קלאסישע מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

וואי! הערליך! בעטהאווענ'ס ''פיפטע סימפאניע'' געשפילט אויף א גיטאר (Marcin Patrzalek).

טאראראראם! טאראראראם! טארארארא........
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך בין באקאנט געווארן מיט קלאסישע מוזיק דורכ'ן קוקן די פילם Amadeus, א פיקטיווע מעשה באזירט אויף דאס לעבנס געשיכטע פון אמאדעאוס מאוצארט. דא איז א זיס שטיקל פון יענעם פילם ווי סאליערי איז מסביר די געשמאק פון קלאסישע מוזיק, דא איז די sountrack פון די פילם, ס'איז בעיסיקלי א קאלעקציע פון מאוצארטס שענסטע קאמפאזיציעס וואס לדעתי איז ער געווען די שענסטע קלאסישע קאמפאזיטער, דיזע soundtrack איז לדעתי די סמעטענע פון קלאסישע מוזיק. איך ווער פשוט משוגע פאר מאוצארט, רוב פון זיינע קאמפאזיציעס גלייך איך טאקע נישט, אבער די וועלכע איך גלייך יא זענען ממש מעין עולם הבא. הער נאר אויס אזא שטיקל, ס'איז דאך איין שטיק שמחה און געפיל. ווער רעדט נאך פון זיין טערקישע מארש, איינער וואס דאס הארץ ווערט איהם נישט פול מיט שמחה און די אויגן פול מיט טרערן דערפון דארף חושש זיין צו ער האט א נשמה בכלל. וויוואלדי גלייך איך אויך, ער איז זייער לעבעדיג און פריש הגם נישט אזוי פרייליך ווי מאוצארט. באך און בעטהאובען גלייך איך נישט אזוי שטארק, הגם זיי האבן אויך איינצעלנע שיינע זאכן ווי צום ביישפיל די ode to joy פון בעטהאובען און "אלע מענטשן מוזן שטארבן" קול אישה פון באך.

פון די אנדערע קאמפאזיטער איז אויך דא שיינע זאכן, פון יאהאן שטראוס II גלייך איך דאס מערסטע די שיינע בלויע דאנאו, פון שאופען די grand valse brilliante, צדוק הכהן און די קעניגן פון שבא פון האנדעל, מענדלסאהנ'ס חתונה מארש, די כלה וואלס פון ניעלס גאדע. כ'האב זיכער אויסגעלאזט אפאר, אפשר וועל איך צוריקקומען ווען כ'על מיך דערמאנען נאך.

**פון רוסיני איז אויך דא א הערליך שטיקל וואס איז זייער באקאנט די "Largo Al Factotum", ס'דא א פאראדיע דערויף אין אידיש "שוויגאראו", ישראל אדלער האט געמאכט א גע'כשר'טע ווערסיע דערפון האט נישט קיין הענט און קיין פיס לדעתי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אז מ'רעדט שוין פון מאוצארט און זיינע קאמפאזיציעס דארף מען וואוסן אז ס'דא א יסודות'דיגע חילוק צווישן איהם און די אנדערע קאמפאזיטער (בעיקר די צוויי אנדערע מערסט באקאנטע בעטהאובען און באך). בעת וואס בעטהאובען און באך האבן פארפאסט ערנסטע באזעסענע און קאמפליצירטע קאמפאזיציעס וואס מ'דארף זיין א מבין זיי צו פארשטיין איז אבער מאוצארט מער ווייניגער גלאט מיט א קינדישע לוסטיגקייט וואס איז נישטא זיינ'ס גלייכן. ווי ארתור מיללער זאגט: ".Mozart is happiness before it has gotten defined"

די חילוק קען מען אויך זעהן זייער שטארק ביי מאוצארט'ס וואריאציעס (א וואריאציע {variation or rhapsody in English} איז א קליינע פשוטע שטיקל פון איין פאל וואס מ'שפילט איבער אפאר מאל יעדעס מאל אויף אן אנדערן אופן, ס'פאנגט זיך אן פשוט נאכדעם מער לעבעדיג און קאמפליצירט). נעם למשל מאוצארט'ס וואריאציעס אויף twinkle twinkle little star, ער קען איבערשפילן די זעלבע שטיקל אפילו 12 מאל, יעדעס מאל אויף אן אנדערן אופן, און ער פארט נישט אוועק פונעם עצם ליד. ס'איז פשוט, שיין, גלאט, און איינגענעם פאר'ן אויער, ממש א גאונות צו מאכן אזאנס מיט אזא פשוט'ע טעמע. הער אבער אויס בעטהאובענ'ס וואריאציעס אויף rule Brittania, שוין ביים ערשטן וואריאציע פארט ער אוועק אין אומבאקאנטע טעריטאריע, איך הייב נישט אן האבן קיין אהנונג וואס דער מענטש וויל בכלל, פשוט גענומען א שיינעם ניגון און אינגאנצן צו'מזיק'ט.

אויסער זיין קינדערישע לוסט וואס מ'קען הערן אין זיין מוזיק האט מאוצארט בכלל געהאט היבש קינדערישקייט צו זיך (בכלל איז ער אוועק ביי די 35 אינגאנצן), כ'מיין אז ער איז דער איינציגסטער קלאסישע קאמפאזיטער וואס האט פארפאסט אזעלכע לידער ווי "לעק מיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]" אדער "ביזט א רעכטע אקס", איך רעד שוין נישט פון די בריוון צו זיין קוזינע וועלכע זענען פול מיט נארישע קינדישע אויסדרוקן וואס מ'דארף נישט נאכזאגן. נאך א קינדישע גאונות זיינער איז די ליד "Difficile lectu" וואס די ווערטער זענען אין לאטייניש און קלעבן נישט איינס צו צווייטן, די געדאנק דערפון איז אז ווען מ'זינגט עס שנעל אן זיך אפשטעלן צווישן די ווערטער קומט ארויס נארישע מיאוס'ע ווערטער אין דייטש און איטאליעניש. צ.ב. די ליד הייבט זיך אן "Difficile lectu mihi mars", איך קען נישט קיין לאטייניש אבער ווען מ'זינגט עס שנעל הערט זיך עס ווי איינס פון מאוצארט'ס באליעבסטע פראזעס "לעק דו מיך אים ארש" - לעק דו מיך אין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], אא"וו.

איינס פון די פאפולערסטע קלאסישע קאמפאזיציעס איז מאוצארט'ס "איין קליינע נאכטמוזיק", ס'איז אבער א גרויסע שאד אז דער עולם קען נאר די ערשטע לעבעדיגע טייל (movement) , ס'איז אבער כדאי אויסצוהערן דאס גאנצע סערענאדע, ס'איז צאמגעשטעלט פון פיר טיילן איינס שענער פונעם צווייטן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ס'איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז סייענטיסטן האבן אויסגעשטעלט די פראטין סטרוקטור פונעם סארס-קאוו 2 וויירוס אין צו (יאפאנעזישע סטייל) קלאסישע מוזיק, וואו די נאטן ווענדן זיך אין די שעיפ פון די פראטינס. דאס העלפט זיי דאס צו שטודירן און טרעפן פאטערנס און ביינדינג סייטס וכדומה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון די אנדערע קאמפאזיטער איז אויך דא שיינע זאכן... די כלה וואלס פון ניעלס געהל.

נאכ'ן נישטערן אביסל האב איך געטראפן א קלארערע רעקארדירונג פון דעם וואלס (אונטער אן אנדערן נאמען), דאס הארץ גייט פשוט אויס פון מתיקות.

https://youtu.be/aQHyW7M4yKE
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

היינט האט WQXR געשפילט צווישן אנדערן די באקאנטע מעניועט אין G מעידשאר פון פעצאלד (וואס מ'פלעגט בטעות מייחס זיין צו באך), ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב עס געהערט שפילן דורך א גאנצע ארקעסטרע (נישט דורך א פיאנע סאולא), ס'האט עפעס אן עקסטערן געשמאק, הערט און האט הנאה.

https://youtu.be/BDOn_FwmhlI
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

א צעהן טויזנט קעפיגע קאפעליע זינגט די ענדע פון בעטהאווענ'ס ניינטע סימפאניע, אין "Alle Menschen werden Bruder" באקריגט א נייע באדייט.

-----------------------------

די ניינטע סימפאניע געזינגען און אידיש ביי Jewish People's Philharmonic Chorus.

ברידער!

װײסע, ברױנע, שװארצע, געלבע —
מישט די פארבן אױס צוזאמען!
אַלע מענטשן זײנען ברידער…
פון אײן טאַטן, פון אײן מאַמען!

אױך — אײן גאָט האָט זײ באַשאַפן,
און — אײן פאָטערלאַנד די װעלט —
אלע מענטשן זײנען ברידער,
דאָס איז אײנמאָל פעסטגעשטעלט!

אלע מענטשן זײנען ברידער,
שװארצע, װײסע, ברױנע, געלבע…
אַנדערש זײנען נאָר די פאַרבן,
די נאַטור איז — די זעלבע:

אומעטום דאָס זעלבע פּראַלן,
כ׳האָב עס טױזנט מאָל געהערט!
און פון זאָגן ביז צו טראָגן —
איז פון הימל ביז צו דר׳ערד!

אלע מענטשן זײנען ברידער:
געלבע, ברױנע, שװאַרצע, װײסע…
פעלקער, ראַסן און קלימאַטן —
ס׳איז אן אױסגעקלערטע מעשה.

אומעטום דער זעלבער מוסר,
אומעטום דאָס זעלבע לײַגן —
מיטן מױל דער גאנצער עולם,
די פּאָליטיקער מיט שװײַגן!

אלע מענטשן זײנען ברידער!
און — זײ שפּילן זיך אין פלישקעס,
די נשמות זײנען װערעמלעך —
אינעם טאַבעק פון די שישקעס...

(איבערגעזעצט דארוך יצחק לייביש פרץ ז''ל גענימען פון opensiddur)
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נעכטן צוועלף אזייגער מיטאג האב איך אנגעצינדן WQXR, אויסצוהערן זייער פראגראם "Midday Mozart" וואו זיי טוען אויפשפילן יעדן טאג א שטיקל פון מאצארט, כמנהגי מידי פעם, ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען אנשטאט אנפאנגען אום צוועלף אזייגער ווי יעדן טאג האבן זיי געענדיגט צוועלף אזייגער און איך בין געבליבן אן אנגעפאטשטער. שוין, וואס איז געווען איז א חסרון לא יוכל להמנות, אבער פטור בלי כלום אי אפשר, האב איך צאמגעשטעלט אן אויפשפילליסטע פון מיינע באליעבסטע שטיקלעך פון קלאסישע מוזיק, כאטש אביסל אנצופילן דעם שרעקליכן חלל וואס איז ליידער געשעהן יענעם טאג אין די עולמות העליונים און אין די גאנצע בריאה דורך זייער פאררעכענונג, הערט און האט הנאה, און האט אויך אינזין אז ס'זאל זיין א תיקון נורא ואיום שיתקבל לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און ס'זאל ווערן א שמחה אין אלע עולמות. (דאס אויפשפילליסטע אויף גוגל דרייוו.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נעכטן האב איך אנגעטראפן א הערליך שטיקל פון מאצארט, ס׳איז אן אריינפיר וואס ער האט געשריבן ביי די אכצן יאר פאר די איטאליענישע אפרע ״La finta giardiniera", (וואס ער האט שפעטער איבערגעזעצט אויף דייטש), צינדט דאס אן ביי די חנוכה לעכט און איר וועט זעהן אז די אור הגנוז איז שוין גארנישט אזוי גנוז, כי קרוב אליך הדבר מאוד..

https://youtu.be/AR7BbDTkOJs

ווי אויך האב איך עס ארויפגעלייגט אויף מיין אויבנדערמאנטע שפילליסטע אויף גוגל דרייוו. https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לעצטנס האב איך אנטדעקט א הערליכע שפילליסטע פון איבער פיהר שעה פרייליכע קלאסישע מוזיק (ס׳דא נאך יוטובס מיט דעם און ענליכע טיטלען אבער נישט אלע זענען צו מיין טעם), אלס תמנע טוב מבעליו האב איך געפילט פאר וויכטיג דאס מיטצוטיילן.

ווי אויך האב איך מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א מאדנעם שטיקל מאצארט, עפעס א שטיקל אינמיטן הערט זיך ווי קלעזמער?!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

אַז מע רעדט פון קלאַסיש און קלעזמער, איז כדאַי צו דערמאַנען צװיי אונגאַרישע גדולים אין קלאַסישע מוזיק װעלכע זענען באַקאַנט פאַרן בויען אויף פאָלק-מוזיק; פערענץ (פראַנץ) ליסט, [קורצלעך דערמאַנט אויבן אין דעם אשכול דורך נאטרוליסט], און אויף אַ גרעסערן פארנעם בעילאָ באָרטוק - Béla Bartók װעלכער איז אויך באַקאַנט פאַרן משלב זיין שיחות עופות ושרצים אין זיינע װערק

פון ליסט איז באַרימט די Hungarian Rhapsody No.2, https://www.youtube.com/watch?v=goeOUTRy2es, איינע פון מיינע באַליבסטע קלאַסישע שטיקלעך, אַ הערלעכע קאָמפּאָזיציע, יעדעס נאָט ממש אויסצוקושן... (הגם עכטע מבינים װעלן אפשר זאָגן אַז ס'מעגלעך נישט עכט אין די קלאַסישע קאַטעגאָריע...)

דאָ צו הערן פאַר די װאָס האָבן נישט יו-טוב, פיער װערסיעס: https://en.wikipedia.org/wiki/Hungarian ... No._2#Form
Just another nerd
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

א זיסע קליפ ווי אזוי מאצארט, בעטהאווען, שאפען, און באך וואלטן געשפילט די וועטל באקאנטע ניגון Happy birthday to you.
און א געוויסע זין קען מען דערעהערן מער פון דעם קליינעם קליפ די חילוקים אין סטייל פון די אויבענדערמאנטע קאמפעזירערס, ווי פון א פאר שעה שיעורים אויף די נושא.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=S75gYhODS0M[/youtube]
חמין במוצאי שבת מלוגמא
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

כ'זעה גאָרנישט, סע ליידיג...

כ'שטעל זעך פאָר אַז איר מיינט דאָס: https://www.youtube.com/watch?v=S75gYhODS0M
שיין אַראָפּגעלייגט, זייער טאַלאַנטפול! און גאַנץ אַקוראַט
מאָוצאַרט אָנגעטרינקען :lol:

---------------------
לכבוד פּורים: דער איז קאָמיש און אונטערהאַלטבאַר, רוקט אריין הוסן, טייפּרייטער אין די קאָמפּאָזיציע...
Rainer Hersch
https://www.youtube.com/watch?v=BLXwpGCn2KQ
Just another nerd
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א צוויי יעריג קינד ווערט עמאושינעל פון א שטיקל בעטהאווען און פארגייט אין א געוויין. https://youtu.be/DHUnLY1_PvM
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווייס נישט: איך ווער מער איבערגענומען פון א ווארעמען, לעבעדיגן, חסיד'ישן ניגון ווי פון בעטהאווען אדער די אנדערע דייטשע (ימ"ש) קאמפאוזערס...!

איך ווארט נאר אז דער פסוק און נביאות וואס בלעם האט געזאגט פאר בלק..."מה יעשה העם הזה לעמך באחרית הימים"... מיינט מען ליטעראללי. אדער איז עס כ'תולה קיללתו באחרים. אז בלעם האט איהם פאראויסגעזאגט (פאר בלק) וואס די דייטשן, ימ"ש וועללן טון צו די אידן. אדער מיינט עס אז אונז וועללן נאך דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם דייטשן פאלק.

מיינע פאנטאזיעס לויפן זייער ווילד וואס איך וועלל אלץ טון פאר די דייטשן, (אפילו די גוטע) ימ"ש. ווען איך וועלל נאר האבן די געלעגנהייט...!
טעיק דהאט, שבת אחים...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נאך אפאר ענינים איבער די נושא:

א. לעצטנס האב איך מיך אנגעשטויסן אין א געפערליך אונטערגעשעצטע קאמפאזיציע פון מאצארט, ס׳הייסט זעקס דייטשע טענץ, די קאטאלאג איז K. 509. ס׳איז שווער צו כאפן וואו איין טאנץ ענדיגט זיך און די צווייטע פאנגט זיך אן ווייל זיי פארן אריין איינס אינעם צווייטן, אנדערש ווי אלע אנדערע טענץ קאמפאזיציעס וואו ס׳דא א שטיקל הפסק צווישן איין טאנץ און דעם אנדערן. אנדערע האבן אנגעמערקט אז ס׳שווער צו טאנצן דערצו ווייל ס׳איז צו שנעל האב איך דא געטראפן א שטייטערע ווערסיע, אויף צו הערן קען די שנעלערע ווערסיע זיין מער געשמאק.

ב. לעצטנס האב איך באמערקט אז וויוואלדי׳ס שטערקסטע קאמפאזיציעס (פאר מיין טעיסט עכ״פ) זענען די violin concertos ווי אויך די string concertos.

ג. כ׳האב מיך אמאל אפגערעדט דא אויף בעטהאווען, לעצטנס אבער איז מיר אויסגעקומען אויסצוהערן זיין אכטע סימפאניע, וואס זאל איך זאגן, כ׳האב מיך קיינמאל נישט גע׳חלומ׳ט אז איך וועל אמאל פארגיסן טרערן אויף א שטיקל בעטהאווען... ס׳איז עפעס נישט נארמאל, בעיקר די ערשטע און דריטע שטיקלעך.

וואס נאך? שטראוס׳ שאץ וואלס איז אויך נישט אוועקצומאכן.

I not only love Mozart - I worship him! - Pyotr Tchaikovsky
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: קלאסישע מוזיק

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

הערליכע טיעפע תנועות פון פארטייצישע עגיפטן

https://youtu.be/GI6dOS5ncFc
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאך אפאר ענינים איבער די נושא:

א. לעצטנס האב איך מיך אנגעשטויסן אין א געפערליך אונטערגעשעצטע קאמפאזיציע פון מאצארט, ס׳הייסט זעקס דייטשע טענץ, די קאטאלאג איז K. 509. ס׳איז שווער צו כאפן וואו איין טאנץ ענדיגט זיך און די צווייטע פאנגט זיך אן ווייל זיי פארן אריין איינס אינעם צווייטן, אנדערש ווי אלע אנדערע טענץ קאמפאזיציעס וואו ס׳דא א שטיקל הפסק צווישן איין טאנץ און דעם אנדערן. אנדערע האבן אנגעמערקט אז ס׳שווער צו טאנצן דערצו ווייל ס׳איז צו שנעל האב איך דא געטראפן א שטייטערע ווערסיע, אויף צו הערן קען די שנעלערע ווערסיע זיין מער געשמאק.

ב. לעצטנס האב איך באמערקט אז וויוואלדי׳ס שטערקסטע קאמפאזיציעס (פאר מיין טעיסט עכ״פ) זענען די violin concertos ווי אויך די string concertos.

ג. כ׳האב מיך אמאל אפגערעדט דא אויף בעטהאווען, לעצטנס אבער איז מיר אויסגעקומען אויסצוהערן זיין אכטע סימפאניע, וואס זאל איך זאגן, כ׳האב מיך קיינמאל נישט גע׳חלומ׳ט אז איך וועל אמאל פארגיסן טרערן אויף א שטיקל בעטהאווען... ס׳איז עפעס נישט נארמאל, בעיקר די ערשטע און דריטע שטיקלעך.

וואס נאך? שטראוס׳ שאץ וואלס איז אויך נישט אוועקצומאכן.

I not only love Mozart - I worship him! - Pyotr Tchaikovsky

רביה"ק זי"ע: ווי איידער נתפעל צו ווערן פון א קאמפאזיציע פון מאצארט אדער בעיטהאווען וואלט איך ענדערש געוואלט אז זיי (די גרויסע קאמפאוזערס) זאללן אויפשטיין פון זייער קבר און שרייען און מוסר זאגן פאר זייערע פאלקס מענטשן וואס זיי האבן אלץ געטון אקעגן די אידן...!
דאס הערט מען נישט. מ'הערט נאר וואספארא קולטורעל און געבילדעט פאלק די דייטשן (ימ"ש) זענען... פון דעם פאקט אז זיי האבן ארויסגעגעבן נאציס און דאס גאנצע פאלק (אדער רוב רובו) איז מיטגעגאנגען מיט זיי. פון דעם רעדט מען נישט...! אדרבה. זיי זענען נאך געווארן מוסר זאגערס. זיי זאגן פאר די רעגירונג אין ארץ ישראל מוסר פאר באהאנדלען די אראבערס שלעכט. און מיט דעם בארעכטיגן זיי די נייע שנאת ישראל...!

והעולה על כולן. אז אונז נארישע אידעלעך גיי מיר מיט מיט זיי מיט כל'ערליי תירוצים מינים ממינים שונים...! שיטה. נטורי קרתא. קנאות. אנטי ציוניזם...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מאצארט און בעטהאווען זענען געווען קיינע פילאזאפן אדער דעה-זאגער, זיי האבן פארפאסט שיינע מעלאדיעס און ליעדער און פאר זייערע מיינונגען האט זיי קיינער געפרעגט. פון די דייטשע פילאזאפן זענען דווקא געווען אזעלכע וואס האבן שוין מוסר געזאגט אין זייערע צייטן, פרידריך ניעטשע צ.ב. האט געשריבן איבער׳ן דייטשע הימנע דויטשלאנד איבער אלעס אז ״איך פארכט זיך אז דאס איז געווען די ענדע פון דייטשע פילאזאפיע״, און ווען זיין שוועסטער האט געהייראט אן אויסגערופענער אנטיסעמיט האט ער זיך אנטזאגט פון באטייליגן ביי די חתונה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איך ווילל נישט פארדרייען די טעמע פונ'ם אשכול דא. אבער מיין טענה איז אז בשעת איך האב מיך פארעקלט פון דעם דייטשן פאלק האביך מיך אויך פארעקלט פון זייער קולטור.

איך ווייס נישט אויב דו האסט געזעהן די סצענע אין דעם וואונדערבארן פילם פון סטיווען ספיעלבערג, ..."שינדלער'ס ליסט"...! דארט איז דא א סצענע ווי די דייטשע נאציס, ימ"ש האלטן אינמיטן פארטרייבן די אידן פון קראקא אין געטא אריין מיט די גרעסטע אכזריות. מיט 4 פיסיגע הונט. און ס'טוטציך דארט א גרויס בילעריי. און אינמיטן דעם גאנצן טומל איז א נאצי אפיציר אדורכגעגאנגען אין א אידיש הויז. און ר'האט באמערקט א פיאנא. האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און ר'האטציך אראפגעזעצט שפיעלן א שטיקל פון איינע פון באך'ס קאמפאזיציעס....!
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: קלאסישע מוזיק

שליחה דורך ברוינשטיין »

די היינטיגע טאג איז געווען אביסל שווער פאר מיר, צוליב פראוואטע סיבה'ס.

מיין הויז איז ליידיג, און שוואך באלאכטן.
איך האב מיר ארויפגעזעצט אויף מיין בעטל.
אנגעצונדן דער פאלגענדע פידל-מוזיק.

  60 minutes with the sad violin

יוש, דאס האט מיר צעריסן אויף שטיקער!

עס איז אויסטערליש טיף, און טראגט מיר פערזענליך גאר ווייט.
דער מוזיק איז טאקע שטארק ווייטאגליך, אבער ווארפט דא דארט שטראלן פון האפן.



Sent from my SM-A125F using Tapatalk
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

טאקע שיין און הארציג, איז עס אגאנצע צייט די זעלבע ניגון? און פון ווי איז דע מקור? עס איז מיר באקאנט פון ערגעץ. כקען מיר נישט דערמאנן פון ווי
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: קלאסישע מוזיק

שליחה דורך ברוינשטיין »

מקור? איך האב געזוכט בערך אזאלכע ווערטער , (פרובירנדיג טיפער אריינגיין אינעם מצב, כדי צו דערטאפן מיינע שפירונגען) און דאס ווינדערליך אנגעטראפן.

איך ווייס נישט אויב עס טוישט זיך ניגונים.
ווייל איך האב דאס געלאזט לויפן, און זיך פארזינקען אין מחשבות.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
פארשפארט