געוואלדטאטן, יא אן אפציע
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
געוואלדטאטן, יא אן אפציע
איינע פון די היציגסטע טעמעס און די אמעריקאנע פאליטיק איז די 2'טע אמענדמענט רעכטן, צי ציווילע בירגער מעגן יא אדער נישט האבן געווער, די דין ודברים גייט שוין אן יארן לאנג, מיט קיין שום ערנסטע טוישונגען די לעצטע צוויי דריי צענדליג יארן, די טענה פון די רעכטע איז אז אין די קאנסטיטוציע שטייט קלאר אז מען מעג יא זיך באוואפענען, און דא קומט מען אן צו די טעות וואס טייל מענטשן האבן.
ווען זיי שרייען אז די סיבה איז אז מ'זאל זיך קענען באשיצן און פאל פון א רויבעריי און קרימינאלן, ניין און נאכאמאל ניין, דאס איז נישט געווען די מיינונג פון די גרינדער פונעם לאנד פארן שרייבן אז מען מעג האבן געווער, נאר און פאל ס'שטעלט זיך אמאל אויף א פרעזידענט, אדער ערגער, עטליכע גענעראלן פון די מיליטער אדער סיי ווער, און וויל זיך דערקלערן אלס אייביגער פרעזידענט, דיקטאטור בלע''ז, וואס אויב חס וחלילה דאס פאסירט זאל דאס פאלק קענען אויפשטיין און רעוואלטירן און צירוק נעמען די רעגירונג.
צוויי וואכן צירוק אינעם טאג וואס די קאנגרעס האט זיך צוזאם געזעצט צו באשטעטיגן די עלעקטארעל קאלעדזש שטימען, און אפיציעל אויסרופן אז 'ביידען' גייט ווערן די 46 פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט פאסירט אז עטליכע טויזנט מענטשן האבן געשטורעמט די 'קעפיטאל געביידע' און א פריוו צו צווינגן די קאנגרעסלייט און סענאטארן צו באשטעטיגן 'פרעזידענט טראמפ' אלס געווינער.
איך גיי נישט אריין גיין צו 'פרעזידענט טראמפ' איז שולדיג, צי ס'איז בכלל געווען זיינע שטיצער וואס האבן אויפגעבראכן די קעפיטאל טירן, וואס איך וויל אדרעסירן איז, די רעאקציעס פון געוויסע רעפובליקאנער וואס פארופן זיך אלס קאנסערוואטיוון, א ויצעקו האבן זיי אויפגעהויבן, 'היתכן רעפובליקאנער באנוצען זיך מיט געוואלדטאטן' הישמע כזאת, ס'פאסט נישט, דאס איז נישט אונזער וועג, אונז האבן זיי ווייטער געשריגן, איז אין כוחני אלא בפה, כאילו זיי זענען בעלי בתים אויפן בירגער און יעדער דארף זיי אויסהערן.
די זעלבע רעפובליקאנער רעדן אגאנצן טאג ווי וויכטיג ס'איז צו האבן די צווייטע אמענדמענט, און ווי וויכטיג ס'איז ארויסצוגיין שטימען ווייל די דעמאקראטען װילן עס צונעמען, צדיק קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס דארפסטו דיין גאן אויב די ביסט נישט גרייט עס צו ניצן? יא, אויב די האלסט אז ס'איז געווען פעלשערייען און די לעצטע וואלן, דאן איז יעצט געווען די צייַט אויף וואס 'אמעריקע' פארמאגט א געזעץ אז גאנס זענען לעגאל, און יא, און אזא פאל איז געוואלדטאטן 100 פראצענט אויסגעהאלטן, און נישט נאר אויסגעהאלטן, נאר ביסט פארפליכטעט צו באשיצן דעמאקראטיע.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שוין אן אלטע מחלוקת: לא יצא האיש לא בסיף, ולא בקשת, ולא בתריס, ולא באלה, ולא ברומח. ואם יצא, חייב חטאת
רבי אליעזר אומר, תכשיטין הן לו. וחכמים אומרים אינן אלא לגנאי...
רבי אליעזר אומר, תכשיטין הן לו. וחכמים אומרים אינן אלא לגנאי...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
געוואלדטאטן, יא אן אפציע
אין יעצט האבן אידן אויך א מדינהזופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ביזן חורבן הבית האבן אידן אויך געהאט א מדינה.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
אלע צוזאמען האט געשריבן:דוראק האט געשריבן:ווי קומט אַ ביקס צו אַ אידן?
וואס הייסט פון ווי, מ'קויפט עס.
ערענסט גערעדט, אידן האבן אלע דורות ביז חורבן הבית פארמאגט געווער, פארוואס זאל מען נישט האבן, וואס איז שלעכט מיט באזיצן א וואפן?
כאטש מ'קען אודאי מחלק זיין פון די תשובה פונעם הייליגן נודע ביהודה ז''ל איבער פאנגען חיות, דאך קען מען ארויסלערנען די השקפה פון די גדולי האומה אויף געווער [אודאי נישט ווען עס איז א מצב פון הבא להרגך].
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
און ווען ס׳איז צוזאמען מיט כלבים איז אינו זוכה לשמחת לויתן (עיין ברמ״א באו״ח סימן שטז סעיף ב ובמ״א שם ס״ק ה).כרם זית האט געשריבן:כאטש מ'קען אודאי מחלק זיין פון די תשובה פונעם הייליגן נודע ביהודה ז''ל איבער פאנגען חיות, דאך קען מען ארויסלערנען די השקפה פון די גדולי האומה אויף געווער [אודאי נישט ווען עס איז א מצב פון הבא להרגך].
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ביזן חורבן הבית האבן אידן אויך געהאט א מדינה.
איך זעה נאך נישט ווי די הייליגע נודע ביהודה'ס פסק קומט דא אריין, ער רעדט בכלל נישט פון האבן געווער, און לגבי וואס 'זופ מיט מאנדלען' האט געשריבן, און די צייטן פון מרדכי ואסתר האבן די בני ישראל נישט פארמאגט א לאנד, און דאך האבן זיי געהאט געווער.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
מ'האט מגייר געווען דעם אשכול
אלע צוזאמען האט גערעדט בכלליות איבער נוצן געווער און אין וועלכע סיטואציע ס'איז בארעכטיגט
אפשר קען מען זיך באציען דערצו?
אלע צוזאמען האט גערעדט בכלליות איבער נוצן געווער און אין וועלכע סיטואציע ס'איז בארעכטיגט
אפשר קען מען זיך באציען דערצו?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
מנחם ציון האט געשריבן:מ'האט מגייר געווען דעם אשכול
אלע צוזאמען האט גערעדט בכלליות איבער נוצן געווער און אין וועלכע סיטואציע ס'איז בארעכטיגט
אפשר קען מען זיך באציען דערצו?
אויב געוואלדטאטן איז קיינמאל קיין אפציע, דאן פארוואס זענען 'גענעראל וואשינגטאן' אדער דער איטאליענער פראנצויז 'נאפאליאן באנאפארטע' העלדן? סך הכל זענען זיי ביידע געווען פאלנע קרימינאלן און פאררעטער און די אויגן פון די דעמאלטסדיגע וועלט פירער, דאס אז עס האט זיי זיך אויסגעארבעט מאכט זיי נאך נישט אויס קרימינאלן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: געוואלדטאטן, יא אן אפציע
דו ברענגסט אויף זייער שטארקע נקודות. אן אריינגיין אויב דיין הנחה בנוגע די 2'טע אמענדמענט איז ריכטיג, לאמיר אננעמען אז יא. איז צו קענען ריכטיג ענטפערן, דארף מען קודם פארשטיין די פאלגענדע.
איז דא עפעס גיידליינס ווען עס איז בארעכטיגט צו נוצן געוואלדטאטן אלס אן אפציע קעגן די רעגירונג?
אויב יא, וואס זענען זיי?
ווער מאכט אפ יעדעס מאל אז מען איז נאכגעקומען די גיידליין?
איז דא עפעס גיידליינס ווען עס איז בארעכטיגט צו נוצן געוואלדטאטן אלס אן אפציע קעגן די רעגירונג?
אויב יא, וואס זענען זיי?
ווער מאכט אפ יעדעס מאל אז מען איז נאכגעקומען די גיידליין?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
החוקר האט געשריבן:דו ברענגסט אויף זייער שטארקע נקודות. אן אריינגיין אויב דיין הנחה בנוגע די 2'טע אמענדמענט איז ריכטיג, לאמיר אננעמען אז יא. איז צו קענען ריכטיג ענטפערן, דארף מען קודם פארשטיין די פאלגענדע.
איז דא עפעס גיידליינס ווען עס איז בארעכטיגט צו נוצן געוואלדטאטן אלס אן אפציע קעגן די רעגירונג?
אויב יא, וואס זענען זיי?
ווער מאכט אפ יעדעס מאל אז מען איז נאכגעקומען די גיידליין?
1) ווען די גאווערמענט ווערט א דיקטאטורשאפט, און צו אנכאפן די מערסט עקסטרעמסטע ביישפיל, ווען א פרעזידענט דערקלערט זיך קעניג.
2) האט נישט קיין געהעריגע ענטפער
3) דאס פאלק.
איך גיי פרובירן אביסל קלארער ארויסצוברענגען וואס מיך באדערט,
לאמיר פאר א מינוט זיך אויס'משל'ן אז מ'האלט און א פאל ווי דאס גאנצע באפעלקערונג האלט און ווייסט אז דער וואס ווערט איינגעשוואוירן צום פרעזידענט אמט, איז אנגעקומען דארט דורך נישט לעגעטימע וועגן, בין איך זיכער אז כולי עלמא מודי, אז ס'איז צייט פאר א רעוואלוציע.
יעצט, ביי די 2020 וואלן זענען פארהאן מיליאנען בירגער וואס האלטן אז עס איז געווען שווינדלערייען, איז דען דעמאלט נישט יעצט די צייט פאר אן אויפשטאנד קעגן די קאנגרעס וואס -אין זייערע אויגן- שטעלן זיי אריין אן אומערוועלטע פארשוין אינעם 'אוועל אפיס'? איז אויב 'בען שפירא', 'טאקער קארעלסאן', אדער אפילו 'רודי דזשוליאני' האלטן אז ס'איז געווען פעלשערייען, דאן פארוואס האבן זיי זיך גערעגט ווען די מאסן האבן געוואלט אויספירן דאס וואס מען דארף?.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך פארשטיי גראדע די חברה זייער גוט, די אזויגערופענע coup האט גארנישט אויפגעטוהן אויסער פארשוועכן די נאמען פון די רעפאבליקאנע פארטיי, ס׳געווען א שיינע שוי שפיל אבער אויפגעטוהן האט עס גארנישט אויסער געבן שטאף פאר די צד שכנגד ארונטערצורייסן. איבערווארפן א רעגירונג, ווי קארופטירט ס׳זאל נאר נישט זיין, האט נאר פשט ווען די פאלק איז פאראייניגט עס איבערצואווארפן, דארפסט האבן כאטש א זיבעציג פראצענט פונעם פאלק אויף דיין זייט דאס צו טוהן, אז נישט וועט זיך עס אויסלאזן מיט א בלוטבאד און אלעס וועט צוריק צום אלטן, וואס האסטו אויפגעטוהן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי גראדע די חברה זייער גוט, די אזויגערופענע coup האט גארנישט אויפגעטוהן אויסער פארשוועכן די נאמען פון די רעפאבליקאנע פארטיי, ס׳געווען א שיינע שוי שפיל אבער אויפגעטוהן האט עס גארנישט אויסער געבן שטאף פאר די צד שכנגד ארונטערצורייסן. איבערווארפן א רעגירונג, ווי קארופטירט ס׳זאל נאר נישט זיין, האט נאר פשט ווען די פאלק איז פאראייניגט עס איבערצואווארפן, דארפסט האבן כאטש א זיבעציג פראצענט פונעם פאלק אויף דיין זייט דאס צו טוהן, אז נישט וועט זיך עס אויסלאזן מיט א בלוטבאד און אלעס וועט צוריק צום אלטן, וואס האסטו אויפגעטוהן?
טאקע דאס איז מיין טענה אויף זיי, ס'וואלט זיך געקענט אויסארבעטן אויב די אזויגערופענע פירערס פון די רעפובליקאנע פארטיי וואלטן מיט געארבעט און עס געשטיצט, קיין איין רעוואלוציע הייבט זיך נישט אן מיט 70% אויף דיין זייט, ס'פארהאן עטליכע נחשונים און מער און מער קומען צו שפעטער
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
זיי האלטן אבער אז ווען די טראמפיסטן פארכאפן קאנגרעס וואלטן די דעמאקראטן נישט געבליבן שטיל און צוריקגעשלאגן און ס׳נישט דא קיין שום וועג צו וואוסן ווער ס׳וואלט געזיגט און וויפיל בלוט ס׳וואלט געקאסט צו וואוסן צו ס׳לוינט זיך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיי האלטן אבער אז ווען די טראמפיסטן פארכאפן קאנגרעס וואלטן די דעמאקראטן נישט געבליבן שטיל און צוריקגעשלאגן און ס׳נישט דא קיין שום וועג צו וואוסן ווער ס׳וואלט געזיגט און וויפיל בלוט ס׳וואלט געקאסט צו וואוסן צו ס׳לוינט זיך.
און אויב קאסט עס בלוט, פאר דעם לוינט זיך אויפצוגעבן דעמאקראטיע?! שטעל דיך פאר ווען 'פרעזידענט לינקאלן' מאכט די זעלבע חשבון וואס די האסט געמאכט, ווי אנדערש 'אמעריקע'וואלט היינט אויסגעקוקט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
לאז אפ לינקאלן פאר א מינוט, דו וואלסט געקענט ביישטיין צו שטארבן כדי טראמפ זאל אפשר קענען זיצן אינעם ווייסן הויז פאר נאך פיר יאר? איך נישט, בען שפירא אויך נישט. ווער יא? קיינער נישט. נישט דאס האבן די רעדנעקס געזוכט אויף קעפיטאל הילל און נישט פון דעם האט בען שפירא גערעדט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: געוואלדטאטן, יא אן אפציע
אלע צוזאמען האט געשריבן:1) ווען די גאווערמענט ווערט א דיקטאטורשאפט, און צו אנכאפן די מערסט עקסטרעמסטע ביישפיל, ווען א פרעזידענט דערקלערט זיך קעניג.
2) האט נישט קיין געהעריגע ענטפער
3) דאס פאלק.
איך מיין אז ווען 2 וועט זיין קלאר, וועסטו פארשטיין בען שפירא און טאקער קארלסאן.
וואס מיינט "דאס פאלק", רוב פאלק? אויב יא האסטו דא דיין תירוץ. רוב פאלק איז נישט געווען ביים קאפיטאל היל. פטור אן עסק.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: געוואלדטאטן, יא אן אפציע
אלע צוזאמען האט געשריבן:לאמיר פאר א מינוט זיך אויס'משל'ן אז מ'האלט און א פאל ווי דאס גאנצע באפעלקערונג האלט און ווייסט אז דער וואס ווערט איינגעשוואוירן צום פרעזידענט אמט, איז אנגעקומען דארט דורך נישט לעגעטימע וועגן, בין איך זיכער אז כולי עלמא מודי, אז ס'איז צייט פאר א רעוואלוציע.
וויאזוי איז דאס פאלק צוגעקומען צו די אנערקענונג?
לאמיר פאר א מינוט זיך אויס'משל'ן אז מ'האלט אין א פאל ווי רוב בירגער שטימען פאר איין קאנדידאט, אבער למעשה, דורך אויסנוצן פארשידענע געזעצן איז דער אנדערער קאנדידאט מצליח זיך צו פארזיכערן די פרעזידענטשאפט. איז צייט פאר א רעוואלאציע?