ווארט זאגער האט געשריבן:זייער שיין ניקסאן פארן עפענען אזא אשכול. איף האב שוין מיטגעהאלטען אפאר קעיסעס כ'ווייס נישט צו מ'קען עס אנרופען עדיקשען אבער זיכער ערגער פון עוורידש, ביי יענע קעיסעס איז די עדיקשען געווען א תוצאה פון אן אנדערע פראבלעם. ס'האט געפעלט שמחת חיים אדער א נישט פאסיגע דזשאב אדער נישט אינגאנצען מסודר מיט שלום בית דהיינו ער האט נישט געפילט אז מ'דארף אים באמת האבען. און וועגן דעם איז געווארען א מיני דיפרעשען און פון דעם האט זיך דעוועלאפט א שטיקל עדיקשאן נאכדעם וואס די אנדערע זאכן זענען געווארן מסודר ב"ה איז געווען סאך גרינגער צו ארבעטען אויף די עדיקשען.
ס'דא א ווארט פון ר"ר פנחס קאריצער זי"ע אז ס'דא מענטשן וואס זייער עבודה אויף די וועלט איז זיך אויסצוארבעטען צו זיין פריילעך נישט בעצבות, וועגן דעם פלאגען זיי זיך מיט מרה שחורה, און ווען מ'איז מרה שחורה פאלט מען דאך אריין אין תאוות, ממילא ווערן זיי נאך מער בעצבות איז דא נאך מער תאוות וחוזר חלילה. די עצה איז צו ארבעטען אויף שמחה אין יעדע פאל. דער שערי תפילה שרייבט אז די וועג איבערצודרייען דעם יצה"ר פאר א יצ"ט איז דורך שמחה!
איך האב געלייקט אייער תגובה צוליב דעם ערשטן חלק אבער מיט׳ן צווייטן חלק האב איך א שטיקל פראבלעם. נישט ווייל איך גלייב נישט אז שמחה קען באמת ארויסהעלפן אבער איך פארשטיי פעלער ווי שמחה איז באמת נישט קיין טובה און איך וועל עס מסביר זיין לויט׳ן ביכל listening to depression
גאט ברוך הוא האט אונז געשאנקען א מח וואס האט די וואונדערליכסטע אייגנשאפטן. די איינציגסטע און העכסטע אויפגאבע פונ׳ם מח איז סערווייוול. ווען א מענטש איז אין א ביטערן מצב ווי ער האט נישט צו וועמען זיך צו ווענדן פאר הילף, איינער וואס זאל אים פארשטיין און באמת אן קיין נגיעות און אגענדעס צוהערן און פרובירן ארויסהעלפן ווי ווייט מעגליך - דאן איז עס באמת א סערווייוול מעקאניזם פון די מח צו ברענגען א דיפרעשן און ס׳איז א מיטל פונ׳ם מח צו אפעלירן פאר הילף- כאילו א מעסידש: עד כאן, דו קענסט נישט קאנטיניוען צו גיין אין דעם זעלבן מהלך ווייל דאס ארבעט מער נישט און דערגייט דיר די יארן. דו מיזט דיך אפשטעלן און זיכן א נייע וועג וואס וועט דיר ערמגליכן צו לעבן מער נארמאל ווי דו פילסט נישט אזוי מיזערעבל און ביטער סטאָק.
אנשטאט צו פארשטיין די יסוד פון דיפרעשן און עדיקשן איז די גרינגסטע סעלאשן וואס פּלאטשיקע מענטשן האבן: שטאפּ יענעם מיט פּילן. אנשטאט צו פארשטיין אז די פראבלעם דא איז נישט דער מענטש, נאר פשוט די מצב איז אומדערטרעגליך, פרואווט מען טריטן די סימפטעם אנשטאט די פראבלעם
איך האב שוין ב״ה געראטעוועט א שיינע צאל מענטשן פון נעמען זיך דאס לעבן, אוו איך רעד מענטשן וואס האבן שוין געהאט א פונקליכע פלאן אין פלאץ וויאזוי צו טון די מעשה
איך זיך מיך נישט דא צו בארימען, אדער חלילה אוועקמאכן אז אין געוויסע פעלער קען פילן אויך צוהעלפן אבער נאר ווען מען גייט טאקע צום שורש און מען גיבט דעם מענטש א געלעגנהייט צו פארגריגערן זיין פיין און מיזערי. ראטעווען מענטשן פאסירט נישט מיט׳ן לייגן א ״בענדעידש״ און לאזן יענעם שימלען אין די אייטער פון זיין לעבן
פונקט ווי ווען א ניי געבוירן קינד וויינט פאר הונגער וועט די מאמע אמאל געבן דאס קינד א צוציקל ביזדערווייל וואס זי גרייט צו דעם באטל... מעדיצין איז ווי א צוציקל, עס קען זיין א צייטווייליגע הילף, אבער פונקט ווי קיין שום בארעמהארציגע מוטער וועט נישט טראכטן: אה, דאס קינד איז שטיל מיט׳ן צוציק, מ׳דארף אים נישט מער געבן צו עסן.... אויפ׳ן זעלבן אופן איז א טפשות צו טראכטן אז מעדיצין קען זיין א לעזונג ווען באמת דער מענטש גייט אויס פאר הונגער, זיין נפש דורשט צו לעבן נארמאל ווי יעדע מענטש דעזערווט צו לעבן.
אנטשולדיגט אויב ס׳איז אביסל א לאנגע מגילה, אבער דאס איז נאר כדי ארויסצוברענגען פארוואס ארויפ-פּלאסטערן א שמייכל קען צומאל זיין נאר צולייגן אויל צום פייער ווייל אויב לאזט מען נישט דעם מענטש זיך אויסגיסן דאס הארץ און טרעפן וועגן צו אדרעסירן דעם פראבלעם דאן ענדיגט זיך עס ביטער (פונקט ווי אינ׳ם משל פונ׳ם קינד וואס מ׳שטאפט עס צו דאס מויל מיט א צוציק- ס׳האלט נישט אָן לאנג אזא ״לעזונג״...
מ׳מיז אדרעסירן די אמת׳ע סיבה פונ׳ם וויינען- נישט צולייגן צום פיין דורכ׳ן געבן עצות פון זיין בשמחה (אויב א מענטש טרעפט פאר זיך אליין אז ס׳העלפט אים שמחה, good for you- אבער יעדער מענטש האט אנדערע פראבלעמען און מ׳קען קיינמאל נישט פארגלייכן צוויי מצבים ווייל יעדע מענטש האט אנדערע אייגנשאפטן, נאטורן און אויפבראך און ממילא דארף יעדער א ״קאסטמייזד״ עפּרויטש...