קבל את האמת ממי שאמרו?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:
הומאניסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:

אויב דו קוקסט נאך אינ׳ם ספר מבוא הלשון, אויף hebrewbooks.org וועסטו זען דארט געשריבן פון רבי יעקב׳קע: חכם המפורסם נודע בשערים מהרמ״ד ז״ל און נאָך מליצה׳דיגע שבחים


וועלכע דף אינעם ספר?
ס׳איז אין די הקדמה; אין א לאנגע הערה פון אונטן.


Sent from my iPad using Tapatalk


https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=14

שטייט דארט אזוי
ואלי אמר אמירה נעימה תמה אני על חכם השלם בענינו והעתקתו החמודה הלא על ארבעה חכמי חרשים ראשי המפרשים הוא יסדה ואונקלס בראשם שם לו לצור מעוז וחומה בצורה


ארבעה חכמי חרשים איז א מליצה גענומען פין ארבעה חרשים פין מוסף שבת החודש וואס מען קען זעהן דא און עס מיינט פיר מיינסטערס, וואס דא איז פשוט אז ער מיינט צו זאגען אז דער פירוש פין רמ"ד איז געבויט אויף פיר פירושים ובראשם אונקלס. איך זעה נישט פארוואס איינער זאל האלטען אז דא שטייט עפעס אז זיין פירוש איז בעסער ווי די פיר ראשונים.

און אפאר מליצות וואס שטייט אויף משה רבינו מיינט נישט אז מען האלט אז ער איז א משה רבינו.
ביזט גערעכט.
מ’דארף נאר נישט פארגעסן אז נאך ביים לעבן פון מנדלסון האט דער בית דוד געשריבן אינ׳ם מאסף: ״ממשה [מימון] ועד משה [דעסוי] לא קם כמשה.


Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און פארוואס ווערט מען אזוי משוגע פאר שרייבן א פירוש אויף חומש?


בנוגע אוצר ישראל, איך ווייס נישט אויב די ווייסט, אבער מען פלעגט עס רופען עוכר ישראל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

הומאניסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:https://www.nli.org.il/en/manuscripts/NNL_ALEPH000081285/NLI#$FL30804002

דאס מיינט איר?

הייסט עס אז איר (אנטשולדיגט נישט איר) באשולדיגט דער פאלגענדער רבי
Library of the Admor of Karlin-Stolin, ha-Rav Shochet, Jerusalem, Israel
אז ער האט ארויסגענומען דער בריוו פין ר' יעקב'קע ווייל ער רעדט בשבחו פין רמ"ד.

טעריבעל.

מיר ליגט אין זכרון אז די ליטווישע האבען נישט מקפיד געוועהן און זיך יא באניצט מיט דער חיבור.

און היברו בוקס איז דא א חומש בית דוד, וואס זעהט אויס ווי כמעט אזוי גוט ווי דער בית יהודה. זיי ביידע האבן לכאורה געקאפיט דער רמ"ד חומש און געמאכט כשר. אזוי ווי דער משניות פין פיעטרישקא וואס איז איבערגעדריקט געווארען מיט א נייער נאמען אבער כמעט מלה במלה.
זייער אינטרעסאנט ווייל די ערשטע צוויי שורות פון דעם מבוא הלשון געפינט זיך יעצט דא אויפ׳ן קאפי און דאס לעצטע מאל וואס איך האב נאכגעזוכט איז עס נאכנישט דארט געווען.
זעהט אויס אז דעי יוטוב קליפ האט עפעס אויפגעטאן…


Sent from my iPad using Tapatalk



ווי איז עס נישט געוועהן? אויף היברו בוקס אדער אין היברו יונערווערסיטי?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:און פארוואס ווערט מען אזוי משוגע פאר שרייבן א פירוש אויף חומש?


בנוגע אוצר ישראל, איך ווייס נישט אויב די ווייסט, אבער מען פלעגט עס רופען עוכר ישראל.
איך פארשטיי נישט דיין שאלה. ווער איז געווארן משוגע?

*דער אוצר ישראל האט הסכמות פון רידב״ז און ר׳ חיים בערלין


Sent from my iPad using Tapatalk
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: קבל את האמת ממי שאמרו?

שליחה דורך הומאניסט »

אישתישבי האט געשריבן:
הומאניסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:https://www.nli.org.il/en/manuscripts/NNL_ALEPH000081285/NLI#$FL30804002

דאס מיינט איר?

הייסט עס אז איר (אנטשולדיגט נישט איר) באשולדיגט דער פאלגענדער רבי
Library of the Admor of Karlin-Stolin, ha-Rav Shochet, Jerusalem, Israel
אז ער האט ארויסגענומען דער בריוו פין ר' יעקב'קע ווייל ער רעדט בשבחו פין רמ"ד.

טעריבעל.

מיר ליגט אין זכרון אז די ליטווישע האבען נישט מקפיד געוועהן און זיך יא באניצט מיט דער חיבור.

און היברו בוקס איז דא א חומש בית דוד, וואס זעהט אויס ווי כמעט אזוי גוט ווי דער בית יהודה. זיי ביידע האבן לכאורה געקאפיט דער רמ"ד חומש און געמאכט כשר. אזוי ווי דער משניות פין פיעטרישקא וואס איז איבערגעדריקט געווארען מיט א נייער נאמען אבער כמעט מלה במלה.
זייער אינטרעסאנט ווייל די ערשטע צוויי שורות פון דעם מבוא הלשון געפינט זיך יעצט דא אויפ׳ן קאפי און דאס לעצטע מאל וואס איך האב נאכגעזוכט איז עס נאכנישט דארט געווען.
זעהט אויס אז דעי יוטוב קליפ האט עפעס אויפגעטאן…


Sent from my iPad using Tapatalk



ווי איז עס נישט געוועהן? אויף היברו בוקס אדער אין היברו יונערווערסיטי?
היברו יוניווערסיטי

(How would it even make sense that I would be talking here about the book in Hebrew books
There’s no censorship there


Sent from my iPad using Tapatalk
פארשפארט