רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
איך וועל מקיים זיין מוצא פי, און ממשיך זיין אצינד מיט אונזער געשיכטע. וויבאלד עס איז אריבער עטליכע חדשים פון די פריעדיגע פארזעצונג, וועל איך בלויז דערמאנען די ליינער וואו מיר האבן געהאלטן ביים לעצטן פארזעצונג.
דער מצב פונעם רבי'ן ווערט וואס אמאל ערגער און ערגער, בשעת פון איין זייט סטראשעט ער מיטן אריבערגיין צום קריסטנהום אויב מען וועט אים נישט איבערלאזן, און פון די אנדערע זייט איז ער געווארן שטארק דעפרעסט פון זיין ברודער'ס פטירה (אויף אזוי ווייט אז לויט איין גירסא האט ער פרייטאג-צו-נאכטס ביי קידוש אויסגעגאסן די וויין און אראפגעווארפן דעם בעכער). ווידער פון די אנדערע זייט לעבט דער רבי אין חשדות אויף אלע זיינע ארומיגע, ער איז חושד אז מען וויל אים פאר'סמ'ען אדער שעדיגן... די גבאים מיט די רביצין האבן ענדערש געוואלט ראטעווען דעם כבוד פון דעם הויף, ווי דער געזונט פונעם רבי'ן גופא.
די גבאים מיט די רביצין האבן דאן מטכס עצה געווען, און מיט די הילף פונעם רבי'נס נאנסטער מענטש – דער דאקטער אלמוגן פון ליעווי, וועמען מען האט אונטערגעשמירט אז ער זאל מיטארבעטן מיטן הויף – האט מען ארויסגענארט דעם רבי'ן אויסער די שטאט, וואו ער האט געשמאק פארברענגט מיטן דאקטער, בשעת דער דאקטער גיבט אים צו טרינקען אן איינשלעפערונגס געטראנק, פון וואס דער רבי פאלט אריין אין א טיפן שלאף.
גראד דאן קומען די גבאים אן, מען בינדט צו דעם רבי'ן און אינאיינעם מיט די רביצין לאזט מען זיך ארויס אין וועג.
א פארכאפונג אויפן רבי'ן!
אצינד ליינט ווייטער
די געשיכטע מיט די פארכאפונג האט זיך אפגעשפילט אויף א מאנטאג, כ"א טבת, עטליכע וואכן נאך חנוכה פון יאר תרכ"ט לפ"ק. יענעם פארמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אינאיינעם מיטן פארשלאפענעם רבי'ן, עס האט אבער גענומען מער פון צוויי טעג, ביז מען איז אנגעקומען צום גרעניץ קיין אוסטריה, וואו מען האט געזאלט ברענגען דעם רבי'ן קיין סאדיגורא.
וואס האט גענומען אזוי לאנג ביזן אנקומען צום גרעניץ?
ווי נאר מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג, נאך אינעם זעלבן טאג, בשעת דער רבי איז נאך געשלאפן און געפירט געווארן אויף די וועגן צום גרעניץ, איז די נייעס ארויסגערינען אויף די גאס און די חסידים האבן שוין געוויסט אז מען האט פארכאפט דעם רבי'ן. עס האט נישט גענומען לאנג ביז עס איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע און פון דארט ביז די פאליציי און באעערדע איז דער וועג זייער נאנט. די גוי'אישע צייטונגען האבן גראד אנגעהויבן צו העצן, אז מען האט פארכאפט די ראבינער וויבאלד ער וויל זיך שמד'ן, און די חסידים לאזן אים נישט...
עס איז געווארן א ויצעקו און א סענזאציע אין די גאנצע געגנט. אלע האבן געפאדערט צו וויסן "וואו געפינט זיך דער ראבינער?" – א זאך וואס קיינער האט דערויף נישט געהאט קיין תשובה. די צייטונגען וואס ווערן צוטירט אין פארשידענע מקורות, ליינען זיך זייער שרעקליך, מעלדנדיג איבער א קידנעפינג, א מענטש פארכאפונג און גניבה. א תקופה נאך די פאסירונג, האבן זיך די צייטונגען נאכנישט געקענט אריאנטירן און כסדר געשריבן איבער די דאזיגע פאסירונג מיט גרויס אויפברויז און פארריבל אז אזאנס האט פאסירט.
צווישן די גוי'אישע בעאמטע איז מען אויך נישט געשלאפן. נאך אינעם זעלבן מאנטאג פון די פארכאפונג, האט דער פאליציי הויפט "פרעפעקט" - וואס ליאווי האט זיך געפינען אונטער זיין אויפזוכט – געשיקט א טעלעגראם צום אינערן מיניסטער "מייהיל קאגאלניציאנא", אז די אידן ווילן אפהאלטן דעם ראבינער פון זיך טויפן און דעריבער האט מען אים פארכאפט. דער פאליציי הויפט האט געוויסט צו דערציילן זייערע פלענער, אריבערצופירן דעם ראבינער דורכ'ן טייך, קיין יאסי, און פון דארט אריבערגיין דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דער אינערן מיניסטער האט נישט פארשווענדעט קיין צייט און תיכף געלאזט וויסן די אינפארמאציע פאר די פאליציי אין יאסי, באפעלנדיג אז מען זאל גראד ארעסטירן די פארברעכער און זיי ברענגען צו גערעכטיגטקייט.
עס איז נאך פאראן אפגעהיטן א קאפיע פון א צייטונג, וואס פלעגט זיך קאנטערטרירן אויף געזעץ און געריכט, דער בריוו אויסטויש צווישן דעם אינערן מיניסטער און די פאליציי שעף פון יאסי. דארט איז פאבליצירט אן ענטפער וואס די פאליציי הויפט פון יאסי האט צוריקגעשיקט פארן אינערן מיניסטער, נעמליך אז ער האט שוין באקומען די אינפארמאציע איבער דאס פארכאפונג שוין פון פריער און אז דער רבי איז שוין אנגעקומען קיין יאסי, נאר וויסנדיג אז מען זוכט זיי, זענען זיי אנטלאפן אינמיטן נאכט קיין בוטשאן.
אינעם זעלבן צייטונג איז פאראן א בריוו פון די פאליציי פון בוטשאן, וואו זיי מעלדן אז מען האט פארשטערקערט די זוך אקציע נאכן רבי'ן און אז לויט זייער אינפארמאציע איז דער פלאן אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, כדי אנצוקומען קיין שאץ, וואו עס וואוינט א גרויסער ראבינער (וועלכער צדיק האט געוואוינט בימים ההם אין שאץ? – אויב איינער פון די ליינער קענען דאס קלארשטעלן...). עס איז אויך פאראן א בריוו פון די פאליציי פון פאלטישאן, אז ער וועט פארזיכערן אז קיינער וועט נישט אריבערגיין דעם גרעניץ דורך זיין גלילות.
צווישן די בריוו פון די רעגירונגס איינגעשטעלטע, ווערט אויך אויפברענגט דעם חשד אז מעגליך אז מען האט גע'הרג'עט דעם רבי'ן. זיי האבן שוין געהאט די אינפארמאציע אז דער רבי געפינט זיך שוין אין באקאווינע, אבער האבן אויך געוויסט אז דער רבי איז נאכנישט אריבערגעגאנגען דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דעריבער האט מען זיך קאנצטערטריט בעיקר אויף יענעם ראיאן.
עס דארף באמערקט ווערן, אז אין אלע בריוו ווערט כסדר דערמאנט דעם פאקט, אז דער רבי איז פארכאפט געווארן מיטן ציל, אים נישט צו דערלאזן זיך טויפן און אריבערגיין צום קריסטהום. דאס ווייזט ווי אומקראנט די אמאליגע נייעס זענען געווען, בשעת היינט איז קלאר אז דער ליעווער האט אזעלכע מחשבות קיינמאל נישט געהאט. אדרבה, נאכדעם וואס ער איז באפרייעט געווארן און האט געהאט די געלעגנהייט צו טון וואס ער האט געוואלט, איז אים קיינמאל נישט אויפגעקומען אויף די געדאנק זיך צו שמד'ן, טראצדעם וואס אנדערע האבן געלייגט פיל האפענונגען דערויף. עס ווייזט נאר דערויף, אז די שמועות אין גאס האבן אזוי געלויטעט, דאס איז געווען וואס די קריסטן האבן פראבירט צו פראפעגאנדירן און דאס איז געווען די מעגליכע אפיציעלע תירוץ פון די גבאים מיט די רביצין.
במשך פון די צוויי טעג, פון מאנטאג, כ"א טבת תרכ"ט, ביז די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, האט דער גאנצער געגנט געקאכט ווי א קאך לעפל, אלע האבן געוואלט וויסן וואו דער רבי איז און וואס עס האט פאסירט מיט אים. אויך די רעגירונג בעאמטע האבן געארבעט פיבערהאפטיג אפצושטעלן דעם סקאנדאל און אפירזוכן דעם רבי'ן אים צו באפרייען.
עס זענען אפילו פארגעקומען ארעסטן אויף מענטשן וועמען מען האט פארדעכטיגט אין האבן א פארבינדונג מיט דעם סקאנדאל. צווישן אנדערע זענען ארעסטירט געווארן: ניסטאר וועקסלער פון ליעווע – דער אויפזעער אויפן הויף; מרגליס סימון רייזנער פון יאסי; חיים לייב דיימאנט פון בוטשאן – ביי וועמען מען האט געפינען אן ערלויבעניש אריבערצופירן דעם רבי'ן דעם גרעניץ, וויבאלד ער איז זייער קראנק; מארקא (מאיר) פיינסער – דער מעיאר פון ליעווע; נפתלי רעטשער פון בראטשקאוויץ און לייב הערמאן פון קאהאל – ביי וועמען מען האט געפינען דאקיומענטירטע פלענער ווי אזוי צו פארכאפן דעם רבי'ן מיט געוואלד. לויט ווי עס קוקט אויס, זענען געווען פארמישט הויכראנגיקע פערזאנען, ביי וועמען מען האט געשמירט מיט שוחד, אז זיי זאלן מיטארבעטן מיט די פלענער.
די דאזיגע אידן, ווי אויך פילע אנדערע וועמען מען האט ארעסטירט, האט מען גענומען אויף אויספארשונג און פראבירט צו דערגיין ביי זיי וואו אצינד דער רבי געפינט זיך. פון דארט האבן די בעאמטע גענאשט זייער אינפארמאציע, וואס זיי האבן געשריבן אויף די אויבנדערמאנטע בריוו. עס איז געווען א רעדע אז מען האט מעגליך גע'הרג'עט דעם רבי'ן, נאכן זען אז מען זוכט אים ארום.
טראץ די אלע זוכערייען און איבערקערענישן, האט מען נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויפן רבי'ן מיט זיינע פארכאפער. גאנצע צוויי טעג האט זיך די שירה געוואגלט אויף וועגן און שטעגן, באהאלטן פון די זוכנדע אויגן פון געזעץ, בשעת דער רבי געפינט זיך אונטער די אויפזוכט פון זיינע גבאים מיט די רביצין.
וואס עס איז אלס פארגעקומען מיטן רבי'ן אין די דאזיגע צוויי טעג, איז נישט קלאר. ר' בערניו זעלבסט האט דערציילט שפעטער פאר די משכילים אין טשערנאביץ, אז אינמיטן וועג האט ער זיך אויפגעכאפט פון שלאף, און כאפנדיג וואס עס קומט דא פאר, האט ער זיך גענומען שרייען פאר הילף און אלס רעזולטאט דערפון האבן אים די גבאים פראבירט צו הרג'ענען. אנדערע ווערסיעס זענען פאראן, אז ווען ער האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף, האט די רביצין שיינדל אנגעהויבן צו וויינען און פרעגן פון איר מאן, פארוואס ער מאכט איר אן אזעלכע בושות און פארוואס דאס אלעס קומט זיך איר.
במשך פונעם וועג, האבנדיג א חשד אז מען איז אויף זייערע שפירן, האט מען פארשטעלט דעם רבי'ן ווי א פרוי, און אזוי איז מען ווייטער געפארן (פרעגט מיר נישט וואס מען האט געטאן מיט זיין בארד...). אין אן אנדערן פאל האט מען באהאלטן דעם רבי'ן אין א פאסט וואגאן, וואו מען פירט פאסט פון איין ארט צום צווייטן. אזוי האט מען ארומגעפירט דעם רבי'ן, ביז מען האט געקענט שווערצן דעם גרעניץ.
אין די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, איז ענדליך געלונגען פאר די פמליא אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, אונטער די אויגן פון די וועכטער, און די רבי איז געפירט געווארן דורך די גבאים קיין אוסטריע. דערווייל האט מען פון גארנישט געוויסט און מען האט ממשיך געווען צו זוכן דעם רבי'ן מיט זיינע פארכאפער.
הערשט א טאג שפעטער, איז ארעסטירט געווארן א אידישער בעל-עגלה מיטן לעגאלן נאמען 'יאסיף סין לייב' (יוסף בן לייב). ער האט דערציילט פאר די אויספארשער, אז נעכטן ביינאכט האט דער ראבינער געשווערצט דעם גרעניץ דורך מיהיילן. מען האט תיכף געלאזט מעלדן דערפון דעם אינערן מיניסטער, וועלכער האט גענומען די געשיכטע זייער פערזענליך און איז געשטאנען אין שפיץ פון די זוכערייען. ער איז געווארן אויסער זיך פון כעס אז אזאנס האט געקענט פארקומען. אין א בריוו וואס ער האט דאן געשריבן, דערמאנט ער אז די פאליציי פון בוטשאן האבן זיך אויפגעפירט ריכטיג, בשעת זיי האבן פארשטערקערט די וואך אין זייער גרעניץ, אבער די גרעניץ וועכטער פון מיהיילן זענען דורכגעפאלן און מען דארף זיי באשטראפן. עס איז דאן פארגעקומען אן אויספארשונג איבער די אקטיוויטעטן פון די וועכטער ביים גרעניץ אין מיהיילן. דער אינערן מיניסטער האט זיך נישט אפגעשטעלט דערמיט, ער האט נאך ווייטער פארארבעט מעשים, דורך דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אוסטריע, אז מען זאל צוריקשיקן דעם ראבינער אויף אויספארשונגען.
פרייטאג פארטאגס, כ"ה טבת תרכ"ט לפ"ק, איז דער ליעווער רבי אנגעקומען מיט די גבאים און רביצין שיינדל צום הויף פון זיין ברודער – דעם זעלבן הויף וואו זיי פאטער האט דארט געפירט ביד רמה. אצינד איז ער אנגעקומען צו דעם הויף ווי אן ארעסטאנט, געצווינגענערהייט.
מען האט דעם ליעווער רבי'ן אריינגענומען אין א צימער און אים פארשפארט!
פארזעצונג קומט אי"ה

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:22 pm
חקרן האט געשריבן:דער פלאן אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, כדי אנצוקומען קיין שאץ, וואו עס וואוינט א גרויסער ראבינער (וועלכער צדיק האט געוואוינט בימים ההם אין שאץ? – אויב איינער פון די ליינער קענען דאס קלארשטעלן...)
דער ערשטער שאצער רבי הרה"ק ר' יואל זצוק"ל וואס ווי באקאנט האט זיין שווער הרה"ק ר''ר מאיר'ל פרעמישלאנער געזאגט אויף אים גאר גרויסע זאכן, איז אוועק אין יאר תר''מ, לכאורה האט ער אין יאר תרכ''ט (וואס די מעשה איז געשען) שוין געפירט זיין הויף אין שאץ, אדרבה אויב איינער קען עס באשטעטיגן.
חקרן האט געשריבן:עס איז נאך פאראן אפגעהיטן א קאפיע פון א צייטונג,.....
אפשר ברענגסטו ארויף די צייטונג?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!
https://youtu.be/Jxv68RrwAV8
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
איינער האט די pdf פון דוד אסאף בוק
Sent from my SM-A015V using Tapatalk
Sent from my SM-A015V using Tapatalk
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!
https://youtu.be/Jxv68RrwAV8
זייער אינטערעסאנט.
לויט ווי ער לייגט עס אראפ, איז דער גאנצע מעשה געקומען פין דעם וואס ווען מען האט אים אריינגעשלעפט צו כל נדרי קעגן זיין ווילען, האט ער געשריגן אויב מען לאזט מיך נישט אפ וועל איך גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און פין דעם איז ער קיינמאל נישט ארויס.
זיין רעבעצין האט לכאורה גוט חרטה געהאט פאר אים רודף'ן ווייל דערנאך האט זי אים פארלוירן אויף אייביג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יא יא, ס׳איז א שטארקע מוסר השכל פאר געוויסע מענטשן ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט אין דעם אשכול. (יענע מענטשן דרייען זיך אבער נישט דא...)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לויט ווי ער זאגט דארט האט ער נישט געהאט קיין קינדער, נישט אדורך געקומען מוז זיין רעבעצין (טאכטער פין ר' מאטעלע טשערנאבלער), און זי פלעגט מאכן מיט אים געשעפטען אז נאר אויב ער ביהעווט באקומט ער פין איר, און שפעטער נאך דער פארכאפונג האבן זיי מער נישט געוואוינט צוזאמען. חוץ דער משרתת וואס האט געהאט א קינד וואס אפילו אויב עס איז געוועהן זיינס איז דאס קינד געשטארבן צוזאמען מיט די מאמע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!
https://youtu.be/Jxv68RrwAV8
זייער אינטערעסאנט.
לויט ווי ער לייגט עס אראפ, איז דער גאנצע מעשה געקומען פין דעם וואס ווען מען האט אים אריינגעשלעפט צו כל נדרי קעגן זיין ווילען, האט ער געשריגן אויב מען לאזט מיך נישט אפ וועל איך גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און פין דעם איז ער קיינמאל נישט ארויס.
זיין רעבעצין האט לכאורה גוט חרטה געהאט פאר אים רודף'ן ווייל דערנאך האט זי אים פארלוירן אויף אייביג.
זיין רביצין איז געווען א טיפיקל ספויל'ד' ברעט. פון די פרינצליכע טשערנאבלער גזע. זי האט געהאלטן אז ס'קומט זיך איהר אלעס. און זי האט אומפארשעמטערהייט געמאכט ..."יד אחת"... מיט די גבאים אקעגן איהר מאן. דאס איז געווען דער אנהייב פון די צרות...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לית דין בר נש האט געשריבן:די נישט האבן קיין קינדער איז גיוועהן א ברכה פון ר' מרדכי טשערנאבילע ניין?
כידוע האט מען געשלאסן די שידוך פון דערווייטענס און ווען ר' מרדכי טשערנאבילע איז געקומען צו פאהרן צום חתונה און אים גיזעהן האט ער חרטה באקומען אויפן שידוך און ווי מען זעהט פון וואס עס איז שפעטער גישעהן פארוואס טאקע ער האט חרטה באקומען (משום כבוד בית ריזשין וויל איך נישט שרייבן די אנערע זייט פון די מטבע נאר לאזן די עולם קויפן חקרן'ס תורות) האט זיך ר' מרדכי טשערנאבילע אנגערופן איך וועל נישט אפלאזן די שידוך אבער קיין דורות וועלן זיי נישט איבערלאזן.
יישר כח...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ישראל קאפקע האט געשריבן:גאר גאר אן אינטערעסאנטע נושא. און דער עולם לייקט אינגרויסן.
@חקרן, מיר זענען זייער נייגעריג אויפן המשך, לאזט אונז נישט ווארטן.
@srul kopke: and your soul' too/ Because it turns on with sympathy for murderers of innocent men, women and children... and turns off for their rescuers...!
di bist afile nisht kan (emesser) Yid. Oder a ger. oder a bal tchive...in an amhuuretz ouch...!
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
W WOW wשוין לאנג נישט געהאט satisfaction זאז אחקרן האט געשריבן:אסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים.
יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? - קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? - וואס האט דארט באמת פאסירט?
מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.
דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.
ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג-צו-נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" - למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת.
נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק-זלאטי.
נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' - עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".
א קורצער צייט דערנאך האט ער זיך געצויגן צום שטעטל 'הוש' און פון דארט האט ער זיך געצויגן צום דערנעבנדיגער שטאט 'ליאווע', וואס על שמו איז ער פארבליבן מיטן נאמען 'דער ליעווער'.
אזוי ווי אלע אנדערע רוזשענער חסידות'ן אונטער די פירערשאפט פון די אנדערע קינדער, האט אויך דער ליעווער געפירט א מלכות'דיגע הויף, דינסטן מיט אויסגעצירטע פערד און אלע אנדערע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר א רוזשענער רבי. עס איז ווייניג באקאנט איבער דער דאזיגער הויף, אבער אויף אזויפיל ווייסט מען, אז דער ליעווער האט געצויגן טויזנטע אידן פון דער אומגעגנט, וועלכער איז זיך געקומען ווייקן, זיך פראווען אין דעם הויף. דער רבי האט געלאזט אויפבויען א באזונדער היכל פאר משיח, וואו דארט וועט ער מקבל זיין פני משיח צדקינו ווען ער וועט אנקומען, עס האט זיך געפירט רוזשין אויפן העכסטן גראד.
עס איז קיין סאך נישט באקאנט איבער דאס לעבן פונעם ליעווער. פאראן וואס שרייבן אז ער איז געווען דער געלונגענסטער זוהן פונעם רוזשענער, אנדערע מאכן דאס אוועק אלס גזמאות, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז קיין מפיל קינד איז ער נישט געווען, ער האט געפירט א מלכות'דיגער הויף בהוד והדר, געפירט טיש און געזאגט תורה, און זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין נר ישראל, זענען גראדע שיינע בליצן און געדאנקען. ער האט געצויגן חסידים אין די טויזנטער, וואס זענען געווען געשוואוירענע אנהענגער פון אים און זענען גרייט געווען אריינצוגיין פאר אים אין פייער. איבעראל האט מען גערעדט פון זיין גרויסקייט און מופתים. בקיצור, א רבי ווי אלע רבי'ס.
צוויי זאכן האט אבער געפעלט פארן לעווער, וואס דאס האט צושטערט דעם גאנצן הויף מיט די גאנצע לעבן פון דעם לעווער.
א. זיין רביצין, הרבנית מרת שיינדל, מיט די קאמפלעצירטע שלום בית וואס זיי האבן פארמאגט.
ב. זיין ווידערווילן און אפשיי צו די גאנצע רבי'סטעווע.
אין דער קומענדיגער פרק וועלן מיר צונעמען די צוויי פאקטארן, און ערקלערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם ליעווער רבי.
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
קענסט עס ליינען דאדאס איז נישט מיך האט געשריבן:איז נאך דא האפענונג אז @חקרן וועט ממשיך זיין?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re:
די חסידי'שע ספרים איז געבויעט אויף זוה"ק. (ר' מאטל זילבער)ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 22, 2015 5:44 pm לדעתי, איז דאס די יסוד פון די שיטה פון די מתנגדים, לויט ווי דער זון פון דער ח"ח ברענגט פון זיין טאטע אז ער האט געקוקט אמאל אין א חסידישע ספר און ער האט אראפגעלייגט זאגענדיג "איך האב תנאים און אמוראים, וואס דארף איך דאס?". טאמער חסידים האבען אנדעריש אנגענומען, האב איך מרמז געווען אז מיין חינוך איז נישט איינשטימיג מיט דער יסוד וואס איך האב ארויפגעלייגט אויפ'ן ריזשינער, אבער ס'מעגליך אז ס'איז געווען א גשמיותדיג'ער סברא לש"ש, נאר נישט מיט מיין חינוך און מסורה געשטימט.
לדעתם – זעהט אויס – איז עס אזוי חשוב ווי גמרא.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re:
יא, מורא'דיג געשמאק אראפגעלייגט הרב @חקרן, א שאד ס'איז נישטא קיין המשך, מיר איז די מערסטע אינטרעסאנט געווען אז טראץ וואס ס'איז אלץ געווען האבן די גבאים ווייטער פארדרייט א קאפ פאר די חסידים איבערן "הייליגן" רבי'ן וכו' וכו', ווער ווייסט וויפיל פן די היינטיגע רבי'ס גבאים ווייסן וועם זיי פיטערן און שטיצן אונטער און דאך דינען זיי די גאנצע פארפוילקייט
(און כ'מיין נישט די דבר ידוע אז גבאים זענען נישט קיין חסידים נאר זיי ווייסן וואספארא רשעים און בעלי מידות מושחתות די רבי'ס זענען)