רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען זיין, מ׳דארף נאר מעיין זיין וואסערע חורבן ס׳געשעהט ווען מ׳גייט פיר אמות אן א קאפל (אויפ׳ן וועלט, נישט אויפ׳ן מענטש, שלא תחריב עולמי). קען זיין אז ס׳ווענדט זיך מיט וואסערע גלעזער מ׳לערנט מדרש אבער איך זעה נישט פארוואס איין וועג איז מער מוכרח ווי דעם אנדערן.
גא עקסטריעם.
וואסערע חרבן ס'געשעט ווען איינער דרייט זיך ארום אומגע'מל'ט זעסטו יא?
אדער ווען איינער ברענגט נישט א שעפסל פון אונטער א יאר אלט, אויף דער פערצענטער טאג פון ניסן מאנאט ווען די זוהן נויגט צו מערב צו, און שפריצט נישט זיין בלוט אויף דער וואנט פון דער שעכט טיש?
פארוואס כאפסטו זיך ארויף אויף א -און בעסטן פאל- מנהג טוב?