חוקר ודורש האט געשריבן:לכשדקדק וועסטו טרעפן ענליכקייטן צווישען מהר״י מברסלב און מהר״י מוואודרידזש, ביידע זעלבסט געקרוינטע ראשי ישיבה וואס פירן זיך אויף כמו אדמורי״ם - קישן די הענט וכו׳, ביידע האקן קעגן די סיסטים (רבי יצחק זאגט אז סיסטים איז נטרוקין סוס-תם), נאר רבי יואל איז מצליח ווייל ער איז מער אראפגעלאזט צו די בחורים און בכלל איז ער מער נארמאל
Sent from my iPhone using Tapatalk
און אויך, ביידע homo sapiens.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חוקר ודורש האט געשריבן:לכשדקדק וועסטו טרעפן ענליכקייטן צווישען מהר״י מברסלב און מהר״י מוואודרידזש, ביידע זעלבסט געקרוינטע ראשי ישיבה וואס פירן זיך אויף כמו אדמורי״ם - קישן די הענט וכו׳, ביידע האקן קעגן די סיסטים (רבי יצחק זאגט אז סיסטים איז נטרוקין סוס-תם), נאר רבי יואל איז מצליח ווייל ער איז מער אראפגעלאזט צו די בחורים און בכלל איז ער מער נארמאל
Sent from my iPhone using Tapatalk
ר' מאטל זילבער איז אויך אין דעם קאטעגאריע, למחצה ולשליש.
רבי מאטל זילבער איז מער א רבי/משפיע, אויך ברבים ביי זיינע שיעורים מיין איך איז ער נישט אזוי פארנומען ווי די אנדערע צוויי צו אראפרייסען די סיסטים. אז מען רעדט שוין פון רבי מאטל, רבי יצחק רייסט אונטער רבי מאטל אז ער פירט זיין עולם אריין אין עולם הדמיון והתוהו, און רבי מאטל לעומתו אומר אז רבי יצחק איז א גרויסע רחמנות, א בעל כשרון גדול וואס איז זיך מתבודד על הרי הקעטסקילס. וואס רבי יואל האט צו זאגן אויף די צוויי ווייס איך נישט, אבער איך האב געטראפן א תשובה פון זיין זיידע הגה״ח רבי יחזקאל שליט״א צו רבי יצחק, בספרו ״עמק התשובה״ חלק רביעי סימן כ״ז, ווי ער שרייבט כדלהלן: למע״כ ידידי הרב הגאון המפו׳ איש חי ורב פעלים לתורה ולתעודה ״מנקיי הדעת״ מתלמידי רביה״ק זצוק״ל כש״מ מוהר״ר יצחק לעבאוויטש שליט״א רב ור״מ דקה״י וואדרידזש יצ״ו
איסר האטלקי האט געשריבן:וויפיל מאל האט ער געשריגן אז די רבנים מיינען אז די קאפלס וועלן נישט זוכה זיין צו קינדער אויב די גאס וועט נישט זיין בלאקירט ביים חופה?
חוקר ודורש האט געשריבן:לכשדקדק וועסטו טרעפן ענליכקייטן צווישען מהר״י מברסלב און מהר״י מוואודרידזש, ביידע זעלבסט געקרוינטע ראשי ישיבה וואס פירן זיך אויף כמו אדמורי״ם - קישן די הענט וכו׳, ביידע האקן קעגן די סיסטים (רבי יצחק זאגט אז סיסטים איז נטרוקין סוס-תם), נאר רבי יואל איז מצליח ווייל ער איז מער אראפגעלאזט צו די בחורים און בכלל איז ער מער נארמאל
Sent from my iPhone using Tapatalk
ר' מאטל זילבער איז אויך אין דעם קאטעגאריע, למחצה ולשליש.
יהודי פשוט האט געשריבן: ר' יואל ראטה איז פיל מיט אינהאלטסרייכע ענינים??? זעהט אויס אז דו הערסט איהם נישט אויס..
די דארפסט נישט צו שטומען צו זיינע דעות, אבער עס איז קלאר אז ער האט א מהלך פון לעבן און ווי אזוי איבער צו געבן אידישקייט וואס מיט דעם איז ער פארנומען מיט רוב פון זיינע דרשות, וואס הונדערעטער זענען זיך מחיה מיט די מהלך. אין ווי די סיסטעם שטייט אין וועג פאר זיין מהלך, שנייט ער עס אויס מיט ליצנות.
איסר האטלקי האט געשריבן: ר' יצחק ווארפט טאקע א וועלט פון ידיעות מיט השקפות, אבער אלעס נאר אנצוקומען צום ציל פון ווייזן ווי קארופטירט דער סיסטעם איז.
ר' יצחק האט אויך א מהלך פון לעבן וואס מיט דעם איז ער אסאך פארנומען מיט זיינע דרשות, און מאכט ליצנות ווי די סיסטעם שטייט דאס אין וועג. אבער חוץ פון דעם האט ער הונדערטער שיעורים אויף תולדות פון גדולי ישראל און הונדערטער שיעורים דרושים און פלפולים, און שיערים אויף התעוררות פון ספרי תלמידי בעל שם טוב(כלשונו, נישט חסידות) ועוד.
אין א גרויסע חלק איז ער אויך פארנומען מיטן סיסטעם און בכלל מיטן דור, און ווי עס קוקט אויס פון אים אסאך מאל אז ער האלט אז ער דארף ווען זיין די מנהיג פון גאנץ כלל ישראל אדער עכ"פ פון די יוצאי אונגארן.
שלא כדרכי, וויל איך אויסדרוקן מיין פארדרוס אויף ר' יואל.
ע"פ רוב האב איך אים ליב צו הערן, איך האב שוין אסאך געשריבן בשבחו, כ'האלט אז ער האט שוין אסאך אויפגעטון, און כלל ישראל דארף אים דאנקבאר זיין (הרב @איך אויך, איך האף אז דו קריצט נישט מיט די ציין...)
אבער מתוך שבחו... איך האב געזען א קליפ ווי ער האקט, כדרכו, אויף טעראפי. איך בין שטארק מחולק מיט זיין שיטה אז רעדן צום אייבערשטן אין וואלד איז גענוג צו העלפן אויף אלע פראבלעמען... נישט חלילה אז איך טו אונטערשאצן די געוואלדיגע כח פון תפלה, אבער השי"ת האט פארט באשאפן די וועלט בדרך הטבע, און אין די היינטיגע שוואכע וועלט פאדערט זיך אסאך טעראפי, עפנט נאר אויף א אויסגאבע פון די נפשי אדער המספיק גאזעט, און גיט א קוק וואס דארט טוט זיך, וואס מענטשן גייען אדורך, וויפיל ענקזייעטי און דעפרעסיע, וויפיל סארטן ABC, וויפיל מענטשן ליידן קומענדיג פון דיספאנקשאנעל שטובער דיעלנדיג מיט שווערע פערסאנעליטי דיסארדער מענטשן... צי מען גלייכט עס צי נישט, איז ליידער דאס די מציאות און א אומאפלייקנבארע פאקט אז עס פאדערט זיך מענטל הילף און טעראפי, און עצות ווי אזוי צו דיעלן מיט די טאג-טעגליכע שוועריגקייטן, סיי אינדרויסן פון שטוב מיט סאציאלע חברים, שכנים, ארבעט קאלעגעס, באלעבאטים און ארבעטערס, און בעיקר אין שטוב מיט שלום בית אין חינוך און די קשר מיט די שווער און שוויגער וכו' וכו'...
מילא אז ר' יואל לאכט אפ פון טעראפי שוין לאנגע יארן, נו, ער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג... אבער אין א לעצטערע דרשה האט ער געצילט ספעציפיש הרב שמעון גרין, וועלכער איז פון די גרעסטע לייבן היינט צו לערנען דעם עולם את הדרך ואת המעשה אשר יעשון, מיט זיינע הערליכע שיעורים אויף תורה עניטיים און אנדערע פלעצער, כמעט נישטא קיין מענטש וואס הערט זיינע שיעורים און האט נאך נישט נהנה געווען דערפון הלכה למעשה... און בפרט איז די לעצטע פאר יאר נתפרסם געווארן זיין מהלך מיט קאלירן, וועלכע גיט עצות ווי אזוי צו דיעלן אפילו מיט די שווערסטע מענטשן, שווערע מאן אדער ווייב, שווערע קינדער און טינעידזשערס, וועלכע האט שוין ארויסגעהאלפן אומצאליגע אינגעלייט!
קומט ר' יואלי ראטה, און גיט א שיעור מלא חוזק פון דעם גאנצן ענין, און מאכט ליצנות פון דעם איידיע, און לאכט אפ דעם גאנצן מושג פון טרעפן א מהלך מיט יעדן קינד, עד כדי כך צו זאגן אז דער יעניגער וואס אדווערטייזט זיך קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די אייגענע שטוב און די אייגענע קינדער, ער קומט דיר נאר 'בארויבן' דיין געלט (די אויסגעקארגטע 150 טאלער)... ווייל באמת דארף מען נישט די אלע עצות, מען קען פשוט רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי "דער רבי" האט אונז געלערנט...
ר' יואל, איר טוט פעקט טשעקינג בעפאר אייערע דרשות? איר ווייסט אויף וועמען איר האקט? האט איר שוין געהערט דעם מהלך? גערעדט צו מענטשן וואס האבן נהנה געווען דערפון? אדער דזשאסט ארויסגעשאסן פון ארבל נאך א קויל צו האקן אויף אנדערע?
איך בין זייער דיסעפוינטעד און איך וואלט רעקאמענדירט ר' יואל זיך צו אנטשולדיגן, ומודים דרבנן היינו שבחייהו.
איך האב אויסגעהערט שמעון גרינס שיעורים און איך בין בכלל נישט אנציקט דעווארן, יא מיינע חברים וואס האבן די ערשטע מאל געהערט איינם רעדן אין תורת הנפש [אין זכות פון זיין מארקעטינג] זענען אינגאנצן הייס געווארן פאר אים, לדעתי זאגט ער גוט אבער פונקט גוט צו גיין אין קאמפעטישן מיט אברהם מרדכי מלאך, ער האט א גוטע שפראך, ברענגט ארויס געשמאקע אבער "זייער" פשוטע נקודות, מען קען אים הערן ווען מען קען נישט איינשלאפן נישט ווען מען זוכט א עכטע מהלך אין חינוך.
שמעקעדיג האט געשריבן:שלא כדרכי, וויל איך אויסדרוקן מיין פארדרוס אויף ר' יואל.
ע"פ רוב האב איך אים ליב צו הערן, איך האב שוין אסאך געשריבן בשבחו, כ'האלט אז ער האט שוין אסאך אויפגעטון, און כלל ישראל דארף אים דאנקבאר זיין (הרב @איך אויך, איך האף אז דו קריצט נישט מיט די ציין...)
אבער מתוך שבחו... איך האב געזען א קליפ ווי ער האקט, כדרכו, אויף טעראפי. איך בין שטארק מחולק מיט זיין שיטה אז רעדן צום אייבערשטן אין וואלד איז גענוג צו העלפן אויף אלע פראבלעמען... נישט חלילה אז איך טו אונטערשאצן די געוואלדיגע כח פון תפלה, אבער השי"ת האט פארט באשאפן די וועלט בדרך הטבע, און אין די היינטיגע שוואכע וועלט פאדערט זיך אסאך טעראפי, עפנט נאר אויף א אויסגאבע פון די נפשי אדער המספיק גאזעט, און גיט א קוק וואס דארט טוט זיך, וואס מענטשן גייען אדורך, וויפיל ענקזייעטי און דעפרעסיע, וויפיל סארטן ABC, וויפיל מענטשן ליידן קומענדיג פון דיספאנקשאנעל שטובער דיעלנדיג מיט שווערע פערסאנעליטי דיסארדער מענטשן... צי מען גלייכט עס צי נישט, איז ליידער דאס די מציאות און א אומאפלייקנבארע פאקט אז עס פאדערט זיך מענטל הילף און טעראפי, און עצות ווי אזוי צו דיעלן מיט די טאג-טעגליכע שוועריגקייטן, סיי אינדרויסן פון שטוב מיט סאציאלע חברים, שכנים, ארבעט קאלעגעס, באלעבאטים און ארבעטערס, און בעיקר אין שטוב מיט שלום בית אין חינוך און די קשר מיט די שווער און שוויגער וכו' וכו'...
מילא אז ר' יואל לאכט אפ פון טעראפי שוין לאנגע יארן, נו, ער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג... אבער אין א לעצטערע דרשה האט ער געצילט ספעציפיש הרב שמעון גרין, וועלכער איז פון די גרעסטע לייבן היינט צו לערנען דעם עולם את הדרך ואת המעשה אשר יעשון, מיט זיינע הערליכע שיעורים אויף תורה עניטיים און אנדערע פלעצער, כמעט נישטא קיין מענטש וואס הערט זיינע שיעורים און האט נאך נישט נהנה געווען דערפון הלכה למעשה... און בפרט איז די לעצטע פאר יאר נתפרסם געווארן זיין מהלך מיט קאלירן, וועלכע גיט עצות ווי אזוי צו דיעלן אפילו מיט די שווערסטע מענטשן, שווערע מאן אדער ווייב, שווערע קינדער און טינעידזשערס, וועלכע האט שוין ארויסגעהאלפן אומצאליגע אינגעלייט!
קומט ר' יואלי ראטה, און גיט א שיעור מלא חוזק פון דעם גאנצן ענין, און מאכט ליצנות פון דעם איידיע, און לאכט אפ דעם גאנצן מושג פון טרעפן א מהלך מיט יעדן קינד, עד כדי כך צו זאגן אז דער יעניגער וואס אדווערטייזט זיך קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די אייגענע שטוב און די אייגענע קינדער, ער קומט דיר נאר 'בארויבן' דיין געלט (די אויסגעקארגטע 150 טאלער)... ווייל באמת דארף מען נישט די אלע עצות, מען קען פשוט רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי "דער רבי" האט אונז געלערנט...
ר' יואל, איר טוט פעקט טשעקינג בעפאר אייערע דרשות? איר ווייסט אויף וועמען איר האקט? האט איר שוין געהערט דעם מהלך? גערעדט צו מענטשן וואס האבן נהנה געווען דערפון? אדער דזשאסט ארויסגעשאסן פון ארבל נאך א קויל צו האקן אויף אנדערע?
איך בין זייער דיסעפוינטעד און איך וואלט רעקאמענדירט ר' יואל זיך צו אנטשולדיגן, ומודים דרבנן היינו שבחייהו.
No idea who this guy is that you're talking about, but a lot of those therapists just need your money and they will make you come back again and again and again there are probably some good ones but the majority of them it's a business for them this is just my opinion
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
יישר כח פארן עס ברענגן, קודם כל ער רעדט פון די געווענליכע שוועריקייטן פון קינדער וואס זיי טאנצן און שפרינגען און דו ווערסט נערוועז מיט דאס איז ער גערעכט, ר' שמעון גרין רעדט ווען דו ווערסט סטאק מיט דיין זון דו פארשטייסט נישט צו עם.
ווי זעהסטו ער מיינט ר' שמעון גרין? אפשר מיינט ער אנדערע?
אגב איך בין א תלמיד און גרויסע חסיד פון ר' שמעון איך האב באצאלט געלד פאר זיינע קלעסעס, זיינע פלאקאטען זענען היבש איבערגעטריבן און מאכט מיר היבש נערוועז, און קאנטראסט פון זיינע שיעורים איז עס פונקט פארקערט, איך זאג אלס שמעון גרין איז נישט א טעראפיסט ער איז א מדריך, און די חילוק איז אז א טעראפיסט קענסטו בלייבן ביים נאלידזש וועסט פונקליך ארויס האבן די פראבלעם די עי בי סי אבער אויף למעשה וועסטו זיך עפעס נישט נעמען, הרב גרין'ס יחידיות איז אז ער שניידט מיט א ישרות גלייך אויף למעשה.
די אמת איז איך וויל הערן די באמצע שיעור פון ר' יואל צומאל נעמט מען ארויס 2 מינוט און מען הערט נישט ווי ער זאגט נאכדעם אז עס איז פארהאן א יוצא מן הכלל