אויב דו קוקסט נאך אינ׳ם ספר מבוא הלשון, אויף hebrewbooks.org וועסטו זען דארט געשריבן פון רבי יעקב׳קע: חכם המפורסם נודע בשערים מהרמ״ד ז״ל און נאָך מליצה׳דיגע שבחים
ואלי אמר אמירה נעימה תמה אני על חכם השלם בענינו והעתקתו החמודה הלא על ארבעה חכמי חרשים ראשי המפרשים הוא יסדה ואונקלס בראשם שם לו לצור מעוז וחומה בצורה
ארבעה חכמי חרשים איז א מליצה גענומען פין ארבעה חרשים פין מוסף שבת החודש וואס מען קען זעהן דא און עס מיינט פיר מיינסטערס, וואס דא איז פשוט אז ער מיינט צו זאגען אז דער פירוש פין רמ"ד איז געבויט אויף פיר פירושים ובראשם אונקלס. איך זעה נישט פארוואס איינער זאל האלטען אז דא שטייט עפעס אז זיין פירוש איז בעסער ווי די פיר ראשונים.
און אפאר מליצות וואס שטייט אויף משה רבינו מיינט נישט אז מען האלט אז ער איז א משה רבינו.
ביזט גערעכט. מ’דארף נאר נישט פארגעסן אז נאך ביים לעבן פון מנדלסון האט דער בית דוד געשריבן אינ׳ם מאסף: ״ממשה [מימון] ועד משה [דעסוי] לא קם כמשה.
הייסט עס אז איר (אנטשולדיגט נישט איר) באשולדיגט דער פאלגענדער רבי Library of the Admor of Karlin-Stolin, ha-Rav Shochet, Jerusalem, Israel אז ער האט ארויסגענומען דער בריוו פין ר' יעקב'קע ווייל ער רעדט בשבחו פין רמ"ד.
טעריבעל.
מיר ליגט אין זכרון אז די ליטווישע האבען נישט מקפיד געוועהן און זיך יא באניצט מיט דער חיבור.
און היברו בוקס איז דא א חומש בית דוד, וואס זעהט אויס ווי כמעט אזוי גוט ווי דער בית יהודה. זיי ביידע האבן לכאורה געקאפיט דער רמ"ד חומש און געמאכט כשר. אזוי ווי דער משניות פין פיעטרישקא וואס איז איבערגעדריקט געווארען מיט א נייער נאמען אבער כמעט מלה במלה.
זייער אינטרעסאנט ווייל די ערשטע צוויי שורות פון דעם מבוא הלשון געפינט זיך יעצט דא אויפ׳ן קאפי און דאס לעצטע מאל וואס איך האב נאכגעזוכט איז עס נאכנישט דארט געווען. זעהט אויס אז דעי יוטוב קליפ האט עפעס אויפגעטאן…