ערליכער איד האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים
איך מיין ארויס צוברענגן, אז אסאך וואס דרייען זיך דא ארום, אדער אפי׳ וואס דרייען זיך נישט דא ארום, זענען אין דעי זעלבע מצב, נישט צופרידן מיטן ווייב, מיט זיין גאנצע ארום. זיין לבוש,ארבעט,די ווייבס אנגעטועכס,האט צוטיען מיטן טאטען,מאמען, שווער, שוויגער, איז די שאלה וואס זאל ער טיען לפי האמת,
פארוואס 45 פראצענט פון גוים, אפי׳ מיט קינדער גט׳ן זיך. איז אונזער סיסטעם אויסגעשטעלט אקעגן זיך גט׳ן. מוסדות, שידוכים, וכו׳
די ערשטע זאך איז ווען מען איז נישט צופרידן מיט די ווייב קינדער אדער ארום דארף מען זיך פרעגן, איז דער פראבלעם מיט מיר אדער מיט'ן ארום? זייער אסאך מאל איז דער פראבלעם מיטן מענטש אליין און גט'ן גייט נישט באמת העלפן נאר לינדערן דעם ווייטאג אויפ'ן מינוט. און דאס געוואויר צו ווערן איז געווענליך נישט קיין גרינגע ארבעט, עס פאדערט אסאך ארבעט און אויפריכטיגקייט און געווענליך דארף מען הילף פון מענטשן פון אינדרויסן דאס צו דערגיין.
יעצט אונז אידן חוץ פון דעם וואס מען לייגט גאר א שטארקע דגוש אויף קדושת הבית ארבעט מען אויף שלימות אז דער מענטש זאל זיך אויסארבייטן די מדות ווי ווייט מעגליך און דאס איז דער ציהל, און נישט אז זאכן זאלן זיין באקוועם. ממילא וועט מען ארבייטן גאר שטארק אריינצוקוקן אין זיך און זעהן ווי מען קען זיך פארבעסערן צו גרינגער מאכן די רילעשאנשיפ מיט ארומיגע.
פארשטייט זיך אז אסאך מאל איז די ריכטיגע זאך זיך צו גט'ן און דאס איז וואס מען דארף טוהן, אבער דאס איז ווען מען האט באמת אריינגעלייגט ארבעט אין זיך און עס איז קלאר אז דאס איז דער פראבלעם.
פארשטייט זיך אויך אז מיר האבן גאר אסאך פרעשור פון ארומיגע וויאזוי מען קוקט עס אהן וואס וואלט געווען בעסער אז עס איז נישט דא, אבער ווי אויסגעשמועסט איז דא א שטארקע סברה אז גט'ן זאל נישט זיין די אפציע אזוי אפט ווי עס קען זיך דאכטן.