ווערטער געפעכט צווישן סאטמאר רז"ל און רבי מענדל בן מהר"א

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

שמעון וואלף האט געשריבן:
פייפעריי האט געשריבן:דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל

The poorest place in the United States is not a dusty Texas border town, a hollow in Appalachia, a remote Indian reservation or a blighted urban neighborhood. It has no slums or homeless people. No one who lives there is shabbily dressed or has to go hungry. Crime is virtually nonexistent.

https://www.nytimes.com/2011/04/21/nyre ... place.html

Whom are you kidding?
טאקע נישטא קיין קריים אין מאנרא? וויפול רעדער געשטאכן, שטיינער געווארפן, פענסטער אויסגעשאסן, פייער אינטערגעצינדן, גניבות וגזילות, טערעראזירענדע פני קאולס? דאס אז די געליטענע ווילן נישט מסר'ן טוישט נישט די מציאות.
ביטע קוואוט נישט נאך די טיימס מיט א געמאכטע תמימות ווען ביני ובינך ווייסמיר די אמת.

ווי האט יענער געזאגט, יא מ'האט געשטאכן רעדער, באקלאפן די ביינער און ס'איז ווייטער שטיל.

וויאזוי זאגט קטלא אין זיין בוך? ווען דו הייבסט אן קומען מיט נומבערס וועלן מענטשן פרובירן עס אפצושלאגן אך, וואס רעדסטו? דאס איז דאך סך הכל די אפיציעלע פעדעראלע נומערן אבער בעצם פארדינט דער עולם יא שיין... הייסט עס אז דער כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות איז מקוים געווארן, עטס זענטס גאר א באנדע רויבערס? אופפס... א סעלף דיפיטינג סטעיטמענט..
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
פייפעריי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:24 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך פייפעריי »

סאנטיאגא האט געשריבן:
פייפעריי האט געשריבן:דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל .

איך בין נישט זיכער וואס דו ווילסט מיט דעם. גוגל איז נישט די אורים ותומים, אבער ווען אהרן טייטלבוים שטעלט זיך אויף און מאכט אזא אמעראצישע classification אין די צייט וואס די Department of Justice Bureau האט צאמגעשטעלט א רייכן קונטרס מיט דייטליכע סטאטיסטיקס אויף יעדע correlation פון קרימינאלן מיט עדזושקעישן וואס דו קענסט נאר טראכטן, און אלעס איז עוועליבל בחינם אויסצוטשעקן, און ער איז אזוי שטערבליך off קומט מיר מאדנע גרימאסן אויף די וואנצעס און שנויצן און לאזט מיר איבער מיט טיפע רחמנות געפילן אויף אלע זיינע בלינדע נאכפאלגער וואס נעמען אן זיינע ווערטער (און די ווערטער פון יעדע פירער וואס ווייסט נישט וואס ער רעדט) ווי קודש קדשים. פארשטייט זיך דאס איז אלעס אויב די טענה איז בכלל רעלעוואנט...

אדרבה כאפטס אלע בליק אויף page 2 אונטן ביי די ברייטע שורות. אין מיין פריערדיגע סטאדי זענען די נומבערס נאך געווען בחסד דאס איז איז א דראסטישע טראסק פון 4 פראצענט מיט עפעס וואס האבן נישט קיין דעגרי צו 2.8 ביז 2.3 פראצענט, און אין די ריפארט ברענגען זיי, אז זיי שאצן א חשבון פון 40 פראצענט שטאטישע ארעסטאנטן און 27 פראצענט פעדעראלע, וואס האבן נישט געזעהן די אינעווייניג פון א קאלידזש אין זייער לעבן... קומט ער מיר אוועקמאכן א גוטע חינוך ווייל גאנץ אמעריקע באשטייט פון "דראג עדיקס" און קאר פלינדערייען... אזוי ווייט פונעם מציאות צו זיין?!


וואו זעסטו אין זיינע ווערטער א סתירה מיט די סטאטיסטיקס. סך הכל זאגט ער אז די יודישע עדיוקעשן איז בעסער פון די גוישע והא ראיה עס איז דא ווייניגער קריים. אדרבה, די correlation איז פראוו אז אונזער עדיוקעשן איז בעסער.

אונזער עדיוקעשן איז מינימום equivalent צו law school. באמת איז עס אסאך בעסער. ראשית ווייל עס איז אסאך מער rigorous, צווייטענס ווייל המאור שבה מחזירו למוטב. אינז האב מיר ווייניגער קריים ווי פון post secondary.
פראביר דעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:24 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך פראביר דעס »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:מהרז"ל האט געענטפערט זייער נאריש און קינדיש איבער די פעלדער געזעץ. ס'איז מעגליך אז ער איז גערעכט, אבער אויף די פראגע פון ר' מענדל האט ער נישט געענטפערט, און מ'רעדט נישט אזוי שארף צו א רב ברבים אויף אן אלטע מעשה וואס האט פאסירט 2 יאר צוריק.


ד"א געהערט די רעקארדינג, ר"מ רעדט זייער רוהיג, רז"ל רעדט מיט אזא כעס און האס, א חלק פונעם נאבעלקייט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


איך קען אפשר אויך הערן?
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

שמעון וואלף האט געשריבן:
פייפעריי האט געשריבן:איך געדענק גוט יענע צייטן. יעדע עבירה'לע איז געווארן איבערגעגעבן פאר די אינסטאנצן.

מאלעסטעישן איז אויך באריכטעט געווארן?

דאס איז שוין מסירה...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

פייפעריי האט געשריבן:וואו זעסטו אין זיינע ווערטער א סתירה מיט די סטאטיסטיקס. סך הכל זאגט ער אז די יודישע עדיוקעשן איז בעסער פון די גוישע והא ראיה עס איז דא ווייניגער קריים. אדרבה, די correlation איז פראוו אז אונזער עדיוקעשן איז בעסער.

ער האט דאך אבער דאס נישט געזאגט.. הער איבער די שמועס, ביי 5:32 די שקרים וכזבים וואס דער פלאפלט דארט צאם, אזוי? נישט דא קיין רוצחים? און זייט ווען איז א רוצח נאר איינער וואס הארגעט אויף טויט? מ'קען נישט הרג'ענען א מענטש גייסטיש? גנבים, ווייסט יעדער ביי זיך דעם אמת א שאד די צייט.

אויסער דעם וואס די ארגומענט קומט נישט אריין בנוגע די קאנסטרוקטיווע פארבעסערונג וואס ס'פארלאנגט זיך פון די היימישע קאריקילום. איז עס א קאגניטיוו בייעס, אויב דו גייסט לאזן פאלן אזעלכע ווערטער אז גוים זענען רוצחים און רויבערס, קענסטו נישט איגנארירן די אלע מיליאנען סוקסעס סטאריס וואס אמעריקאנע אינסטיטושונס פראדוצירן סיי פון אן אקעדעמישע פוינט אף וויאו, סיי פון אן innovative פוינט אף וויאו, און אפגערעדט פון א פינאנציעלע פוינט אף וויאו, איך קען אויך קומען זאגן אז אלע חסידים זענען מאלעסטערס און ווילדע דרייווערס, און שטינקען, אזוי ווי אסאך גוים גלייבן טאקע... דאס איז דאך אבער בייעס און ביגעטעד. און אז דו ביזט גוט מחונך געווארן גלייב איך אז דו ווייסט דערפון...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

פייפעריי האט געשריבן:אונזער עדיוקעשן איז מינימום equivalent צו law school. באמת איז עס אסאך בעסער. ראשית ווייל עס איז אסאך מער rigorous, צווייטענס ווייל המאור שבה מחזירו למוטב. אינז האב מיר ווייניגער קריים ווי פון post secondary

וואס?! איין געזעץ בוך פילט נישט אן אלע לימודים צוזאמען וואס מ'לערנט אין א חסידישע קלאס רום. די זאכן זענען נישט קלאסיפיצירט, מאך איין באזוך אין א סוב-רעדדיט וואס נעמט עס שוין צו וויסן אזא שטות? וועם פאפסטו דא? א דורכשניטליכע סטודענט אין law school דארף אפלערנען אין א וואך מער בלאט ווי א חסידישע יונגל לערנט דורך א גאנצע זמן! א חשבון פון 30 ביז 50 בלעטער א טאג! פער קלאס! האק נישט אין קאפ אריין. און וואס טוט זיך מיט האומווארק? אלע ביכער וואס מ'האנדלט זיך איין דורכצוליינען סתם אין זייטיגע צייטן? דאס איז אוודאי אויך עקוויוועלענט. מ'רעדט נישט פון נאכשרייבן Jim fed the dog, Tim has a headache, I am sitting in the park מ'רעדט פון ערנסטע שטודירן. און יא די סכום פון נעמען נאוטס ביי אונז? כ'מוז מודה זיין צו דיר די עוורידזש גוי קען זיך פארשטעקן... יא יא פון די פני יהושע'ס און קצות'ן קובץ מפרשים נאוטס אפשר

און ניין ס'איז נישט קיין שום פראָף אויף גארנישט, ווייל ווי איך פרוביר דיר צו פארשטיין געבן, האב איך סאך הכל אפגעפרעגט זיין דאכענע סטעיטמענט אז אלע גוים זענען קרימינאלן, און אונז זעמיר באשיידן איז דאך געדרינגען אז אונזער חינוך געט ארויס בעסערע פירות בעצם קומט קריים בכלל נישט אריין אינעם שמועס. קריים האט גארנישט איינגעלייגט מיט וואס די דיפאולט קאריקילום פון יעדע אמעריקאנע בירגער זאל זיין, ביי דיפאולט זאל מען לערנען וויפיל סובדזשעקטס נאר מעגליך, נישט ווי יעצט ווי מ'לערנט קוים די אלף בית פון די בעסיקס, ביי דיפאולט זאל מען לערנען לימודי חול 4 שעה (הלוואי זאל עס זיין מער, אבער דאס איז דאך שוין השכלה גמור) מינימום, אינמיטן טאג נישט סוף טאג, ווען יעדער איז שוין עקזאסטעד גיט מען עס אזא וויש אריין אויף צו יוצא זיין, אויך זייער וויכטיג: ביי דיפאולט זאל מען קענען וואס מ'לערנט! ס'איז חרפות און בושות וויפיל טויזנטער היימישע יונגלעך הייבן נישט אן צו קענען, נישט נאר קענען נישט נאכזאגן וואס זיי האבן געלערנט דארט, נאר זיי צוברעכן זיך די ציין מיט די ברעיסעס אינאיינעם, ארויסצוזאגן א האלבע זאץ אין די ווילד פרעמדע שפראך. מיט א גראבע אקצענט וואס ביי מיין ברודער'ס לויה וואלט איך מיך נישט געקענט פון דעם איינהאלטן... דאס איז עקוויוועלענס אויף אלע פראנטן חביבי.. ביי דיפאולט זאל מען נישט אפיסטעווען 6 אהאלב שעה טעגליך אין די ווענט פון יעדע ישיבה קטנה ווייל פון נאך לאנטש ביז מעריב לערנט א בחור נישט קיין מילא אחת אין קיין איין חסידישע ישיבה! אז דו גלייבסט מיר נישט אדרבה מאך א סופרייז וויזיט אין דיין בחור'ס ישיבה, ס'איז א קאמפליט דזשאוק! יא די 2 וואוילע בחורים חזר'ן אביסל אבער דער עולם גולם קלאצט אויפן דאך און ווערט משוגע! יעדע דריטע וואך קומט אן אנדערע בעל דרשן שטופן די צייט.. אבער 7 שעה ענגליש? נאא דאס קען מען נישט צולאזן...

דאס איז אלעס ערנסטע קריטיק וואס דארף א ריזן תיקון... אבער אוודאי אז מ'זוכט צו אנטלויפן פון די עכטע פראבלעמען ביי זיך אין חצר און לויפן צו יענעם אנטייטלען מיט די פינגער, קען מען אלס טרעפן חסרונות, דיינע פראבלעמען זענען נאך אלס געבליבן פראבלעמען. אינטערסאנט אז די טענה לויפט נישט "אונזער חינוך סיסטעם איז בעסער והא ראיה אונז מאך מיר מער געלט..." דעס זאגט קיינער נישט, הא! עשירים, האהא! קריימס, אלעס אירעלעווענט... נאר נישט מודה זיין אז אונזער עדזשוקעישן סיסטעם איז אין דער ערד. ס'איז שמאלציגע בושות! לאמיך דיך אזוי פרעגן; אפשר האבן חסידים בעסערע **** והא ראיה אז ווייניגער חסידים גט'ן זיך... מורא'דיגע מסקנה ניין?

די טענה האט דיקע שיכטן פון טפשות. איינס גרעסער פונעם צווייטן, ווער האט אפגעמאכט אז קריים מוז זיין די זעלבע סארט אין יעדע קולטור? שיין וואלט מיר אויסגעזעהן אויב די פאליס דעפארטמענט אדער די עף בי איי וואלט גענוצט אזא metric system צו מעסטן ווער ס'איז ערגער אדער בעסער. למעשה איז הרג'ענען ערגער ווי דאמעסטיק אביוז און ס'קאסט דאך שווערע געלטער אויפצוהאלטן אזויפיל צעלן און אפיצירן, ממילא פון היינט און ווייטער וועט מען נאר ארעסטירן מערדערס. וואס האט הודו מיט כוש? ווי כ'האב אויבן געפרעגט אין ווײט קאלער קריים קען מיר אונז אויך אזוי שטאלצירן מיט אונזער פעסט אהערגעשטעלטן חינוך הטהור? צורויבן די עתיד פון די קינדער דאס איז נישט קיין פארברעכן? און לאמיר פרעגן די שאלות וואס זענען נוגע צום ענין וואס יעדע טאטע מאמע און עסקן דארף זיך פרעגן: איז דער עולם פינאנציעל אינדיפענענט? איז א עוורידזש חסיד אזוי עדזשוקעיטעד אקעדעמיש ווי א graduate אז זיי קענען זיך פארמעסטן ביי א דעבאטע אזוי ווי א שטרענגע חזרה פארהער? וואס טוט זיך מיט vocabulary און ספיטש? האט ער די שפראך אין די האנט אזוי ווי אשרי? קען ער עפעס? Can he keep up with the pace of a native English speaker in conversation? ווען ער וועט זיך אנשטויסן אין סיי וועלכע ענגלישע שיעור, אינטערוויא, ביכל, לעקטשור, פאדקעסט, בריוו, ארטיקל, ביזנעס אימעיל, אדער דאקטארישע עוועליועישן, וועט ער פארשטיין יעדע ווארט? אדער וועט ער שטיין און גוגלען דריי פערטל פון די חומר? אויב איז די תירוץ ניין אויף איינס פון די שאלות, איז דאס נישט אייניג, און אוודאי און אוודאי נישט "אסאך בעסער" ביי עני מיענס. דאס הייסט נישט געקענט.

לאמיר רעדן פון די ענינים וואס זענען נוגע, נישט וויאזוי אונז זעמיר בעסער פון יענעם, ווייל דאס טוט מען אין נורסערי.
Love you all
Cut the damn crap-
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קען זיין האסט אפשר (סעמי) וועליד נקודות אבער דיין שמוציגע אנטיסעמיטישקייט איז הפלא ופלא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

געפעלט מיר ווי @סאנטיאגא לערנט אריין אין אהרן טייטלבויםס ווערטער ווי דער אור החיים הקדוש אין חומש....רוצחים בגוף, רוצחים בנפש....

כהאב שוין מורא אז ער איז א אויפגעקלערטע זאלי....
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

איך אויך האט געשריבן:קען זיין האסט אפשר (סעמי) וועליד נקודות אבער דיין שמוציגע אנטיסעמיטישקייט איז הפלא ופלא.

סיריעסלי? אז דו ווילסט מיך עפעס אנרופן כאטש סוספעקט אז איך בין א משכיל, אבער דעם טיטל וואס דו געסט מיר אין די צייט וואס איך קוואוט דא אפענע ראסיסטישע סטעיטמענטס פון א מנהיג בישראל און איך בין דער העיטער גאר? Wow
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:געפעלט מיר ווי @סאנטיאגא לערנט אריין אין אהרן טייטלבויםס ווערטער ווי דער אור החיים הקדוש אין חומש....רוצחים בגוף, רוצחים בנפש....

https://youtu.be/CZapzNePl5s
דא צום סוף
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
פארשפארט