יאיר האט געשריבן:מוח, דו ברענגסט גאר גוט ארויס דעם ענין פון אחדות הפשוטה. דו זאגסט אלעס וואס אחדות הפשוטה איז נישט, און דאס איז טאקע די איינציגסטע וועג עס מסביר צו זיין. איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז יא דער אחדות, און איך מיין אז קיינער ווייסט נישט גענוי, ווייל דער מענטש טראכט דאך אין מוגבל'דיגע הגדרות, און איינמאל ס'איז מוגדר איז עס אויס אחדות. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט.
דו דארפסט עס נישט שטעלן אין א זייט. איך בין גענוי מסכים צו דיר. מען קען דאס נישט
פארשטיין, מען קען דאס נאר עקספיריענסען. פונקט ווי דו
פארשטייסט נישט קאליר, טעיסט, שמעק, א.ד.ג.
יאיר האט געשריבן:יעצט, דו ווילסט ארויפקלעבן אחדות הפשוטה אויף די גאנצע וועלט, נישט נאר אויפ'ן באשעפער.
פון דעי ווערטער קוקט מיר אויס אז דו האסט א צד בעולם אז מען קען זאגען אחדות הפשוטה אויפ'ן באשעפער אהן דאס "ארויפקלעבן אויף די גאנצע וועלט". ביטע זאג מיר וויאזוי דאס איז שייך. אויב מען 'קלעבט' דאס נישט אהן אויף אלעם, איז דאך די ווערטער אחדות הפשוטה א דזשאוק. דו ביסט בארעכטיגט צו זאגן אז דו האלטסט נישט פון אזא מין רעאליטי ווי אחדות הפשוטה. אבער אויף וויפיל מען ניצט דעם טערמין איז דאך דאס אוודאי און אוודאי 'ארויפגעקלעבט' אויף אלעם. עס איז נישט שייך עפעס אינדערויסען פון אחדות הפשוטה. That would be a contradiction in terms.
יאיר האט געשריבן:יעצט וויל איך פארשטיין, וואס מיינט דאס אז בעומק המושג איז די פיזישע וועלט באחדות. מסתמא מיינסטו אז כאטש עס זעט אויס מוגדר און מוגבל, דאך באמת איז עס באחדות.
דו פרובירסט צו פארענטפערען א סתירה דא, אמת? נעמליך, וואס גייט דא פאר, וויאזוי קען מען טראכטען אז אלעס איז איין אחדות הפשוטה, בו בשעה וואס מיר זעעהן דאך א וועלט פון מוגדרים ומוגבלים. די סתירה דיינער איז אז די הגדרה פון אחדות הפשוטה איז סותר אן הגדרה פון מוגדרות. מיין פראבלעם מיט אזא שאלה איז, אז בלא יודעים גנב'סטו אריין אן הגדרה אויף דעם אחדות הפשוטה. I don't blame you, מיר זענען אזוי צוגעוואוינט מסדר צו זיין אונזער עקספעריענס מיט הגדרות אז מיר קענען זיך נישט ארויסדערזעהן דערפון. מכח חוסר בהירות אינעם רעאליטי פון אחדות הפשטוה זענען מיר מגדיר אט דעם בלי הגדרה זעלבסט. עד כדי כך אז מיר פרעגען וויאזוי די הגדרה אירע [דהיינו די הגדרה פון בלי הגדרה

] שטימט מיט גדר, גבול, ונפרדים.
יאיר האט געשריבן:אזוי ווי למשל זמן זעט אונז אויס אבסאלוט, אבער באמת איז עס רעלאטיוו, אין אנדערע ווערטער, אונזער אויבערפלעכליכע הבנה אין זמן איז א פשוט'ער דמיון. לויט דעם קומט אויס אז אונזער פיזישע וועלט איז טאקע אויך נאר א דמיון, ווייל לויט דיר אז דער גאנצער עקזיסטענץ באשטייט נישט פון קיין גדרים און הגבלות, און עפעס וואס איז נישט מוגדר קען נישט זיין פיזיש, מוז זיין אז דאס וואס מיר זעען פיזישע זאכן איז נאר אן אילוזיע. ריכטיג?
מען קען אפשר ניצען אילוזיע אלס א משל. אבער באמת קען מען נישט ניצען קיין שום מיני הגדרות מסביר צו זיין בלי גבול ובלי הגדרה. אילוזיע איז א מושג/הגדרה. און די אלע זאכען אין דעם אילוזיע זענען מושגים והגדרות. ממילא איז דאס נישט ריכטיג אויף אן אמת. עס איז אפשר גוט צו ניצען אלס א משל.
יאיר האט געשריבן:קען זיין אז דאס מיינסטו מיט דיין צווייטע שאלה, וואס מען טוט מיט די שכבה עליונה. אבער איך מיין אז דאס איז די וויכטיגסטע צו ערקלערן איידער מיר גייען ווייטער.
מיין שאלה איז געווען צו עס איז דא עפעס אן הבנה פארוואס דעמאלט ווען מען לאזט זיך ארויס פון די וועלט פון חשבונות והגדרות, וועלען אלא שטיקלעך פאלען אין פלאץ, עפעס אזוי ווי די מעשה פון די מגילה? עס קוקט מיר דאך אויס אז די מעשה המגילה וויל אונז דערציילען אז מען זאל אויפהערען אזויפיל אויסצורעכענען זאכען, און מען זאל זיך לאזען פירען. האב איך געוואלט פארשטיין די הבנה דערפין אביסל בעסער.