עלטערע בחורים: טויט משוגע!!!!!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פיניע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך פיניע »

היינט צוטאגס זענען פארהאן אסאך עלטערע בחורים וואס האבן פול טיים דזשאבס, פארמאגן דרייווערס לייסענס אדער אפילו אן אייגענע קאר, אבער טוען שיינע שידוכים. אסאך מיידלעך ווילן דאס דווקא, אין עלטערן קוקן דאס ארויף. אז די ווילסט האבן א נאמען פין א בחור וואס לערענט, קענסטו זיך מאכן א שיעור ביינאכט אדער גאר גיין אין כולל פאר עטליכע שעות במשך די טאג אדער אווענט.

בנוגע דיין משפחה, די ביסט נישט שולדיג אז זיי לייגן זייער איינרעדענישן פאר דיין וואוילזיין, אין ריאליטעט גייען זיי נישט ווערן אראפגעקוקט אין מענטשנס אויגן, אפילו זיי זענען איינגערעדט אז יא.
Free country, authoritarian town
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פלעג אויך אמאל מיינען אז גיין ארבעטן שאדט פאר שידוכים, למעשה האב איך געהערט פון געוויסע מיידלעך וואס ווילן דווקא איינער וואס ארבעט.

די לייק איז געווען בטעות, געוואלט ציטירן און געלונגען א לייק. אבער שוין, צוריק גייט א קאזע. נאכדערצו פאר דיר וואס ביסט עס אייביג ווערד...

אפשר געסטו מיך נעמען און פרטים פון די מיידלעך? איך קען אפאר ווארקינג בויס וואס גייט זיי שווער. באמת, שיק מיר אין אישי א ליסטע. ייש"כ.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דער עולם דא איז נישט באהאווענט אין דעם פעלד. כלל כלל לא. איך קען עטליכע גאר גוטע בחורים וואס ארבעטן פון חסידישע קרייזן, וואס טאפן א וואנט.

ווער ס'ווייסט פון א מיידל וואס וואלט גענומען א ווארקינג בוי, ביטע קומט אין אישי. ווען א שידוך וועט צושטאנד קומען וועט מען עס מעלדן דא בשער בת רבים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ׳האב נישט קיין ליסטע, וואס איך ווייס יא איז אז צומאל ווען מ׳רעדט וועגן שידוכים קען מען הערן איינעם זאגן ״די מיידל וויל דווקא א בחור וואס ארבעט״, די ערשטע מאל וואס כ׳האב געהערט פון אזא זאך איז געווען מיט א יאר צוויי צוריק ווען א חבר האט מיר פארציילט וועגן זיין שוועסטער וואס וויל דווקא א בחור וואס ארבעט, כ׳מוז מודה זיין אז ס׳מיר געווען א שטיקל שאק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אז עס איז דיר געווען א שאק איז א סימן אז עס איז נישט דא קיין סאך.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

די שאלה איז צווישן וועלכע מיידלעך מען זוכט, חצי ספרדים\תימנים זענען אסאך מאל זייער צום זאך און זענען אוועיליבל פארן ארבעטס בחור, אויך טעכטער פון מענטשן וואס די גאס קוקט זיי אן פאר אינטערסאנט זענען אפטמאל נארמאל און קלוג.

אויב וויל מען טון א שיינע שידוך איז מען טאקע אויף גרויסע צרות.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

שיינע שידוך איז א רעלאטיווע ווארט
דיין שיינע שידוך איז ביי מיר מיאוס ווי די גאלדענע קעלבער
פיניע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך פיניע »

מפיל קינד האט געשריבן:דער עולם דא איז נישט באהאווענט אין דעם פעלד. כלל כלל לא. איך קען עטליכע גאר גוטע בחורים וואס ארבעטן פון חסידישע קרייזן, וואס טאפן א וואנט.

ווער ס'ווייסט פון א מיידל וואס וואלט גענומען א ווארקינג בוי, ביטע קומט אין אישי. ווען א שידוך וועט צושטאנד קומען וועט מען עס מעלדן דא בשער בת רבים.


איך קען מער ווי איינס. בכלל איז דא א גרויסע חילוק צווישן בחורים וואס האבן קיינמאל נישט געלערענט אין א ישיבה גדולה אדער ארויס אינמיטן, אין בחורים וואס זענען געגאנגען ארבעטן צוליב וואס זייערע חברים האבן אלע חתונה געהאט. אויך קען זיך עס ווענדן זיך אויב די בחור איז איינגעשריבן אין א ישיבה אדער כולל ווי ער גייט צופרי אדער ביינאכט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פיניע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Free country, authoritarian town
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

תרמב האט געשריבן:אז עס איז דיר געווען א שאק איז א סימן אז עס איז נישט דא קיין סאך.

ס'איז טאקע נישטא קיין סאך,אבער ס'איז פארהאן, און אני הקטן בין א ראי', כ'האב ב''ה זוכה געווען צו א גאר געלונגענע אשת חיל נאכן ארבעטן, ס'ווערט ב''ה מער און סטייל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אין אוניווערסיטעט איז דא אזא מושג וואס רופט זיך א "weed-out class", ד.ה. אז ווען איינער שליסט זיך אן אין א שווערע פראגראם - צ.ב. פיזיקס - וואס ביישטייט פון צענדליגע קלאסן וואס ווערן שווערער און שווערער וועט איינס פון די ערשטע קלאסן זיין א גאר שווערע אז די שוואכע תלמידים זאלן כאפן אז דאס איז נישט זייער פלאץ און זיך גיין זוכן א גרינגערע פראגראם.

טייערע בחור: דו מיינסט אז דיין פראבלעם איז ״טויט משוגע״, וואוסן זאלסטו אז דאס איז נאר די אנפאנג, דאס איז נאך נארמאל קעגן וואס ס׳קומט שפעטער, יעצט איז די צייט זיך איבערצוטראכן צו דו ווילסט ווייטער פארן מיט דעם משוגענעם באן. מאך יעצט אפ, נאך פאר דו ווערסט משועבד צו א פרוי און קינדער, צו דו ווילסט לעבן מיט די סארט משוגעת׳ן, מאך יעצט אפ צו דו גייסט זיך ארויסשטעלן אלץ איינער וואס גלייבט אז ס׳קומט זיך איהם בעסערס און גייט נישט נאכטאנצן קיין משוגעת׳ן, ס׳קען זיין אז דאס איז נישט דיין פלאץ און דו באלאנגסט ערגעץ אנדערש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פיניע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך פיניע »

פיניע האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:דער עולם דא איז נישט באהאווענט אין דעם פעלד. כלל כלל לא. איך קען עטליכע גאר גוטע בחורים וואס ארבעטן פון חסידישע קרייזן, וואס טאפן א וואנט.

ווער ס'ווייסט פון א מיידל וואס וואלט גענומען א ווארקינג בוי, ביטע קומט אין אישי. ווען א שידוך וועט צושטאנד קומען וועט מען עס מעלדן דא בשער בת רבים.


איך קען אסאך יונגעלייט וואס האבן געארבעט אלס בחור אין געטון "שיינע שידוכים". בכלל איז דא א גרויסע חילוק צווישן בחורים וואס האבן קיינמאל נישט געלערענט אין א ישיבה גדולה אדער ארויס אינמיטן, אין בחורים וואס זענען געגאנגען ארבעטן צוליב וואס זייערע חברים האבן אלע חתונה געהאט. אויך קען זיך עס ווענדן זיך אויב די בחור איז איינגעשריבן אין א ישיבה אדער כולל ווי ער גייט צופרי אדער ביינאכט
Free country, authoritarian town
פארשפארט