אלבערט איינשטיין האט געשריבן:איך האף נישט פונקטליך די שטארקע פילאזאפיע וואס שלום ווייל אונז דא לערנען מיט וואס איז אלעס איז א בית הקברות. קען איינער נעמען די מיה מסביר צו זיין?אישתישבי האט געשריבן:שוין, א קליפהענגער, רוחמי לעבט יא אדער נישט? לויט דער כופר לעבט דאך יעדער, איז למאי נפקא מינה?
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
איך האב פארשטאנען אז דאס איז א לעצט מינוטיגע פראבע פון שלום צו פועלן ביי עקיבא (און אפשר נחום אויך) צו בלייבן אלץ כבוד ואהבת אשתו המתה. אין אנדערע ווערטער, ווען ער האט געמיינט אז רחלי איז געזונט בגוף ובנפש, האט ער געזאגט פאר עקיבא מען דארף פארגעסן פון די טויטע, איינמאל ער וועט געוואר אז זי איז נישט אינגאנצען בסדר, און די מציאות פון בלייבן אליין פאטש אים אין פנים, נעמט ער אראפ באשעוויס פון תליה, אז מיר זענען אלע זענען א לעבעדיגע בית הקברות, ולכן איז נישט שייך זיך צו געזעגנן פון די טויטע.