א טרויעריקער אנעקדאט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

א טרויעריקער אנעקדאט

שליחה דורך הומאניסט »

א יינגל א יתומל נעבעך, (יא״ג),
אין קרית יואל. די מאמע איז אומגעקומען אינם הייליגן שטעטל
וויאזוי ?
איינער האט אפן געלאזט אן אויטא מיטן אנגעצונדענעם מאטאר
נו איז וואס?
א ברודער זעצט זיך אריין ביים רעדל,
האט ער ״לייסענס״ ? אוודאי נישט
ער איז דאך א כולל יונגערמאן וואס ״תורתו אומנתו״ און פאר שמירת עינים וועגן איז נישט כדאי צו קענען פירן אן אויטא ווייל סאיז דא א חשש אז איין טאג וועט אים איינפאלן ארויסצופארן פון שטעטל און ווער ווייסט וואו ער קען נאך אנקומען ( אין שאול תחתית אפשר...)
נו איז א פראבלעם נישטא וואס צו טון מיט די צייט נישטא קיין שום אקטיוויטעטן, ספארט, שפיל, תענוגים...
גיט ער א דרוק מיטן רעכטן פוס און גאלאפ...
די אויטא נעמט זיך פליען אראפ פון בארג און הארגעט אפ א מאמע מיט א בעיבי אויף איינמאל
דאס עלצטע קינד א 12 יעריגער איז געווען דער מאמעס ליבלינג אבער דער טאטע קען אים נישט פארליידן
ער גיט אים נישט קיין ליבשאפט , ״אטענטשן״ , צייט, נאכדערצו רודפט ער אים אויס
דאס יינגלס פסיכיק זוכט ״א סערווייוול מעקאניזם״, ער פאלט אריין אין דמיון,
פאנטאזירט וועגן זיין גרויסן צוקונפט צו זיין דער מלך המשיח,
דעם כבוד וואס ער באקומט אין די אויגן פון גאנץ כלל ישראל , לעיני כל העולם
ווי אויך די כיבודים וואס ער וועט צוטיילן פאר זיינע חברים און ווי ער וועט זיי מאכן פאר די יושבים ראשונה במלכות
דאס קינד וואלגערט זיך ארום צוווישן קרובים. אפשר נעמען צו א טעראפיסט? מאן דכר שמיה. קודם כל איז עס א פינאנציעלע עקספענס און ווער האט דאס געלט דערפאר, און צווייטנס דאס קען דאך נאך חלילה גורם זיין צו פארלאזן דעם סיסטעם...
שוין אפגערעדט פון דעם וואס דער זיידע, א קנאי, א נטורי קרתאניק, האלט אז נעמען הילף פון פסיכאלאגיע אדער ״ חינוך מיוחד״ איז אפיקורסות און א בזיון התורה.
וואס עפעס? ווייל סע איז א פראקלאמאציע אז תורה איז נישט גענוג , און מ׳דארף צוקומען צו אנדערע מקורות!...און דעריבער האט ער געפירט א מלחמה קעגן דעם ספר ״נישט מיט כח נאר מיט מח״...און קעגן די ״חינוך מיוחד״ פראגראמען אין די חדרים ....
א פעטער פון דער מאמעס זייט רופט אפ דעם זיידן כדי ארומצורעדן ןןאס מקען טאן...א פאסיגן אדרעס אנגעטראפן!...דער זיידע( וואס אגב איז גרייט גיין אין וואסער און פייער ״לקדש שם שמים״..) ענטפערט:
שיס אים!!
דאס יינגל-בחור האט זיך אזוי געוואלגערט ביז....א אויטא איז אויך אים איבערגעפארן!
מעשה אבות סימן לבנים ...און די משפחחה איז אויסגעלייזט ״ברוך השם״ פון אלע צרות
״הקב״ה עושה רצון צדיק״...
בלייבט נאר א קושיא: פ״וו ווארטן און זיך מוטשען אזוי לאנג? פ״וו נישט אומקומען מיט א 8 יאר פריער און ארויפגיין אין הימל אינאיינעם מיט מאמען און שוועסטערל???
נאך עפעס איז נישט קלאר : ווי אזוי איז ער געהארגעט געווארן ? איז עס ״סועסייד״? אדער פשוט נישט אכטונג געגעבן פון פארחלומטקייט און מעדיצין-איינפלוס? צי גאר ווייל מהאט אים -אזויווי אסאך היימישע קינדער- קיינמאל נישט געלערנט די ״קאוד״ פון ״rode crossing" , אדער אפשר אלע סיבות אינאיינעם?...


Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

פונעם ערשטן חלק סיפור כאפ איך גלייך פון וועם דו רעדסט, אבער פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט איבער די צווייטע חלק? ווען / ווי / וויאזוי האט דאס פאסירט? בכלל איז שרעקעדיג די פאקט אז ער איז נפטר געווארן די זעלבע וועג ווי זיין מאמע.
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: א טרויעריקער אנעקדאט

שליחה דורך הומאניסט »

א קליינע הוספה…

בשעת דער יתום איז נאך געצווינגען געווארן מיטצוהאלטן טעגליכע סדר אין ישיבה און טאג-טעגליך געפייניגט געווארן ביי די וועלכע זענען געשטעלט געווארן אים צו קאנטראלירן, האט ער - ווי אויבן דערמאנט געהאט א חבר אים אויסצוהערן זיינע פאנטאזיעס פון זיין אין טשארדש אויסצוטיילן כבודים ווען משיח קומט…

שפאצירן זיך אזוי די צוויי איין נאכמיטאג, און יא״ג לאַנט זיך אָן אויפ׳ן אקסל פון זיין חבר פאר סופארט בשעת׳ן וואָקן; קומט צו גיין א בחור א קלעסמעיט (א פרומאק, א בנש״ק) און האַלט פאָר דעם חבר אז ס׳פּאסט נישט… צו לאזן יא״ג זיך אזוי אנלאנען [מ׳דארף דאך געווארנט זיין אויפ׳ן איסור נגיעה; גאט באהיט, זיך אָנלאַנען אויפ׳ן אקסל איז דאך זייער סעקשועל]

אזוי זעהט מען אויס נעבעך ווען די נפש פון די מענטש עקזיסטירט נישט, און נאר איין דגוש איז דא: ווי מער פייניגן פאַר פרומקייט


Sent from my iPad using Tapatalk
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

מיין הארץ גייט אויס פאר צער פון אזא שרעקעדיגע אנעקדאט, איך האף אז ס’איז נישט אמת די מעשה, ס’פארדייעט זיך מיר זייער שווער.
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: א טרויעריקער אנעקדאט

שליחה דורך הומאניסט »

ליידער איז עס אמת


Sent from my iPad using Tapatalk
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

העל מיר דארפן געוואור ווערן ווער דאס איז.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

א שרעקליכע מעשה!

אויב סאיז וואר דארף מען דא ברענגן עטליכע עגלה ערופהס, כמיין, נארמאלערהייט וואלט דא געדארפט זיין א shakeup און א וויי געשריי וואס זאל זיך הערן ת״ק פרסה! אדער לכה״פ א אויסשריי פון די ממונים על הציבור אז ילשאה״ה!
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

איך וויל קלארשטעלן.
דער זוהן האט דער'הרג'ט זיין אייגענע מאמע?
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

מנחם ציון האט געשריבן:איך וויל קלארשטעלן.
דער זוהן האט דער'הרג'ט זיין אייגענע מאמע?


עס קוקט נישט אויס אזוי פון די מעשה
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

מנחם ציון האט געשריבן:איך וויל קלארשטעלן.
דער זוהן האט דער'הרג'ט זיין אייגענע מאמע?

זיכער נישט! ער איז נאך דאן געווען א קליין קינד
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

בונה של טוב האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:איך וויל קלארשטעלן.
דער זוהן האט דער'הרג'ט זיין אייגענע מאמע?


עס קוקט נישט אויס אזוי פון די מעשה


א ברודער זעצט זיך אריין ביים רעדל,(?)
האט ער ״לייסענס״ ? אוודאי נישט
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

א ברודער פין איינער וואס האט לייסענס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ויש ליישב בדוחק, וצע’’ג.
פארשפארט