איך וויל מיך גט'ן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

ערליכער איד האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים

איך מיין ארויס צוברענגן, אז אסאך וואס דרייען זיך דא ארום, אדער אפי׳ וואס דרייען זיך נישט דא ארום, זענען אין דעי זעלבע מצב, נישט צופרידן מיטן ווייב, מיט זיין גאנצע ארום. זיין לבוש,ארבעט,די ווייבס אנגעטועכס,האט צוטיען מיטן טאטען,מאמען, שווער, שוויגער, איז די שאלה וואס זאל ער טיען לפי האמת,
פארוואס 45 פראצענט פון גוים, אפי׳ מיט קינדער גט׳ן זיך. איז אונזער סיסטעם אויסגעשטעלט אקעגן זיך גט׳ן. מוסדות, שידוכים, וכו׳

די ערשטע זאך איז ווען מען איז נישט צופרידן מיט די ווייב קינדער אדער ארום דארף מען זיך פרעגן, איז דער פראבלעם מיט מיר אדער מיט'ן ארום? זייער אסאך מאל איז דער פראבלעם מיטן מענטש אליין און גט'ן גייט נישט באמת העלפן נאר לינדערן דעם ווייטאג אויפ'ן מינוט. און דאס געוואויר צו ווערן איז געווענליך נישט קיין גרינגע ארבעט, עס פאדערט אסאך ארבעט און אויפריכטיגקייט און געווענליך דארף מען הילף פון מענטשן פון אינדרויסן דאס צו דערגיין.

יעצט אונז אידן חוץ פון דעם וואס מען לייגט גאר א שטארקע דגוש אויף קדושת הבית ארבעט מען אויף שלימות אז דער מענטש זאל זיך אויסארבייטן די מדות ווי ווייט מעגליך און דאס איז דער ציהל, און נישט אז זאכן זאלן זיין באקוועם. ממילא וועט מען ארבייטן גאר שטארק אריינצוקוקן אין זיך און זעהן ווי מען קען זיך פארבעסערן צו גרינגער מאכן די רילעשאנשיפ מיט ארומיגע.

פארשטייט זיך אז אסאך מאל איז די ריכטיגע זאך זיך צו גט'ן און דאס איז וואס מען דארף טוהן, אבער דאס איז ווען מען האט באמת אריינגעלייגט ארבעט אין זיך און עס איז קלאר אז דאס איז דער פראבלעם.

פארשטייט זיך אויך אז מיר האבן גאר אסאך פרעשור פון ארומיגע וויאזוי מען קוקט עס אהן וואס וואלט געווען בעסער אז עס איז נישט דא, אבער ווי אויסגעשמועסט איז דא א שטארקע סברה אז גט'ן זאל נישט זיין די אפציע אזוי אפט ווי עס קען זיך דאכטן.
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

ערליכער איד האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים

איך מיין ארויס צוברענגן, אז אסאך וואס דרייען זיך דא ארום, אדער אפי׳ וואס דרייען זיך נישט דא ארום, זענען אין דעי זעלבע מצב, נישט צופרידן מיטן ווייב, מיט זיין גאנצע ארום. זיין לבוש,ארבעט,די ווייבס אנגעטועכס,האט צוטיען מיטן טאטען,מאמען, שווער, שוויגער, איז די שאלה וואס זאל ער טיען לפי האמת,
פארוואס 45 פראצענט פון גוים, אפי׳ מיט קינדער גט׳ן זיך. איז אונזער סיסטעם אויסגעשטעלט אקעגן זיך גט׳ן. מוסדות, שידוכים, וכו׳


קוקט מיר אויס אז דער גאנצער אשכול איז געפארן אביסל אראפ פון די רעלסן.

ווי איך פארשטיי, איז דער נקודה פונעם פותח האשכול נישט דן צו זיין ׳ווען׳ און ׳אויב׳ ס׳איז ריכטיג זיך צו גט׳ן... די זאך דא איז אז ווען מ׳האלט שוין נאכ׳ן אפוועגן אלע צדדים און מ׳מאכט אפ אז מ׳דארף יא נעמען דעם שריט און דעריבער מאכט מען אפ דאס וואס דער קעפל פון דעם אשכול לויטעט { יא, קוק ארויף }, איז יעצט אחרי ככלות הכל שטאלפערט מען זיך אן אין א ערענסטן פראבלעם עס אויסצופירן...

דער נאמען פון דעם פראבלעם איז אונזער אלעמען באקאנטן... נו, פיר אויס...?












׳סיסטעם׳!



יא. ליידער, ליידער איז דא פיהל וואס וואלטן קלאר געדארפט טון דעם שריט און האלטן זיך אפ דערפון מחמת זייטיגע סיבות, וואס ברויך אדרעסירט ווערן...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ערווארט נישט גארנישט וועסטו נישט אנטוישט ווערן!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ערווארט נישט גארנישט וועסטו נישט אנטוישט ווערן, האט עמיצער פריער דא פריער זאכליך ערווענט.

געווען איז עס חמישה עשר בשבט, רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע האט דאן געוויילט אין פלארידע, ווי עס איז די שטייגער פון צדיקים. דער רבי האט דאן דארט געפירט דאס פירות טיש וואו עס האבן זיך באטייליגט א טייל פון די ארטיגע וואקאציאנערן, און דער רבי האט געטיילט שיריים פון די פירות פאר די אנוועזענע. איז געווען דארט א חתן וואס האט אין יענע טעג זיך געגרייט צו גיין אונטער די חופה, און ער געבעטן אז די רבי זאל אים געבן א באזונדערע פרוכט פאר זיין כלה נאה וחסודה. דער רבי האט זיך פארקלערט פאר א וויילע און דאן רופט ער זיך אן ניין! מיט דאס וואס דו האסט, זאלסטו דיך טיילן מיט דיין ווייב! די אנוועזענע האבן זיך שטארק צושמייכלט פון די טיפע שלום בית לעקציע וואס דער רבי האט אזוי אינאיינוועגס געשאנקן פארן חתן עטליכע טעג איידער זיין חתונה.

דער צדיק און דאקטאר רבי אברהם יושע טווערסקי ז''ל וואס איז אקארשט נפטר געווארן, איז אמאל געלאדענט געווארן אויפצוטרעטן ביי א מער-מאדערערנע פארזאמלונג אין די שטאט טינעק - ניו זשערסי. האט עמיצער אים דארט געפרעגט צו זיין פאטער דער מילוואקי רבי, רבי יעקב ישראל ז''ל, האט געגליכענט זיין ווייב, האט אים דער דאקטאר גענטפערט אז יא! און ער האט באלד צוגעלייגט, נישט מיט קיין האליוואד-סארט ליבע וועלכע איז באשיינפערליך נישט קיין ליבע.
ער האט דאס באלד עקלערט מיט א געשיכטע פונעם הייליגן קאצקער זי''ע.
דער קאצקער האט אמאל געזען עמיצן עסן א זאפטיג שטיקל סעלמאן פיש איינגעטינקן אין גוטע פארגליווערטע קאטשאניו, פרעגט ער אים דער קאצקער, זאג נאר פארוואס עסטו די פיש? ענטפערט יענער ווייל איך גלייך די פיש! פרעגט אים דער קאצקער יעדעם וועם די גלייכסט עסטו אזוי אויף? דו עסט דאס פיש בלויז ווייל דו גלייכסט דיך זעלבסט! ווען דו גלייכסט ווען דאס פיש וואלט נאך דאס פיש ווען געשווימען אין די טיפענישם פון ים.

גלייכן מיר טאקע אונזער ווייבער? אדער גלייכן מיר בלויז זיך זעלבסט? טיילן מיר זיך מיט אונזער ווייבער מיט אלעם וואס מיר פארמאגן? נישט בלויז מאטריאלע אייגענטום נאר אויך אונזער זעלן? ניין! ווייל מיר ליבן זיי בלויז לויט די האליוואד סטיל! דערפאר ערווארטן מיר, און ווען מיר באקומען נישט וואס "מיר" ווילן, קומט אן אויסבראך: איך וויל מיך גט'ן...
אויף דעם האט דער רבי דער ב''מ זי''ע געפרעגט, און ווער וויל דען נישט?[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]ערווארט נישט גארנישט וועסטו נישט אנטוישט ווערן, האט עמיצער פריער דא פריער זאכליך ערווענט.

געווען איז עס חמישה עשר בשבט, רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע האט דאן געוויילט אין פלארידע, ווי עס איז די שטייגער פון צדיקים. דער רבי האט דאן דארט געפירט דאס פירות טיש וואו עס האבן זיך באטייליגט א טייל פון די ארטיגע וואקאציאנערן, און דער רבי האט געטיילט שיריים פון די פירות פאר די אנוועזענע. איז געווען דארט א חתן וואס האט אין יענע טעג זיך געגרייט צו גיין אונטער די חופה, און ער געבעטן אז די רבי זאל אים געבן א באזונדערע פרוכט פאר זיין כלה נאה וחסודה. דער רבי האט זיך פארקלערט פאר א וויילע און דאן רופט ער זיך אן ניין! מיט דאס וואס דו האסט, זאלסטו דיך טיילן מיט דיין ווייב! די אנוועזענע האבן זיך שטארק צושמייכלט פון די טיפע שלום בית לעקציע וואס דער רבי האט אזוי אינאיינוועגס געשאנקן פארן חתן עטליכע טעג איידער זיין חתונה.

דער צדיק און דאקטאר רבי אברהם יושע טווערסקי ז''ל וואס איז אקארשט נפטר געווארן, איז אמאל געלאדענט געווארן אויפצוטרעטן ביי א מער-מאדערערנע פארזאמלונג אין די שטאט טינעק - ניו זשערסי. האט עמיצער אים דארט געפרעגט צו זיין פאטער דער מילוואקי רבי, רבי יעקב ישראל ז''ל, האט געגליכענט זיין ווייב, האט אים דער דאקטאר גענטפערט אז יא! און ער האט באלד צוגעלייגט, נישט מיט קיין האליוואד-סארט ליבע וועלכע איז באשיינפערליך נישט קיין ליבע.
ער האט דאס באלד עקלערט מיט א געשיכטע פונעם הייליגן קאצקער זי''ע.
דער קאצקער האט אמאל געזען עמיצן עסן א זאפטיג שטיקל סעלמאן פיש איינגעטינקן אין גוטע פארגליווערטע קאטשאניו, פרעגט ער אים דער קאצקער, זאג נאר פארוואס עסטו די פיש? ענטפערט יענער ווייל איך גלייך די פיש! פרעגט אים דער קאצקער יעדעם וועם די גלייכסט עסטו אזוי אויף? דו עסט דאס פיש בלויז ווייל דו גלייכסט דיך זעלבסט! ווען דו גלייכסט ווען דאס פיש וואלט נאך דאס פיש ווען געשווימען אין די טיפענישם פון ים.

גלייכן מיר טאקע אונזער ווייבער? אדער גלייכן מיר בלויז זיך זעלבסט? טיילן מיר זיך מיט אונזער ווייבער מיט אלעם וואס מיר פארמאגן? נישט בלויז מאטריאלע אייגענטום נאר אויך אונזער זעלן? ניין! ווייל מיר ליבן זיי בלויז לויט די האליוואד סטיל! דערפאר ערווארטן מיר, און ווען מיר באקומען נישט וואס "מיר" ווילן, קומט אן אויסבראך: איך וויל מיך גט'ן...
אויף דעם האט דער רבי דער ב''מ זי''ע געפרעגט, און ווער וויל דען נישט?[/justify]

או יאמר אז איז נישטא אזא מציאות אז א מענטש זאל טוען אזאך נישט פאר זעלבסט ליבע און פלעזשואר, נאר וואס דען מען ברויך צילן אויף די העכסטע זיך מעגליך, ווער ספארשטייט פארשטייט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

פסיכאלאגישע עגאָאיזם. ואולי איז דאס א רמז אינעם געדאנק פון והיו לבשר "אחד"; זי זאל ווערן א חלק ממש פונעם "זיך".
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס ווארט ליעבע האט אפאר באדייטונגען געוואנדן אינעם קאנטעקסט, ווען איינער זאגט ״איך האב ליעב טשיזקעיק״ מיינט מען צו זאגן ״איך האב ליב צו עסן טשיזקעיק״. ווען איינער זאגט ״איך האב ליעב יענעם״ קען עס מיינען איינס פון צוויי זאכן, אדער ״איך האב ליעב צו פארברענגען מיט יענעם״ אדער ״איך וויל יענעם באשיצן פון ווייטאג און/אדער טון זאכן וואס יענער האט ליעב״. דערנאך זענען דא אנדערע באנוצונגען פאר׳ן ווארט ליעבע וואס מ׳זאגט סתם און קיינער ווייסט נישטאמאל וואס ס׳דארף צו מיינען. צ.ב. די זאץ ״דער באשעפער האט דיך ליעב״ מיינט אוודאי נישט צו זאגן אז דער באשעפער האט דיך ליעב צו עסן, ווי אויך מיינט עס לאו דווקא אז ער וועט דיך באשיצן פון אלעם בייזן, קיינער ווייסט נישט וואס ס׳מיינט אבער מ׳זאגט עס נאכאלץ (עיין ערך אפיקורוס׳ פאראדאקס).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בדרך אגב, דאס אז דער אויבערשטער האט ליעב יעדעס יחיד קומט לכאורה פין די קריסטען, איך מען אז עס האט נישט קיין מקור אין ספרים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אישתישבי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא, די שאלה איז נאר וואס גייט ביי דיר אריין אין די גדר פון ״ספרים״, 99% געדאנקען וואס צירקולירן ביי אידן קומען פון אויסערליכע קוועלער, אז נישט פון די קריסטן איז עס פון די אראבער, גריכן, זאראאסטריאניזם, צו כנענ׳ישע קולטס און רעליגיעס, וואו ציעסטו די ליניע?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

א גוטע שאלה. אבער דאס דאכט זיך שטייט נישט אין ספרים אפילו ביז לעצטענס
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נישטא קיין פסוק אדער גמרא וואס זאגט אז דער אויבערשטער האט ליעב א יעדעס איד. עס שטייט אויף דער כלל, נישט אויף דער יחיד.

און אין קאנטעקסט פין דיין שאלה, מיינט עס אז ער האט אונז ליב און וועט טוהן אלעס וואס איז די בעסטע פאר אונז.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אישתישבי האט געשריבן:בדרך אגב, דאס אז דער אויבערשטער האט ליעב יעדעס יחיד קומט לכאורה פין די קריסטען, איך מען אז עס האט נישט קיין מקור אין ספרים.

ברוך אתה ה' אוהב עמו ישראל איז ביי דיר א ברכה לבטלה?
אהבתי אתכם אמר ה' איז א קריסטליכע נ"ך?
אהבת אותנו ורצית בנו ווייסטו וואס איז טייטש?

און נאך צענדליגער מקורות, אויב דו ווילסט וועל איך ברענגען נאך, נאך שבת....

וואס טיילסטו אפ פון א כלל מיט א יחיד? מהיכי תיתי?
וירח ה' את ריח הניחוח
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »


אמש היה זה שנאוי לפני המקום משוקץ ומרוחק ותועבה והיום הוא אהוב ונחמד קרוב וידיד


האסט א ראי'פארקערט פין רמב"ם און די ווילסט דיך קריגען מיט דער רמב"ם, געזונטערהייט. אבער איך מיין אז דער רמב"ם איז גערעכט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

באמת האב איך נישט געמיינט אריינצוגיין אין דעם שמועס פון אונזער רילעישנשיפ מיט גאט, דא האט מען שוין צולייגט דעם ענין די קלארסטע וואס מעגליך, נישטא עכט וואס צוצולייגן. די עיקר וואס כ׳האב געוואלט ארויסברענגען איז אז ליעבן א מענטש קען האבן אפאר באדייטן און אז די ענין פון ליעבן די ווייב מעג מיינען די זעלבע זאך וואו ליעבן סאלאמאן פיש מיט קאטשעניו און ס׳גארנישט שלעכט דערמיט ווילאנג מ׳בלאפט נישט דערמיט און מ׳נוצט עס נישט צו מאניפולירן און מ׳געדענקט אז מ׳באקומט וואס מ׳גיבט, די איבעריגע איז נאר פאר פרפראות לחכמה, take it or leave it. אבער אז מ׳האט שוין יא אויסגעברייטערט דעם נושא פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס מ׳וויל אויפטוהן מיט׳ן זאגן אז גאט׳ס ליעבשאפט איז נאר פאר׳ן כלל, כ׳מיין ביים חורבן ביהמ״ק, ת״ח ות״ט, האלאקאוסט האט מען אויך געזעהן דעם ליעבשאפט?! על כרחך וועסטו אדער מוזן גלייבן ווי א נאר (שמעקעדיג) אדער ווערן א כופר (רביה״ק אין אן אפיקורסישע מוד), אדער זאגן ווי מוחאמד אז גאט פלעגט טאקע ליעבן די אידן אבער האט שוין געענדיגט מיט זיי (רביה״ק אין אן אמונה׳דיגע גוסטע), אדער ווי ניטשע אז גאט איז געשטארבן (רביה״ק אין א פילאזאפישע שטימונג).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:באמת האב איך נישט געמיינט אריינצוגיין אין דעם שמועס פון אונזער רילעישנשיפ מיט גאט, דא האט מען שוין צולייגט דעם ענין די קלארסטע וואס מעגליך

דאס וואס ער דערמאנט פון דר. אַנטאָני פלוּ [ביי 1:49-2:09] איז אביסל רעמיניסענט צו דאס וואס דר. דוד ביאלע ברענגט ארויס לגבי דאס נעגאטיווע טעאלאגיע פונעם רמב"ם.
Biale.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מי אני האט געשריבן:דאס וואס ער דערמאנט פון דר. אַנטאָני פלוּ [ביי 1:49-2:09] איז אביסל רעמיניסענט צו דאס וואס דר. דוד ביאלע ברענגט ארויס לגבי דאס נעגאטיווע טעאלאגיע פונעם רמב"ם.
Biale.jpeg

דאס גייט אויך אריין אינעם באקאנטן דאקטרינע פונעם רמב״ם אז די תורה זאגט פאלשע דעות כדי אפצוגעוואוינען פון ערגערע פריערדיגע דעות אבער די תכלית איז אז מ׳זאל עס נעמען נאך ווייטער ביז מ׳וועט צוקומען צום שלימות הדעת וואס דאס איז אריסטו׳ס פילאזאפיע, זאג איך אז דער רמב״ם זאגט אויך פאלשע דעות מיט׳ן זעלבן חשבון אז מ׳זאל עס נעמען נאך ווייטער ביז צו אתאיזם... והחוש מעיד על זה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אפשר געהערט עס נישט דא.

גיב דוגמאות פין פאלשע דעות לויט דער רמב"ם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אפשר געהערט עס נישט דא.

גיב דוגמאות פין פאלשע דעות לויט דער רמב"ם.

די מיינסט למשל קרבנות?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:בדרך אגב, דאס אז דער אויבערשטער האט ליעב יעדעס יחיד קומט לכאורה פין די קריסטען, איך מען אז עס האט נישט קיין מקור אין ספרים.

ברוך אתה ה' אוהב עמו ישראל איז ביי דיר א ברכה לבטלה?
אהבתי אתכם אמר ה' איז א קריסטליכע נ"ך?
אהבת אותנו ורצית בנו ווייסטו וואס איז טייטש?

און נאך צענדליגער מקורות, אויב דו ווילסט וועל איך ברענגען נאך, נאך שבת....

וואס טיילסטו אפ פון א כלל מיט א יחיד? מהיכי תיתי?

ניין, מ׳קענעס נישט אפטיילן.
יעדע יחיד וואסיז א חלק פונעם ׳כלל׳ ישראל איז זוכה צו א חלק אינעם אהבה...

הנוגע למעשה; ברויך מען זיכער צו מאכן צו זיין כל כלו א חלק פונעם עם הנבחר, במחשבה דיבור ומעשה!
פארשפארט