מילך טראק האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:אבשלום בן מעכה האט געשריבן:הער, צבי ארי'ס שלום בית מיט טובי, איז אונטערגעהינקען.
די שלום בית ביי משפחת ווייס איז אויך אונטערגעהינקען.
איך מיין אז מיסטער ווייס מיט טובי וואלט געווען א גוטע שידוך, ביידע קענען באשטיין עפעס מער...
און צבי אריה וואלט זיך גוט פארשטאנען מיט מרת ווייס... ביידע פרומע קאטשקעס...
אויב כ'געדענק גוט האט טויבי מיט יארן צירוק נישט געלאזט צבי אריה ווערען א בעל מנגן.
אפי' דאס האט געמיינט אז ער ברענגט פרנסה, דאך האט עס נישט געפאסט פאר איר..
ליגט מיר אויך אין קאפ אזוי
עטץ געדענקט נישט גוט. א מענטש איז פארט א מענטש...
צבי ארי' האט דער טאטע ר' שלום צודרוקט און אים נישט געלאזט זינגען, כאטש ער וואלט געקענט זיין א ילד הפלא ווי ווען ער האט געזונגען אין די מייק ביי נחום'ס חתונה...
זיין ווייב איז גאר אן אנדערע טיפ. זי איז בכלל נישט מחשיב זיין תורה לערנען בעת זי צערייסט זיך אין שטוב מיט די קינדער און מיטן ברענגען פרנסה. זי האט געפייגערט ער זאל ווערן א זינגער, ווי זי האט זיך אויסגעדריקט פאר צבי אריה ווי זי דמיונט ווי אלע אירע פרענדס קוקן פארגאפט אויף די זינגער ביי די חתונה און פרעגן ווער איז דאס און זי גייט ענטפערן מיט שטאלץ אז ס'איז איר מאן...
יעצט האט זי ווידער פייגלעך אין קאפ מיטן מאכן דרייווער לייסענס. א שאד דער שדכן האט איר נישט צאמגעשטעלט מיט ליפא ווייס... צוויי היימישע רעבעלן.
צבי אריה מיט גיטי וואלטן אפשר געקענט ארבעטן ווען נישט זיי זענען ברודער און שוועסטער.
עקיבא בלייבט עקיבא. ווערט צעריסן צווישן זיינע געפילן ווי אן עכטע נשמה ארטיסט. ער קען זיך נישט ברענגען צו חתונה האבן נאכאמאל אפילו מיט איינע וואס קען אים ערפילן זיין חלל, ווייל דאס וועט זיין א פארשוועכונג אין זיין ליבי...
יאסעלע איז גראדע נישט צום פארשטיין, וואס וויל ער באמת?