דער דאָזיגער אשכול איז געווידמעט פאַרן ערשטן קאַפּיטל אין דער דערציילונג ”דער גרינער יצר-טוב!“
דער עולם איז מכובד זיך צו שטעלן פאָרנט פונעם מייק, און זיך נעמען זאָגן מבינות. מ'קען דאָ איבערלאָזן קאָמענטאַרן, הערות, והארות, און זיכער אַזוי הויפנס מיט קריטיק — "[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויפן טיש," ווי מ'זאָגט אויף אַראַמיש. שפּירט אייך היימיש, און דערלאַנגט אייער אָרענטליכע רעצענזיע בשפה ברורה.
די קאָנסטרוקטיווע קריטיק איז באַזונדער וויכטיג, וואָרום די דערציילונג באַשטייט דאָך נישט בלויז פונעם ערשטן קאַפּיטל. פּינקטליכע דעטאַלן בין איך נישט אויטאָריזירט אַרויסצוגעבן, אָבער אַזויפיל קען איך יאָ זאָגן: מער קאַפּיטלען גייען בעזר השם נאָכפאָלגן, איטליכער בסבר פּנים יפות. דיקע בינטלעך וואַרע זיצן איצט אין די רעזערוון, מיט די פיס אַרויף, קנאַקן פּאַפּיטעס און שפּייען קליפּות — א חברה גרייט אַריינצושפּרינגען אין די קומעדיגע נומערן פון "וועקער."
איז כאָטש וואָס די כתיבה פון דער דערציילונג איז שוין טאַקע מער ווייניגער מסודר, זענען מיר אָבער דאָך אידן, און מיר ווייסן וואויל אַז א וועלט שטעלט זיך נישט אָפּ באַלד נאָכן ווערן אָפּגעשריבן. א איד פאַרמאָגט אַן עשרת-ימי-תשובה, א יום-כיפּור, א נעילה, א הושענא-רבה, א זאת-חנוכה, ועוד, באַוואָפנט מיט רייכע און טיפזיניגע משלים איבער גרויסע קעניגן, ווער מיטן פאַרזינדיגטן בן-יחיד, און ווער מיט דער געראָטענער בת-יחידה. הפּנים, הגם דער סיפּור-המעשה וועט זיך לכאורה שוין נישט טוישן — ס'הייסט, די נשמה פון דער דערציילונג — איז נאָך אָבער פאָרט שייך צו באַאַרבעטן דעם גרויסן און פעטן גוף, און איינשטעלן באַדייטנדיגע רעוויזיעס, געוויס אַזוי אינעם סטיליסטישן זין.
זע דעם "דער גרינער יצר-טוב - גלאָסאַר"
ווי אויך "יאָסל וויינטרויב קומט אַריין קלאָר!"
נו, שוין גענוג געהערט פון מיר. איצט לאָמיך הערן פון אייך!
דער גרינער יצר-טוב - וועקער 18
[tag]יואב[/tag] outdid himself. כ'האב נאך אין מיין לעבן נישט געליינט אזוינס. איך וואלט געהייערט יואב אלץ מיין פיסכילאג. ער קריכט אריין אין די מח פון א מענטש און פארשטייט עקזעקטלי וואס מאכט אים טיק'ן....
די קערעקטערס פון גרינער יצר טוב זענען צו לאכן און צו וויינען. די דיאלאגס צווישן זיי איז אזוי פינקטליך און אזוי צו די פוינט אז מ'קען נבהל ונשתומם ווערן
און וויפיל ליינס האבן מיך געציפט נאך מער האבן מיר געמאכט אויסשיסן אין א הילעכיגע געלעכטער.
ממש גאונות אויף א לעוועל וואס מ'זעהט נישט

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
האבן מיר עס אדורךגעליינט היינטיגען שבת נאכמיטאג ביים מקיים זיין דעם והשנה משובחת, און כ'האב שיעור נישט אויפגעוועקט יעדעם מרוב צחוק...
די פענע,
דער שפראך,
דער מח פונעם בחור, טאטע, אייזן געוואלדיג
איך גלייב אז אסאך פון אנשי שלומינו דא אין שטיבל טרעפן זיך אין דעם ארטיקל דאס פלאץ. דערמאנונג זיך גירסא דיאנקולתא.
קיפ אן גאוינג
די פענע,
דער שפראך,
דער מח פונעם בחור, טאטע, אייזן געוואלדיג
איך גלייב אז אסאך פון אנשי שלומינו דא אין שטיבל טרעפן זיך אין דעם ארטיקל דאס פלאץ. דערמאנונג זיך גירסא דיאנקולתא.
קיפ אן גאוינג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
חתם סופר האט געשריבן:[tag]יואב[/tag] outdid himself. כ'האב נאך אין מיין לעבן נישט געליינט אזוינס. איך וואלט געהייערט יואב אלץ מיין פיסכילאג. ער קריכט אריין אין די מח פון א מענטש און פארשטייט עקזעקטלי וואס מאכט אים טיק'ן....
די קערעקטערס פון גרינער יצר טוב זענען צו לאכן און צו וויינען. די דיאלאגס צווישן זיי איז אזוי פינקטליך און אזוי צו די פוינט אז מ'קען נבהל ונשתומם ווערן
און וויפיל ליינס האבן מיך געציפט נאך מער האבן מיר געמאכט אויסשיסן אין א הילעכיגע געלעכטער.
ממש גאונות אויף א לעוועל וואס מ'זעהט נישט
טענקס, טענקס! איי סינסערלי עפּרישיעט איט!
דער הייליגער חתם-סופר האָט עס טאַקע געמאַכט אין דער דערציילונג, אינעם סאַמע ערשטן קאַפּיטל גאָר. באַזירט אויפן קאַריפּראַזינער'ס מעלה-גרה זיין, וואָלט איך געזאָגט אַז ער פאַרמאָגט אפילו א שטיקל קראָש אויפן הייליגן חתם סופר. מערק דעם תענוג וואָס דער צדיק קריגט מיטן נעמען דעם דובב שפתי ישנים צו א פרישן שטאַפּל.
פּי. עס. גלייב מיר דו ווילסט מיך נישט פאַר דיין פּסיכאָלאָג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:האבן מיר עס אדורךגעליינט היינטיגען שבת נאכמיטאג ביים מקיים זיין דעם והשנה משובחת, און כ'האב שיעור נישט אויפגעוועקט יעדעם מרוב צחוק...
די פענע,
דער שפראך,
דער מח פונעם בחור, טאטע, אייזן געוואלדיג
איך גלייב אז אסאך פון אנשי שלומינו דא אין שטיבל טרעפן זיך אין דעם ארטיקל דאס פלאץ. דערמאנונג זיך גירסא דיאנקולתא.
קיפ אן גאוינג
א דאַנק פאַר די קאָמפּלימענטן און דברי חיזוק, ר' שמחה'לע. דער צווייטער קאַפּיטל בקרוב.
אדרבה! אויב שייך, אפשר טיילט מיט נקודות אין דערציילונג ביי וועלכע איר זעלבסט האָט זיך געטראָפן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ווי איך האב ערווענט דא ביי יונה מצאה אז איך האב עס נאכאמאל איבערגעליינט
וכמו דד כל זמן שמשמשים בו אתה מוצא חלב דאס זעלבע דא
יוש....
וכמו דד כל זמן שמשמשים בו אתה מוצא חלב דאס זעלבע דא
יוש....
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל