דער קייזער גייט נאקעט! (וועקער #6 - אסיף)
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

[center]חלק א - משל[/center]
[center](פרייע איבערזעצונג פון "The Emperor's New Clothe's" ביי הענס ענדערסען - 1837)[/center]
[justify]מיט אסאך יארן צוריק האט געלעבט א מעכטיגער גרויסער קעניג, דער קעניג האט זייער שטארק געגליכן שיינע קליידונג אזש ער האט אויסגעגעבן זיין גאנצע געלט נאר אויף איינצוקויפן נייע קליידער. פארן לאנד'ס ארמיי האט ער גארנישט אויסגעגעבן און אנדערע געווענליכע אונטערהאלטונגען האבן אים נישט פאראינטרעסירט. די איינציגסטע זאך מיט וואס ער האט זיך אייביג געהאלטן פארנומען איז געווען, ארומפארן אין לאנד זיך באווייזן מיט נאך א נייע מאנטל. פאר א יעדן שעה אין טאג האט ער געהאט אנאנדער מאנטל. ביים פאלק איז געווען א נארמאלע ערשיינונג צו זאגן "דער קעניג איז אין קליידונג צימער", אנשטאט די געווענליכע "דער קעניג איז אין פאלאץ".
דער קעניג האט געוואוינט אין דער גרויסער הויפט שטאט, די שטאט איז געווען זייער קאלירפול און האט אייביג געווירבעלט מיט מענטשן און סוחרים, א יעדן טאג זענען אהין אנגעקומען פרעמדע מענטשן פון אלע עקן וועלט.
איין געוויסע טאג זענען דארט אנגעקומען צוויי שווינדלער'ס, זיי האבן זיך דערקלערט פאר די מענטשן אלס די וועלטס מערסטע טאלאנטפולע שניידער'ס, זיי האבן די מעגליכקייט אויפצונייען די וועלטס שענסטע קלייד וואס איינער זאל זיך נאר קענען חלומ'ען. 'נישט נאר די קאלירן און שניטן זענען אויסערגעווענליך שיין' האבן זיי ערקלערט, 'נאר זיי פארמאגן ביי זיך א מיסטעריעזע סחורה, וואס א קלייד וואס ווערט גענייט פון די סחורה, האט די וואונדערליכע כח צו ווערן דורכזיכטיג און אומזעהבאר צו די מענטשן וואס זיצן אויף אומפאסיגע פאזיציעס און די וואס זענען שרעקליך נאריש, נאר קלוגע און געלונגענע מענטשן וועלן עס קענען זעהן'.
די שמועה איבער די וואונדערליכע שניידער'ס האט זיך בליץ שנעל צושפרייט אין שטאט. דער קעניג, הערנדיג איבער די וואונדער קלייד טראכט ער צו זיך: "דאס מוז זיין א וואונדערליכע סחורה, אויב איך וועל ארומגיין אנגעטהון מיט א קלייד געמאכט פון דעם סחורה, וועל איך אויסגעפונען ווער אלס אינערהאלב מיין קעניגרייך איז נישט באמת פאסיג פאר זיין פאזיציע, און איך וועל אויך קענען אפטיילן קלוגע פון נארישע מענטשן. איך מוז האבן אזא קלייד אויפגענייט זאפארט". ער האט תיכף אהינגעגעבן א גרויסן סכום געלט פאר די שווינדלער'ס, אז זיי זאלן גלייך קענען אנהייבן די ארבעט אהן פארלירן צייט.
די שווינדלער'ס האבן ערנסט אנגענומען אויף זיך די ארבעט. געשיקטערהייט האבן זיי אויפגעשטעלט צוויי געוועב-שטולן (נייען טישלעך), און זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט מיט א פלייס - עכ"פ אזא רושם האט עס געמאכט אויב מ'האט געקוקט אויף זיי. באמת האבן זיי גארנישט געטוהן. זיי האבן געבעטן פאר די טייערסטע זיידן, פאר די טייערסטע פעדימער, און אלעס וואס זיי האבן באקומען האבן זיי גלייך אריינגערוקט צו זיך אין טאש אריין, און ווייטער האבן זיי געארבעט ביי די ליידיגע טישלעך ביז שפעט אין די נאכט.
ויהי היום, און דער קעניג טראכט צו זיך: "איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן ווי ערגעץ זיי האלטן שוין מיטן קלייד". ער האט זיך אבער גלייך דערמאנט פון די באהאלטענע כח, אז דער וואס איז נישט פאסיג פאר זיין פאזיציע וועט עס נישט קענען זעהן, און ער איז געווארן אביסל אומבאקוועם. דער קעניג פאר זיך האט געהאלטן אז ער האט נישט וואס מורא צו האבן, אבער ער האט געטראכט אז ס'וואלט דאך געווען א גוטע עצה קודם צו שיקן איינעם אנדערש אויסצוטשעקן די מצב. אויך אין שטאט איז שוין דער שטימונג געווארן לעבעדיג, יעדער איז געווען אנגעצויגן צו וויסן ווער פון זייערע שכנים און באקאנטע זענען נישט אזוי געלונגען ווי מ'מיינט, אדער איז גאר נאריש.
"איך וועל שיקן מיין אלטן ערליכן מיניסטער" טראכט צו זיך דער קעניג. "ער וועט זיין דער בעסטער קאנדידאט צו קוקן וואו דער מאנטל האלט, ער איז סיי אינטעליגענט און קלוג, און סיי אז קיינער איז נישט מער געלונגען פאר זיין פאזיציע ווי אים".
דער אלטער מיניסטער גייט אראפ צום פלאץ וואו די שווינדלערס זענען געזיצן פארטיפט אין די ארבעט דארט ביי די ליידיגע טישלעך. ער קומט אריין, עפנט זיינע אויגן ברייט און טראכט צו זיך: "אוי באשעפער העלף!, איך זעה דאך גארנישט!", אבער ער האלט זיך שטיל און רעדט נישט קיין הויך ווארט.
די שווינדלערס ווארטן נישט אויף גארנישט און בעטן אים צו קומען נענטער, און צייגנדיג אויפן טיש פרעגן זיי אים צו ער באוואונדערט נישט די הערליכע שניטן און די קאלירן. דער אלטער אומשולדיגער מיניסטער שטרענגט זיך אהן און פרובירט דאס בעסטע אבער ער זעהט גארנישט. "אוי געוואלד" טראכט ער צו זיך, "איז דען מעגליך אז איך בין אזוי נאריש??? עס קען נישט זיין, און אפילו אויב יא, מעג עס קיינער נישט וויסן!, איז מעגליך אז איך בין נישט אזוי געלונגען און נישט פאסיג פאר מיין פאזיציע???, פארפאלן, נישטא וואס צו רעדן, איך קען פאר קיינעם נישט אויסזאגן אז איך האב דעם קלייד נישט געקענט זעהן."
"נו, דו האסט גארנישט צו זאגן?" פרעגט אים איינער פון די שווינדלערס, אנשטעלנדיג א פנים כאילו ער איז טיף פארנומען וועבן. "אה, סאיז זייער שיין, פששש, הערליך שיין" ענטפערט דער מיניסטער. אזעלכע הערליכע שניטן און קאלירן! זיכער וועל איך איבערגעבן דעם קעניג אז איך גלייך די סחורה זייער שטארק".
"גוט, מיר זענען צופרידן דאס צו הערן" זאגן די צוויי שניידערס, און מיט די הענט אויפן ראד זענען זיי אים מסביר פונקטליך די קאלירן און קוריאזע שניטן מיט אלע פיטשיווקעס. דער אלטער מיניסטער האט זיך גוט איינגעהערט צו זיי, אזוי אז ער זאל שפעטער קענען איבערגעבן דעם קעניג וואס זיי האבן געזאגט. ער איז צוריק צום קעניג און איבערגעגעבן וואס ער האט געזעהן.
די שווינדלערס האבן דאן געבעטן פאר נאך געלט, נאך זיידן און גאלד-סחורה, אלעס וואס ס'האט זיך פארלאנגט פאר'ן וועבן. ווייטער האבן זיי אלעס געהאלטן פאר זיך און ניטאמאל א פאדים איז נאנט געקומען צום טישל, אבער פונקט ווי ביז אהער האבן זיי ווייטער אנגעהאלטן די פלייסיגע ארבעט ביים ליידיגן טישל.
גלייך דערנאך האט דער קעניג אראפגעשיקט נאך אן ערליכער מיניסטער צו די שניידערס, צו זעהן וואו זיי האלטן שוין און אויב דער קלייד איז שוין נענטער צו געענדיגט ווערן. גענוי ווי דער ערשטער מיניסטער האט ער אויך געקוקט און געקוקט און גארנישט געזעהן, ווייל ס'נישט געווען וואס צו זעהן.
"איז עס דען נישט א הערליך שטיקל?" פרעגן די צוויי שווינדלערס, אנווייזנדיג און ערקלערנדיג די הערליכע שניטן.
"נאריש בין איך נישט" טראכט ער צו זיך, "עס מוז דעריבער מיין פאזיציע וואס איך בין נישט פאסיג צו. ס'איז היפש אינטערעסאנט, אבער איך מוז דאך קיינעם נישט לאזן וויסן דערפון". ער לויבט זיי אויס די סחורה, און ברענגט ארויס זיינע געפילן איבער די הערליכע קאלירן און שניטן. "ס'איז הערליך שיין" זאגט ער דעם קעניג.
אין שטאט איז דער קלייד ווייטער געבליבן דער שמועס פון טאג. דער קעניג האט צום סוף באשלאסן אז ער וועט עס אליינס גיין באקוקן ווילאנג ס'איז נאך אויפן טישל. ארומגענומען מיט עטליכע מיניסטארן, ארייגערעכנט די צוויי וואס זענען שוין פריער דארט געווען, זענען זיי געגאנגען צו די צוויי שווינדלערס, וואס ארבעטן ביטער שווער, ווען קיין פאדים איז נישט בנמצא דארט.
"איז עס דען נישט וואונדערליך?" רופן זיך די צוויי עלטערע מיניסטארן אן צום קעניג. "אונזער מאיעסטעט דער קעניג איז זיכער בעאיינדרוקט פון די סחורה", ווען מיט די הענט צייגן זיי אויף די ליידיגע טישל דארטן וואו זיי האבן זיך פארגעשטעלט אז אנדערע זעען דארט טאקע די סחורה.
"וואס מיינט דאס?" טראכט צו זיך דער קעניג, איך זעה דאך גארנישט דא. סאיז צרות! בין איך נאריש? בין איך אומפאסיג צו זיין דער קעניג? דאס וועט דאך זיין די גרעסטע צרה וואס קען געשעהן צו מיר".
"פששש", רופט זיך דער קעניג אן, זיך אומקערנדיג צו די שניידערס. "יא, די סחורה האט אונזער פולסטע צושטימונג", און צופרידענערהייט געשאקלט זיין פנים איבערן ליידיגן טיש. אלע ארומיגע וואס זענען געווען מיט'ן קעניג האבן געקוקט און געקוקט, אבער געזעהן האבן זיי פונקט ווי דער קעניג אליין, אלע האבן זיי זיך אנגערופן "דער סחורה איז הערליך".
די אנוועזנדע יועצים האבן גע'עצה'ט דעם קעניג, אז ער זאל באנייען די הערליכע קלייד במעמד עם רב ביי א צערעמאניע וואס מ'וועט ספעציעל אראנדזשירן אין צענטער פון שטאט. "ס'איז הערליך, וואונדערליך" האט מען אומאויפהערליך געהערט מורמלען פון צווישן די ארומיגע. יעדער איז געווען פרייליך, און דער קעניג האט באעהרט די צוויי שווינדלערס צו ווערן די אפיציעלע שניידערס פארן קעניגליכן הויף.
די גאנצע מעת לעת בעפאר די מעמד האט געדאפט פארקומען האבן די שווינדלערס גאר פלייסיג געארבעט, מער פון 16 לעכט איז אויסגעגאנגען. און די שטאט האט אנגעצויגענערהייט צוגעקוקט ווי די שניידערס יאגן זיך צוצוענדיגן דעם קעניג'ס נייע קלייד. זיי האבן אראפגענומען די קלייד פונעם טיש און ווייטער געארבעט אין די הענט מיט שערלעך און נאדלעך, גענייט און געדרייט ווען קיין פאדים איז נישטא צו זעהן דארט פאר א רפואה. ענדליך הערט מען זיי אויסרופן: "דער קעניג'ס נייע קלייד איז געענדיגט!"
דער קעניג מיט אלע מיניסטארן זענען אריינגעקומען צום זאל. די שווינדלערס האלטן די הענט אין די הייעך כאילו זיי האלטן דארט עפעס: "דאס איז די הויזן", "דאס איז די קלייד", און "דא איז די אויבערראק". אלעס איז גרינג ווי שפין וועבעכץ, זיי וועלן זיך פילן ווי גארנישט אויפן קערפער, אבער דאס איז די שיינקייט דערפון.
"גערעכט! גערעכט!" זאגן די מיניסטארן.
"זאל דער הויכגעשעצטער מאיעסטעט זיך ביטע אויסטהון יעצט", זאגן די שווינדלערס. "אזוי וועלן מיר קענען העלפן דעם מאיעסטעט זיך דעם נייעם קלייד אקעגן דעם שפיגל".
דער קעניג טוט זיך אויס און די שווינדלערס מאכן דעם שפיל ווי זיי טוהן אים אהן די נייע קלייד, איין חלק נאכן צווייטן, בשעת ווען דער קעניג דרייט זיך און קוקט זיך אין שפיגל פון אלע זייטן.
"ווי שיין דאס איז! ווי גוט עס פאסט זיך!" זאגן אלע מיניסטארן. "וואספארא הערליכע קאלירן! וואספארא שטוינענדע שניט!".
דער צענטער פון שטאט איז שוין געווען פול מיט מענטשן, און די אנפירער פונעם צערעמאניע האבן געלאזט דעם קעניג מעלדן אז די שטאנגען מיט די חופה - אין וואס דער צערעמאניע וועט פארגיין - איז שוין גרייט.
"איך בין גרייט" רופט זיך אן דער קעניג. "איז דען דער קלייד נישט ממש ווי געשניטן אויף מיר?", און ער דרייט זיך נאך איין לעצטע מאל צום שפיגל. אזוי אז די מענטשן זאלן מיינען אז ער גלייכט דעם קלייד.
די באדינער'ס וואס האבן באגלייט דעם קעניג פון הונטערוויילעכץ האבן אויסגעצויגן די הענט אונטערצוהייבן די קלייד, אז עס זאל זיך נישט שלעפן אויף די ערד. אויך זיי האבן נישט געוואלט אז מענטשן זאלן וויסן אז זיי זעען גארנישט.
דער קעניג האט פאראויס מארשירט אונטער די הערליכע חופה, אלע פארזאמלטע מענטשן אויף די גאס און די מענטשן פון די פענסטערס האבן אלע דערקלערט מיט גרויס עקסטאז: "יא! דער קעניג'ס נייע קלייד קען מען נישט אראפשרייבן וואספארא שיינע קלייד דאס איז! און ווי גוט עס פאסט זיך אויף אים!".
קיינער אין שטאט האט נישט דערוואגט צו זאגן אז ער זעהט גארנישט, קיינער האט נישט געוואלט ריזיקירן זיין פאזיציע אדער כבוד. די קלייד איז דעריבער געווען א גרויס סוקסעס. קיין איינע פון די קעניג'ס פריערדיגע קליידער האט מען נישט מער געשעצט ווי דעם.
"אבער ער האט דאך גארנישט אהן...!" רופט זיך ענדליך אן א קליין קינד צום טאטן זיינעם. און דער טאטע הערנדיג די ווערטער פונעם קינד רופט זיך אן צו זיינע ארומיגע: "הערטס צו! הערטס צו דאס וואס דער אומשולדיגער קינד זאגט", און צוביסלעך האבן מענטשן אנגעפאנגען זיך אונטערצומורמלען וואס דער קינד האט געזאגט, ביז דער גאנצער עולם האט ענדליך מיטגעשריגן: "אבער ער האט דאך גארנישט אהן! געוואלד, דער קעניג איז נאקעט!".
דער געשריי האט זיך דערטראגן ביז צום קעניג ,און ער האט אויך פארשטאנען אז זיי זענען גערעכט, אבער ער האט געטראכט צו זיך: "יעצט מוז איך אויסהאלטן ביז צום סוף", און די באדינער'ס האבן - מיט נאך מער כבוד ווי פריער - אונטערגעטראגן דעם קלייד וואס האט נישט עקזיסטירט.
***
[center]חלק ב' - נמשל[/center]
צווישן די ימים מיט ארטיקלען וואס פליסן אויף די אינטערנעט, איז שוין אסאך טינט פארגאסן געווארן איבער די פראבלעמען וואס פלאגן אונזער סאסייעטי, אסאך קריטיק און נאך מער סאלושענ'ס, יעדער כפי מיטב יכולתו. ווען איינער ליינט זיי וועט זיך אים דאכטן אז אט אט איז קומט שוין דער פרילינג, און די אלע פראבלעמען וועלן בקרוב זיין א פארגאנגענהייט, אבער ווען מ'קוקט זיך אום אין ריעל לייף - צי אין בית המדרש אדער אפילו אין גאס - קוקט נישט אויס אז עפעס זאל זיך למעשה טוישן. פארקערט גאר, יעדן טאג הערט מען פון פרישע אכשר דרא'דיגע תקנות אשר לא שערום אבותינו, און פרישע רשעות פון די מוסדות אקעגן אומ'שולדיג'ע ערליכע עלטערן, און עס קוקט אויס אז אנשטאט גיין צום פארבעסערונג גייט עס גאר דאונסאוט.
איז וואס טוט זיך דא באמת, זעמיר אונז אויפן וועג ארויף אדער אראפ? און אויב אראפ, איז דא עפעס וואס איך אלס יחיד קען טוהן צו פארבעסערן מיין לעבן, אהן זיין געצוואונגען צו טוישן לייף סטייל און אפהאקן משפחה און פריינט פארבינדונגען?
די תירוץ איז יא און ניין.
דער אלגעמיינער דירעקציע אין וועלכע אונזער סאסייעטי פארט איז אויפן עקסטרעמען וועג אראפ, און אויב ווארט איינער אויף א טויש אין די "סיסטעם" כדי צו קענען פארבעסערן זיין לעבן, איז לכאורה זיין האפענונג ווערטלאז. אבער ווען מ'קריכט אריין אביסל טיפער אל עומק הפראבלעם איז די מצב נישט אזוי געפערליך ווי מ'מיינט, און האפענונג איז דא.
אבער פאר מ'גייט ווייטער לאמיר קודם פארשטיין עפעס אנדערש. מיר חרדים זענען דאך נישט א קליקע פון פראסטע ליידיגייער'ס אדער עקסטרעמיסטן און ראדיקאלן, רובא דרובא מענטשן זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, ערנסטע מענטשן מיט אחריות אויף זיך און אויף זייערע משפחות. יעצט די אלע פראבלעמען וואס פלאגן אונזער געזעלשאפט איז דאך נישט באמת א אידישקייט פראבלעם, און רוב מענטשן ווען מען זאל ווען רעדן צו זיי פריוואט פנים אל פנים, וועלן פארשטיין למשל די וויכטיגקייט פון לערנען לימודי חול, צו די נארישקייט פון כולל באנק קוועטשן, אדער די ליצנות פון די אנטי-סמארטפאון קאמפיין, וכהנה וכהנה.
איז וואס איז פשט אז ווען מ'קוקט על הכלל זעהט מען פונקט דאס פארקערטע? לימודי חול לערנט מען נישט, אין כולל מוז מען גיין, און סמארטפאון באנוץ איז שטארק געפאלן. וואס ווילן די מענטשן באמת? און פארוואס זאלן מענטשן נישט טוהן וואס זיי האלטן איז ריכטיג און וויכטיג?
דער פשוט'ער תירוץ איז, אז צו רוב מענטשן רעדט מען טאקע נישט פריוואט פנים אל פנים, זיי טראכטן נישט פון 'להבא', און צוזאמען מיט די צרת רבים חצי נחמה ווערן די קשיות דערשטיקט נאך איידער מען פרעגט. די מועט וואס טראכטן יא, זענען נעבעך אין פעקל, און פאר זיי איז דא איין עצה צו גיין אויף די אינטערנעט און שעלטן אויפן סיסטעם, אבער בדרך כלל טוישט זיך נישט גארנישט ווייל ס'איז נישט קיין דאגת הכלל נאר א דאגת יחיד.
פיין, אבער דא ווערט שווער א שטערקערע קשיא. מענטשן זענען דאך נישט קיין בהמות און מיר האבן א מח וואס טראכט און דיקטירט אונז אונזער גאנצער התנהגות, וואס הייסט מען טראכט נישט?. און פארוואס זאל מען בכלל דארפן רעדן צו איינעם פריוואט, אים "אויפצוקלערן" אז עפעס איז פאר "אים" נישט גוט? פארוואס וועט דער מענטש נישט אליינס איינזעהן, אז עפעס איז נישט גוט?
און דא שטעקט א גרויסער טעות. אין אלגעמיין ווייסט טאקע יעדער אז א מענטש איז א ראציאנאלער באשעפעניש וואס ווערט געפירט דורך לאגיק, אבער דער מציאות איז נישט אזוי. דער ראציאנאלער מח איז זייער א קליינער מחותן אינעם מענטשן'ס טאג טעגליכן לעבן.
פארשונגען דורכגעפירט דורך פסיכאלאגן האבן געוויזן אז נאר 10 פראצענט פונעם מענטשנ'ס טראכטן גייט דורך די קאנטשעס מיינד (קלארן באוואוסטזיין), די איבעריגע 90% ווערט אויסגעארבעט אינעם סוב-קאנטשעס מיינד (אונטערן באוואוסטזיין). דער מענטש, נישט ער ווייסט און נישט ער האט וואס אריינצוזאגן אין די החלטות וואס ווערן געמאכט אינעם סוב קאנטשעס מיינד.
אבער ס'גייט נאך ווייטער, אפילו אין די 10 פראצענט וואס ער האט יא קאנטראל וועט נאכאלס 'ריין לאגיק' זיין א יקר המציאות, ווייל דער מח ווערט כסדר אטאקירט פון דרויסנדיגע השפעות (למשל: געפילן, לאגישע שטרויכלונגען און נאך), די השפעות זענען א דירעקטע גורם אז די החלטות זאלן נישט זיין געמאכט מיט ריין לאגיק.
איינע פון די הויפט שפילער'ס אינעם מענטשן'ס פסיכאלאגיע, איז זיין געזעלשאפט אין וואס ער געפונט זיך. אזוי ווי מ'זעהט קלאר אין רמב"ם: ״דרך ברייתו של אדם להיות נמשך 'בדעותיו ובמעשיו' אחר רעיו וחבריו״. און ווי עס רופט זיך אין די היינטיגע מעדיצינישע שפראך: Social psychology (אדער סאציאלאגיע - Sociology). 'סאסייעטי' האט א שטארקע השפעה סיי אויפן סוב-קאנטשעס און סיי אויפן קאנטשעס. פארשער אין דעם פעלד האבן איינגעזעהן, אז טיילמאל וועט דער מענטש נישט טראכטן ראציאנאל, צוליב דעם וואס זיין טראכטן איז אומדירעקט באאיינפלוסט פון די געזעלשאפט אין וועלכן ער געפונט זיך. אנשטאט טראכטן לאגיש און מאכן החלטות, וועט ער טראכטן וואס איז די נארם אין זיין גרופע - הגם דאס איז לאו דווקא לאגיש - און אזוי מאכן זיינע החלטות, און דאס אלעס איז בעת וואס דער מענטש זעלבסט רעדט זיך איין אז נאר לאגיק איז וואס פירט אים. די דאזיגע פענאמען איז באקאנט אלס "Groupthink".
א טיפישע ביישפיל איז די געשיכטעס ארום די 9/11 טראגעדיע. אין אלגעמיין ווייסן מענטשן אז: "שלעכטע" מענטשן האבן אריינגעקראכט פליגער'ס אין די צווילינג געביידעס, "גוט-הארציגע העלדן" זענען אריינגעלאפן אין די ברענענדיגע געביידעס ראטעווען מענטשן, "גוטע" סאלדאטן זענען געגאנגען מלחמה האלטן, "שלעכטע" סאלדאטן האבן געפייניגט ארעסטאנטן אין אבו-גראהיב טורמע, א.א.וו.
אבער אין וועלט פון סאציאלאגיע קוקט מען דערויף גאר אנדערש. זיי קוקן בעיקר אין וואספארא אטמאספערע די געזעלשאפט איז געווען, וואס איז געווען די שטימונג אין די געזעלשאפט, וואס האט מען ארויפגעקוקט און וואס האט מען אראפגעקוקט, וואס איז געווען ערווארטעט פון זיי דורך די אויטאריטעט, במישרין ובעקיפין, וואס זענען די געפילן וואס האבן געטריבן די מענטשן. אט די אלע זאכן - טענה'ן זיי - האבן אסאך א שטערקערע איינפלוס אויפן התנהגות פונעם מענטש, ווי דער אייגענער מח פונעם מענטשן.
פון די מערסט באקאנטע מומחים אין דעם פעלד איז געווען א אידישער פראפעסאר פון ניו יארק, סטענלי מיליגראם. אין די פופציגער יארן נאך וואס די נאצי-נירנבורג געריכטן און אייכמאן'ס געריכטן האבן זיך געענדיגט, האט מיליגראם - א פסיכאלאגיע סטודענט יענע צייט - געהאט די קשיא וואס באדערט יעדן רעכטדענקענדן מענטש. דהיינו, די דייטשן זענען דאך געווען א פארגעשריטן באזעצן פאלק, וויאזוי איז דאס מעגליך געווען אז מיליאנען מענטשן זאלן אין אזא קורצע צייט געטוישט ווערן צו רוצחים ואכזרים, אויפן ערגסטן פארנעם וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן? ספעציעל האט אים געבאדערט, ווען ער האט מיטגעהאלטן לייוו די געריכטן אויף טעלעוויזיע, און האט געזעהן אז זיי זענען טאקע נארמאלע מענטשן, אן די מינדעסטע אנדייטונג צו אומציווילירטע בארבאריזם אדער פסיכא-קראנקהייטן. אלס איד און אלס פסיכאלאגיע סטודענט האט עס אים שטארק געבאדערט, ער האט נישט געקענט באגרייפן וואס פונקטליך שפילט זיך אפ אין זייער מח, און ער איז געווען אנטשלאסן צו טרעפן דעם ענטפער.
די חקירות האבן אים געפירט אויפצוקומען מיט נייע טעאריע'ס אין סאציאלאגיע, נעמליך אז דער מענטש ווען ער געפונט זיך אין א גרופ אדער געזעלשאפט באקומט ער א נאטורליכן - אונטערן באוואוסטזיין - דראנג צו Conformity און Obedience. דאס הייסט, אז דער מענטש אין א גרופע וויל נאטורליך זיין בשלום ובדעה אחת מיט די איבעריגע מענטשן אינעם גרופע, ער וועט אוועקקוקן אויף זיין אייגענע דעה נאר כדי ער זאל בלייבן אינעם סיסטעם. דער מענטש אינעם גרופע סוספענדירט זיין ראציאנאל און ער איז נישט מער ווי א שרויף אינעם מאשין אן קיין אייגענע בחירה. יא ער טראכט אליינס און מאכט אליינס החלטות אבער זיין טראכטן איז נישט אריגינעל.
מילגראם האט שפעטער אדורגעפירט פארשידענע שטודיע'ס מיט שטוינענדע רעזולטאטן, וואס האבן באשטעטיגט זיינע טעאריעס: אזויפיל ווי 65%! מענטשן וועלן פייניגן אדער אפילו הרג'ענען א צווייטן מענטש, אויב זיי שפירן אז דאס איז די נארם אין די געזעלשאפט זייערע אדער אז זיי זענען אזוי אנגעוויזן געווארן דורך אויטאריטעט אינעם גרופע.
די שטודיעס האבן ארויסגערופן שאק אין די פסיכאלאגישע וועלט. אנדערע שטודיעס פון אנדערע פסיכאלאגן האבן נאכגעפאלגט מיט ענליכע רעזולטאטן, שטודיעס האבן געוויזן אז ווי מער די גרופע איז איזאלירט פונעם אינדרויסן, אלס גרעסער איז די אפעקט פון Groupthink. אזוי אויך, ביי גרופעס מיט אויטאריטערישע פיגורן איז די מעגליכקייטן אסאך העכער צו דעוועלאפן Groupthink (וויאזוי דער groupthink ווערט דעוועלאפט איז א באשרייבונג פאר זיך).
Groupthink פאר זיך איז בעצם נישט קיין גוטע אדער שלעכטע זאך. עס האט אוודאי אסאך גוטע זאכן, א גרויס חלק אין עקאנאמיע און ציוויליזאציע איז אנגעוויזן אויף דעם. אבער עס קען זייער שנעל אראפפארן פון וועג, און טיילמאל קען זיך עס ענדיגן פאטאל אזויווי פריער דערמאנט, היל"ת.
קוקנדיג אויף אונזער קולטור מיט אן אביעקטיוון בליק איז קלאר אז מיר פלאגן זיך שטארק מיט שלעכטע Groupthink. יא אמת, פאר אידישקייט העלפט עס אונז אסאך, עס העלפט פאר אמונה, בפרט אין די היינטיגע הסתר פנים'דיגע צייטן, עס העלפט גרינגער מאכן עבודת השם, אבער די שלעכטע חלקים פעלן נישט.
די סיבה פארוואס ביי אונז חרדים ווילן נישט מענטשן קיין טויש, איז נישט ווייל מ'טראכט נישט, מ'טראכט יא נאר מ'קומט צו נארישע החלטות, ווייל די מח איז פארבארגט פארן גרופע, עס איז נישט אריגינעל, עס איז נישט ריין לאגיק. ווען מ'רעדט צום מענטש פריוואט שטופט מען די גרופע צום זייט און ריין לאגיק נעמט איבער, אבער ביז דעמאלט איז עס נישט ער.
אויך איז וויכטיג צו פארשטיין וואס איז די רוקנביין פון די גרופע, וואס האלט די גרופע צוזאמען. אייביג איז דא א הויפט סיבה וואס איז גורם אז דער מענטש זאל זיך אנהענגען דערין, אדער בלייבן אנגעהאנגען, למשל ביים טעראריסט איז דער סיבה דשיהאד, און ביים נאצי איז דער גורם די אידעאלאגיע פון נאציזם. אז מ'ווייסט דעם יסוד וואס האלט די גרופע צוזאמען איז גרינדער פאר'ן יחיד צו אנאליזירן זיינע החלטות און זיכער מאכן אז נישט Groupthink האט אים בעאיינפלוסט נאר לאגיק.
ביי אונז חרדים איז דא עטליכע סיבות, אבער אלעס קומט ארויס אין די צורה פון "שידוכים".
א יעדע יחיד וואס דערזעהט זיך מיט א פראבלעם און וויל מאכן א שינוי לטובה, וועט זיך אנשטויסן אין די טרויעריג-בארימטע "שידוכים" פראבלעם. למשל איינער וואס וויל געבן א בעסערן עדיוקעישאן פאר זיין בחור כדי דאס לעבן זאל אים זיין גרינגער, וועט זיך שפעטער פלאגן אין "שידוכים". אלע חרדי'שע פראבלעמען, סיי וויאזוי מ'זאל עס נאר דרייע'ן קומט עס צום סוף אן צו "שידוכים". אפילו אויב אמאל איז עס די מוסד, וואס איז אנגעבליך דער אפהאלט, איז עס אבער צום סוף נאכאלס "שידוכים". למשל, איך קען נישט האבן א סמארטפאון - ווייל איך וועל דארפן טוישן סקול - און טוישן סקול איז א פראבלעם ביי "שידוכים".
און אפילו אזעלכע געגנטער ווי קרית יואל אדער סקווירא, וואס חוץ די נאטורליכע דראנג צו Conformity איז אויך דא אן ארגאניזירטער מאפיא גרופע וואס אינפארסירט מיט כח Conformity, איז אויך שידוכים דער איינציגסטער שטעקן מיט וואס זיי באנוצן זיך. קיין לעגאלע כח האבן זיי נישט, קיין גאנ'ס האבן זיי נישט, ניטאמאל א כח בית דין האבן זיי. די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען און וועלן טאקע סטראשענען איז, אדער מיט מוסדות (= שידוכים) אדער פרסום (בזיונות) וואס איז ווייטער שידוכים.
נו, איז דען נישט 'א גוטער שידוך' א לעגיטימע טענה? וואס טוט מען דען נישט פאר די קינדער? לכאורה יא, אבער אריינקוקנדיג טיפער שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנט בילד. אהן אריינגיין אין די פרטים, איז נישט קיין סוד אז אונזער שידוכים סיסטעם איז קאפוט תוכו כברו, אפילו די וואס האלטן אז אונזער וועג ארבעט בעסער ווי אלע אנדערע, זענען אבער מודה אז דער שידוך אליינס האט נישט קיין סאך צוטוהן צווישן דער מדובר און מדוברת. דער עיקר וואס מ'קוקט איז, אז די מחותנים און משפחות זאלן זיין פאסיג. ווידער דער בחור מיטן מיידל, נישט זיי קענען זיך, נישט זיי ווייסן וואס א פארהייראטע לעבן מיינט. אלזא, ווען מ'רעדט פון גוטע שידוכים, איז נישט דער שידוך די זאך נאר עפעס אנדערש, און וואס איז דאס? דאס איז "סטאטוס".
דער שידוך איז דער באראמעטער, וואו פונקטליך אינעם חרדי'שן סיסטעם איינער שטייט. גוטע שידוכים איז א העכערע סטאטוס, בעת א שוואכערע שידוך איז א בובו אינעם סטאטוס.
און סטאטוס איז שוין יא א לעגיטימע טענה. נישט אז ס'איז לאגיש, אבער ס'איז אזוי טיף איינגעגראבן אינעם טבע פונעם מענטש, אז ס'איז אוממעגליך עס אויסצורייסן. יעדער מענטש האט אן אינערליכן דראנג צו ווערן אנערקענט אין זיין גרופע. און דערנאך וואקסן און וואקסן, און אט דער דראנג איז דער סיבה וואס האלט אונז אנגעבינדן אינעם סיסטעם.
בקיצור: דער דראנג פאר סטאטוס אינעם סיסטעם, איז גורם צום סוף אז דער גאנצער סיסטעם זאל ליידן.
צוריק צום אריגינעלן שאלה, אויב דער סיסטעם גייט דאונסאוט, איז וואס איז דא פארן יחיד צו טוהן אהן ריזיקירן זיין סטאטוס?
די מעשה אויבן מיטן קעניג, איז א משל וואס מ'נוצט אסאך אין די אוניווערזיטעטן אלס הקדמה צו די סוגיא פון Groupthink. אבער אנדערש ווי אינעם משל, איז אין רוב פעלער נישטא קיין סטעידזש מיט א קעניג וואו א יעדער קען אויפהייבן די אויגן און זיך אליינס איבערצייגן וואס דער אמת איז. אין געווענליכע פעלער פארלאנגט זיך איינעם אסאך עקסטערע כח און מח אפילו נאר אויף איינצוזעהן אז ער איז בעאיינפלוסט פונעם דעת הציבור, און איז נישט באמת אליין אין קאנטראל ווי ער האט געמיינט.
(חלק ג' וועט נאכפאלגן אין נעקסטן וועקער אי"ה. א פארקורצערטע ווערסיע איז געדרוקט אינעם אסיף מפני קוצר הזמן)[/justify]

I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
זייער שיין באשריבן, שטארק הנאה געהאט פונעם משל, מה שנוגע די נמשל קען זיין דו ביזט גערעכט, אבער איך קלער עס איז גאר פשוט לאו דווקא גרופטינק, עס איז פשוט די געטוי מענטעליטי, פיער פרעשער, בנוסף צי טעראר, און די פאקט אז אלע וואס גייען נישט אין שניט געווענטלעך שניידען שלעכט אפ, דעריבער וויל מען נישט ריזיקירן מיט די קינדער, ע''כ בהחלטה גמירה בלייבט מען אין שפאן. לאו דווקא ווייל מען זעיט די קייזער אנגעטון, נאר יעדער זעיט א נאקעטע קייזער אבער מ'איז מחליט למען השלום ושלוה צי שרייען אז דער קייזער איז הערלעך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
פליקער האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, שטארק הנאה געהאט פונעם משל, מה שנוגע די נמשל קען זיין דו ביזט גערעכט, אבער איך קלער עס איז גאר פשוט לאו דווקא גרופטינק, עס איז פשוט די געטוי מענטעליטי, פיער פרעשער, בנוסף צי טעראר, און די פאקט אז אלע וואס גייען נישט אין שניט געווענטלעך שניידען שלעכט אפ, דעריבער וויל מען נישט ריזיקירן מיט די קינדער, ע''כ בהחלטה גמירה בלייבט מען אין שפאן. לאו דווקא ווייל מען זעיט די קייזער אנגעטון, נאר יעדער זעיט א נאקעטע קייזער אבער מ'איז מחליט למען השלום ושלוה צי שרייען אז דער קייזער איז הערלעך.
גרופטהינק איז נאר א פענסי נאמען פאר געטא מענטאליטי וגו'. איך נעם נאר אדורך די פסיכאלאגיע דערפון.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: דער קייזער גייט נאקעט! (וועקער #6 - אסיף)
זייער שיין באשריבען ווי נאקעט דער קיסר איז
דאכט זיך אבער אז א יונגערמאן וואס טרעפט זיך ביי די הויכע צוואנציגער יארן אז דער קיסר איז נאקעט און האט א שטוב מיט זיסע קינדער און צומאל א גוטע ווייב איז דא מער א פראבלעם ווי שידוכים
יעדע שריט וואס א מענטש נעמט אין אונזער געזעלשאפט קען צומאל ברענגען גאר קאמפליצירטע נאכווייען און אמאל קען זיין יצא שכרו בהפסדו

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
זייער הנאה געהאט צו ליינען דיין משל גוט געשריבן און אויף א געשמאקע אופן.
בנוגע די נמשל כלפי אונזער סאסייטי האב איך נישט געהעריג געכאפט די קשר,
איך קוק אן אונזער ציבור מער ווי די יחיד האט פשוט מורא צו נעמען אייגענע שריט אויף די אייגענע אחריות - א וודאי איז דא וואס וואלטן יא געוואלט טוישען נאר מסיבות שונות קענען זיי נישט, אבער די רוב פאלט נישט אריין אין די קאטיגוריה - די מציאות איז א מענטש מיט אייגענע החלטות טראגט א געוויסע אחריות פאר די קנסעקווענצן וואס ער וויל נישט טראגן.
איך האב זיך דאס איבערגעצייגט ווען איך האב אמאל קאנפראנטדעט א חבר מיינער א קלוגע יונגערמאן גאנץ אויפגעקלערט, פרעג איך עם וואס איז פשט אז דו גייסט שואל זיין דיין צדיק מיט דיינע ענינים און די ענטגילדיגע החלטה לאסטו אויף עם, זאגט ער מיר הער מיר צו למשל פאריגע וואך פארן האבן א קינד האט מיר די דוקטור געזאגט אז די קארט ליגט ארום די האלז און עס איז א סכנה איז ער מציע צו מאכן א סי סעקשאן, בין איך אריין צום רבין און די רבי האט געזאגט אז מען זאל לאזן נאטורליך, און ב"ה עס איז אדורך בשלום, פארשטייסט זאגט ער מיר ער מאכט מיינע החלטות און די תוצאות דארף ער זיך פראווענען און חס ושלום עס גייט ווער ראנג איז עס די צדיק'ס פראבלעם נישט מיינס.
דאס האט מיר געלערנט די מהלך המחשבה פון אונזער ציבור פשוט מען האט מורא פשוט צו טון אייגענע שריט, מאנכע וועלן עס פארשלייערן אין תמימות פון נישט משנה זיין און מען קען נישט וויסען ווימען וועט אנקומען וכדו' באט די נקודה מיין איך איז די עול-אחריות וואס מען וויל נישט טראגן.

שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
דיין אויספיר בנוגע שידוכים האט מיר זייער געכאפט, עס איז קלאר אז די יונגערמאן שאצט זיך לויט שידוכים, מען קען הערן גענוג ווי מען רעדט פון איינעם פשי ער האט עס געמאכט ער האט זיך משדך געווען מיט פלוני ער איז אנגעקומען! און פארקערט הערט מען האסט געהערט אברמי האט זיך משדך געווען מיט יענעם אנבליוועבל דו ווייסט אז אברמי איז ווערט ביינט איבער א מאה מיליון און די שידוך טוט ער?
און דאס איז א פראבלעם בפני עצמה און דאס איז קלאר א ריפלעקט צום משל צו די קעניג גייט נאקעט.
און דאס איז א פראבלעם בפני עצמה און דאס איז קלאר א ריפלעקט צום משל צו די קעניג גייט נאקעט.
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
ירמי' האט געשריבן:איך קוק אן אונזער ציבור מער ווי די יחיד האט פשוט מורא צו נעמען אייגענע שריט אויף די אייגענע אחריות - א וודאי איז דא וואס וואלטן יא געוואלט טוישען נאר מסיבות שונות קענען זיי נישט, אבער די רוב פאלט נישט אריין אין די קאטיגוריה - די מציאות איז א מענטש מיט אייגענע החלטות טראגט א געוויסע אחריות פאר די קנסעקווענצן וואס ער וויל נישט טראגן.
איך האב זיך דאס איבערגעצייגט ווען איך האב אמאל קאנפראנטדעט א חבר מיינער א קלוגע יונגערמאן גאנץ אויפגעקלערט, פרעג איך עם וואס איז פשט אז דו גייסט שואל זיין דיין צדיק מיט דיינע ענינים און די ענטגילדיגע החלטה לאסטו אויף עם, זאגט ער מיר הער מיר צו למשל פאריגע וואך פארן האבן א קינד האט מיר די דוקטור געזאגט אז די קארט ליגט ארום די האלז און עס איז א סכנה איז ער מציע צו מאכן א סי סעקשאן, בין איך אריין צום רבין און די רבי האט געזאגט אז מען זאל לאזן נאטורליך, און ב"ה עס איז אדורך בשלום, פארשטייסט זאגט ער מיר ער מאכט מיינע החלטות און די תוצאות דארף ער זיך פראווענען און חס ושלום עס גייט ווער ראנג איז עס די צדיק'ס פראבלעם נישט מיינס.
דאס האט מיר געלערנט די מהלך המחשבה פון אונזער ציבור פשוט מען האט מורא פשוט צו טון אייגענע שריט, מאנכע וועלן עס פארשלייערן אין תמימות פון נישט משנה זיין און מען קען נישט וויסען ווימען וועט אנקומען וכדו' באט די נקודה מיין איך איז די עול-אחריות וואס מען וויל נישט טראגן.
די פראבלעם וואס דו רעדסט איז אמת און פארדינט אן עקסטערע אפהאנדלונג, אבער ס'איז לאו דוקא פארבינדן צו וואס איך רעד. איך רעד ספעציפיש פון התנהגות וואס זענען אקעגן דעם מענטשן'ס אייגענע שכל און וואוילזיין.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: דער קייזער גייט נאקעט! (וועקער #6 - אסיף)
ביבער האט געשריבן:
(חלק ג' וועט נאכפאלגן אין נעקסטן וועקער אי"ה. א פארקורצערטע ווערסיע איז געדרוקט אינעם אסיף מפני קוצר הזמן)[/justify]
אין זיבעטן וועקער איז נישט געווען קיין המשך, אפשר קומט עס אינעם אכטן?
האסט גוט דעפיינט דעם פראבלעם, האסט א סעלושן?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: דער קייזער גייט נאקעט! (וועקער #6 - אסיף)
אז מ׳דערמאנט דעם געדאנק פון גרוּפּטינק, ווי אויך דעם ענין פון שידוכים, בכלל אין אונזער געמיינדע, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום ענליכן אבּיליִן פּאראדאקס. דאס איז אז א גרופע טוהט א זאך וואס (כמעט) יעדע פון די גרופע וויל אויסדרוקליך נישט טוהן, און מ׳טוהט דאס נאר ווייל מ׳חשבונ׳ט אז דער אנדערער וויל אזוי. (ס׳איז אנדערש ווי גרוּפּטינק אין דעם אז ביי גרוּפּטינק טוהט ער דאס למעשה יא (ווי נישט) מרצונו הטוב, נאר דער מקור פון זיין מעשה/דעסיזשאן איז ״יענעם׳ס״ דעה; ס׳איז נאר די קלארקייט פון זיין אפמאך מעיקרא וואס טויג נישט.)
דאס איז שטארק נוגע צו ווי אזוי אונזער געזעלשאפט באדייט זיך ביי שידוכים און ביי חתונה מאכן: קיין איינער (אין אלגעמיין) טוהט נישט ביי דעם זאכן וואס מ׳וויל, און מ׳טוהט דאס נאר ווייל מ׳קלערט אז ״יענער״ וויל אזוי. דאס רירט אן אינ׳ם געדאנק פונ׳ם כח היחיד קאמפּיין וואס זוכט דאס צו באקעמפן, און [tag]קאך_לעפל[/tag]’ס ארטיקל איבער דעם אינ׳ם יעצטיגן וועקער 17.
דאס איז שטארק נוגע צו ווי אזוי אונזער געזעלשאפט באדייט זיך ביי שידוכים און ביי חתונה מאכן: קיין איינער (אין אלגעמיין) טוהט נישט ביי דעם זאכן וואס מ׳וויל, און מ׳טוהט דאס נאר ווייל מ׳קלערט אז ״יענער״ וויל אזוי. דאס רירט אן אינ׳ם געדאנק פונ׳ם כח היחיד קאמפּיין וואס זוכט דאס צו באקעמפן, און [tag]קאך_לעפל[/tag]’ס ארטיקל איבער דעם אינ׳ם יעצטיגן וועקער 17.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דא זאגט דער אסטראנאמער דר. אברהם לאוב אז סאָשׁעל דיסטענסטינג קען האבן א בענעפישיאלן אפעקט אין דאס אז עס קען פארמינערן גרוּפּטיִנק וכדומה.
אויב באטראכט מען עס אלס א מאדוס פּאָנענס פּראפּאזישאן, דהיינו:
סאָשׁעל דיסטענסטינג ← ~גרוּפּטיִנק
דעמאלטס איז דאך איר קאנטרעפּאזיטיוו מיט די זעלבע אמת-וועליוּ:
גרוּפּטיִנק ← ~סאָשׁעל דיסטענסטינג
פארשטיי מיר שוין פארוואס חרדים אנהאלטן נישט סאָשׁעל דיסטענסטינג... איך פארשטיי אז הגם דאס פארמאגט נישט בעצם קיין פארמאלע פאָלאסי (אין איר סענטענשאל פארעם) קען דאס יא פארמאגן אינפארמאלע פאָלאסי(ס). ס׳איז פשוט געזאגט לבדיחותא.
אויב באטראכט מען עס אלס א מאדוס פּאָנענס פּראפּאזישאן, דהיינו:
סאָשׁעל דיסטענסטינג ← ~גרוּפּטיִנק
דעמאלטס איז דאך איר קאנטרעפּאזיטיוו מיט די זעלבע אמת-וועליוּ:
גרוּפּטיִנק ← ~סאָשׁעל דיסטענסטינג
פארשטיי מיר שוין פארוואס חרדים אנהאלטן נישט סאָשׁעל דיסטענסטינג... איך פארשטיי אז הגם דאס פארמאגט נישט בעצם קיין פארמאלע פאָלאסי (אין איר סענטענשאל פארעם) קען דאס יא פארמאגן אינפארמאלע פאָלאסי(ס). ס׳איז פשוט געזאגט לבדיחותא.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער שרייבער און אינטעלעקטשואל וויליאם הענרי פעריס האט געמאכט א חילוק צווישן אימיטעטיוו טראכטן, וואס איז א טראכטן וואס גייט נאך וואס די דאמינענט חלק אין דאס געזעלשאפט טוהן/טראכטן, און רעפלעקטיוו טראכטן וואס איז מער אינדעפענדענט און פאר זיך. ער האט געזאגט אז נאר איינער אין טויזענט באנוצט זיך מיט דאס רעפלעקטיוו סארט טראכטן. ועיין כאן.