רבי ר' הונט...
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
רבי ר' הונט...
לעצטענס האב איך געהערט א גלייכע ביאור אינעם ווארט 'מחותן', פון וואנעט שטאמט עס אזא מין ווארט [און הייבטס מיר נישט מיט אויבער-חכמות: חתן, חותן, מחותן].
יענער פארציילט מיר אזוי: א איד האט זיך אמאהל משדך געווען מיט א בער, עס איז געקומען צו דרש'ענען ביים שבע ברכות הייבט ער אהן זאגן: דער טייערער רבי ר' בער זאל געזונט זיין וכו' וכו', שוין, אלעס איז פיין.
דערנאך האט ער זיך משדך געווען מיט א הערש – נו, אונזער טייערער רבי ר' הערש זאל לעבן וכו'.
דערנאך מיט א וואלף; דער חשוב'ער ר' וואלף זאל לעבן און געזונט זיין האט פריער דערמאנט וכו'.
ביים פערטן קינד האט ער זיך משדך געווען מיט א הונט.
עס איז געקומען צו דרש'ענען ביי די סעודה האט ער זיך געטראפן מיט א פראבלעם, עס פאסט עפעס נישט צו זאגן דער רבי ר' הונט, איז ער געפאלן אויף אן המצאה: דער טייערער מחותן זאל געזונט זיין...
----------
וואו קומט עס אהער? הו קנאוס.
דער סיפור האט מיר אבער געשאפן א פראבלעם: פאר וועמען כ'האב עס נאר פארציילט האט געלאכט; דער ערשטער מספר האט געלאכט, איך האב געלאכט וכו'.
שטעלט זיך א הארבע פראגע: וואס איז פאני?
נאו, סיריעסלי, אום גאט'ס הייליגן נאמען, וואס איז פאני מיט די מעשה? פארוואס האט קיינעם נישט גענומען אפילו א מילי-סעקאנד אנצוהייבן לאכן, איר קענט מיר אפשר מסביר זיין וועלכע חלק איז 'פאני'? דמיון, נאריש, קינדעריש, נו מילא, אבער 'פאני'?
מאיזה סיבה שהיא האט נישט גענומען א סעקונדע פאר אונזער מח איינצוזעצן אז דאס מיינט מען אונזער ריעל-לייף פאטענטשעל מחותן. עס איז גארנישט מוכרח, אבער ער האט נישט געדארפט קיין פראסעסינג טיים אנצונעמען דעם זאפטיגסטן אויסטייטש.
-----------
אז מען רעדט שוין פון איינזעצן...
די גמרא אין סנהדרין לייגט אראפ וואס פאר א שגץ דער קעניג יהויקים איז געווען. עס שטייט אויף איהם אין פסוק: וְיֶתֶר דִּבְרֵי יְהוֹיָקִים וְתֹעֲבֹתָיו אֲשֶׁר עָשָׂה, [און דער פסוק ווארפט אריין א מיסטעריעזע] וְהַנִּמְצָא עָלָיו, הִנָּם כְּתוּבִים עַל סֵפֶר מַלְכֵי יִשְׂרָאֵל וִיהוּדָה.
זאגט די גמרא: מאי והנמצא עליו, רבי יוחנן ור"א, חד אמר שחקק שם עבודת כוכבים על אמתו, וחד אמר שחקק שם שמים על אמתו.
זאגט רש"י: שם עבודת כוכבים על אמתו: מתוך שהיה אדוק בה. שם שמים: משום בזיון.
איז דאך שווער מרפסין איגרא: מרי' דאברהם, אויב קען א נאמען אויפן אמה קומען מרוב דבקות, אדער קען עס קומען מחמת בזיון, איז אפשר פארקערט די מעשה? אויב האט ער געהאט שם שמים איז עס געווען מחמת דבקות, און אויב שם ע"ז איז עס געווען לבזיון?
------------
וויסן זאלט איהר, אידן, אז יעדער מענטש האט אן 'עצם'. עפעס גאר טיף באגראבן, עפעס וואס איז נישט תלוי אין די מיליאנען מעשים זיינע. עס איז דאס פינטעלע זיינע. אז איהר ווילט קענט איהר עס רופן דאס פינטעלע איד.
ווי זאגט ר' ליפא, איי דאס פינטעלע איד... אהאהאהיי דאס פינטעלע איד... [די איינציגסטע תנועה זיינע וואס איז מיר אריין אין קאפ...].
איי איי רבותי... וואו ליגט דאס פינטעלע... וואו ליגן אונזערע לאויעלטיס. צו וואס איז אונזער טיפסטער שיעבוד. דאס איז די פראגע. מעשים און פעולות קען מען אין צוויי פארקערטע וועגן טייטשן.
'אונס רחמנא פטריה', נו, ווייסט מען דאך אז אונס לאו כמאן דעביד דמי.
מצד שני, איז דאך מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה. די פוילישע זאגן: אונס, רחמנא פטרי', דער אייבערשטער פטר'ט איהם, ער איז איהם מוציא זיין חיוב.
אין האמיל איז געווען איינער פון די גרעסטע חסידי חב"ד ר' אייזל האמילער, ער איז געווען ביים בעל התניא, ביים מיטל'ן רבי'ן און ביים צ"צ.
אויפן פאמיליע נאמען האט ער געהייסן עפשטיין, פון א משפחה מיוחסת מאוד. האביך מקבל געווען בשם א איד פון האמיל אז אמאהל איז א שכן אריין צו איהם אין שטוב און געזעהן ווי ר' אייזל ברענט זיך אויפן אויוון. א דערשראקענער פרעגט ער: וואס טוהט איהר, ר' אייזל?
זאגט ר' אייזל, ווען כ'בין דאס ערשטן מאהל געקומען צום אלטן רבי'ן, דעם בעל התניא, האט ער מיר געזאגט: איך וועל נאך ארויסטרייבן דעם עפשטיין פון דיר...
דרייעט זיך ר' אייזל צו דעם איד: דו ווייסט גארנישט ווי מען דארף ברענען דעם עפשטיין...
פארשטייט איהר, ברידער? עס איז פארהאן א ר' אייזל, פון די גרעסטע חסידים, דאן איז פארהאן א ר' אייזל וועמענ'ס עפשטיין דארף אויסגעברענט ווערן.
--------
ביים עגל שטייט צוויי מאהל א לשון עשיה אין זעלבן פסוק: וַיִּגֹּף ה' אֶת-הָעָם, עַל אֲשֶׁר עָשׂוּ אֶת-הָעֵגֶל, אֲשֶׁר עָשָׂה אַהֲרֹן. דער תרגום טוישט אבער צווישן איינס און צווייטן: וּמְחָא יְיָ, יָת עַמָּא, עַל דְּאִשְׁתַּעֲבַדוּ לְעִגְלָא, דַּעֲבַד אַהֲרוֹן.
אויף די אידן זאגט ער 'דאשתעבדו' לעגלא, אבער אויף אהרן זאגט ער 'דעבד' אהרן.
איהר הערט, רבותי? ד-א-ש-ת-ע-ב-ד-ו...
-----------
אט דאס איז די שם עבודה זרה על אמתו. פראקטישע מעשים קען מען אייביג אויסטייטשן ביידע וועגן; עס קען זיין דבקות – עס קען מיינען בזיון. אידן האבן אבער משעבד געווען זייער עצם צו עבודה זרה.
ווי דער פסוק קלאגט אויף אחאב מלך ישראל: רַק, לֹא-הָיָה כְאַחְאָב, אֲשֶׁר הִתְמַכֵּר, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--אֲשֶׁר-הֵסַתָּה אֹתוֹ, אִיזֶבֶל אִשְׁתּוֹ. וַיַּתְעֵב מְאֹד, לָלֶכֶת אַחֲרֵי הַגִּלֻּלִים--כְּכֹל, אֲשֶׁר עָשׂוּ הָאֱמֹרִי, אֲשֶׁר הוֹרִישׁ יְהוָה, מִפְּנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל.
איי איי רבותי, התמכר. ה-ת-מ-כ-ר...
------------
כ'האב לעצטענס געשמועסט מיט א זיבעציג יעריגן איד, זאג איך איהם אז עס איז דא א זאך וואס רופט זיך 'אבסעלוט זערא', די קאלטסטע טעפעראטור וואס איז שייך [בערך מיינוס 460 פערענהייט].
לאכט ער: וואס הייסט 'די קאלטסטע וואס ס'שייך'? היץ איז היץ און די פארקערטע איז קעלט, ווי איז מעגליך צו זאגן אז עס האט א גבול ביז ווי עס קען גיין?
הייב איך אהן מסביר זיין: וואס איז דאס היץ? אז די אטאמען לויפן שנעל. וואס איז קעלט? אז זיי פארשטאטערן זיך. נו, ביי 460 מיינוס זערא שטעלן זיי זיך אינגאנצן אפ און קעלטער איז נישט שייך.
ער גלייבט מיר נישט. זייט ווען דארפן היץ און קעלט א ביאור. היץ איז היץ, קעלט איז קעלט. פון היץ בריעט מען זיך אפ און פון קעלט ווערט מען פארפרוירן, דאס האט דער בוכ"ע באשאפן אין די טבע הבריאה און פערטיג.
יא, ר' איד, כ'פארשטיי אז דאס זענען פענאמענאנען וואס דער אייבערשטער האט מטביע געווען אין די בריאה, ער האט אבער געמוזט צושטעלן א מעכאניזם דערצו, עס פליעט נישט סתם היץ און קעלט.
ער האט מיר געעפענט די אויגן צו א געוויסע בלאקעדזש וואס מיר האבן: וואס מיר זעען נישט און איז נישט טייל פונעם טאג-טעגליכען שמועס פעהלט נישט אויס, עס איז איבריג און מן הסתם נישט אמת אויך.
--------------
גאר אסאך צדיקים האבן געזאגט אז אין די שפעטע דורות וועט זיין גאר שווער צו גלייבן. אויף גראדע ווענט וועט מען קריכן זיך צו האלטן ביי אמונה.
ווען מען זאגט איבער איינס פון די צאללאזע מאמרים קומט עס מיט מיט אן 'אינסיידער'ס' געפיהל; מיר זענען פון די אינסיידערס און מיר שמועסן איבער דעם פאקט אז אזויפיהל האבן געזאגט אן ענליכען עתיד אויף אלע פון "זיי".
ס'איז דא 'אונז'. ס'איז דא 'זיי'.
מיר לאכן פון 'זיי'. 'זיי' לאכן נאך מער פון 'אונז'.
ורוח הקודש אומרת: עט'ס פאלט ביידע אריין אינעם זעלבן לאך פונעם זיבעציג יעריגן וועלכער לייקענט אין קעלט.
אודאי זענען אלע מעכאניזמס ריכטיג. אז עס דא עוואלוציע. עס איז געווען א ביג-בענג. עס זענען דא אטאמען. 'דאס' טאקע איז די בריאה וואס גאט האט געשאפן.
גלייבט'ס מיר בנאמנות, ווען מען וואלט נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי א קינד ווערט באשאפן וואלטן ניינציג פראצענט געהאלטן אז ע"פ אמונה מוז פלוצלונג ערשיינען א פערטיגער קינד בכל אבריו וגידיו. אנדערש איז שוין נישט אזוי איי איי איי.
-------------
הערט איהר, ברידער טייערע, די זעלבע זאך איז סיי די כפירה און סיי די אמונה. מיר קענען סייווי נישט גאט, עס קען פונקט אזוי זיין יאיר'ס חוקי הטבע. די שאלה איז נאר וואו גיבסטו דיין עצם. צו וואס ביסטו זיך משעבד.
הערט דעם אייביגער בית-הכסא-געשריי, די ווארדס אוו די פראפעטס אר ריטען אן די סאבוועי וואלס:
פ-א-ר-ק-ו-י-פ-ט נישט אייער נשמה צום שטן...

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

הער ונבנתה איין קשיא ביטע אויב איך מעג?
אויב גאט האט געמאכט עוואלוציע און די ביג בענג פארוואס שטייט נישט אזוי אין פרשת בראשית? ער האט געווארט ביז טשארלס דארווין און ריטשאורד דאוקינס זאלן אפיר קומען?, אין די תורה שטייט נישט קיין ווארט וועגן דעם נאר ס׳שטייט גאר א אנדערע מעשה, יעצט קענסט עס פראבירן משלב זיין און זאגן אז גאט האט עס געמאכט אבער ס׳בלייבט מעהר קשיות ווי ענטפערס. אפשר האט ער דוקא עס געמאכט כדאי אונז צו צומישן און אויספאפן אז אונז זאלן קריכן אויף די גראדע ווענט?
דעס וואס די זאגסט אז קאנטעמפארערי סייענס שטימט מיט די תורה איז פונקט ווי תורה קאודס האט אויסגעטראפן א וואך ״נאך״ 9/11 אז ס׳גייט זיין א 9/11!, יעדע זאך וואס סייענטיסטן טרעפן אויס זאגט מען אוואדי עס קומט אלעס פון גאט און די תורה! אבער ווי שטייט אין די תורה וועגן גרעיוועטי,אטאמס,מאליקיולס ,דיינעסארס? יעצט דריי נישט אריין שאשלישידס תורה מיט תורה קאודס און דיינעסארס אין איין קוגל! ס׳איז דא סייענס וואס איז אימפעריקל עווידענס און נאכדעם איז דא בעליוו וואס איז גלייבונגען וואס איז נישט געפראווט אדער געסבעיסט ביי עווידענס!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
לאמיר דיר ענטפערן אין קורצן, די תורה הייסט תורה פאר א סיבה, ווייל עס איז נישט קיין היסטאריע בוך און אויך נישט קיין סייענס בוך, עס איז א געזעצן בוך, און אלעס וואס קען זיין נוגע פאר געזעצן און מאראל און רצון השי"ת שטייט דארט און וואס נישט שטייט נישט דארט,
אויב טרעפט מען אין די תורה סייענס וכדו' איז עס נאר דרך אגב אויף וויפיל עס איז נוגע למעשה, סא אין די תורה דארף נישט שטיין די אלע זאכן זיי דארפן נאר שטימען מיט די תורה.

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:לאמיר דיר ענטפערן אין קורצן, די תורה הייסט תורה פאר א סיבה, ווייל עס איז נישט קיין היסטאריע בוך און אויך נישט קיין סייענס בוך, עס איז א געזעצן בוך, און אלעס וואס קען זיין נוגע פאר געזעצן און מאראל און רצון השי"ת שטייט דארט און וואס נישט שטייט נישט דארט,

ענטפערסט נישט אויף מיין קשיא צו ונבנתה בכלל , די תורה מיט סייענס איז צוויי באזונדערע זאכן! איינס איז א גלייבונג און די צווייטע איז מעזשרעיבעל אבזערוועישאונס, ונבנתה האט געזאגט אז די ביג בענג און עוועלאושן קומט פון גאט און די תורה אויף דעם האב איך געפרעגט אויב קומט עס פון גאט דאן פארוואזשע שטייט א אנדערע מעשה אין בראשית? פארוואס פארציילט אונז נישט די תורה די פראסעס אף עווועלאושען? נאכדעם וואס די היינטיגע סייענטיסטן האבן געפראוועט אז עוועלאושן איז א פאקט קומען ענק צוגיין זאגן אז ס׳שטייט שוין אין די תורה און אז גאט האט עס געמאכט?
עני וועי איך וועל בלייבן דא שטיין איך וויל נישט אריינקריכן טיעפער אין דעם ווייל יעדע מאל איך שרייב בנוגע אמונה זאכן ווער איך פארשריגן אין אישי, איך האב נישט קיין נערווען צו די סענסערשיפ און לימיטעט פרידאם אפ ספיטש, אלזא לאמיר בלייבן דא שטיין, דו קענסט ווייטער רעדן איך וועל שווייגן (לכאורה) אבער סמיינט נישט אז ווייל איך שווייג בין איך מודה צו דיר אדער וואס...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך וועל קוואוטן כדי זאלסט זעהן דיין שאלה און מיין ענטפער
יעצט זאג מיר צו איך האב יא אדער נישט געעפערט
שבת אחים האט געשריבן:
הער ונבנתה איין קשיא ביטע אויב איך מעג?
אויב גאט האט געמאכט עוואלוציע און די ביג בענג פארוואס שטייט נישט אזוי אין פרשת בראשית?
שבת אחים האט געשריבן: אין די תורה שטייט נישט קיין ווארט וועגן דעם נאר ס׳שטייט גאר א אנדערע מעשה,
שבת אחים האט געשריבן:יעדע זאך וואס סייענטיסטן טרעפן אויס זאגט מען אוואדי עס קומט אלעס פון גאט און די תורה! אבער ווי שטייט אין די תורה וועגן גרעיוועטי,אטאמס,מאליקיולס ,דיינעסארס?
געוואלדיג האט געשריבן:לאמיר דיר ענטפערן אין קורצן, די תורה הייסט תורה פאר א סיבה, ווייל עס איז נישט קיין היסטאריע בוך און אויך נישט קיין סייענס בוך, עס איז א געזעצן בוך, און אלעס וואס קען זיין נוגע פאר געזעצן און מאראל און רצון השי"ת שטייט דארט און וואס נישט שטייט נישט דארט,
אויב טרעפט מען אין די תורה סייענס וכדו' איז עס נאר דרך אגב אויף וויפיל עס איז נוגע למעשה, סא אין די תורה דארף נישט שטיין די אלע זאכן זיי דארפן נאר שטימען מיט די תורה.
יעצט זאג מיר צו איך האב יא אדער נישט געעפערט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אבסולאטלי נישט. מיין קשיא יעצט איז נישט געוועהן אויף די תורה! מיין קשיא איז געוועהן אויף מענטשען וואס פראבירן איינזעצן היינטיגע סייענס ווי למשל ביג בענג און עוועלוציע אין די תורה, מיין קשיא איז געוועהן געוואנדן צו ונבנתה׳ס געדאנק אז מקען משלב זיין היינטיגע סייענס מיט אונזער תורה. דעס אז די תורה איז נישט קיין היסטאריע אדער סייענס בוך ווייס איך אויך!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
לאמיר מאכן חזרה, דיין שאלה האט זיך אנגעהויבן מיט א הנחה,
און מכח דעם האסטו א טענה
האב איך דיר געענטפערט
וואס איז דיין קשיא, פארוואס מען שטעלט צוזאם תורה מיט סייענס? וויבאלד השי"ת האט באשאפן די וועלט וועגן דעם ווען די סייענטיסטן טרעפן אויב עפעס זעהן מיר ווי עס שטימט מיט די תורה וואס דער בורא העולם האט אונז געגעבן.
שבת אחים האט געשריבן:
הער ונבנתה איין קשיא ביטע אויב איך מעג?
אויב גאט האט געמאכט עוואלוציע און די ביג בענג פארוואס שטייט נישט אזוי אין פרשת בראשית?
און מכח דעם האסטו א טענה
שבת אחים האט געשריבן:יעדע זאך וואס סייענטיסטן טרעפן אויס זאגט מען אוואדי עס קומט אלעס פון גאט און די תורה! אבער ווי שטייט אין די תורה וועגן גרעיוועטי,אטאמס,מאליקיולס ,דיינעסארס?
האב איך דיר געענטפערט
געוואלדיג האט געשריבן:לאמיר דיר ענטפערן אין קורצן, די תורה הייסט תורה פאר א סיבה, ווייל עס איז נישט קיין היסטאריע בוך און אויך נישט קיין סייענס בוך, עס איז א געזעצן בוך, און אלעס וואס קען זיין נוגע פאר געזעצן און מאראל און רצון השי"ת שטייט דארט און וואס נישט שטייט נישט דארט,
אויב טרעפט מען אין די תורה סייענס וכדו' איז עס נאר דרך אגב אויף וויפיל עס איז נוגע למעשה, סא אין די תורה דארף נישט שטיין די אלע זאכן זיי דארפן נאר שטימען מיט די תורה.
וואס איז דיין קשיא, פארוואס מען שטעלט צוזאם תורה מיט סייענס? וויבאלד השי"ת האט באשאפן די וועלט וועגן דעם ווען די סייענטיסטן טרעפן אויב עפעס זעהן מיר ווי עס שטימט מיט די תורה וואס דער בורא העולם האט אונז געגעבן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געוואלדיג האט געשריבן:לאמיר דיר ענטפערן אין קורצן, די תורה הייסט תורה פאר א סיבה, ווייל עס איז נישט קיין היסטאריע בוך און אויך נישט קיין סייענס בוך, עס איז א געזעצן בוך, און אלעס וואס קען זיין נוגע פאר געזעצן און מאראל און רצון השי"ת שטייט דארט און וואס נישט שטייט נישט דארט,
אויב טרעפט מען אין די תורה סייענס וכדו' איז עס נאר דרך אגב אויף וויפיל עס איז נוגע למעשה, סא אין די תורה דארף נישט שטיין די אלע זאכן זיי דארפן נאר שטימען מיט די תורה.
געוואלדיג: ייש"כ. נאר ס'דא נאך א טעם. אונזער טייערער ברודער ר' שבת אחים האט נארוואס געליינט טשארלס דארווינ'ס בוך און געהערט די קליפס פון דעם פראפעסאר ריטשארד דאוקינס. און ער איז זייער שטארק נתפעל געווארן פון זייערע מאמרים. ווי טיפשות'דיג און ווי ווייט פון מציאות זיי זאללן נאר נישט זיין. און ער האט נאכנישט געטראפן דעם קאונטער באלאנס פון די אנדערע סייענטיסטן וועלכע פרעגן אפ זייערע טעאריעס. אין וועלכע ס'איז פארהאן א קערנדל פון אמת. אבער זייער גאנצער מהלך טויגט נישט.
צו דערווארטן פון איהם די הסברים פון רמב"ם און אנדערע חכמי ישראל איז צו פיהל צו דערווארטן פון איהם ביים יעצטיגן מאמענט. ממילא מוזן מיר ווארטן ביז ער ועט זיך אויסטשוכען פון זיין התפעלות פאר אט די פארדארבענע אפיקורסים...ס'נישטא קיין אנדער ברירה...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: רבי ר' הונט...
ס'איז גאנץ מעגליך אז ס'איז דא אזעלכע וואס ווערען אפיקורסים פון שכל'דיגע קשיא'ס, אבער שבת אחים איז קלאר נישט איינער פון זיי. ווען געוואלדיג ענטפערט איהם אפ אויף א געוואלדיגע אופן, חזר'ט ער איבער די קשיא, און ווען ס'פאסירט נאכאמאל, טוט ער עס ווידער.
און טאקע טאמער סייענטיסטען זענען אזעלכע חכמים, פארוואס אין דיין הויכגעשעצטע 'אנליין קאורס' פון קעמיסטרי האט מען קיין ווארט נישט דערמאנט פון מפגלין בחצי מתיר?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:לאמיר דיר ענטפערן אין קורצן, די תורה הייסט תורה פאר א סיבה, ווייל עס איז נישט קיין היסטאריע בוך און אויך נישט קיין סייענס בוך, עס איז א געזעצן בוך, און אלעס וואס קען זיין נוגע פאר געזעצן און מאראל און רצון השי"ת שטייט דארט און וואס נישט שטייט נישט דארט,
אויב טרעפט מען אין די תורה סייענס וכדו' איז עס נאר דרך אגב אויף וויפיל עס איז נוגע למעשה, סא אין די תורה דארף נישט שטיין די אלע זאכן זיי דארפן נאר שטימען מיט די תורה.
געוואלדיג: ייש"כ. נאר ס'דא נאך א טעם. אונזער טייערער ברודער ר' שבת אחים האט נארוואס געליינט טשארלס דארווינ'ס בוך און געהערט די קליפס פון דעם פראפעסאר ריטשארד דאוקינס. און ער איז זייער שטארק נתפעל געווארן פון זייערע מאמרים. ווי טיפשות'דיג און ווי ווייט פון מציאות זיי זאללן נאר נישט זיין. און ער האט נאכנישט געטראפן דעם קאונטער באלאנס פון די אנדערע סייענטיסטן וועלכע פרעגן אפ זייערע טעאריעס. אין וועלכע ס'איז פארהאן א קערנדל פון אמת. אבער זייער גאנצער מהלך טויגט נישט.
צו דערווארטן פון איהם די הסברים פון רמב"ם און אנדערע חכמי ישראל איז צו פיהל צו דערווארטן פון איהם ביים יעצטיגן מאמענט. ממילא מוזן מיר ווארטן ביז ער ועט זיך אויסטשוכען פון זיין התפעלות פאר אט די פארדארבענע אפיקורסים...ס'נישטא קיין אנדער ברירה...!
ר' בערל,ווער זענען די קאונטער סייענטיסטן? געב מיר פינף ערנסטע סייענטיסטן וואס גלייבן נישט אין עוועלאושן? (איך ווייס נישט צו סאיז דא איינס!) און זיי מסביר פארוואס סאיז טיפשותדיג און ווייט פון מציאות? פונקט פארקערט עס שטימט הערליך מיט אלעס וואס נאטור רעפרעזענט און מיט די פאסיל רעקארד. ווען ברונא און קופערניקס האבן געשריגן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון האבן אויך מענטשען ווי אייך געשריגן אז סאיז ווייט פון די מציאות ווייל למעשה פילט נישט קיינער אז די וועלט דרייט זיך. עוועלאושען האט היינטיגע טעג פונקט אזויפיל קרעדיטיבילטי ווי די וועלט דרייט זיך ארום די זון!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: רבי ר' הונט...
נאך א הערליכע אשכול וואס איז אומגעקומען על קידוש ה' מיט א ביליגע שבת אחים געפעכט שלא מן הענין.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify][tag]ונבנתה העיר[/tag] איך מוז דיך לייקן פאר דיין שפראך און מחשבה, איינס אין דער וועלט. אבער עס איז פארט דא עפעס וואס קוועטשט מיך. לאמיר מאכן א שטיקל בריק פון דיך צו [tag]שבת אחים[/tag]. ווי שוין דערמאנט אין א דענעבעדיגן אשכול איבער דעם גאון ר' פנחס אליהו הורוביץ און זיינע פליאות. איינער פון די זאכן וואס ער האט געשריבן האט מיך געגעבן א שטארקע דזשאכע. ער פרעגט, פארוואס אייביג ווען עס איז דא ארגעמענטס צווישן די סייענטיסן און די גדולים, ווערן די דברי הגדולים צווייפלהאפטיג אבער די דברי ה'סייענטיסן ווערן עמוק עמוק. זאכן פון די גדולים וואס זענען עמוק עמוק זאגט מען 'כפארשטיי נישט וואס ער זאגט'. אבער די דברי ה'סייענטיסטן ווי אומפארשטענדליך עס זאל נאר זיין זוכט מען אריינצוקוועטשען הסברים מיט ביאורים. אתמהה? לענינינו, עס איז אמת אז ג-ט האט באשאפן אטאמען, און סייענס וואס ווערן ניטאמאל דערמאנט אין די תורה. דאן וואס איז שלעכט צו האבן טעאריעס פון 'עוואלאציע' אדער 'ביג בענג'? די קורצע ענטפער איז, סייענס וואס קאנטראדיקטען די תורה איז קעגן די תורה. א ריזן מערהייט סייענס זענען געבויעט געווארן דיך אוועקצופירן פון די תורה סקריפט. עס איז א לאנגס און א ברייטס פון א שמיעס. עמערס פון קשיות זענען שוין געגאסן געווארן אויף די ביג בענג טעאריעס. און אן אייביגער דעבאטע גייט שוין אן אז עוועאלציע קען שטומען, אבער שוואך מיט די תורה. די אלע טעריעס זענען גענוג אביסל צו שטילן די דארשט און טרעפן א לייזונג צו די באשאף-קריזיס, וואס איז אין מוח אויסגעקריצט אלס 'אומפארשטענליך'. אבער איינמאל זיי זענען בלויז 'טעאריעס', ליין: 'פראווען טעאריעס' קענסטו זיי צורייסן ווי א פאפיר.
היוצא: עס מוז בהחלט נישט זיין אז די 'דאס' פון די ביג בענג איז די בריאה.[/justify]
היוצא: עס מוז בהחלט נישט זיין אז די 'דאס' פון די ביג בענג איז די בריאה.[/justify]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
Hold it, שבת אחים פרעגט צופעליג א גוטע פראגע, און ס'איז נישט נויטיג דאס צו פארלייקענען, וואס שבת אחים איז אבער נישט מבחין איז אז די אלע סארט שאלות קען מען בעצם פרעגן אין כמעט סיי וועלכע אשכול אין תורה און מחשבה, למעשה זענען שוין פארהאן אשכולות וואס געבן זיך ספעציפיש אפ מיט די נושא פון תורה ומדע, נישט יעדער אשכול איז געווידמעט אויף צו שמועסן פון א ריינעם וויסענשאפטליכן זין, עס זענען פארהאן אשכולות- ווי לדוגמא די דאזיגע- וואס איז געווידמעט צו אינספרירען א רעליגיעזע עקספיריענס מיטן קיצלן דעם אינטעלעקט, ס'איז נישט געשריבן פון א וויסענשאפטליכן שטאנדפונקט נאר געקינצעלטע געדאנקן להנאת הקוראים, וכבר אמרו חכמים אין משיבין על הדרש.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
נאך נהורא'ס טייערע ווערטער איז שוין נישט דא וואס צוצולייגן.
[נאר?]
די אלע סייענטיפישע נושאים – וואס גראדע האלט מיין רבי זאל זיין געזונט אז עס שטימט נישט מיט תורה - האביך נאר דערמאנט צו ברענגען תשומת לב צו א 'טרעפ' וואו מיר פאלן אריין.
ווען איהר וואלט געשטאנען ביי קריעת ים סוף מיט א ריזיגע מייקראוסקאופ און באטראכט די וואסער וועלכע האט זיך געשטעלט ווי א וואנט וואלט איהר געזעהן א גאנצע 'תהליך' וויאזוי עס ווערט אויסגעפירט ע"פ פיזיקס: איין וואסער-מאלעקועל קראכט אריין אינעם צווייטן, עס שאפט זיך א מאגנעטיק-פיעלד, איין מאגנעטישע פאול שטויסט אוועק דעם צווייטן, וכו' וכו', פונקטליך וויאזוי דער נצבו כמו נד איז ערייכט געווארן.
פאר איינעם וועט עס זיין כפירה, פאר א צווייטן אמונה.
[נאר?]
די אלע סייענטיפישע נושאים – וואס גראדע האלט מיין רבי זאל זיין געזונט אז עס שטימט נישט מיט תורה - האביך נאר דערמאנט צו ברענגען תשומת לב צו א 'טרעפ' וואו מיר פאלן אריין.
ווען איהר וואלט געשטאנען ביי קריעת ים סוף מיט א ריזיגע מייקראוסקאופ און באטראכט די וואסער וועלכע האט זיך געשטעלט ווי א וואנט וואלט איהר געזעהן א גאנצע 'תהליך' וויאזוי עס ווערט אויסגעפירט ע"פ פיזיקס: איין וואסער-מאלעקועל קראכט אריין אינעם צווייטן, עס שאפט זיך א מאגנעטיק-פיעלד, איין מאגנעטישע פאול שטויסט אוועק דעם צווייטן, וכו' וכו', פונקטליך וויאזוי דער נצבו כמו נד איז ערייכט געווארן.
פאר איינעם וועט עס זיין כפירה, פאר א צווייטן אמונה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווי געשריבן דא האט זיגמונד פרויד געהאלטן פון א מיסאטריביושאן טעאריע אין הומאר. דהיינו, אז ריכטיג הומאר איז נאר ווען ס׳דא א וויקטים [טעדענשאס, א זאך/ענטיטי וואס מ׳לאכט אפ פון] און מ׳דארף דאס (צומאל) באקליידן און עפעס ״אינאקיואס״ און ״אומשולדיג״ [נאן-טעדענשאס] כדי עס זאל קענען ״דורכגיין״ צום אודיענס און זיי נישט שאקן, באליידיגן וכו׳. אין אנדערע ווערטער, ער זאגט אז (עכ״פ גאר אסאך מאל) מ׳מיינט אז מ׳לאכט פון עפעס ״אומשולדיג״ אבער אויף וואס מ׳לאכט באמת איז די ״וויקטים״ וואס ליגט באקליידעט דערין; א סארט בקלון חבירו.
לפי״ז איז אין די פאל מעיקרא/אויבנאויף ווייסט מען טאקע נישט פארוואס ס׳איז פאני, אבער די (טיפערע) סיבה דערצו איז אז מ׳לאכט אפ פון דעם ענטיטי פון [יעדע] ״מחותן״ און מ׳פארגלייכט אים צו א הינט.
דאס קען גיין צוזאמען מיט די פונקט מ׳דערמאנט איבער די עצמיות פון איד און די עיקר כוונה אין וואס ער טוהט.
ובנוגע דעם געדאנק במה שחקק יהויקים על אמתו מיט דעם, קען מען אפשר זאגן א רמז לענין זו ווייל אונז זעה׳מיר (ב״ק יט:) אז אויב כשכשה באמתה וכוונתה להזיק דעמאלטס איז נישט קיין שאלה אז עס ווערט פאררעכענט ווי היזק קרן ע״ש; איך גיי נאך די עצם וכוונה. (יעצט, (להלן ס:) ווען כלבים שוחקים... מען... עממ... לאכט פון כלבים, די וויץ פון הינט, איז עס א סימן אויף אליהו הנביא. און די פלאץ וואו אליהו הנביא האט גע׳טענה׳ט אז די עצם פון אידן איז גוט און נאך נישט קארופטירט געווארן, ואתה הסבות וגו׳, ווערט אנגערופן ״קרן״ הכרמל; ווייל ביי קרן (ובפרט בענין האמה וכנ״ל, אשר אליהו הוא מלאך הברית כידוע) טרעפט מען דאס אז מ׳גייט נאך די עצם וכוונה כנ״ל.
ועוד קצת אפשר לומר, אז אין שבת קמט: וואו די גמרא דרש׳נט פונ׳ם פסוק (חבקוק ב טז) שבעת קלון מכבוד וגו׳ איבער די עונש פון נבוכדנצר באמתו, דרש׳נט די גמרא דארט אויך אז אין זיינע צייטן האט מען נישט געלאכט. והיינו הרמז אז לאכן קומט פון זיין ״שבע מקלון [חבירו]״ כנ״ל (וואס דאס ווייזט אויף די עצם עצמיות פונ׳ם זאך, וואס דאס איז געווען די פגם פון יהויקים באמתו, שהיה מהמלכים לעומת נבוכדנצר.
דארט ווערט אויך דערמאנט הילל בן שחר...).)
לפי״ז איז אין די פאל מעיקרא/אויבנאויף ווייסט מען טאקע נישט פארוואס ס׳איז פאני, אבער די (טיפערע) סיבה דערצו איז אז מ׳לאכט אפ פון דעם ענטיטי פון [יעדע] ״מחותן״ און מ׳פארגלייכט אים צו א הינט.
דאס קען גיין צוזאמען מיט די פונקט מ׳דערמאנט איבער די עצמיות פון איד און די עיקר כוונה אין וואס ער טוהט.
ובנוגע דעם געדאנק במה שחקק יהויקים על אמתו מיט דעם, קען מען אפשר זאגן א רמז לענין זו ווייל אונז זעה׳מיר (ב״ק יט:) אז אויב כשכשה באמתה וכוונתה להזיק דעמאלטס איז נישט קיין שאלה אז עס ווערט פאררעכענט ווי היזק קרן ע״ש; איך גיי נאך די עצם וכוונה. (יעצט, (להלן ס:) ווען כלבים שוחקים... מען... עממ... לאכט פון כלבים, די וויץ פון הינט, איז עס א סימן אויף אליהו הנביא. און די פלאץ וואו אליהו הנביא האט גע׳טענה׳ט אז די עצם פון אידן איז גוט און נאך נישט קארופטירט געווארן, ואתה הסבות וגו׳, ווערט אנגערופן ״קרן״ הכרמל; ווייל ביי קרן (ובפרט בענין האמה וכנ״ל, אשר אליהו הוא מלאך הברית כידוע) טרעפט מען דאס אז מ׳גייט נאך די עצם וכוונה כנ״ל.
ועוד קצת אפשר לומר, אז אין שבת קמט: וואו די גמרא דרש׳נט פונ׳ם פסוק (חבקוק ב טז) שבעת קלון מכבוד וגו׳ איבער די עונש פון נבוכדנצר באמתו, דרש׳נט די גמרא דארט אויך אז אין זיינע צייטן האט מען נישט געלאכט. והיינו הרמז אז לאכן קומט פון זיין ״שבע מקלון [חבירו]״ כנ״ל (וואס דאס ווייזט אויף די עצם עצמיות פונ׳ם זאך, וואס דאס איז געווען די פגם פון יהויקים באמתו, שהיה מהמלכים לעומת נבוכדנצר.
דארט ווערט אויך דערמאנט הילל בן שחר...).)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
רבי ר' הונט...
מ׳קען אפשר אויך מקשר זיין דעם ענין פון א הונט מיט אבסאלוט זערא, ווייל ווי באקאנט קען מען צו אבסאלוט זערא למעשה נישט צוקומען. (מ׳איז שוין אנגעקומען צו נאר א צעהן ביליאנסטל העכער דעם אבער (נאך) נישט ווייניגער.) אין אנדערע ווערטער, ס׳איז אלעמאל דא ״עפעס״ (א בחינה פון) תנועה בתוך תוכיותו [נושא האשכול]. יעצט, די גמרא דרש׳נט (שבת ל:) אויפ׳ן פסוק (קהלת ט ד) כי לכלב חי הוא טוב מן האריה המת, לענין שאלה ב״טלטול״ [תנועה] מוקצה בשבת ע״ש (ובפירוש הראשון ברש״י).
און אז [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וויל א קשר צו מפגלין בחצי מתיר קען מען אפשר זאגן (?...) אז אין פסחים סג. זעצט איין אביי די ברייתא דארט אז די מחלוקת איז צו מפגלין בחצי מתיר, און נישט אזוי ווי רבה/רבא אז די מחלוקת איז צו ס׳דארף זיין פיו ולבו שוים, ווייל אפילו ר״מ וועט האלטן אז ס׳דארף זיין פיו ולבו שוים ע״ש הסוגיא. יעצט, די גאנצע שמועס דא איז איבער די תוך תוכיות העצם ופינטעלע ישראלי [די לבו] און די עבודה איז דאס ארויסצוברענגען אל החוץ אז דאס זאל זיין ״שוה בפיו״ ג״כ.
און אז [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וויל א קשר צו מפגלין בחצי מתיר קען מען אפשר זאגן (?...) אז אין פסחים סג. זעצט איין אביי די ברייתא דארט אז די מחלוקת איז צו מפגלין בחצי מתיר, און נישט אזוי ווי רבה/רבא אז די מחלוקת איז צו ס׳דארף זיין פיו ולבו שוים, ווייל אפילו ר״מ וועט האלטן אז ס׳דארף זיין פיו ולבו שוים ע״ש הסוגיא. יעצט, די גאנצע שמועס דא איז איבער די תוך תוכיות העצם ופינטעלע ישראלי [די לבו] און די עבודה איז דאס ארויסצוברענגען אל החוץ אז דאס זאל זיין ״שוה בפיו״ ג״כ.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז אינטרעסאנט אז מ׳נוצט דעם געדאנק פון אבסאלוט זערא להסביר לגבי בּלאקעדזשעס וואס זענען דא ביי מענטשן. דאס איז וויבאלד ווען מ׳קילט אפ א זאך גאר שטארק און נאנט צו אבסאלוט זערא קען עס ווערן סוּפּערקאַנדאָקטיוו. דאס באדייט אז אין אלגעמיין ארבעט עלעקטריק (בקיצור נמרץ במאד מאד) אז א קאָרענט ווערט געשאפן דורך דעם וואס די מאטעריאל/עלעמענט וכו׳ האט א סעריע פון די סארט אטאמען וואס נעמען עלעקטראנס פון אנדערע אויף אנצופילן זייערע שׁעלס, וממילא האבן א [נעגאטיווע] טשארדזש וואס איז אומבאלאנסט, וואס ווערן גערופן קאַנדאָקטערס.
אין קאַנדאָקטערס אליין זענען דא מינים ווענדענדיג זיך אין ווי גוט און שנעל די ״פלוס״ פון די טשארדזשד קאָרענט פון איין עלעקטראן צו די אנדערע איז אין די מאטעריאל. דאס ווערט אנגערופן די רעזיסטענס פון די קאַנדאָקטער און קומט צושטאנד (אין חלק) אלס דעם וואס די ענערגיע גייט דאך דורך עצם פּארטיקלס וואס טוהן איר ״בלאקירן״. א סוּפּערקאַנדאָקטער איז וואו עס איז נישטא קיין רעזיסטענס און די פלוס פון ענערגיע איז 100% עפישענט; עס האט נישט קיינע שטערונגען וואס ״בלאקן״ איר. ווען מ׳קילט אפ (געוויסע) קאַנדאָקטערס צו כמעט אבסאלוט זערא ווערן זיי סוּפּערקאַנדאָקטיוו - אן קיינע ״בלאקעדזשעס״.
מ׳קען אפשר צולייגן דערין נאך מער עפ״י די מהלך אינעם אשכול פון משווה זיין רעליגיע מיט סייענס וואס זעהן נישט אויס צו גיין צוזאמען, אז סוּפּערקאַנדאָקטיוויטי ארבעט (אויך) דורך דעם געדאנק פון א קוּפּער פּאָר. והיינו, אז ביי גאר קאלטע טעמפעראטורן וואו די פּארטיקלס רוקן זיך נישט אזוי שנעל און זענען נישט אזוי עקסייטעד, טוהן זיך אביסל צאמפארן צוויי עלעקטראנס צוזאמען הגם בעצם ווילן זיי קיינמאל נישט זיין צוזאמען [האבענדיג די זעלבע נעגאטיווע טשארדזש]. דאס העלפט זיי דורכגיין דעם קאַנדאָקטער אן קיין אפהאלט. ולרמז אויף דעם פון משווה זיין צוויי זאכן וואס זעהן נישט אויס מעיקרא צו וועלן גיין צוזאמען.
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'האב לעצטענס געשמועסט מיט א זיבעציג יעריגן איד, זאג איך איהם אז עס איז דא א זאך וואס רופט זיך 'אבסעלוט זערא', די קאלטסטע טעפעראטור וואס איז שייך [בערך מיינוס 460 פערענהייט].