פייפעריי האט געשריבן:אונזער עדיוקעשן איז מינימום equivalent צו law school. באמת איז עס אסאך בעסער. ראשית ווייל עס איז אסאך מער rigorous, צווייטענס ווייל המאור שבה מחזירו למוטב. אינז האב מיר ווייניגער קריים ווי פון post secondary
וואס?! איין געזעץ בוך פילט נישט אן אלע לימודים צוזאמען וואס מ'לערנט אין א חסידישע קלאס רום. די זאכן זענען נישט קלאסיפיצירט, מאך איין באזוך אין א סוב-רעדדיט וואס נעמט עס שוין צו וויסן אזא שטות? וועם פאפסטו דא? א דורכשניטליכע סטודענט אין law school דארף אפלערנען אין א וואך מער בלאט ווי א חסידישע יונגל לערנט דורך א גאנצע זמן! א חשבון פון 30 ביז 50 בלעטער א טאג! פער קלאס! האק נישט אין קאפ אריין. און וואס טוט זיך מיט האומווארק? אלע ביכער וואס מ'האנדלט זיך איין דורכצוליינען סתם אין זייטיגע צייטן? דאס איז אוודאי אויך עקוויוועלענט. מ'רעדט נישט פון נאכשרייבן Jim fed the dog, Tim has a headache, I am sitting in the park מ'רעדט פון ערנסטע שטודירן. און יא די סכום פון נעמען נאוטס ביי אונז? כ'מוז מודה זיין צו דיר די עוורידזש גוי קען זיך פארשטעקן... יא יא פון די פני יהושע'ס און קצות'ן קובץ מפרשים נאוטס אפשר
און ניין ס'איז נישט קיין שום פראָף אויף גארנישט, ווייל ווי איך פרוביר דיר צו פארשטיין געבן, האב איך סאך הכל אפגעפרעגט זיין דאכענע סטעיטמענט אז אלע גוים זענען קרימינאלן, און אונז זעמיר באשיידן איז דאך געדרינגען אז אונזער חינוך געט ארויס בעסערע פירות בעצם קומט קריים בכלל נישט אריין אינעם שמועס. קריים האט גארנישט איינגעלייגט מיט וואס די דיפאולט קאריקילום פון יעדע אמעריקאנע בירגער זאל זיין, ביי דיפאולט זאל מען לערנען וויפיל סובדזשעקטס נאר מעגליך, נישט ווי יעצט ווי מ'לערנט קוים די אלף בית פון די בעסיקס, ביי דיפאולט זאל מען לערנען לימודי חול 4 שעה (הלוואי זאל עס זיין מער, אבער דאס איז דאך שוין השכלה גמור) מינימום, אינמיטן טאג נישט סוף טאג, ווען יעדער איז שוין עקזאסטעד גיט מען עס אזא וויש אריין אויף צו יוצא זיין, אויך זייער וויכטיג: ביי דיפאולט זאל מען
קענען וואס מ'לערנט! ס'איז חרפות און בושות וויפיל טויזנטער היימישע יונגלעך הייבן נישט אן צו קענען, נישט נאר קענען נישט נאכזאגן וואס זיי האבן געלערנט דארט, נאר זיי צוברעכן זיך די ציין מיט די ברעיסעס אינאיינעם, ארויסצוזאגן א האלבע זאץ אין די ווילד פרעמדע שפראך. מיט א גראבע אקצענט וואס ביי מיין ברודער'ס לויה וואלט איך מיך נישט געקענט פון דעם איינהאלטן... דאס איז עקוויוועלענס אויף אלע פראנטן חביבי.. ביי דיפאולט זאל מען נישט אפיסטעווען 6 אהאלב שעה טעגליך אין די ווענט פון יעדע ישיבה קטנה ווייל פון נאך לאנטש ביז מעריב לערנט א בחור נישט קיין מילא אחת אין קיין איין חסידישע ישיבה! אז דו גלייבסט מיר נישט אדרבה מאך א סופרייז וויזיט אין דיין בחור'ס ישיבה, ס'איז א קאמפליט דזשאוק! יא די 2 וואוילע בחורים חזר'ן אביסל אבער דער עולם גולם קלאצט אויפן דאך און ווערט משוגע! יעדע דריטע וואך קומט אן אנדערע בעל דרשן שטופן די צייט.. אבער 7 שעה ענגליש? נאא דאס קען מען נישט צולאזן...
דאס איז אלעס ערנסטע קריטיק וואס דארף א ריזן תיקון... אבער אוודאי אז מ'זוכט צו אנטלויפן פון די עכטע פראבלעמען ביי זיך אין חצר און לויפן צו יענעם אנטייטלען מיט די פינגער, קען מען אלס טרעפן חסרונות, דיינע פראבלעמען זענען נאך אלס געבליבן פראבלעמען. אינטערסאנט אז די טענה לויפט נישט "אונזער חינוך סיסטעם איז בעסער והא ראיה אונז מאך מיר מער געלט..." דעס זאגט קיינער נישט, הא! עשירים, האהא! קריימס, אלעס אירעלעווענט... נאר נישט מודה זיין אז אונזער עדזשוקעישן סיסטעם איז אין דער ערד. ס'איז שמאלציגע בושות! לאמיך דיך אזוי פרעגן; אפשר האבן חסידים בעסערע **** והא ראיה אז ווייניגער חסידים גט'ן זיך... מורא'דיגע מסקנה ניין?
די טענה האט דיקע שיכטן פון טפשות. איינס גרעסער פונעם צווייטן, ווער האט אפגעמאכט אז קריים מוז זיין די זעלבע סארט אין יעדע קולטור? שיין וואלט מיר אויסגעזעהן אויב די פאליס דעפארטמענט אדער די עף בי איי וואלט גענוצט אזא metric system צו מעסטן ווער ס'איז ערגער אדער בעסער. למעשה איז הרג'ענען ערגער ווי דאמעסטיק אביוז און ס'קאסט דאך שווערע געלטער אויפצוהאלטן אזויפיל צעלן און אפיצירן, ממילא פון היינט און ווייטער וועט מען נאר ארעסטירן מערדערס. וואס האט הודו מיט כוש? ווי כ'האב אויבן געפרעגט אין ווײט קאלער קריים קען מיר אונז אויך אזוי שטאלצירן מיט אונזער פעסט אהערגעשטעלטן חינוך הטהור? צורויבן די עתיד פון די קינדער דאס איז נישט קיין פארברעכן? און לאמיר פרעגן די שאלות וואס זענען נוגע צום ענין וואס יעדע טאטע מאמע און עסקן דארף זיך פרעגן: איז דער עולם פינאנציעל אינדיפענענט? איז א עוורידזש חסיד אזוי עדזשוקעיטעד אקעדעמיש ווי א graduate אז זיי קענען זיך פארמעסטן ביי א דעבאטע אזוי ווי א שטרענגע חזרה פארהער? וואס טוט זיך מיט vocabulary און ספיטש? האט ער די שפראך אין די האנט אזוי ווי אשרי? קען ער עפעס? Can he keep up with the pace of a native English speaker in conversation? ווען ער וועט זיך אנשטויסן אין סיי וועלכע ענגלישע שיעור, אינטערוויא, ביכל, לעקטשור, פאדקעסט, בריוו, ארטיקל, ביזנעס אימעיל, אדער דאקטארישע עוועליועישן, וועט ער פארשטיין יעדע ווארט? אדער וועט ער שטיין און גוגלען דריי פערטל פון די חומר? אויב איז די תירוץ ניין אויף איינס פון די שאלות, איז דאס נישט אייניג, און אוודאי און אוודאי נישט "אסאך בעסער" ביי עני מיענס. דאס הייסט נישט געקענט.
לאמיר רעדן פון די ענינים וואס זענען נוגע, נישט וויאזוי אונז זעמיר בעסער פון יענעם, ווייל דאס טוט מען אין נורסערי.
Love you all
Cut the damn crap-