מ גפני האט געשריבן:דאס זיין אין בעט גלייך נאכן האבן/פארלירן א קינד איז נישט הלכה׳דיג אויסגעהאלטן, זי איז א נדה
די ערשטע אבארשן איז נישט יעצט געשעהן, ווען חנינא גייט צו פראפעסאר משניות אז רוחמי איז נאכאמאל שוואנגער זאגט ער אז איך האב דיר שוין געזאגט פיר יאר צוריק אז זי טאר נישט טראגן.
חנינא האט נישט באקומען קיין קלארע הוראה פון דער ראש ישיבה, איז ער מחליט אז די רמזים וואס ער האט געטראפן און גמרא\רב צומערמאן (און בעצם האט דער ראש ישיבה אים אויך געזאגט אז ער וועט טרעפן א רמז אינמיטן לערנען) איז גענוג שטארק, און מ'גייט ווייטער מיט די הריון.
ער לאזט זיין שווער און שוויגער הענגען אין רעסטוראנט, ווייל ס'איז סייווי נישט נוגע, ער האט שוין נישט וואס דורך צו שמועסן מיט זיי.
ער קומט אהיים, ומצא אשתו בטהרה, אבער שטארק דערפרעסט צוליב די שארפע ווערטער אויסטויש וואס זי האט געהאט מיט חנינא'ן א נאכט פריער. (די סצענע איז מסתמא שטארק באקאנט פאר איטליכער פון אונז...) און זי ווערט געכאפט און שאק אז חנינא איז "יא" אויף איר זייט, און איז גרייט מיטצוגיין מיט איר געוואגטער אויסוואל.
חנינא לערנט אונז גאר וויכטיגע ווערטער, נפחד, ונתפלל, ונמשיך לפחוד ולהתפלל, גוטע ווערטער וואס קענען אונז באגלייטן אין גלות