראדני עירוב! און שרייען פסול!
פון די אונטערגעשריבענע קעגן די עירוב הערט מען כסדר נאכזאגן אז מ'האט זיי געצווינגען, און אדמו"ר מהר"א וואס איז פון די גרעסטע פאלאוער פונעם בעל דברי יואל וויל נישט זאגן פסול, ער זאגט "פאר זיינע חסידים" נישט צו טראגן "וועגן זיין טאטע לאזט נישט."
וועם דארף איך גלייבן?
איך וועל מאכן אין קרצען דיין גאנצער תגובה און אזוי דיך עטוואס פארגרינגערען פון דיין צומישטע זאצן און פאקטן:
די 'זעלבע' שנאה וואס ר' פישל האט אויף סאטמאר 'האסטו' אויף הגאון ריח"מ שליט"א!! סאו איך קען דיר קיין סאך נישט העלפן.
דער חילוק איז נאר אז רבי פיעשעלע האט עס שוין 70 יאר און דו נאר 12 יאר...
איך געדענק נאך ווען לערך 15 יאר האסטו ודומה לך געשריגן אז הגה"צ ריח"מ שליט"א איז דער איינציגסטער אמת'ע דיין אין סאטמאר, און ר' יחזקאל ראטה איז גאר פארפארען... און אפילו ר' געציל איז אויך געווען האלב אינצווישען, רבי פישעלע מאן דכר שמיה! פלוצלינג האסטו דיך\ענק אויסגעדרייט דעם היטעל אויף פארקערט... סאו בין איך נישט מחויב דיך נאכצוטאנצן! דעטס אלל!!
און סתם פאר דיין אינפארמעישאן:
צד מהר"א איז אריין אין קארט בשנת תשס"א און דער איינציגסטע אמתע (כלשונכם) דיין איז טאקע ארויסגעקומען מיט א מחאה!
-
רבי פישעלע'ס אגענדע האמיר שוין פריער אויסגעשמועסט, וק"ל.
-
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט קיינמאל "נישט" געזאגט אז די עירוב איז כשר!! נאר היות ער איז נישט דער פיילאט זאל דער ערעפלאן קראכן, פארדעם לאזט ער נישט שרייען שבת, והא ראיה אין ב"פ ביי זיין שבת התוועדות תש"ס האט ער געשטורעמט קעגן דעם עירוב אסאך אסאך ערגער און שארפער ווי אין וומ"ס, כאטש אין ב"פ איז דא סאך מער צדדים ופוסקים להיתר, נאר אזוי ווי דעמאלטס האט נאך אויסגעזעהן ווי ער האט רוב סאטמאר, האט ער געשפילט די געים.
אדרבה ואדרבה רבי געציל האט געפסקענט אז די עירוב האט נישט קיין שום האפט און געהייסן מאכן א ברכה בשם ומלכות כמאז ומקדם. און אויב איז הגאון ריח"מ היינט נישט גוט פאר דיך נעם אהן די פסק פון ר' געציל וואס איז יעצט די אמת'ע דיין ביי ענק...
נו ווער שפילט דא היפאקראטיע?!.... ענק שפילן זיך מיט 'אלע' דיינים גענוי וויאזוי ענק ווילן....!
-
אויב קענסטו נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט שבת, וועל איך אויך רעדן ענקער שפראך אזוי ווי ביי די קל"ב וואס האבן נישט פארשטאנען:
אין קרית יואל אין די לעצטע יאר צוויי ווערן כסדר נאכגעשריגן יונגע פאר פעלקער פארן 'חטא' פון פאלגן זייער רב (מער און שטערקערע רבנים ווי ביי די עירוב!!) און זיי האבן חתונה געהאט אין א זאל ביים עק פון שטאט.
נו הייב אהן צו שרייען... געוואלד... נאכשרייען פרויען....
דארט דארף מען טאקע וויסן ווער די פרוי איז, די בחורים פון די ישיבה אליינס זוכן אויף די פרויען אויף די גאסן און שרייען נאך בריש גלי אהן קיין שום בושה ואין פוצה פה ומצפצף!! ווי אזי דעמאלטס דיין חבר פון אישי??....
איך מיין אז דו פארשטייסט עס בעסער ווי אונז אלע...