פעמעניזם, א טעימה פון ימות המשיח
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
פעמעניזם, א טעימה פון ימות המשיח
[justify]ווי עס קומט אויס פון חז"ל איז די פרוי געווען די נכס פון די מאן. זי האט אים געדארפט דינען מיט אלע זיינע באדערפענישן. קיין דעה האט זי נישט געהאט צופיל (סייווי איז נשים דעתן קלות). זי איז געווען די עקרת הבית קאכן וואשן מאכן די בעט. זי האט אים געדארפט צושטעלן אלע זיינע באדערפענישן אינקלודינג (באט נישט לימיטעד) צרכי גבר. פאשטייט זיך אז ער האט געדארפט דאגה'ן אויף פרנסה, סוף כל סוף שטייט דאך אין די כתובה אנא איזון ואפלח וכו'. גראדע האט מען רחמנות געהאט אויף זיי און זיי פראטעקטעד מיט די כתובה געלט אז דער מאן זאל איר נישט קענען שטויסן ווען ער וויל, עס זאל נישט זיין לייכט. אזוי אויך שטייט מכבדה יותר מגופה. אבער פון דברי חז"ל זעהט מען אז די פרוי האט נישט געהאט דעם רמה און רעכט וואס איז היינט צוגעטיילט ביי פרויען. און אודאי נישט אזויווי מען רופט עס איקוואל רייטס (EQUAL RIGHTS).
היינט איז די מצב אינגאנצן אנדערש. דער פרוי איז א גאנצע בעלת דעה. אויף יעדער זאך איז גלייך בארעכטיגט צו זאגן און זיך שטעלן אויף איר מיינונג. זי איז אויך געווארן מער א פראדאקטיווע מין אנושי. בימים קדמוניות האט א פרוי נאר געקענט פראדוצירן קינדער, חוץ מזה גארנישט. יא, נישט פארגעסן אז שניידן האט זי געקענט, עס שטייט דאך סדין עשתה ותמכור.
היינט איז דאכט זיך נישטא קיין איין פראפעשאן וואס פרויען האבן נישט א חלק אין דעם. זיי זענען דאקטורים, טעראפיסטן. בוכהאלטערס, און מענעדזשערס. זיי האבן און פירן אייגענע ביזנעסער, און זיי זענען אויף סי אי או'ס פון אנדערע גרויסע ביזנעסער. זיי דרייוון קארס טראקס באסעס באנען און אפילו עראפלאנען (יא, מאך נאר זיכער ווי זי האלט אין די ווסתות פאר דו פליסט מיט איר). זיי זענען פראגראמערס און נעטווארקערס. זיי זענען סעילספרויען און ביזנעס אדווייזערס. לייף קאוטשעס, אז עס איז נישטא קיין זאך וואס די פרוי קען נישט טוהן.
דער זאך איז נישט נאר ביי די גוים. נאר ביי אונז אידן ווערט עס מער און מער אן ערשיינונג ווי פרויען זענען גאר די ברעד ווינערס, ווי מען רופט עס.
די שאלה איז, על מה עשה השם ככה אז עס זאל זיין אזא גרויסע שינוי אין דעם ענין?
איך בין אמאל געווען ביי א פארברענג מיט הרב יוסף יצחק גורארי שליט"א משפיע בישיבת ליובאוויטש אין די שטאט דעטרויט. ער האט דארט ארום גערעדט פון די ענין אז די וועלט גרייט זיך אויף ביאת המשיח. ער האט געזאגט דארט אז די פאקט אז אפילו די גוים זיכען היינט ספיריטשואליטי איז סימן אז די וועלט זוכט רוחניות. ער האט גענוצט א דוגמא אז מען זעהט אז די קבלה מאוומענט איז א שטארקע מאוומענט ביי די גוים. וואס דארפן זיי קבלה? נאר די לעומת זה, איז מרגיש אז עס קומט א התגברות פון רוחניות דקדושה, איז ער מתגבר רוחניות דטומאה. עכת"ד. [איז געווען דארט אזעלכע וואס האבן נישט געקענט מקבל זיין דיע דיבורים. אבער ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז קבלה מאוומענט איז א גוטע זאך, ער האט נאר געמיינט צו זאגן אז דאס איז א תוצאה פון דעם אז דער וועלט גרייט זיך אויף ביאת המשיח]
איך האב געזען אין תורה אור פרשת ויגש זאגט מורא'דיגע ווערטער.
די תוכן פון די ווערטער איז אז יעצט איז די נוקבא (מדת המלכות) נאר א מקבלת, זי איז נישט קיין משפיע. וועגן דעם איז אויף דער וועלט הגשמי די נקבה נאר א מקבלת. אזוי אויך ביי די קידושין איז זי שטיל, נאר דער חתן זאגט הרי את וכו', אבער די כלה איז שטיל ווייל די נוקבא איז א מקבלת. אבער לעתיד לבא וועט זיין אשת חיל עטרת בעלה, די נוקבא וועט גאר זיין א קרוין מלמעלה, זיי וועט זיין א משפיע. ולכן ווען משיח וועט קומען שטייט מהרה ד' אלקינו וכו' קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה. ד"ה די כלה גייט אויך זיך לאזן הערן, זי גייט אויך זיין א משפיע.
ווי עס זעהט אויס פון דעם, גייט די מעמד פון די נשים צדקניות זיין סאך העכער ווען משיח וועט קומען ווי עס איז היינט.
אויב מעג מען זאגן געבט דאס אן אור אויף די שינוי פון די מעמד פון נשים בימינו אלה. וויבאלד משיח קומט בקרוב ממש, ממילא הייבט זיך שוין אהן די זאך אז נשים זענען משפיעים כמעט (אדער פונקט) ווי די מענער. די גוי שרייט איקוואל רייטס. דאס קען זיין אויך מטעם זה אז די צד שלעומת זה איז מרגיש און די התגברות פון קדושה לקראת ימות המשיח.
איך זאג דאס בדרך הצעה, און וואלט זיך געפרייט צו הערן ענקער מיינונג אויף דעם.[/justify]

"המהפכה הגדולה ביותר בהיסטוריה של המין האנושי היא שהתרבות החברתית והרוחנית פסקה מלהיות תרבות גברית ונהייתה תרבות אנושית. וזהו היה ההישג הגדול ביותר"
"צריך להתרגל לרעיון המהפכני שאישה היא גם כן אדם. לא, זה לא היה דבר מובן מאליו. אולם דווקא ביהדות לא היו ספיקות על כך, וגם הפסוק אומר מפורש זכר ונקבה בראם ויקרא את 'שמם' אדם, לא ויקרא את 'שמו' אדם. אבל אצל היוונים הדעה לא הייתה מקובלת, לדוגמא אריסטו אומר שהאישה זה אדם פגום מטבעה"
"היהדות כתרבות של החברה היהדות לא תוכל להתקיים בכלל לאורך ימים אם היא לא תכלול את האישה בהסדר התרבותי של החברה היהודית"
[left]-פרופ' ישעיהו ליבוביץ'-[/left]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jCgZOzikoz4[/youtube]
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער געדאנק שטייט שוין. נישט אז ס'שטייט אבער די וואס טראכטען אין די טערמינען רעדן שוין לאנג ארום דעם. כמדומה אז פון ר' מאטל זילבער למשל האב איך דאס געהערט כמ"פ. אויך ביי ר' יצחק גינזבורג האב איך דאס געזעהן באורך לפי דרכו. פאסט אויך פאר הרב קוק זאל אזוי רעדן הגם איך געדענק נישט בפירוש. און פון די מער ניאו-חסידישע דענקער שטייט דאס אוודאי באריכות און קלארער (דהיינו ר' זלמן שכטר וחבורתו) כ'האב אפילו אמאל געזעהן אן ארטיקל אין א פעמיניסטישע מאגאזין וואס איז מסביר די פארשידענע שלבים אין די פעמיניסטישע באוועגונג לויט די סדר המדרגות פון עליית הנוק' וואס שטייט אין שער מיעוט הירח אין עץ חיים.
מער בעומק צו טראכטען און שמועסען איז נישט דא און יעצט. קום אריבער אויף א גשמיות'דיגע חסידישע פארברענג וועט מען קענען מער זיך פארטיפען אין דעם.
מער בעומק צו טראכטען און שמועסען איז נישט דא און יעצט. קום אריבער אויף א גשמיות'דיגע חסידישע פארברענג וועט מען קענען מער זיך פארטיפען אין דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:הפנים אז די נשות הכותל מיט זייער טלית ותפלין, ווי אויך די פרויען ראבייס, זענען אלץ אן הכנה פאר די גאולה העתידה
נישט א הכנה, ווייל כנראה גייט נישט אזוי זיין בביאת המשיח. אבער די זאך איז אין די לופט. וויבאלד מען האלט שוין ממש בימות ביאת המשיח, ולכן איז דא זאכן אין די אויר פון ימות המשיח. די צד שלעומת זה טוט זאכן וואס איז אוועלעבל. יעצט איז דאס אוועלעבל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
די תוכן פון די ווערטער איז אז יעצט איז די נוקבא (מדת המלכות) נאר א מקבלת, זי איז נישט קיין משפיע. וועגן דעם איז אויף דער וועלט הגשמי די נקיבה נאר א מקבלת. אזוי אויך ביי די קידושין איז זי שטול נאר דער חתן זאגט הרי את וכו', אבער די כלה איז שטיל ווייל די נוקבא איז א מקבלת. אבער לעתיד לבא וועט זיין אשת חים עטרת בעלה, די נוקבא וועט גאר זיין א קרוין מלמעלה. זיי וועט זיין א משפיע. ולכן ווען משיח וועט קומען שטייט מהרה ד' אלקינו וכו' קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה. דער כלה גייט אויך זיך לאזן הערן. זיי גייט אויך זיין א משפיע.
איך וויל פארשטיין, דאס מיינט פשוט אז די פרוי וועט זיך טוישן, און אנשטאט א פרוי און א מאן וועלן זיין צוויי מענער, אדער אז די מענטשן וועלן איינזען אז ביידע זענען מקבלים און משפיעים און די גאנצע מושג אז איינער איז העכער פון דעם צווייטן האט נישט קיין זין. אויב עס איז די ערשטע, איז עס דער היפך פון פעמיניזם.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
דומה רפמא לדזשיביטי
מ'קען שוין גיין איין טריט ווייטער און מסבר זיין על דרך הראש ישיבה די שטארקע פונאנעם פון ליגעלייזען יענע מעשה. ס'איז א א צומישעניש פון די בחינה פון פעמעניזים וואס יודעי חן ווייסען די סוד. נאר כיוון שלא זכיני קומט די קול כלה פון א חתן. דאס איז בחינת קול שופר, דומ"ה רפמ"א לדזשיבי"טי -שמות המלאכים בלע"ז- ודברי פי חן הבל.
יאיר ניבא ולא ידע מה ניבא - דברי יאיר הן קילורין לעיניים
יאיר ניבא ולא ידע מה ניבא - דברי יאיר הן קילורין לעיניים
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]זייער א שיינע געדאנק [tag]ראש הישיבה[/tag], וקרוב מאוד לאמת. ולפי זה קען מען צולייגן נאך א נקודה. די נביא זאגט אין הושע בנוגע די אחרית הימים, "וכרתי להם ברית עם חיית השדה ועם עוף השמים ורמש האדמה". ולפי הנ"ל מובן פארוואס די וועלט איז אזוי פארנומען מיט באשוצן די רעכטן פון בעלי חיים. עס איז מיר נאר שווער, פארוואס זעהט מען נישט א דערנענטערונג צו די אנדערע נביאות פון הושע לאחרית הימים. "וקשת וחרב ומלחמה אשבור מן הארץ". וצ"ע.
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
כ'האב טאקע אמאל געהערט פון ר מאטל לגבי ירהבו הנער בזקן, נערים פני זקנים ילבינו וכו', שנאמר על עקבתא דמשיחא, אז דאס איז נישט סתם קיין חוצפה, נאר עס קומט ווייל די יונגערע פילען טאקע זייער מעלה איבער די עלטערע, ווארום צו זיי קומט משיח נישט צו די אמאליגע..זיי זענען נענטער צי די תכלית.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
@הוגה מ'זעהט יא, עכ''פ לשיטת סטיווען פינקער, עכ''פ עפעס התקדמות איז אוודאי דא דער מושג פון או''מ וכדומה האט מען זיך בכלל נישט געקענט פארשטעלן פאר צוויי הונדרעט יאר צוריק.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: פעמעניזם א טעימה פון ימות המשיח
כוכב האט געשריבן:עס איז נאכנישט געווען קיין מלחמה צווישן צוויי דעמאקראטישע מדינות.
https://youtu.be/NbuUW9i-mHs
Sent from my iPhone using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: פעמעניזם א טעימה פון ימות המשיח
און סתם אזוי בענין דאס שטאטוס פון א פרוי אין (די אלגעמיינע וועלטליכע) געזעלשאפט בכלליות.
https://m.youtube.com/watch?v=p9kCJvfo28w
Sent from my iPhone using Tapatalk
https://m.youtube.com/watch?v=p9kCJvfo28w
Sent from my iPhone using Tapatalk