אישתישבי האט געשריבן:קינדער פין א שטוב וואס איז ל"ע געג'ט קענען אויסקומען גאר גוט אויב די עלטערען פירען זיך אויף ווי מענטשן. און צומאל איז דא וואס ווען זיי זענען צוזאמען און פייטען זיך יומם ולילה איז נאך ערגער ווי געג'ט אויך.
און אמאהל איז קאך לעפעל גערעכט אויך.
רביה"ק האקט ענדליך.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער זאגט אז ווען מ'בלייבט צוזאמען וועגן די קינדער וועלן אלע ליידן, דער מאן וועט ליידן, די פרוי וועט ליידן, די קינדער וועלן ליידן פון די אנגעצויגנקייט אין שטוב, און אין לויף פון די יארן וועלן צוקומען נאך קינדער צום געמויזשאכטס. און וואס געשעהט ווייטער ווען מ'לעבט מיט אזעלכע קרומע חשבונות? דיי קינדער וועלן חתונה האבן מיט זייערע (אומ)באשערטע און אזוי וועט דאס ווייטער גיין עד ביאת גואל צדק. ענדערש זאלן די קינדער אביסל ליידן אפאר יאר, אנפאנג וועלן זיי בלאזן אבער זיי וועלן עלטער ווערן און קומען צום שכל און פארשטיין אז דאס איז געווען דאס בעסטע פאר זיי, און יעדער וועט ארויס צופרידן.
אקעי אקעי איי גאט איט
איך האב אנגעקוקט די "קינדער טענה" אביסל אנדערש
ווען מען זאגט וואס וועט זיין מיט די קינדער, איז דאס (עכ"פ וויאזוי איך קוק עס אן) מער ווי א תביעה אויף די זיווג זיך צו אנשטרענגן און שליכטן די דיפערענצן. אמער, ס'איז דאך דא קינדער.
נישט אז ס'וועט זיין א רעה פאר די קינדער דווקא, נאר ענדערש א זאך וואס זאל מחייב זיין די פארפאלק.
לפי זה איז @קאך לעפל גערעכט, ווען ס'איז א רעלאטיוו קליינע מיינונגס פארשידנהייט זאלן זיי טראכטן פון אנדערע אויך און זיך אנשטרענגען פאר זייערט וועגן
אויב איז דאס עפעס גרויס, דאן יא, זאל מען טוהן צו דער זאך, און אפילו די קינדער ווערן איבערגעפארן איז דאס מעגליך א טובה פאר זיי.