אריסטו׳ס סקווער פון אפּאזיציע (והמסתעף)

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

אריסטו׳ס סקווער פון אפּאזיציע (והמסתעף)

שליחה דורך מי אני »

אין אריסטו׳ס לאגיק איז דא די סקווער פון אפּאזיציע. להקדים דארף מען מסביר זיין זיינע פיר [נישט ״ליידיגע״] קאטעגארישע פּראפּאזישאנס בנוגע א שייכות פון א סאבּיעקט [א/די זאך/מענטש וואס די זאץ רעדט זיך פון] און איר פּרעדיקעט [וואס דער סאבּיעקט טוהט וכדומה]. דאס זענען צוויי פון צוויי סארטן ואלו הן:

‏1). יוּניווערסאל עפירמעישאן: אלע סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) דעם פּרעדיקעט. {גערופן A}

‏2). יוּניווערסאל נעגעישאן: קיין איין סאבּיעקט האט דעם פּרעדיקעט. {גערופן E}

‏3). פּארטיקולער עפירמעישאן: אפאר סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) דעם פּרעדיקעט. {גערופן I}

‏4). פּארטיקולער נעגעישאן: אפאר סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) נישט דעם פּרעדיקעט. {גערופן O}

נאך דעם זענען דא צוויי סארטן אפאזיציעס אין סטעיטמענטס: קאנטרעדיקשאן און קאנטרערייעטי. קאנטרעדיקשאן באדייט אז איין סטעיטמענט׳ס אמת-וועליו איז די היפך פונעם אנדערן; אויב איינס איז אמת איז די צווייטע פאלש. קאנטרערייעטי/קאנטרערי באדייט א שוואכערן סארט אפאזיציע. דאס איז ווען איך ווייס אז איך קען נישט אננעמען ביידע סטעיטמענטס אלס אמת, אבער עס איז מעגליך אז ביידע זאלן זיין פאלש.

דאס צאמצושטעלן האט מען געשאפן דאס סקווער פון אפּאזיציע וואס זעהט אויס כזה:
AF8264F7-55D5-489E-A90B-36CD46E21FBA.jpeg

אויף די אויבערשטע לינקע זייט שטעלט מען דעם ערשטן סוג קאטעגארישע פּראפּאזישאן, אויף דעם אויבערשטן רעכטע זייט די צווייטע סארט, אונטן לינקס דעם דריטן סארט, און אונטן רעכטס דעם פערטן.

עס קומט אויס דערפון אז די צוויי [פאר א גיווען פּראפּאזישאן] וואס זענען באלכסון [1 {A} מיט 4 {O}; 2 {E} מיט 3 {I}] זענען קאנטרעדיקשאנס און בהיפך גמור איינס צום צווייטן; איינע פון זיי איז אמת און די אנדערע איז פאלש. למשל, אויב איז A אמת און אלע סאבּיעקטן פארמאגן דעם פּרעדיקעט קען דאך O נישט זיין אמת אז ״אפאר״ פארמאגן דאס נישט. און אויב ״אפאר״ פארמאגן דאס נישט קען דאך נישט זיין אז אלע פארמאגן דאס יא. און זאגן אז ביידע זענען פאלש, דהיינו אז עס איז נישט אמת אז אלע פארמאגן דאס ובאותו רגע אז עס איז נישט אמת אז אפאר פארמאגן דאס נישט קען אויך נישט זיין. ווייל אויב נישט אלע פארמאגן דאס [הנחה א] און אויך נישט אז אפאר פארמאגן דאס נישט [הנחה ב] האיך יתקיימו שניהם. דאס זעלבע ביי E און I.

משא״כ די אויבערשטע צוויי איינע צום אנדערן זענען קאנטרערייעטי/קאנטרערי: זיי זענען ביידע צוזאמען זיכער נישט אמת אבער ביידע קענען זיין פאלש (אדער נאר איינע איז פאלש, ופשוט). אויב איז אמת אז אלע פארמאגן דאס איז זיכער נישט אמת אז קיין איינע פארמאגט דאס. אבער עס קען געמאלט זיין אז ביידע זענען נישט אמת: אפאר פארמאגן דאס יא און אפאר נישט.

די אונטערשטע צוויי זענען די היפך פון דעם [סאָבּקאנטרערי]. דאס הייסט אז זיי זענען ביידע צוזאמען זיכער נישט פאלש אבער ביידע קענען זיין אמת (אדער נאר איינע פון זיי איז אמת, ופשוט). עס קען זיין אז ביידע זענען אמת ווען אפאר פארמאגן דאס יא און אפאר נישט. זיי קענען אבער ביידע נישט זיין צוזאמען פאלש. ווייל עס קען נישט זיין אז עס איז ״נישט [אמת]״ אז אפאר האבן דאס נישט, מיינענדיג אז אפאר האבן דאס יא, ובאותו רגע אז עס איז ״נישט [אמת]״ אז אפאר האבן דאס יא.

דערנאך איז דא די סאָבּאַלטערעישאן [ביי די צוויי זייטן]. דאס באדייט אז די אמת פון די אויבערשטע יוּניווערסאל מאכט אטאמאטיש די אונטערשטע פּאַרטיקולער אמת. אבער אויב איז די יוּניווערסאל פאלש מיינט דאס נישט דוקא אז די פּארטיקולער אונטער דערפון איז אויך פאלש. למשל, אויב איז די אויבערשטע לינקע, אז אלע האבן דאס, אמת, איז די אונטערשטע לינקע זיכער אויך אמת אז אפאר דערפון האבן דאס. אבער אויב איז די אויבערשטע, אז אלע האבן דאס, פאלש, קען נאך אלס די אונטערשטע דערפון אז אפאר האבן דאס יא נאך אלס בלייבן אמת.

משא״כ פון אונטן ארויף איז פארקערט. דהיינו, אויב איז די אונטערשטע פאלש איז די אויבערשטע זיכער אויך פאלש. ווארום, למשל ביי די רעכטע זייט, אויב איז עס פאלש אז אפאר האבן דאס, איז זיכער פאלש אז אלע האבן דאס. אבער אויב ווייס איך אז די אונטערשטע איז אמת, אפאר האבן דאס, מיינט נישט אז די אויבערשטע איז אמת און אלע האבן דאס.

די סקווער האלט אבער נאר אָן ווען די סאביעקט איז נישט ״ליידיג״, דהיינו עס איז נישט קיינמאל נישטא קיינע אמת׳ע פּרעדיקעטס אויף זיי (למשל די סאביעקט איז א מיטאלאגישע חיה). אין אזא פאל וועט דאך די אונטערשטע לינקע {I} אז ״אפאר סאביעקטן האבן די פּרעדיקעט״ זיין פאלש, ווייל עס איז בכלל נישטא די סאביעקט אז א פּרעדיקעט זאל חל זיין דערויף. וועט דערנאך, עפ״י די סקווער, איר אויבערשטע רעכטע קאנטרעדיקטארי {E} אז ״קיין שום סאביעקט האט דעם פּרעדיקעט״ זיין אמת. אבער דעמאלטס מוז דאס וואס איז אונטער איר אויף די רעכטע זייט {O} אז ״אפאר סאביעקטן האבן נישט די פּרעדיקעט״ אויך זיין אמת. און דאס איז דאך פאלש, ווייל די פירוש המילות פון ״אפאר סאביעקטן״ קענען נישט נוגע זיין ווען עס איז בכלל נישטא אזא סאביעקט; עס האט עקזיסטענשאל אימפּאָרט. מ׳קען אבער אויף דעם זאגן אז די געדאנק איז ״אויב וואלט געווען דעם סאביעקט דעמאלטס וואלטן אפאר וכו׳״ [א פרייע לאגיק]. ווי אויך אויב פארמולירט מען דאס אז אנשטאט ״אפאר סאביעקטן האבן נישט דעם פּרעדיקעט׳״ צו ״נישט יעדע סאביעקט האט דעם פּרעדיקעט״ איז אויך נישט שווער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מ׳האט עקסטענדעד דעם סקווער צו א לאגישן העקסאגאן [6-עק] מיט׳ן צולייגן נאך צוויי אופנים:

5). אלע סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) דעם פּרעדיקעט אדער דיסדזשאָנקשען צווישן די צוויי סטעיטמענטס פון פאר׳ן ״אדער״ און נאך דעם; דעם V אפּערעיטער] קיין איין סאבּיעקט האט דעם פּרעדיקעט. {A אדער E, וואס מען רופט U}

6). אפאר סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) דעם פּרעדיקעט און קאַנדזשאָנקשען צווישן די צוויי סטעיטמענטס פון פאר׳ן ״און״ און נאך דעם; דעם Λ אדער & אפּערעיטער] אפאר סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) נישט דעם פּרעדיקעט {I און O, וואס מען רופט Y}

די U לייגט מען אינדערמיט אויבן און די Y אינדערמיט אונטן. עס זעהט אויס אזוי (די בילד נוצט אנדערע סימבאלן אבער עס מיינט די זעלבע זאך):
DC55AF3A-5D6C-4BE2-8E91-D564445EC799.jpeg

די העקסאגאן זאגט אז 5 {U} און 6 {Y} זענען אויך קאנטרעדיקטארי איינע צום צווייטן: אויב איינס איז אמת איז די אנדערע בהכרח פארקערט/פאלש. דאס איז ווייל דאס אמת פון U שליסט אויס דאס מיטל-וועג פון Y, וההיפך דאס פאלשקייט פון U איז מכריח א מיטל-וועג פון Y.

עס קומט אויך אויס אז U איז א סאָבּאַלטערעישאן פון סיי A און סיי E, ווייל אויב איינע פון זיי איז אמת איז אטאמאטיש U אמת; U דארף נאר אז איינע פון זיי זאלן זיין אמת כדי דאס גאנצע פּראפּאזישאן אירע זאל זיין אמת. משא״כ פארקערט, טאמער איז U אמת ווייס איך נאך נישט צו [דוקא] A אדער E איז אמת; עס דארף דאך נאר איינע פון זיי זאלן זיין אמת כדי צו האבן אן אמת-וועליוּ פון ״יא״. ווי אויך איז U, סיי צו I און סיי צו O א סאָבּקאנטרערי, דהיינו אז זיי, למשל I און U, קענען נישט זיין צוזאמען ביידע פאלש אבער זיי קענען ביידע זיין אמת. דהיינו, טאמער זאג איך ״אדער אלע האבן יא אדער קיין איינע האט דאס יא״ {U} און איך זאג אז דאס איז פאלש [מיינענדיג אז קיין איינע פון די ״אדערס״ איז נישט אמת], איז דאס אז ״אפאר האבן דאס יא״ {I} בהכרח אמת [וכן הוא ווען איך שטעל צאם U מיט ״אפאר האבן דאס נישט״ {O} אויף אזא אופן]. אבער אויב איז U אמת, איינע פון אירע ״אדערס״ זענען אמת, קענען בעצם סיי אז ״אפאר האבן דאס יא״ {I} אויך זיין אמת [טאמער איז איר ערשטע ״אדער״ אמת] און סיי ״אפאר האבן דאס נישט״ {O} [טאמער איז איר צווייטע ״אדער״ אמת].

בנוגע Y קומט אויס אז עס איז א סאָבּאַלטערעישאן פאר סיי I און סיי O. דאס איז ווייל אויב Y איז אמת אז סיי ״אפאר האבן עס יא״ און סיי ״אפאר האבן עס נישט״ איז דאך אטאמאטיש אז ביידע פון זיי זענען אמת. אויב אבער ווייס איך נאר איינע פון זיי, I אדער O, צו זיין אמת ווייס איך אבער נאך נישט צו Y [אז ביידע זענען אמת] איז אמת, ופשוט. עס איז אויך א קאנטרערי צו סיי A און סיי E, זיי קענען נישט ביידע זיין אמת ביינאזאם הגם זיי קענען ביידע זיין צוזאמען פאלש. דהיינו, אויב נעם איך אן אז Y איז אמת, ״אפאר האבן עס יא און אפאר נישט״, קען סיי A [אז אלע האבן דאס יא] נישט זיין אמת צוזאמען מיט איר, און סיי E [אז אלע האבן דאס נישט] זיין אמת צוזאמען מיט איר. טאמער אבער איז זי פאלש אז עס איז נישט אמת אז אפאר יא און אפאר נישט, קען נאך אלס זיין אז דאס אליין [דהיינו, למשל A זייענדיג אליין; נישט Y] אז אלע האבן דאס יא אויך פאלש; עס קען זיין אז אלע האבן דאס נישט {E}. און דאס זעלבע פארקערט: עס קען זיין אז סיי Y איז פאלש אבער דאס אז אלע האבן דאס נישט {E} איז אויך פאלש; עס קען זיין אז אלע האבן דאס יא {A}.

דער נוצרי׳שער טעאלאג דר. גרעג בּוֺיד נוצט די העקסאגאן לעומת די אריגינעלע סקווער אויף כדי צו ראטעווען בחירה פון ידיעת הקב״ה [אין זיין אפענע טעאיזם מהלך] און דעטערמעניזם. דאס איז ווייל מ׳קען אויך באטראכטן די אריגינעלע 4 פּראפּאזישאנס ווי סטעיטמענטס אויפ׳ן עתיד: די ערשטע צוויי צי עס וועט ״זיכער״ יא פאסירן אדער ״זיכער״ נישט פאסירן, און די לעצטע צוויי צי עס וועט ״אפשר״ יא פאסירן אדער ״אפשר״ נישט פאסירן.

עפי״ז שטעלט ער דאס מעיקרא אראפ אין צו א טרייענגעל פון דריי: A, E און Y. דהיינו, זיכער יא, זיכער ניין, און מעגליך. עס קומט אויס אז די אלע דריי זענען קאנטרעריס איינע צום צווייטן. דאס איז ווייל איינמאל איך בין דאך פושר איינס אלס אמת זענען די אנדערע צוויי צוזאמען נאר פאלש, ווייל נאר איינע פון די דריי קענען זיין אמת, וממילא ווען איך נעם און באטראכט דאס רילעישענשיפ צווישן צוויי פון זיי אליין זענען זיי דאך קאנטרעריס ווייל זיי צוויי צוזאמען קענען טאקע נישט זיין אמת ביינאזאם אבער קענען יא זיין פאלש ביינאזאם.

דערנאך שטעלט ער אוועק א פארקערטע טרייענגעל פון דריי קאנטרעדיקטאריס. דהיינו אז די קאנטרעדיקטארי פון A, אז עס וועט זיכער יא פאסירן, איז איז נישט ״זיכער נישט״ נאר ״אפשר נישט״ {O}. די קאנטרעדיקטארי פון E, אז עס וועט זיכער נישט פאסירן, איז ״אפשר יא״ {I}. און די קאנטרעדיקטארי פון ״אפשר יא און אפשר נישט״ {Y} איז ״אדער זיכער יא אדער זיכער נישט״ {U}.

איינמאל מען שטעלט צאם ביידע די טרייענגעלס באקומט מען דעם אויבן-דערמאנטן העקסאגאן מעט אירע רילעישאנס.

עס קומט אויס אז אין די העקסאגאן זענען דא דריי סקווערס מיט די גענויע פּאראמעטערס פון די רילעישענשיפס צווישן זיי, כזה:
F0D8B450-C0EE-4D6F-B433-99CB793B0F60.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא האט מען טאקע דערמאנט דאס אויסשטעלן פון פּראפּאזישאנס און ווען זיי האבן די זעלבע אמת-וועליוּס. אז מ׳דערמאנט דא יעצט יוּניווערסאל עפירמעישאנס/נעגעישאנס איז שוין דא נאך א סארט וואס איז די אַבּווערס פון א פּראפּאזישאן. דאס איז אביסל ענליך צו א קאנווערס אבער אנדערש ווי דעם וועט אן אַבּווערס יא אלעמאל האבן די זעלבע אמת-וועליוּ ווי די אריגינעלע סטעיטמענט. דאס איז ווען איך האב, למשל, א יוּניווערסאל עפירמעישאן מיט׳ן זאגן ״אלע סאביעקטן זענען דעם-און-דעם פּרעדיקעט״. איר אַבּווערס איז ווען איך טויש דאס צו א יוּניווערסאל נעגעישאן [די פארקערטע יוּניווערסעל] און איך נעגעיט די פּרעדיקעט. אין אונזער משל וועט די אַבּווערס זיין ״עס איז נישטא קיין סאביעקט וואס איז נישט דעם-און-דעם פּרעדיקעט״. מ׳קען זעהן ביי אונזער משל ווי עס מיינט ממש די זעלבע זאך.

ביי פּארטיקולערס איז אן אַבּווערס א נעגעישאן פון א נעגעישאן אינעם עצם פּרעדיקעט אויף פארקערט. דהיינו, למשל ווען איך זאג, ״עס זענען דא סאביעקטן וואס זענען נישט פריינטליך [די פּרעדיקעט]״, איז איר אַבּווערס ״עס זענען דא סאביעקטן וואס זענען יא אומפריינטליך״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ובנוגע קאנטראפּאזישאנס (ובכלל וויאזוי לאגיק האט שוועריקייטן מיט׳ן פאָרמאלי אינקאָרפּאָרעיטן אלגעמיינע שפראך און קען גיין קעגן אינטואישן) איז דא די אינטרעסאנטע העמפּעל׳ס פּאראדאקס פונעם לאגיקער דר. קארל גוסטאוו העמפּעל. דאס ארבעט אזוי:
״אויב עפעס איז אן עורב דעמאלטס איז עס שווארץ״.

די קאנטראפּאזיטיוו דערפון, מיט די זעלבע אמת כנ״ל, וועט זיין:
״אויב עפעס איז נישט שווארץ דעמאלטס איז עס נישט קיין עורב״.

יעצט, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז אן פּארטיקולער אופן ווי ״מיין עורב איז שווארץ״ איז עווידענס צום אריגינעלען יוניווערסאלן פּראפּאזישאן, דעמאלטס ווען מ׳זעהט א גרינע עפל און דאס זאגן ״די גרינע עפל איז נישט שווארץ און דעריבער נישט קיין עורב״ זיין עווידענס צום קאנטרעפּאזיטיוון פּראפּאזישאן. די קאנטרעפּאזיטיוון פּראפּאזישאן האט די זעלבע אמת-וועליוּ און איז בעצם דאס זעלבע ווי דאס זאגן ״אויב עפעס איז אן עורב דעמאלטס איז עס שווארץ״. אויב אזוי קומט אויס אז א גרינע עפל איז עווידענס דערצו אז אן עורב איז שווארץ...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין דעם סוגיא איז אינטרעסאנט צו דערמאנען ווי אזוי קאנט האט איינגעטיילט [מאָנעדיק] לאגיק אין צו 4, וואו יעדעס איינס איז איינגעטיילט אין 3:

א). קוואנטיטעט - וואס האט:

‏1). יוניווערסאל - אלע סאבּיעקטן זענען דעם פּרעדיקעט.
‏2). פּארטיקולער - אפאר סאבּיעקטן זענען דעם פּרעדיקעט.
‏3). סינגולער - דעם סאבּיעקט איז דעם פּרעדיקעט.

ב). קוואליטעט - וואס האט:

‏1). אפירמעטיוו - סאביעקט איז דעם פּרעדיקעט.
‏2). נעגאטיוו - קיינע סאבּיעקטן זענען דעם פּרעדיקעט.
‏3). אינפיניט - סאבּיעקטן זענען נישט דעם פּרעדיקעט.

ג). רילעישאן - וואס האט:

‏1). קאטעגאריש [עלעמענטערי] - סאבּיעקט איז דעם פּרעדיקעט.

‏2). היפאטעטיש [מאלעקיולער] - אויב דעם פּראפּאזישאן [פון א סאביעקט און פּרעדיקעט] דעמאלטס דעם אנדערן פּראפּאזישאן [פון אן אנדערן סאביעקט מיט אן אנדערן פּרעדיקעט].

‏3). דיסדזשאנקטיוו [מאלעקיולער] - דעם סאביעקט איז אדער דעם פּרעדיקעט אדער דעם [אנדערן] פּרעדיקעט.

ד). מאדעליטי - וואס האט:

‏1). פראבלעמאטיש - אפשר איז דעם סאביעקט דעם פּרעדיקעט.

‏2). אסערטאָריש - גראדע איז דעם סאביעקט דעם פּרעדיקעט.

‏3). עפּאָדיקטיש - עס מוז זיין אז דעם סאביעקט איז דעם פּרעדיקעט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

טעאריע פון אַבּליגעישאנס שפיל

שליחה דורך מי אני »

אין דעם געביט פון לאגיק איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום (טעאריע פון) אַבּליגעישאנס לאגיק שפיל וואס די סטודענטן אינעם מיטל-אלטער פלעגן טוהן. דאס האט געארבעט דורך דעם וואס עס זענען דא צוויי שפילערס: אן אפּאָנענט [א [פארלייגער] און א רעספּאנדענט [משיב]. דער אפּאָנענט לייגט פאר סטעיטמענטס/פּראפּאזישענס און פרובירט אז דער רעספּאנדענט זאל צוקומען צו א סתירה בתוך די סטעיטמענטס וואס ער נעמט אן אדער איז כופר אין.

עס זענען דא עטליכע ווערסיעס פונעם שפיל אבער די צד השוה שבהן זענען מער-ווייניגער אזוי: די שפיל הייבט זיך אן מיט דעם וואס די אפּאָנענט לייגט אראפ א סטעיטמענט, דעם פּאזיטום, וואס איז בדרך כלל געווען פאלש אבער דער רעספּאנדענט האט עס דאך אנגענומען. דערנאך האט דער אפּאָנענט פארגעלייגט סטעיטמענטס וואס דער רעספּאנדענט האט אדער אנגענומען אדער אפגעווארפען. אויב האט ער אפגעווארפען עפעס וואס ער האט געמוזט אננעמען, אדער אנגענומען עפעס וואס ער וואלט געדארפט אננעמען, מכח׳ן דאס פריער האבן/מוז׳ן אנגענומען אדער אפגעווארפען עפעס וואס איז א פועל יוצא פונעם פּאזיטום און וואס איז יוצר/נובע ממנה (עפ״י הלכות לאגיק), האט ער פארלוירן. די ציהל איז געווען צו זעהן ווי ווייט ער קען אנציהן אזוי האבענדיג א געוויסע מאס פון צייט פאר׳ן שפיל. ס׳איז נישט אנגעגאנגען (אזוי ווייט) צו די סטעיטמענטס זענען אין פאקט אמת, נאר אז דער רעספּאנדענט זאל זיין לאגיש קאנסיסטענט מיט דאס וואס ער נעמט אן און ווארפט אפ.

א משל:
8 - Obligationes.png
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער לינגוויסט דר. אלגירדאס דזשוליען גרעימאס האט געמאכט אן ענליכע סארט סקווער גערופן דעם סעמיאטיק סקווער בנוגע ווערטער און מושגים. דאס איז א משל ביי די געדאנק פון ״מענעריש״ און ״פרויעריש״:
505DE0BE-9A35-473F-97E5-64FDE68B433D.jpeg

אויבן לינקס איז איין מושג [״מענעריש״] און לינקס דערפון דאס פארקערטע [״פרויעריש״]. אונטן לינקס איז דאס קאנטרעדיקשאן פונעם אויבן לינקס והיינו ״נישט פרויעריש״; וממילא דאס ״מענעריש״ העכער דעם איז א הייפּאָניִם דערפון והיינו אז ״מענעריש״ איז נכלל און א פרט בתוך דעם ברייטערן קאטעגאריע פון ״נישט פרויעריש״. דאס זעלבע זאך אויפ׳ן אונטערשטען רעכטע זייט. דארט איז די פארקערטע פונעם אויבערשטן לינקן זייט, והיינו אין אונזער משל ״נישט מענעריש״. אין דעם איז שוין נכלל דאס וואס איז העכער דאס, והיינו ״פרויעריש״. עס איז שייך [לגבי ווערטער בסתם, והיינו צו נוצן אין ליטעראטור וכדומה] אז די צוויי אויבערשטע אדער די צוויי אונטערשטע זאל מען קענען צאמשטעלן צו באקומען א נייע מושג.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער פילאזאף דר. האנס רייכענבּאך האט דאס מעמיד געווען אויף צוויי סארטן און דאדורך דאס אויסגעברייטערט צו 8. דאס איז ווייל ער האט גע׳טענה׳ט אז מ׳דארף נאר רעכענען די יוּניווערסאלע עפירמעישאן {A} און פּארטיקולאר עפירמעישאן {I} ביחס צו די נעגעישאנס פון סאבּיעקטן און/אדער די פּרעדיקעטס; ווענדענדיג זיך צו מ׳נעגעיט די סאבּיעקט און/אדער די פּרעדיקעט צי נישט. כזה:

1). אלע סאבּיעקטן האבן דעם פּרעדיקעט.
SAP

2). אלע סאבּיעקטן האבן נישט דעם פּרעדיקעט.
SA-P

3). קיין איין סאבּיעקט האט דעם פּרעדיקעט.
-SAP

4). קיין איין סאבּיעקט האט נישט דעם פּרעדיקעט.
-SA-P

5). אפאר סאבּיעקטן האבן דעם פּרעדיקעט.
SIP

6). אפאר סאבּיעקטן האבן נישט דעם פּרעדיקעט.
SI-P

7). אפאר וואס זענען נישט פון די סאבּיעקטן האבן דעם פּרעדיקעט.
-SIP

8). אפאר וואס זענען נישט פון די סאבּיעקטן האבן נישט דעם פּרעדיקעט.
-SI-P

עפי״ז האט ער אוועקגעשטעלט א קיוּבּ פון אפּאזיציע דערין כזה:
B09322EB-1FEB-4457-BDFF-F012909989BE.jpeg

די פיר אויף די אויבערשטע פנים/זייט זענען די ערשטע פיר און די פיר אויף די אונטערשטע פנים/זייט זענען די לעצטע פיר. עס וועט בהכרח אויסקומען אז אויף איין זאך צוזאמען וועלן כאטש דריי פון די אויבערשטע פיר בהכרח זיין פאלש, און כאטש דריי פון די אונטערשטע פיר בהכרח זיין אמת.

אזוי ווי ביים סקווער פון אפּאזיציע איז א קאנטרעדיקשאן מיינט אז איינע, און נאר איינע, מוז זיין אמת. א קאנטרערי/אַפּאַזיט מיינט אז ביידע צוזאמען קענען נישט זיין אמת, און א סאָבּקאנטרערי/סאָבּאַפּאַזיט מיינט [פארקערט] אז ביידע צוזאמען קענען נישט זיין פאלש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

געפעלט מיר די אבליגעישנס לאגיק געים, קיינמאל געהערט דערפון. איך טראכט עס וואלט געווען אינטערסאנט צו שפילן, די פרעגער דארף זיין גוט צוגעגרייט צו כאפן אין נעץ.

קען זיין אין אונזערע ישיבות וואלט געווען אינטערסאנט צו איינפירן אזא סארט מעמד, עס פאסט אריין צווישן געזעץ פון בבל און וויסנשאפט פון ירושלים.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אז מ׳האט דערמאנט דעם or אפּערעיטאר [V ״אדער״ ;) &] אין לאגיק, וואס דעמאלטס אויב איינע פון די צוויי פּרעדיקעטס דערינען זענען אמת איז די אמת-וועליוּ פונעם גאנצן פּראפּאזישאן אמת [״יא״] איז אויף דעם דא די וויץ:
C7498B6F-E782-409E-A7F9-7CD215C07372.jpeg

אנציען דאס ווייב נאך א געבורט איז אפשר נישט די מערסטע ״לאגישע״ זאך צו טוהן... :D

און אז מ׳רעדט שוין, אביסל אן ענליכע מעשה מיט דר. רודאלף קארנעפּ:
591D8759-8772-445C-983F-DEF0E0CE499E.jpeg

(ער לייגט אריין א קאממע דערין, וואס קען שטערן די הבנה פונעם עובדא/וויץ.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס’קוקט אויס ווי גוטע ווערטליך, אבער איך כאפ עס נישט, אפשר ווייל איך בין א שטיקל אונגערישער.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

תרמב האט געשריבן:ס’קוקט אויס ווי גוטע ווערטליך, אבער איך כאפ עס נישט, אפשר ווייל איך בין א שטיקל אונגערישער.

טראכט אריין וויאזוי מען נוצט די ווארט "אדער" און לאגיק. ווען די ווייב זאגט "איז עס א מיידל אדער א אינגעל?" זאגט די מאן "יא". ווייל די סטעיטמענט איז לאגיש ריכטיג "עס איז א מיידל אדער א אינגעל".

ווען די אימיגראציע אפיציר פרעגט וואלסטו געוואלט מען זאל חרוב מאכן אמעריקע מיט ווייעלאנס אדער כח? פארשטייט ער די "אדער" אז מען דארף בוחר זיין איין פון די צוויי... (כאטש ער וואלט געקענט ענטפערן ניין פונקט ווי יעדעם, גראדע מיין איך עס איז אויך אויסגעהאלטן לאגיש).
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

דו מיינסט צו זאגן אז בעצם איז דאס וואס מ’זאגט די ערשטע איז אזוי ווי די הנחה קדומה, און די אדער, איז די צווייטע אפציע וואס איז ווייניגער מסתבר?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך הייב אן צו כאפן, ס’מיינט צו זאגן אז ער האט געענטפערט יא, אז סאיז טאקע אדער א מיידל אדער א יונגל.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

עניוועי א זשאוק וואס מ’דארף מסביר זיין איז נישט קיין זשאוק, סאיז אבער מיין פראבלעם.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז דא אין לאגיק די טרינקער פּאראדאקס/טעארעם וואס ברענגט ארויס א חילוק צווישן לאגיק און ווי אזוי די זעלבע שפראך ווערט גענוצט נאטורליך/אין אלגעמיין. עס לויטעט אז די זאץ ״עס איז דא איינער אין קרעטשמע וואס אויב ער טרינקט טרינקט יעדער״ איז אלעמאל אמת עפ״י לאגיק. דאס איז ווייל עס איז למעשה שייך אז אויב יעדער טרינקט חסר איינער, וואס דער ״איינער״ דארף נישט זיין די זעלבער דורכאויס [פשוט אז עס איז אלס דא דא ״איינער״], דעמאלטס אויב יענער טרינקט [אויך] טרינקט דאך יעדער, וממילא איז עס לגמרי אויסגעהאלטן אלס א לאגישע סטעיטמענט.

דאס גייט נאך טיפער ווייל אין לאגיק איז אן ״אויב א׳ דעמאלטס ב׳״ סטעיטמענט [א׳←ב׳; א מאטעריעל אימפּליקעישאן] נאר פאלש אויב א׳ איז אמת בשעת ב׳ איז פאלש. אויב אבער איז א׳ פאלש, אפילו אויב ב׳ איז יא אמת, מאכט דאס נאך נישט אז די גאנצע סטעיטמענט איז פאלש, עס איז נאך בעצם אמת; די ב׳ איז נישט אנגעוואנדן אינעם אמת פונעם א׳ אזוי ווי די א׳ איז אנגעוואנדן אינעם אמת פונעם ב׳. וכ״ש אויב סיי א׳ און סיי ב׳ זענען פאלש, איז נאך בעצם די גאנצע ״אויב״ סטעיטמענט אמת. אין אנדערע ווערטער, אז א׳ איז פאלש בלייבט די ״אויב״ סטעיטמענט אמת. וממילא דא אז ״דער מענטש טרינקט״ [דער א׳] איז פאלש, בלייבט אבער נאך אלס דאס גאנצע ״אויב״ סטעיטמענט אמת.

דאס איז לעומת משא״כ ווי אזוי עס ווערט גענוצט אין אלגעמיינע/נאטורליכע שפראך וואו מען פארשטייט פונעם זאץ אז עס איז דא איינער אינעם קרעטשמע וואס ער איז די גורם און ברענגט דערצו אז אנדערע, יעדער איינער, זאל טרינקען אדער אז איינער ספעציפיש איז דער לעצטער אלעמאל צו טרינקען וואס איז משלים די ״אלע״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

F88236C9-5677-4DB2-960A-EF533E88AFDB.jpeg

די זענען אפאר ״משלים״ וואס זשוּאַן לוּאיִס וויוועס ברענגט אראפ אין זיין אין פּסוּדאָ-דיאַלעקטיקאס אפ׳צו׳חוזק׳ן פון דאס וואס ער האט געהאלטן די סקאלעסטיק דייעלעקטישאנס טוהן פארדרייען שפראך און פארוואנדלען עס אין סאפיסטישע זאצן.

און נאך ״משלים״ וואס ער זאגט:
DC956627-A1D1-4BA8-9BD8-CEE36F3CC5CA.jpeg

ובענין זה איז אויך אינטרעסאנט צו דערמאנען וואס לאָרענזאָ וואַלאַ האט געזאגט בנוגע סימבאלן אין לאגיק.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ומענין לענין באותו ענין איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו אריסטו׳ס חילוק אין סוגי ארגומענטן:

‏1). עפּאָדיקטיק - די זענען ארגומענטן וואס זענען בהכרח אמת מכח מושכלות ראשונות [כעין אנאליטיש], והלשכות היוצאות מהם בהכרח. ווי צב״ש אז 2+2 איז 4.

‏2). אַסערטאטיק - די זענען ארגומענטן וואס זענען אמת מכח א דרויסענדיגער פאקט [כעין סינטעטיש]; עס איז געווען ״מעגליך״ צו זיין אנדערש. צב״ש אז איין שטאט איז גרעסער ווי א צווייטע.

‏3). פראבלעמאטיק - די זענען ארגומענטן וואס שטעלן נישט אראפ מעיקרא א הנחה אלס א ״זיכער״ נאר אלס א ״מעגליך/קען זיין״.

עס האט א שייכות לגבי לאגיק אין די סוגים:

‏1). עפּאָדיקטיק - כנ״ל זענען די ארגומענטן וואס זענען בהכרח אמת און וואס מ׳קען אויפווייזן לגמרי; כעין א סייענטיפישע פּרוּף.

‏2). דייעלעקטיק - דאס זענען די באקאנטע פילאזאפישע ארגומענטן וואס ווערן אויסגעשמועסט עפ״י אביעקטיווע לאגיק ודימוי מילתא למילתא; אָן סתם סאביעקטיווע רעטאריק. די ארגומענטן קענען זיין לאגיש וועליד אבער זענען נישט ניתן אויף לגמרי ״אויפצוווייזן״. דאס איז די באקאנטע סאקרעטיק מעטאדע ע״י קשיא ותירוץ. (ווען עס איז מער אלס רבי ותלמיד ווי חברותא דאן איז דאס דידאקטיק.

‏3). עידעטיק - דאס איז ווען מען זוכט נישט בעצם די/אן אמת ווי איידער אפצופרעגן דעם אנדערן צד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

מיל׳ס מעטאדעס

שליחה דורך מי אני »

דזשאן סטוערט מיל האט אראפגעשטעלט פינעף כללים בנוגע מברר זיין וואס איז א נפעל פון וועלכע פועל:

1). דירעקטע הסכמה - דאס איז ווען איך האב א׳ ב׳ ג׳ ד׳ פאסירט ק׳ ר׳ ש׳ ת׳. ווען איך האב א׳ ה׳ ו׳ ז׳ פאסירט ק׳ ע׳ פ׳ צ׳. דאן ווייס איך אז א׳ איז די פועל/נפעל פאר ק׳.

א ביישפיל דערפון איז ווען פיר מענטשן האבן געגעסן א סעודה פון פיר מאכלים אבער נאר איינע פון די מאכלים האבן אלע פיר געגעסן; די אנדערע מאכלים האבן אפאר יא געגעסן און אפאר נישט. דערנאך זענען אלע קראנק געווארן. דאן ווייס איך אז די געוויסע מאכל וואס אלע האבן געהאט געגעסן דערפון איז די גורם פאר׳ן קרענק.

2). חילוק - דאס איז ווען איך האב א׳ ב׳ ג׳ ד׳ פאסירט ק׳ ר׳ ש׳ ת׳. ווען איך האב ב׳ ג׳ ד׳ פאסירט ר׳ ש׳ ת׳. דאן ווייס איך אז א׳ איז די פועל/נפעל (עכ״פ א חלק; עס איז דירעקט מקושר) פאר ק׳.

נוצענדיג דעם פריערדיגן ביישפיל איז דאס ווען אלע פיר מענטשן האבן געגעסן פון אלע פיר מאכלים חוץ איינער האט נישט געגעסן איין מאכל. דערנאך זענען אלע קראנק געווארן חוץ איינער. דאן ווייס איך אז די געוויסע מאכל וואס יענער וואס איז נישט קראנק געווארן האט נישט געגעסן דערפון, יענץ איז די גורם פאר׳ן קרענק.

3). שילוב פון הסכמה וחילוק - דאס איז ווען איך האב א׳ ב׳ ג׳ פאסירט ר׳ ש׳ ת׳. ווען איך האב א׳ ד׳ ה׳ פאסירט ר׳ צ׳ ק׳. ווען עס איז נאר דא ב׳ ג׳ איז דא ש׳ ת׳. דאן ווייס איך אז א׳ איז די פועל/נפעל (עכ״פ א חלק; עס איז דירעקט מקושר) פאר ר׳.

נוצענדיג דעם פריערדיגן ביישפיל איז דאס ווען אלע פיר מענטשן האבן נאר אלע געגעסן פון איין מאכל. די איבעריגע דריי מאכלים איז פון יעדעס איינס האבן עס נאר דריי מענטשן געגעסן. און ביי יעדעס איינס פון די איבעריגע דריי מאכלים איז עס אן אנדערער וואס האט נישט געגעסן דערפון. דערנאך זענען אלע קראנק געווארן חוץ איינער. דאן ווייס איך אז די געוויסע מאכל וואס יענער וואס איז נישט קראנק געווארן האט נישט געגעסן דערפון, יענץ איז די גורם פאר׳ן קרענק.

4). קאנקאמיטענט וועריעישאן - דאס איז ווען איך האב א׳ ב׳ ג׳ פאסירט ר׳ ש׳ ת׳. ווי מער אדער ווייניגער איך האב פון א׳ אלס מער אדער ווייניגער האב איך לעומתה פון ר׳. דאן ווייס איך אז א׳ איז די פועל/נפעל (עכ״פ א חלק; עס איז דירעקט מקושר) פאר ר׳.

5). עלימינעישאן - דאס איז ווען איך האב א׳ ב׳ ג׳ פאסירט ר׳ ש׳ ת׳. איך ווייס שוין אז ב׳ איז די פועל פון ש׳ און איך ווייס שוין אז ג׳ איז די פועל פון ת׳. דאן ווייס איך אז א׳ איז די פועל/נפעל פאר ר׳.

(ועיין בעיקרים (מאמר א פי"ח) בהחילוק בין אימות עצמי לאימות בלתי עצמי.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ומענין לענין באותו ענין אז מ׳האט דערמאנט קאנט און זיין געדאנק פון סיי אנאליטיש ווס. סינטעטיש מדע, ווי אויך עי פּריארי ווס. עי פּאסטעריארי, דאס איז א סקווער וואס שטעלט דאס צאם:
33FF8E68-3C90-4E97-AB95-467619E16F0C.jpeg

וע״ע כאן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

6F8D3F8B-B2C3-40E2-A23F-D266F98185F1.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן:אז מ׳האט דערמאנט דעם or אפּערעיטאר [V ״אדער״ ;) &] אין לאגיק, וואס דעמאלטס אויב איינע פון די צוויי פּרעדיקעטס דערינען זענען אמת איז די אמת-וועליוּ פונעם גאנצן פּראפּאזישאן אמת [״יא״] איז אויף דעם דא די וויץ:
C7498B6F-E782-409E-A7F9-7CD215C07372.jpeg

אנציען דאס ווייב נאך א געבורט איז אפשר נישט די מערסטע ״לאגישע״ זאך צו טוהן... :D

און אז מ׳רעדט שוין, אביסל אן ענליכע מעשה מיט דר. רודאלף קארנעפּ:
591D8759-8772-445C-983F-DEF0E0CE499E.jpeg

(ער לייגט אריין א קאממע דערין, וואס קען שטערן די הבנה פונעם עובדא/וויץ.)

73034D1D-9A80-419F-868D-C5F4D0CD4653.jpeg

דער מאטעמאטיקער דר. דזשאָרדען עלענבּערג.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. גדי טשארלס וועבער איז מצרף דעם געדאנק פון די 5 שיטות בענין השגחה שהביא הרמב״ם במו״נ ח״ג פי״ז, צו דעם געדאנק פון קאנטרעדיקשאן און קאנטרערייעטי:
DF4F94D7-C804-4731-97D6-A93EA3D47325.jpeg

פארשפארט