קבל את האמת ממי שאמרו?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

א כתב יד פון ר׳ יעקב׳קע דער זון פון נודע ביהודא, וועלכע איז צענזורירט געווארן און באהאלטן דורך איינע פון די חסידישע רביס.
די קאנטראווערסאלע דעבאטע וועגן נודע ביהודא׳ס שטעלונג לגבי משה מנדלסון און זיין ביאור
(אויב איר ווילט עס פארשנעלערן; קענט איר דאס אנשטעלן אין די סעטינגס פונ׳ם קליפ; דורכ׳ן קליקן די דריי פינטלעך העכערן קליפ רעכטס, און אויסקלויבן playback speed קענט איר אויסוועלן ווי סך שנעלער איז בעסער פאַר אייך…)

https://youtu.be/SOrqN2-O2sg

Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אביסל שנעלער.

בקיצור, דארף מען אים גלייבען אז די צוויי בלעטער זענען נישט דארט, און ווער איז דער חסיד'ישע רבי? און ווי איז א קאפי פון דער כתב יד?

און אויב יא? דארף איך יעצט לערנען דער פירוש?

מען זאגט אז אין דער פירוש איז גארנישט דא קיין שלעכטס עס איז א דבר ידוע, עס איז געוועהן דער מענטש דער פראבלעם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

א דאנק פאר אייערע הערות און פאר׳ן מיטטיילן אייערע געדאנקען.

1. אויב דו קוקסט נאך אינ׳ם ספר מבוא הלשון, אויף hebrewbooks.org וועסטו זען דארט געשריבן פון רבי יעקב׳קע: חכם המפורסם נודע בשערים מהרמ״ד ז״ל און נאָך מליצה׳דיגע שבחים .

2. די כתב יד איז עוועילעבל פאַר יעדן צו זען אויף די וועבזייטל פון היברו יוניווערסיטי, כתבי יד, יעקב בן יחזקאל לנדא; דארט קען מען זען די אויסגעמעקטע בלעטער ווי די שטיקלעך זענען צענזורירט.

בדרך אגב קענט איר אויך דארטן אויסגעפינען ווער דער חסידישער רבי איז, וואס באהאלט עס פונ׳ם עולם.

Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:מען זאגט אז אין דער פירוש איז גארנישט דא קיין שלעכטס עס איז א דבר ידוע, (עס איז געוועהן דער מענטש דער פראבלעם) [צ״ל ס׳געווען מענטשן וואס האבן געהאט א פראבלעם מיט איהם, והוא יותר נכון].
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

הומאניסט האט געשריבן:2. די כתב יד איז עוועילעבל פאַר יעדן צו זען אויף די וועבזייטל פון Hebrew university, כתבי יד, שמואל בן יחזקאל לאנדא; דארט קען מען זען די אויסגעמעקטע בלעטער ווי די שטיקלעך זענען צענזורירט.

בדרך אגב קענט איר אויך דארטן אויסגעפינען ווער דער חסידישער רבי איז, וואס באהאלט עס פונ׳ם עולם.
Sent from my iPad using Tapatalk

א לינק אפשר? כ׳האב פרובירט צו זוכן אבער ס׳מיר נישט געגאנגען שנעלערהייט.
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

יעקב בן יחזקאל לנדא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אויב דו קוקסט נאך אינ׳ם ספר מבוא הלשון, אויף hebrewbooks.org וועסטו זען דארט געשריבן פון רבי יעקב׳קע: חכם המפורסם נודע בשערים מהרמ״ד ז״ל און נאָך מליצה׳דיגע שבחים אין פארגלייך מיט משה רבינו

וועלכע דף אינעם ספר?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווי אויך, די הייבסט אהן דיין יוטוב מיט "יעדער ווייסט, ווער האט אונטערגעשריבן דער חרם קעגען מענדעלסאן, דער נודע ביהודה"

צוויי שאלות

א. די האסט עפעס א מקור ווי עס שטייט אז דער נודע ביהודה האט אונטערגעשריבן? אין וויקי שטייט " התנגד לתרגום התורה של משה מנדלסון אבל סירב להוציא חרם על ה"ביאור"[12]"

ב. קענט איר ביטע ברענגען מער וועגן דער חרם וואס איך קען נישט טרעפען בכלל?

כלומר איז טאקע געווען א חרם? ווען? איז דא א קאפי פין דעם?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

איך הייב אָן?

Sent from my iPad using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אם סארי פאר מיינען אז די ביסט עס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:

אויב דו קוקסט נאך אינ׳ם ספר מבוא הלשון, אויף hebrewbooks.org וועסטו זען דארט געשריבן פון רבי יעקב׳קע: חכם המפורסם נודע בשערים מהרמ״ד ז״ל און נאָך מליצה׳דיגע שבחים. quote]

וועלכע דף אינעם ספר?
ס׳איז אין די הקדמה; אין א לאנגע הערה מתחת לקו)

Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:ווי אויך, די הייבסט אהן דיין יוטוב מיט "יעדער ווייסט, ווער האט אונטערגעשריבן דער חרם קעגען מענדעלסאן, דער נודע ביהודה"

צוויי שאלות

א. די האסט עפעס א מקור ווי עס שטייט אז דער נודע ביהודה האט אונטערגעשריבן? אין וויקי שטייט " התנגד לתרגום התורה של משה מנדלסון אבל סירב להוציא חרם על ה"ביאור"[12]"

ב. קענט איר ביטע ברענגען מער וועגן דער חרם וואס איך קען נישט טרעפען בכלל?

כלומר איז טאקע געווען א חרם? ווען? איז דא א קאפי פין דעם?
איך האב עס געזעהן אין כמה מקורות, זעה צבש״פ תורת אמת פון ר׳ אהרן ראזנבערג ווי דער מחנה חיים ווערט ציטירט ווי אויך לב העברי. אויך אין די העברעאישע אנציקלופדיה, אין מאורי גליציה און אנציקלופדיה לבית ישראל און דער אוצר ישראל.

ר׳ רפאל האמבורגער האט געוואלט ארויסגעבן א חרם. לויט די היסטאריקער האט מנדלסון האט אים אפגעהאלטן מיט א שפיצל. אבער לויט די עדות פון ר׳ יעקב׳קע האט אים דווקא דער נודע ביהודא אפגעהאלטן.

שפעטער, ביי די פרשה פון ווייזל אין תקמ״ב, האט פאר א שטיקל תקופה, דער נודע ביהודא געפייערט אנטקעגן דעם ביאור, און האט זיך אזוי צוקאכט אין זיין שבת הגדול דרשה אז ער האט גענומען זיין ספאדיק/קאלפיק און עס געווארפן צווישן דעם עולם.

ער (?) האט גע׳אסר׳ט דעם תרגום אשכנזי פאר קינדער אונטער דרייצן יאר.

דער הפלאה האט נאכמער געפייערט קעגן דעם ביאור בשעת די מלחמה קעגן ווייזל. .

זעה קובץ בית אהרן וישראל תשנ״ג-נ״ד (דארט קענט איר זעהן מער וועגן די פרשה פון ווייזל, ווי אויך די דרשה פון הפלאה. אבער דארט קענט איר אויך טרעפן כמה טעותים און זיופים)

Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בקיצור איך דארף דא קוקען אין א באנטש פלעצער, די ווייסט דאך אז אונז זענען זייער פויל. קענסט געבן א לינק ווי עס שטייט וועגן דער חרם קעגען דער חומש?

לדעתי אויב וואלט געוועהן א חרם קעגען דער חומש וואלט א פשוט'ע גוגל זוך ווי חרם נגד חומש רמד געברענגט רעזולטאטן.

איך זעה מחאות נישט קיין חרמות.

אויך איז דא אויף וויקיפעדיע אז דער נודע ביהודה האט געהאט א פראבלעם מיט איבערזעצונג דייטש, אז מען וועט זיך באנוצען קעגן אידן דערמיט. אבער קיין חרם איז לכאורה נישט געוועהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אויב דו וועסט מדייק זיין אין מיין ענטפער וועסטו פארשטיין דערפון קלאר אז קיין אונטערגעשריבענעם חרם איז נישטא און איז קיינמאל נישט געווען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

הומאניסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:

אויב דו קוקסט נאך אינ׳ם ספר מבוא הלשון, אויף hebrewbooks.org וועסטו זען דארט געשריבן פון רבי יעקב׳קע: חכם המפורסם נודע בשערים מהרמ״ד ז״ל און נאָך מליצה׳דיגע שבחים אין פארגלייך מיט משה רבינו

וועלכע דף אינעם ספר?
ס׳איז אין די הקדמה; אין א לאנגע פוטנויט (פון די באמערקונגען אונטן)

Sent from my iPad using Tapatalk

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=14

שטייט דארט אזוי
ואלי אמר אמירה נעימה תמה אני על חכם השלם בענינו והעתקתו החמודה הלא על ארבעה חכמי חרשים ראשי המפרשים הוא יסדה ואונקלס בראשם שם לו לצור מעוז וחומה בצורה

ארבעה חכמי חרשים איז א מליצה גענומען פין ארבעה חרשים פין מוסף שבת החודש וואס מען קען זעהן דא און עס מיינט פיר מיינסטערס, וואס דא איז פשוט אז ער מיינט צו זאגען אז דער פירוש פין רמ"ד איז געבויט אויף פיר פירושים ובראשם אונקלס. איך זעה נישט פארוואס איינער זאל האלטען אז דא שטייט עפעס אז זיין פירוש איז בעסער ווי די פיר ראשונים.

און אפאר מליצות וואס שטייט אויף משה רבינו מיינט נישט אז מען האלט אז ער איז א משה רבינו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

הומאניסט האט געשריבן:אויב דו וועסט מדייק זיין אין מיין ענטפער וועסטו פארשטיין דערפון קלאר אז קיין אונטערגעשריבענעם חרם איז נישטא און איז קיינמאל נישט געווען

Sent from my iPad using Tapatalk

אקעי.

בקיצור ווי שטייט אז עס איז יא געוועהן א חרם?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:
הומאניסט האט געשריבן:אויב דו וועסט מדייק זיין אין מיין ענטפער וועסטו פארשטיין דערפון קלאר אז קיין אונטערגעשריבענעם חרם איז נישטא און איז קיינמאל נישט געווען

Sent from my iPad using Tapatalk

אקעי.

בקיצור ווי שטייט אז עס איז יא געוועהן א חרם?
אין די אלע פלעצער וואס איך האב אויבן דערמאנט

Sent from my iPad using Tapatalk
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

IMG_0017.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אגב, מיר זעען אז צומאל א שטארקע אטאקע דרשה קען אויך אנגערופן ווערן א חרם ( זע כדור קטן לגבי ווייזל ״מהירות משפט החרם״ )
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

https://www.nli.org.il/en/manuscripts/N ... FL30804002

דאס מיינט איר?

הייסט עס אז איר (אנטשולדיגט נישט איר) באשולדיגט דער פאלגענדער רבי
Library of the Admor of Karlin-Stolin, ha-Rav Shochet, Jerusalem, Israel
אז ער האט ארויסגענומען דער בריוו פין ר' יעקב'קע ווייל ער רעדט בשבחו פין רמ"ד.

טעריבעל.

מיר ליגט אין זכרון אז די ליטווישע האבען נישט מקפיד געוועהן און זיך יא באניצט מיט דער חיבור.

און היברו בוקס איז דא א חומש בית דוד, וואס זעהט אויס ווי כמעט אזוי גוט ווי דער בית יהודה. זיי ביידע האבן לכאורה געקאפיט דער רמ"ד חומש און געמאכט כשר. אזוי ווי דער משניות פין פיעטרישקא וואס איז איבערגעדריקט געווארען מיט א נייער נאמען אבער כמעט מלה במלה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:https://www.nli.org.il/en/manuscripts/NNL_ALEPH000081285/NLI#$FL30804002

זייער אינטרעסאנט ווייל די ערשטע צוויי שורות פון דעם מבוא הלשון געפינט זיך יעצט דא אויפ׳ן קאפי און דאס לעצטע מאל וואס איך האב נאכגעזוכט איז עס נאכנישט דארט געווען.
זעהט אויס אז דעי יוטוב קליפ האט עפעס אויפגעטאן…

Sent from my iPad using Tapatalk
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:
הומאניסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:

אויב דו קוקסט נאך אינ׳ם ספר מבוא הלשון, אויף hebrewbooks.org וועסטו זען דארט געשריבן פון רבי יעקב׳קע: חכם המפורסם נודע בשערים מהרמ״ד ז״ל און נאָך מליצה׳דיגע שבחים אין פארגלייך מיט משה רבינו

וועלכע דף אינעם ספר?
ס׳איז אין די הקדמה; אין א לאנגע פוטנויט (פון די באמערקונגען אונטן)

Sent from my iPad using Tapatalk

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=14

שטייט דארט אזוי
ואלי אמר אמירה נעימה תמה אני על חכם השלם בענינו והעתקתו החמודה הלא על ארבעה חכמי חרשים ראשי המפרשים הוא יסדה ואונקלס בראשם שם לו לצור מעוז וחומה בצורה

ארבעה חכמי חרשים איז א מליצה גענומען פין ארבעה חרשים פין מוסף שבת החודש וואס מען קען זעהן דא און עס מיינט פיר מיינסטערס, וואס דא איז פשוט אז ער מיינט צו זאגען אז דער פירוש פין רמ"ד איז געבויט אויף פיר פירושים ובראשם אונקלס. איך זעה נישט פארוואס איינער זאל האלטען אז דא שטייט עפעס אז זיין פירוש איז בעסער ווי די פיר ראשונים.

און אפאר מליצות וואס שטייט אויף משה רבינו מיינט נישט אז מען האלט אז ער איז א משה רבינו.
״אז איינער זאל האלטן…״

איך זעה אויך נישט פארוואס איינער זאל האלטן. די זאך איז נאָר, אז אין אוצר ישראל זענען די דאָזיגע שורות געווארן ארויסגענומען פון קאנטעקסט און אנשטאט ״הוא יסדה״ איז צוטירט גרייזיג ״ידו הדה״

Sent from my iPad using Tapatalk
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:https://www.nli.org.il/en/manuscripts/NNL_ALEPH000081285/NLI#$FL30804002

דאס מיינט איר?

הייסט עס אז איר (אנטשולדיגט נישט איר) באשולדיגט דער פאלגענדער רבי
Library of the Admor of Karlin-Stolin, ha-Rav Shochet, Jerusalem, Israel
אז ער האט ארויסגענומען דער בריוו פין ר' יעקב'קע ווייל ער רעדט בשבחו פין רמ"ד.

טעריבעל.

מיר ליגט אין זכרון אז די ליטווישע האבען נישט מקפיד געוועהן און זיך יא באניצט מיט דער חיבור.

און היברו בוקס איז דא א חומש בית דוד, וואס זעהט אויס ווי כמעט אזוי גוט ווי דער בית יהודה. זיי ביידע האבן לכאורה געקאפיט דער רמ"ד חומש און געמאכט כשר. אזוי ווי דער משניות פין פיעטרישקא וואס איז איבערגעדריקט געווארען מיט א נייער נאמען אבער כמעט מלה במלה.
רוב נישט-חסידים האבן זיך באנוצט מיט׳ן ביאור. אפילו אין חתם סופר׳ס ישיבה.

די בית יהודא חומש גלייב איך נישט איז נאכגעמאכט פון רמ״ד. די תרגום אשכנזי איז אויף הויך-דויטש און נישט ווערטערליך. די בית יהודא חומש ווידעראום איז אין עברי טייטש (אידיש) ווארט ביי ווארט לויטן פסוק און גייט לויט רש״י.

דער תרגום אשכנזי פון רבי וואלף היידנהיים איז בעצם דער זעלבער ווי מענדלסאנס.
דער תרגום פון רבי זוסמאן גלוגא וואס איז ארויסגעגעבן געווארן מיטן גוטהייסונג פון נו”ב ווי א פארמעסט קעגן מענדלסאן שטייט אויפן שער בלאט אז סע גייט על פי רוב לפי העתקת ר׳ משה דעסא. אין די הסכמה רעדט ער זיך אפ אויף מענדלסאנס חומש ״ואולי שכוונתו לטובה״.
אין מגילת אסתר פון מלבים (תר״ה) געפינט זיך דער ת״א.
והדברים עתיקין.

Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארשפארט