אונזערע זינגערס

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

אונזערע זינגערס

שליחה דורך חאצקל »

שוין צייט צו עפענען אן אשכול איבער אונזערע זינגערס וואס זייערע געזאנג און נאמען הערן מיר מוזיק ליב האבער כסדר, אפשאצן און פארמעסטן און אריין קריכן זיי אין די גארגל.

איך וועל דערמאנען עטליכע לאנגיעריגע אדער גאר פאפולערע זינגער, אריין גערעכנט אלגעמיינע סאלא זינגערס, בעלי מנגנים פון חצרות חסידים, און אויך פאפולערע ספרדישע זינגער.

עס איז מערקוועדיג, אז די פאפולערע און געלונגענע מנגנים בחצרות חסידים זענען מער אין ארץ ישראל, און די פאפולערע קאנצערט מנגנים זענען מער פון ניו יארק. אגב אויך ילדי הפלא (וואס פון דעם וויל איך גראדע נישט דא רעדן אין דעם אשכול) איז בעיקר אין ישראל (עמית ליסוונד, יונתן שיינפלד, מידד טסה, אהרן הלוי), און דאס זעלבע איז מיט מוזיק און קווייער וואס ישראל איז בעיקר דער טאן געבער.

איז לאמיר אויסרעכענען עטליכע פאפולערע מנגנים וזמרים און איר וועט געבן אייער אפשאצונג איבער זיי:

בן ציון שנקר (ניו יארק) - חזן ובעל מנגן ניגוני מאדזשיץ
דוד וורדיגר (ניו יארק)
מרדכי ווערדיגער (ניו יארק) המכונה מרדכי בן דוד, (דער פאפולערסטע זינגער אין די אידישע וועלט).
אברהם פריד (ניו יארק)
ירמי' דאמען (ישראל) - ניגוני חסידי בעלז - עתיקא קדישה - לחיים גראמען (דער באליבסטער לאנגיעריגער היימישער זינגער)
שלמי כהן (ישראל [יליד ארגנטינה]) - אלגעמיינער זינגער - מנגן סערעט וויזניץ - פיטסבורג און גאסט זינגער אין אנדערע סעריעס
אברמי רוט (ישראל) - אלגעמיינע זינגער און חזן - מנגן ניגוני חסידי פרימישלאן ועוד
יעקב שוואקי (ניו יארק [יליד ישראל])
שלמי גערטנער (לונדון)
שלמי דסקל (ניו יארק [יליד ישראל])
אוהד מאשקאוויטש (ישראל [יליד בעלגיע)
מנחם קליין (ישראל) מנגן נדבורנה און ספינקא
חיים ישראל ([התמני] מלך הזמרים המזרחיים)

אלזא, לאמיר הערן אייער מיבינות:

דער אשכול פארמאגט 157 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר