צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)

שליחה דורך גענעראלע איד »

חיים גראדע איז געווען א זעלטענע אידישע שריפט-שטעלער און פאעט.

איך וועל נישט דא באשרייבן זיין ביאגראפיע, עס איז שוין מערערע מאל באשריבן געווארן און איך האב נישט דוקא וואס צו צולייגן.
[tag]גראדעמעכעלע[/tag] האט שיין געשריבן דא http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 7%93%D7%A2
מער אינפאמאציע קענט איר זען דא https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7 ... 7%93%D7%94

דער אשכול וועט זיך בעיקר באציען צו זיין מייסטער ווערק אין דעם ביכל צמח אטלאס - די ישיבה, און אויך צו זיין אפשרייב אין דעם קונטרס מיין קריג מיט הערש ראסיינער

דער שרייבער טראצדעם וואס ער האט געלעבט צווישן מאדערן אמעריקאנעם אידנטום און האט נישט באוויזן צו פארבלייבן א שומר תורה ומצוות, איז אבער קלאר אז ער איז נישט געווען קיין משכיל און איז א גאנץ לעבן געבליבן פארבענקט צו זיין פרומען יונגט און די ישיבישע סביבה. די ספעציעלקייט אין די צוויי ווערק איז דערין וואס דארט באזירט זיך דער שרייבער צו זיינע אינערליכע ראנגלענישן מיט זיין געוויסן, איבערדעם וואס ער האט פארלאזט די תורה און זיין רבי'ן דער חזון איש.

און אלע זיינע ווערק, טוט גראדע מיט זיין געשליפענע פענע צוריק ברענגען דער אידישע לעבן אין דער אמאליגע ליטא, ער שילדערט מיט א פילפארביקייט די פראסטקייט פון דעם פויער און דעם אידישקייט פון דעם עם-הארץ. ער באשרייבט די פאליטיק פון דער קהילה לעבן צונויפגעפלאכטן מיט ציטאטן פון מאמרי חז"ל וואס איז זעלטן נאך צו געפונען. דא קענט איר הערן ווי ער אליין איז מסביר וויאזוי דער אידישע ליטעראטור באלויבט דער אמאליגע דארפסמאן https://www.youtube.com/watch?v=AmLwo35B6LA

'מיין קריג מיט הערש ראסיינער' איז א אפשרייב, (אן 'עסעי' לויט גראדע'ס אייגענע ווערטער) אויף זיינע אינערליכע ויכוחים מיט אידישקייט. עס איז געשריבן אויף אן אופן ווי ער דינגט זיך מיט זיין בר פלוגתא, זיין געוועזענע חבר פון ישיבה וואס פראבירט עם צו מחזיר זיין בתשובה, און ווי ער פארטיידיגט זיך אין זיין אויסקוק אויף דער מאדערנער וועלט. מען דארף אבער דאס ליינען וויסנדיג אז ביידע צדדים פון דער ויכוח איז חיים גראדע אליין, און אויף מערערע נקודות גייט דער פרומער ארויס דער מנצח, ווי דער שרייבער וויל מודה זיין צו זיינע געוויסנביסן וואס ערגבערט עם. נאר אויפן נאווארדוקער מהלך האט ער טענות באמת. חיים גראדע האט נישט געקענט האבן אסאך מענטשן אין זיין סביבה וואס האבן זיך געקענט מיטטייליגן אין זיין וועלט אויסקוק, און ער האט געמוזט לעבן אן עלנד און אימעטיגן עקזיסטענץ. זע א לענגערע ארטיקל אויף דעם ענין דורך אלי שפיצער דא https://mosaicmagazine.com/response/art ... m-religion

אבער 'צמח אטלאס' איז א בוך וואס עס איז באמת נישטא זיין פארגלייכנס, דער שרייבער אליין, חייקל ווילנער ווי ער רופט זיך, געפונט זיך דא אין דעם בוך אלס די עיקר פיגור אין דער געשיכטע.
אנשטאט צו אנטוויקלען א סעריע פון פיגורן, גוטע מיט שלעכטע וואס אמפערן זיך איינער מיטן צווייטן, האט דער שרייבער אהערגעשטעלט כאראקטערן וואס יעדער איינער פון זיי איז סיי גוט און סיי שלעכט, יעדע פערזענליכקייט האט זיך זיינע שיינקייטן און מיאוס'קייטן. מערסנטייל פון די בלעטער שפילן זיך אפ און הארץ פונעם מענטש און זיינע ראנגעלנישן צווישן יצר טוב מיטן יצר הרע, דער שרייבער טוט צוטרעפן צום ציל מיט א פונקטליכקייט וואס קען נאר א געוועזענער נאווארדאקער מוסר'ניק אליינס.
די פאסירונג איז אהער געשטעלט אין די יארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות, און טראץ וואס די מעשה איז א נאוועלע און צמח'ן איז קיינמאל נישט געבוירן געווארן, איז זי אבער באציהט צו אמת'ע געשיכטעס, לאקאציעס און פיגורן. די געשיכטע דרייט זיך ארום חייקל ווילנער און זיין ספעציעלע קשר מיט זיין רבי'ן דער חזון איש, אדער דער 'מחזה אברהם' ווי ער ערשיינט אינעם בוך, דער שרייבער עפנט אויף א טירל צו זיינע פריוואטע איבערלעבענישן אין די סביבה פון זיין רבי און מיר באקומען אן אינטימע אריינבליק צום געדאנקענגאנג פון א גדול, וואס איז נישט בנמצא נאך אין אידישע שריפט.

דער בוך איז געדרוקט געווארן אין די זעכציגע יארן און איז נישט געדרוקט געווארן נאכאמאל אין די אריגינעלע פארמאט, ווען גראדע איז געשטארבן האט זיין משוגענעם פרוי נישט צוגעלאזט קיינעם צו זיינע כתבים, סיי איבערדרוקן אלטע און סיי דרוקן נייע נאכנישט געדרוקטע. ווען זי איז געשטארבן האט זיך אנטוויקלט א פאליטיק איבער די בעלות. פאר אפאר יאר צוריק האט עס אפגעקויפט די אמעריקנער ייאוו"א אינסטיטוט בשותפות מיטן ישראל'ישע ספרייה לאומית, ווי עס זעהט זיך אויס איז דא פאליטיק-שפילן צווישן די צוויי מוסדות און אינצווישן ווערט גארנישט געמאכט מיט די כתבים.
ווער עס פראבירט צו זוכן די איריגענעלע פארמאט פון 'צמח אטלאס' אין אידיש וועט זיך גיך איבערצייגן אז עס איז א יקר המציאות און נישט לייכט צום געפונען. מיט פינעף יאר צוריק זענען שוין דא 'ניק'ס דא אויף קאווע שטיבל וואס פרעגן זיך נאך וואו מען קען עס באקומען.
לפי עניות דעתי איז דאס א גרויס עוולה. דער שרייבער האט נישט איבערגלאזט קיין יורשים און זיין ווערק באלאנגט פארן כלל. בפרט אזעלכע בוכער ווי צמח אטלאס און מיין קריג, וואס אפי' בחייו איז קוים געווען א הייפעלע ליינער וואס האבן דאס געקענט פולקאם פארשטיין און אפלערנען, היינט צוטאגס זענען עס די ליינער פון קאווע שטיבל וואס זענען די אויפריכטיגע בעלנים פון די ווערק.

ווען עס איז מיר געלונגען צו לייגן א האנט אויף א קאפיע, האב איך געוואוסט אז איך דארף דאס באלד איינסקענען אין קאמפיוטער פארן טובה פון ציבור, אל תמנע טוב מבעליו.
עס פריידט מיר מיטצוטיילן דא בייגעלייגט די ערשטע צוויי קאפיטלען, אז עס וועט זיך זיין א פארלאנג וועל איך ארויפשטעלן די איבעריגע.

ליינט און האט הנאה

http://ge.tt/7rTSucA3

(די לינק איז שוין געווארן אפדעיטעד צו בעסערע קוואליטעט און צוגעלייגט די איבעריגע חלקחם פון ערשטן באנד. ג.א.)



די אידיש איז פאצייטנס ליטוויש, און אסאך פון די נעמען הערן זיך נישט היימיש היינט אבער עס איז ווערט די 'עפארט'!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גענעראלע איד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

WOW!!!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

wow
איך זוך שוין דעם ביכל יארן. א ריזיגן דאנק.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

Re: צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)

שליחה דורך אמת וצדק »

א גרויסען דאנק פארן אהערברענגען דעם בוך.
וואס איז מיט די ערשטע בוך ״מוסרניקעס-מיין קריג מיט הערש ראסיינער״, איך האב דאס אויך נישט געטראפען אנליין.
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך גענעראלע איד »

אמת וצדק האט געשריבן:א גרויסען דאנק פארן אהערברענגען דעם בוך.
וואס איז מיט די ערשטע בוך ״מוסרניקעס-מיין קריג מיט הערש ראסיינער״, איך האב דאס אויך נישט געטראפען אנליין.

[tag]אמת וצדק[/tag] דא האט איר, עס'עט מיר זיין אינטארסאנט צו הערן וואס איר זאגט דערויף
https://drive.google.com/file/d/1hjbvg7 ... p=drivesdk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום גענעראלע איד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)

שליחה דורך אמת וצדק »

גענעראלע איד האט געשריבן:[tag]אמת וצדק[/tag] דא האט איר, עס'עט מיר זיין אינטארסאנט צו הערן וואס איר זאגט דערויף
https://drive.google.com/file/d/1hjbvg7 ... p=drivesdk
א גרויסען דאנק, כ׳וועל דאס דורכליינען, און זיך לאזן הערן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

כוכב האט געשריבן:wow
איך זוך שוין דעם ביכל יארן. א ריזיגן דאנק.

גם אני מצטרף. איך האב דאס אפילו געבעטן דא ברבים פון דעם עסקן נמרץ לכל קדשי בית חיים גראדע הזקן ר' בערעלע
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך גענעראלע איד »

א גוטן טאג.

דא האט איר די איבעריגע פיילס פונעם ערשטן באנד. איך האב אויך אפגרעידעד די קוואליטעט פון די ערשטע צוויי.

http://ge.tt/7rTSucA3
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

דאונלאודט זיך נישט.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך גענעראלע איד »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:דאונלאודט זיך נישט.

איך זעה דא אז מענטשן האבן דאונלואדעד, וואס עפנט זיך ביי דיר ווען די קליקסט דעם לינק?
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

כזע יעצט, סאיז א פילטער אישו, די סייט עפנט זיך ווען איך קליק דאונלאוד זעט מען אונטן וועיטינג פאר טעלאוקיו.

בקיצור, נישט דיין פאלד.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישר כל [tag]גענעראלע איד[/tag] פאר די חשוב'ע ארבעט לזכות הציבור. צמח אטלעס איז א וויכטיגע ווערק.עס גיבט א אינטערסאנטע אריינבליק אינעם לעבן פונעם ליטווישן ייִדנטום פארן קריג.
פיקח עצום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 21, 2020 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך פיקח עצום »

א גרויסן ייש"כ פאר אייערע ארבעט, ב"ה יעצט גענדיגט ליינען.
איך קען קוים ווארטן אויפן 2טן טייל! כהאף אז איר האט עס
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

מיין קאפיע פון צמח אטלאס מיט דער כתב יד פונעם בעל מחבר.
WhatsApp Image 2021-01-28 at 08.03.07.jpeg
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך גענעראלע איד »

פיקח עצום האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ פאר אייערע ארבעט, ב"ה יעצט גענדיגט ליינען.
איך קען קוים ווארטן אויפן 2טן טייל! כהאף אז איר האט עס

איך האב היינט צוגעלייגט די צווייטע באנד צום פאלדער.

דא האט איר דער לינק נאכאמאל http://ge.tt/7rTSucA3
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך גענעראלע איד »

צפור בודד האט געשריבן:מיין קאפיע פון צמח אטלאס מיט דער כתב יד פונעם בעל מחבר.
WhatsApp Image 2021-01-28 at 08.03.07.jpeg

די סקען וואס איך האב אפלאודעד איז אויך פון א קאפיע וואס האט דעם כתב יד פונעם מחבר, פארדעם טאקע האב איך אויך געלייגט די שער בלעטער...
http://ge.tt/7rTSucA3
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
פיקח עצום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 21, 2020 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך פיקח עצום »

א גרויסן ייש"כ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גענעראלע איד: איך בין מקיים דיין רצון. איך ענטפער דיר ברבים.

דער גרויסער שרייבער און פאעט חיים גראדע איז געווען איינער אין א דור. ס'זענען געווען עטליכע גרויסע און בארימטע שרייבער ביי אידן. איך רעד שוין נישט פון דעם מנוול און אפיקורס אייזיק באשעוויס זינגער. ער האט געקענט שרייבן א ביסל מיט א אידישן טעם אויך. אבער קיין נאבעל פרייז פאר ליטעראטור האט ער זיכער נישט פארדינט. און אפילו דער אנשטענדיגער, און ערליכער איד שמואל יוסף עגנון, וועלכער האט געשריבן גאנץ גוטע ווערק. קומט אויך נישט צו דעם סטיל פון חיים גראדע. ער האט געשילדערט א סצענע מיט אזא פשטות און אזוי דעטאלירט אז דו האסט געמיינט אז דו לעבסט מיט די מעשה אין יעצטיגן מאמענט. און ער האט קיינמאל נישט געמאכט א טעות אדער געשריבן אן עם הארצות ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון אידישע זאכן. ווייל דער ישיבה בחור איז נאך געווען אין איהם.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

צמח אַטלאַס, קאַפּיטל 1
פאָרגעלייענט אויף יו-טוב, מיט א ביאור דורך פּראָפעסאָר דוד קאַץ פון װילנע
https://www.youtube.com/watch?v=LCA39yZh-_E

זעהט אויפן זעלבן קאַנאַל Yiddish With Noyekh, די װייטערדיגע חלקים

----------------
דער בוך צו לייענען און לאָודן באַם "יידישער ביכער צענטער": https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... di-yeshive

-----------

פאַרהאַן א פּראָפעסיאָנעלער פילם, באַזירט אויפן עסעי "מיין קריג מיט הערש ראסיינער" The Quarrel
https://thequarrelmovie.com/
כ'האב אַמאָל געזעהן ס'גאַנצע אויפן געװעב פאַר אומזיסט, ס'האָט מיר שטאַרק באַנומען. געדענק'ך נישט אויפן מינוט גענוי װאו
Just another nerd
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך גענעראלע איד »

נײגעריגער האט געשריבן:פאַרהאַן א פּראָפעסיאָנעלער פילם, באַזירט אויפן עסעי "מיין קריג מיט הערש ראסיינער" The Quarrel
https://thequarrelmovie.com/
כ'האב אַמאָל געזעהן ס'גאַנצע אויפן געװעב פאַר אומזיסט, ס'האָט מיר שטאַרק באַנומען. געדענק'ך נישט אויפן מינוט גענוי װאו

דא איז די לינק וואו דו קענסט עס זען, הגם לדעתי איז דאס נישט צוגעטראפן צום פינטל לויט די כוונת המחבר
ערשטע טייל https://www.youtube.com/watch?v=NPd0ySfvrPA
צווייטע טייל https://www.youtube.com/watch?v=DAlxm9xVBBw
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
באניצער אוואטאר
גענעראלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך גענעראלע איד »

נײגעריגער האט געשריבן:דער בוך צו לייענען און לאָודן באַם "יידישער ביכער צענטער": https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... di-yeshive

די וועבסייט האט ערשט ארויפגעלייגט דאס נעכטן.
פון וואנט ווייס איך? ווייל ווען איך האב געזוכט א קאפיע פון דעם בוך האב איך ארויסגעשיקט פארשידענע אימעילס צו וועם איך האב געהאלטן אז עס קען מיר העלפן. נעכטן האב איך באקומען אן אימעיל צוריק פון 'אידיש מיט ר' נח' אז מען האט יעצט ארויפגעלייגט צמח אטלאס אויפן אינטערנעט, איך האב א חשש אז מיין ארויפלייגן א סקען אויף קאווע שטיבל האט אינטערגעטריבן די ייאוו"א אינסטיטוציע זאל זיך אונטעריאגן... ;)
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

אַ האַרציגן יש"כ פאַר אייער מיה אַהערצושטעלן אזא געװאַלדיג בוך להנאת הציבור.

איין קליינע הערה: אויף װי װייט איך װייס האט "ײװא" (יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט) קיין שייכות מיטן "יידישער ביכער צענטער" (הויפּטקװאַרטירט אין מאַסעטשוסעטס). זיי זענען באַזונדערע אינסטוטוציעס.
Just another nerd
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)

שליחה דורך אמת וצדק »

https://vimeo.com/206561515

דא קען מען זען די גאנצע פילם.
פארשפארט