ווי איך האב שוין פריער דערמאנט בין איך נאך ניי דא, און איך ווייס נישט זיכער וואס פונקטליך ס׳איז יא אדער נישט אקעי דא אויסצושמועסן. איך האב היינט געזעהן אין א פייסבוק גרופע וואס איז געשטעלט פאר פרומע און אוי טי די, זיך אדורכצורעדן אין ענינים העומדים על הפרק (בעצם דאכט זיך איז יענע גרופע געגרינדעט געווארן נאכדעם וואס אסך שמוץ איז ארויסגעקומען אויף חרדישע אידן אין די מידיא, אנהייבנדיג זיך מיט די וועבערמאן פרשה, און שפעטער מיט די טראגישע suicide פון Faigy Mayer וואס אירע פריינט האבן דערציילט אין די מידיא וויאזוי איר מאמע האט אויסגענוצט איר ביטערע מצב צו מאכן גרויסע געלטער אויף איר חשבון, און פארשטייטצעך די חילול ה׳ איז גרויס... סוי לויט ווי איך פארשטיי דארף די גרופע דינען אלס א פלאץ ווי מ׳קען אויסשמועסן אפן די פראבלעמען וואס גייט פאָר, און עס פרובירן באהאנדלען נאך איידער עס קומט אָן אין די מידיא
געווענטליך האב איך נישט קיין סאך געדולד צו גרופעס, בפרט א גרופע וואס איך פיל נישט אז איך קען עפעס צוגעבן. אבער היינט האט זיך אנגעפאנגען א קאנווערסעישן פון שפרה לאווען און די זאכן וואס ווערן דארט ארומגערעדט קען אפשר זיין א וויכטיגע שמעוס וואס זאל זיך לוינען פאר אונז צו האבן דא למען ביצור מחננו
דורש אמת האט געשריבן: געווענליך האב איך נישט קיין סאך געדולד צו גרופעס, בפרט א גרופע וואס איך פיל נישט אז איך קען עפעס צוגעבן. אבער היינט האט זיך אנגעפאנגען א קאנווערסעישן פון שפרה לאווען און די זאכן וואס ווערן דארט ארומגערעדט קען אפשר זיין א וויכטיגע שמעוס וואס זאל זיך לוינען פאר אונז צו האבן דא למען ביצור מחננו
דיין קאמענט קוקט אויס זייער judgemental און פרימיטיוו; שוין אפגערעדט פון דעם אז פון דיינע ווערטער קען אויסזעהן ווי כאילו זי האט דערציילט פאר די גאס א פאלשע מעשה וועגן איר שווער.
איצטער הייבעך אן אביסל צו פארשטיין די עצה עמוקה פונעם סאטמאר׳ן רבין בעל הדברי יואל זי״ע וואס האט פיהל גערעדט בהענין אז בימינו אלה איז דער הנהגה און קשר פונעם בורא כל עולמים גלייך און דריעקט צו יעדן יחיד, בבחינת ׳אחד הי׳ אברהם׳...
ס׳דא פיהל צו רעדן פון דעם ענין, אבל אין כאן מקומו להאריך.

גערעכט, אבער כדי צו האבן א דירעקטע קשר מיט׳ן בורא כל עולמים דארף מען נישט צוקומען צום שולחן ערוך און ארטאדאקסישע אידישקייט (אין דיין שפראך: ״ווער האט געשטעלט די שולחן ערוך אלץ אפוטרופוס אויף כלל ישראל?!), מ׳קען דאס האבן מיט זיין OTD אויך, איז פארוואס זיך סתם שווער מאכן דאס לעבן מיט ענדלאזע הלכות? מילא אז מ׳פילט זיך באקוועם אין די געזעלשאפט טוט מען וואס יעדער טוט, אבער אז מ׳גייט שוין יא ארויס זוכן גליקן קען מען שוין אפלאזן די גאנצע זאך און פערטיג. קוק אויך פון דא און ווייטער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ס׳דא פארשידענע מאטיוון אינטער די וואס גייען OTD. איך רעד פון די וואסיז ניכר מתוך לשונם אז זיי זענען געווען ערליכע מאמינים באמת, נאר נאך דעם וואס זיי האבן געהאט קשיות און די וועם זיי האבן געפרעגט האבן זיך נישט באצויגן צו זיי און צו זייערע פראגעס באופן הראוי, האבן זיי מחליט געווען אלעס אפצולאזן. און דאס מאכט נישט קיין סענס, קודם פארהייליגסטע די פאר יחידים כאילו אידישקייט איז נאר מיט זיי געקניפט און געבינדן, דערנאך ווען זיי זעין איין אז די חברה טויגן נישט פראקלאמירן זיי על הכלל כלו יצא...