אנטי-קאָוויד-וואקסערס: איך פארשטיי אייך!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די האלסט נישט אז מען דארף וויסן פריער, פאר מען נעמט עס, אויב עס איז שעדליך?

עס איז א דבר פשוט אז אפילו אויב וואלט געוועהן עפעס א סכנה דערמיט וואלט דער גאווערמענט עס געשטיפט, ווייל פאר זיי איז בעסער עקאנאמיש צו האלטען דער קאוויד אונטער קאנטראל יעצט, ווי איידער אריינלאזן אפאר מענטשן אין א סכנה דורך נעמען דער וואקסין.

און בכלל, זיי האבן דאך נישט קיין נאמנות על פי הלכה, איז ווי אזוי מעג מען נעמען בכלל איין איינשפריצונג וואס מען ווייסט נישט אויב עס איז א סכנה.

און עס איז נישט עפ די עי אפראווד, זיי לאזן מענטשן עס נעמען דארפען אונז זיין די גיני פיגס וואס פרובירען עס? זאלען די גוים עס פראבירן, און ווען מיר וועלען וויסן אז עס איז גוט און עס ארבעט וועלען מיר עס נעמען.

ועוד, אפילו זיי זאגן שוין אז עס העלפט נישט פאר אלע סטרעינס, איז וואס איז דער פאונט בכלל פין עס נעמען?

דיסקלעימער, איך מוז נישט האלטען אלע פונקטן דא געשריבן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

וואס איז די ציל מיט א וואקסין? צו ווערן אמיון. נאר די וואקסין קען בויען אמיוניזאציע? די מחלה אליין נישט? דיו לבא מן הדין להיות כנידון.
רוב רובם פון אונזער ציבור דאהי און אין אייראפע, האבן געכאפט דעם ווירוס און די ערשטע פאר וואכן איין וועג אדער א צווייטער, גערעכט אדער אומגערעכט. (וועגן אר"י ווייס איך נישט)
דער רוב פון צווישן אונז איז שוין געווען אמיון און די ערשטע פאר וואכן,
און טאקע סיי וועלכע גרויסע פארזאמלונג מיט אן אפיציעלע ארגענעזירונג, האט אויפגעפאדערט אז ווער עס האט נאך נישט קיין אנטי באדיס זאל נישט אנטיילנעמען. א שטייגער ווי בתי מדרשים פאר די הייליגע טעג, רבי'שע חתונות, אסיפות, וכדו', לאפוקי פון פריוואטע חתונות און שמחות. (דאס אז דער עולם האט נישט געפאלגט האט נישט מיט די ארגענעזירער)

יעצט צום פונקט, צו דער עולם פייפט אויף דאקטורים? קען זיין, איך זאג נאר מיין אייגענע פילינג, ביז די בל"מ פראטעסטן האב איך ערליך געפאלגט "אלע" אנווייזונגען. אמער, ס'דאך לעבן און טויט פראגעס. קפץ עליו רגזו של דזשארדש פלויד, און א ריזיגע פראצענט פון זייערע רעגולאציעס זענען פארלעצט געווארן, איז מאי שנא אונז? מיין לעבן מעטערט אויך.
יא, מיר פאלגן אויס דאקטורים, אבער ווען זיי טוישן מיינונג יעדן טאג, און צוליב סאציאלע אומגערעכטיגקייט איז מען מקיל און די רעגולאציעס, האט דאס געברענגט א גרינגשעצונג צו די אנווייזונגען.
ווען עס קומט אבער צו וואקסינס איז דער עולם נישט דערקעגן, ס'איז פשוט אז מיר זענען שוין אמיון און ס'פעלט נישט אויס, וואס קען דער וואקסין ערגענצן וואס די ווירוס אליין קען נישט?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווי לאנג האלטען די אנטיבאדיס דורך האבן די מחלה אליין?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

פון וועלכע חודש שטודיעס רעדסטו?

פון ווי ווייט קען מען כאפן דעם ווירוס?

וויפיל מאסקעס ברויך מען טראגן?

ווי אלט דארף מען זיין צו ווערן א קעריער פון דעם ווירוס?

סקולס מעגן זיין אפן אדער נישט?

פראטעסטן איז ערלויבט?

לוויות?

קעמפס איז סעיף אדער נישט?
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

אישתישבי האט געשריבן:די האלסט נישט אז מען דארף וויסן פריער, פאר מען נעמט עס, אויב עס איז שעדליך?

זיכער דאַרף מען וויסן, די צרה איז נאָר אַז דו ביסט ניט קיין דאָקטער און ביסט אַ מבין אויף רפואה ווי אַ קאַץ אויף הייוון, און אויף די פּאַפּירן וואָס מ'האָט אָנגעשריבן וועגן דערויף קוקסטו ווי אַ האָן אין בני אדם.
אישתישבי האט געשריבן:און בכלל, זיי האבן דאך נישט קיין נאמנות על פי הלכה, איז ווי אזוי מעג מען נעמען בכלל איין איינשפריצונג וואס מען ווייסט נישט אויב עס איז א סכנה.

ווער האָט ניט קיין נאמנות? גראַדע שרײבן די פוסקיםאַז דווקא די דאָקטוירים וואָס האָבן אַרויסגענומען אַ צעטל פון דער מלוכה האָבן נאמנות.

העניך האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז דער עולם האט נישט געכאפט וואס איך שרייב דא.

ווי איך פאַרשטיי שילדערט איר די היפּאָקרעטיע פון געוויסע וועלכע לאַכן זיך אויסעט פון די אַנטי־וועקסערס, בשעת זיי אַליין האָבן אויכעט אָנגעפיפן די דאָקטוירים און האָבן אויכעט אָנגעטאָן פיל שאָדן דורך זייער אויפפירונג, יע?
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

העניך האט געשריבן:99 פראצענט עפידעמיאלאגן זאגן אז מאסקעס העלפן – כאטש עפעס – נישט אנצושטעקן אנדערע, אבער מיר האבן זיי אויסגעלאכט. אלע מעדיצינישע מומחים זאגן אז זיך צוזאמענקומען בציבור קאסט נפשות, און דערפאר זאל מען דאס מינימיזירן, אבער מיר האבן מחליט געווען אז מיר זענען גרייט צו צאלן מיט נפשות אפילו פאר יארצייט-סעודות און הכנסת ספר תורה'ס.

די ביזט אזא לץ... אבער שרייבסט א גיטע נקודה חוץ די חלק.... און א אויספרעג נישט צו לאנג צוריק פארעפענטלעכט ווייזט זיך אויס אז קוים 40 פראצענט עקספערטן האלטן אז מאסקעס איז ווירקזאם...
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
פארשפארט