וואס האלט דער עולם דא, וועגן דעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

וואס האלט דער עולם דא, וועגן דעם

שליחה דורך דורש אמת »

‎ ווי איך האב שוין פריער דערמאנט בין איך נאך ניי דא, און איך ווייס נישט זיכער וואס פונקטליך ס׳איז יא אדער נישט אקעי דא אויסצושמועסן. איך האב היינט געזעהן אין א פייסבוק גרופע וואס איז געשטעלט פאר פרומע און אוי טי די, זיך אדורכצורעדן אין ענינים העומדים על הפרק (בעצם דאכט זיך איז יענע גרופע געגרינדעט געווארן נאכדעם וואס אסך שמוץ איז ארויסגעקומען אויף חרדישע אידן אין די מידיא, אנהייבנדיג זיך מיט די וועבערמאן פרשה, און שפעטער מיט די טראגישע suicide פון Faigy Mayer וואס אירע פריינט האבן דערציילט אין די מידיא וויאזוי איר מאמע האט אויסגענוצט איר ביטערע מצב צו מאכן גרויסע געלטער אויף איר חשבון, און פארשטייטצעך די חילול ה׳ איז גרויס... סוי לויט ווי איך פארשטיי דארף די גרופע דינען אלס א פלאץ ווי מ׳קען אויסשמועסן אפן די פראבלעמען וואס גייט פאָר, און עס פרובירן באהאנדלען נאך איידער עס קומט אָן אין די מידיא

‎געווענטליך האב איך נישט קיין סאך געדולד צו גרופעס, בפרט א גרופע וואס איך פיל נישט אז איך קען עפעס צוגעבן. אבער היינט האט זיך אנגעפאנגען א קאנווערסעישן פון שפרה לאווען און די זאכן וואס ווערן דארט ארומגערעדט קען אפשר זיין א וויכטיגע שמעוס וואס זאל זיך לוינען פאר אונז צו האבן דא למען ביצור מחננו

בילד
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: וואס האלט דער עולם דא, וועגן דעם

שליחה דורך דורש אמת »

בילד
מהיכא תיתי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך מהיכא תיתי »

דורש אמת האט געשריבן:‎ געווענליך האב איך נישט קיין סאך געדולד צו גרופעס, בפרט א גרופע וואס איך פיל נישט אז איך קען עפעס צוגעבן. אבער היינט האט זיך אנגעפאנגען א קאנווערסעישן פון שפרה לאווען און די זאכן וואס ווערן דארט ארומגערעדט קען אפשר זיין א וויכטיגע שמעוס וואס זאל זיך לוינען פאר אונז צו האבן דא למען ביצור מחננו

בילד


א דאנק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מהיכא תיתי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

זי האט זיך לעצטנס אנגעהויבן רופן קלארא וואסערשטיין. זי און איר מאן געבן א שמועס דא. ווען איך האב געהערט ווי זי האט אויף געמאכט א בלבול אויף איר שווער ווייל אירע עלטערן האבן איר נישט געהאלפן מופן, האב איך פארלוירן סיי וואספארא רעספעקט פאר איר.
זי איז עפעס געווען א קליין קינד אז איינער האט איר געדארפט העלפן? הונדערטע אידן מופן וועכענטליך אן קיין הילף. און דאס בלבול איז ממש אן עקל.
מען קען הערן די מעשה די לעצטע 20 מינוט פון יוחנןס שמועס.
.I got voices in my head.
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

שליחה דורך דורש אמת »

דיין קאמענט קוקט אויס זייער judgemental און פרימיטיוו; שוין אפגערעדט פון דעם אז פון דיינע ווערטער קען אויסזעהן ווי כאילו זי האט דערציילט פאר די גאס א פאלשע מעשה וועגן איר שווער.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

הער דעם שמועס פאר דו רופסט מיר judgmental.

וועלכע נארמאלע מענטש מאכט אויף א פאלשע sexual harassment claim?
דאס איז נישט נאר א קריים פאר דעם אומשולדיגן מענשט, נאר א קריים קעגן אלע עכטע געליטענע.

און נאך פאר אזא בעיביעשע סיבה דערצו.
וויאזוי קען מען דאס בכלל justifyin?
.I got voices in my head.
כניאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: וואס האלט דער עולם דא, וועגן דעם

שליחה דורך כניאק »

איך האב יעצט געהערט די שטיקעל, נישט צו גלייבן ווי איינער קען טון אזא רישעות.
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

ס׳קומט עכט נישט אריין דא, אבער...
איך זעי א געוויסע קאמען דינאמינעטער ביי פיהל אוי.טי.די׳ס און דא שרייט עס זייער שטארק ארויס, און ס׳באדערט מיר.

פארוואס אויף דער וועלט זאל מען מאכן אזא לעבנ׳ס וויכטיגע דעסישאן געבעיסד אויף די אדער יענע סאסייעטי (ליין: חסידות)? ווער האט ׳זיי׳ געשטעלט אלץ אפוטרופסים אויף כלל ישראל?! אז מ׳זאל שוקל זיין דעם גאנצן ענין היהדות לויט עקספיריענס׳ן וואס מ׳האט געהאט מיט געוויסע יחידים??

איצטער הייבעך אן אביסל צו פארשטיין די עצה עמוקה פונעם סאטמאר׳ן רבין בעל הדברי יואל זי״ע וואס האט פיהל גערעדט בהענין אז בימינו אלה איז דער הנהגה און קשר פונעם בורא כל עולמים גלייך און דריעקט צו יעדן יחיד, בבחינת ׳אחד הי׳ אברהם׳...

ס׳דא פיהל צו רעדן פון דעם ענין, אבל אין כאן מקומו להאריך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בת קול האט געשריבן:הער דעם שמועס פאר דו רופסט מיר judgmental.

וועלכע נארמאלע מענטש מאכט אויף א פאלשע sexual harassment claim?
דאס איז נישט נאר א קריים פאר דעם אומשולדיגן מענשט, נאר א קריים קעגן אלע עכטע געליטענע.

און נאך פאר אזא בעיביעשע סיבה דערצו.
וויאזוי קען מען דאס בכלל justifyin?

Wow דעס איז אנבעליוויבעל, אין די מאן דערציילט עס נאך איבער מיט א גלייכגילטיקייט,

איך וויל נישט זיין קיין ראסיסט, אבער דאס געט מיר צי פארשטיין די מהות פין א מענטש וואס גייט אוו טי די ווען ער ווייסט אז סאיז דא עלטערן אין משפחה וואס עס קען קאסטן א שטיק געזינט,
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גרעפיקסער האט געשריבן:ס׳קומט עכט נישט אריין דא, אבער...
איך זעי א געוויסע קאמען דינאמינעטער ביי פיהל אוי.טי.די׳ס און דא שרייט עס זייער שטארק ארויס, און ס׳באדערט מיר.

פארוואס אויף דער וועלט זאל מען מאכן אזא לעבנ׳ס וויכטיגע דעסישאן געבעיסד אויף די אדער יענע סאסייעטי (ליין: חסידות)? ווער האט ׳זיי׳ געשטעלט אלץ אפוטרופסים אויף כלל ישראל?! אז מ׳זאל שוקל זיין דעם גאנצן ענין היהדות לויט עקספיריענס׳ן וואס מ׳האט געהאט מיט געוויסע יחידים??

איצטער הייבעך אן אביסל צו פארשטיין די עצה עמוקה פונעם סאטמאר׳ן רבין בעל הדברי יואל זי״ע וואס האט פיהל גערעדט בהענין אז בימינו אלה איז דער הנהגה און קשר פונעם בורא כל עולמים גלייך און דריעקט צו יעדן יחיד, בבחינת ׳אחד הי׳ אברהם׳...

ס׳דא פיהל צו רעדן פון דעם ענין, אבל אין כאן מקומו להאריך.

גערעכט, אבער כדי צו האבן א דירעקטע קשר מיט׳ן בורא כל עולמים דארף מען נישט צוקומען צום שולחן ערוך און ארטאדאקסישע אידישקייט (אין דיין שפראך: ״ווער האט געשטעלט די שולחן ערוך אלץ אפוטרופוס אויף כלל ישראל?!), מ׳קען דאס האבן מיט זיין OTD אויך, איז פארוואס זיך סתם שווער מאכן דאס לעבן מיט ענדלאזע הלכות? מילא אז מ׳פילט זיך באקוועם אין די געזעלשאפט טוט מען וואס יעדער טוט, אבער אז מ׳גייט שוין יא ארויס זוכן גליקן קען מען שוין אפלאזן די גאנצע זאך און פערטיג. קוק אויך פון דא און ווייטער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

ס׳דא פארשידענע מאטיוון אינטער די וואס גייען OTD. איך רעד פון די וואסיז ניכר מתוך לשונם אז זיי זענען געווען ערליכע מאמינים באמת, נאר נאך דעם וואס זיי האבן געהאט קשיות און די וועם זיי האבן געפרעגט האבן זיך נישט באצויגן צו זיי און צו זייערע פראגעס באופן הראוי, האבן זיי מחליט געווען אלעס אפצולאזן. און דאס מאכט נישט קיין סענס, קודם פארהייליגסטע די פאר יחידים כאילו אידישקייט איז נאר מיט זיי געקניפט און געבינדן, דערנאך ווען זיי זעין איין אז די חברה טויגן נישט פראקלאמירן זיי על הכלל כלו יצא...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא, דער OTD פלעגט מיינען אז זיין רב/רבי איז דא פאר עפעס א געוויסע צוועק, איינמאל ער האט אפגעמאכט אז זיין רבי איז דא פאר גאר אנדערע צוועקן פאנגט ער שוין אן צו טראכטן אז אפשר האט רבי יוסף קארו אויך געהאט זייטיגע אגענדעס, און אזוי גייט מען צוריק פריער און פריער ביז צו די ראשונים, אמוראים, תנאים, נביאים, עזרא הסופר, ביז משה רבינו און מ׳גלייבט שוין נישט קיינעם און מ׳טוט זיך וואס מ׳וויל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

די גאנצע חינוך האט ער דאך באקומען פון זיינע רבי’ס און מחנכים, און אויב ער זעהט אז זיי קענען נישט ענטפערן זיינע פראגן צופאלט אים די גאנצע יסוד אויף וואס זיין אידישקייט שטייט, נישט פשט אז ער מאכט דעסיזשענס וועגן אפאר יחידים, ווי גרעפיקסער טענה’ט.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:ס׳קומט עכט נישט אריין דא, אבער...
איך זעי א געוויסע קאמען דינאמינעטער ביי פיהל אוי.טי.די׳ס און דא שרייט עס זייער שטארק ארויס, און ס׳באדערט מיר.

פארוואס אויף דער וועלט זאל מען מאכן אזא לעבנ׳ס וויכטיגע דעסישאן געבעיסד אויף די אדער יענע סאסייעטי (ליין: חסידות)? ווער האט ׳זיי׳ געשטעלט אלץ אפוטרופסים אויף כלל ישראל?! אז מ׳זאל שוקל זיין דעם גאנצן ענין היהדות לויט עקספיריענס׳ן וואס מ׳האט געהאט מיט געוויסע יחידים??

איצטער הייבעך אן אביסל צו פארשטיין די עצה עמוקה פונעם סאטמאר׳ן רבין בעל הדברי יואל זי״ע וואס האט פיהל גערעדט בהענין אז בימינו אלה איז דער הנהגה און קשר פונעם בורא כל עולמים גלייך און דריעקט צו יעדן יחיד, בבחינת ׳אחד הי׳ אברהם׳...

ס׳דא פיהל צו רעדן פון דעם ענין, אבל אין כאן מקומו להאריך.

גערעכט, אבער כדי צו האבן א דירעקטע קשר מיט׳ן בורא כל עולמים דארף מען נישט צוקומען צום שולחן ערוך און ארטאדאקסישע אידישקייט (אין דיין שפראך: ״ווער האט געשטעלט די שולחן ערוך אלץ אפוטרופוס אויף כלל ישראל?!), מ׳קען דאס האבן מיט זיין OTD אויך, איז פארוואס זיך סתם שווער מאכן דאס לעבן מיט ענדלאזע הלכות? מילא אז מ׳פילט זיך באקוועם אין די געזעלשאפט טוט מען וואס יעדער טוט, אבער אז מ׳גייט שוין יא ארויס זוכן גליקן קען מען שוין אפלאזן די גאנצע זאך און פערטיג. קוק אויך פון דא און ווייטער.

עד מתי יהיה שוטה וכופר זה לנו למוקש???
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט